אייער מיינונג איבער קעפיטליזים Vs סאושעליזים

אלעס איבער האנדל וואנדל
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שבת אחים האט געשריבן:מיר האבן דא א ניק קורקלענד
א גרויסע חסיד פון די נייע פרעזידענט
ער טעהנט אז מיר האבן א פרעזידענט א גיטע

מיט א שטארקע רעכטע ריפובליקען שיטה
ווידער איך טענה אז סאיז נישט גיט

שטייפע קעפיטליזם איז שיט
סוכ״ס מאכן די ארימע די מערסטע מיט
אין די פארגאנגענהייט האט עס פארגאסן אסאך בלוט
מ׳דארף ממש זיין בלינד
און פארמאגן שכל פון א קליין קינד

נישט צוכאפן גיך און געשווינד
אז נישט העלפן די ארימע איז א געפערליכע זינד
מ׳דארף נישט פארדעם זיין קיין שלמה המלך
צו פארשטיין וואשינגטאנס הלך ילך
קאראפטירט פון קאפ ביז פוס
מאכן זיך פאר די וויילער זוס
די פאליטאושאנס האבן חתונה געהאט
מיט די סופער רייכע לייט
צי סאיז יא צי סאיז נישט יושר
חנפנ׳ן זיי זיך אלע צום עושר
לאזן זיך אינטער קויפן פון די לאיביסטן
און אויף זייערע קריטיקער שרייען זיי ״קאמיוניסטען״
די בעל הבתים און רייכע רופן אלע שאטס
און נעמען פאר זיך דעם גאנצען טאץ

קיינער זאל זיך נישט דערוואגן צו זאגן הגהות
ווען טראמפ איז בעלהאבאעס

ווייל די גאנצע מידעא איז דאך ״פעיק-ניוס״
זיי זענען דאך במילא די פארשטינקענע ליבעראל דזשאו׳ס
אזויווי דזארדש סאראוס מיט זיין לאנגע נאז


פאר מיר קוקט אויס ווי יעדע לאנד
וואלט געדארפט געבן פאר ארימע בירגער א האנט
די רעגירונג מוז טאקע נישט דעם ארימאן אויסהאלטן
אבער פון הונגעריגע קינדער טאר מען זיך נישט אויסבאהאלטן

נישט אלעס דארף גיין פאר די איין פראצענט
און רוב געלטער זאל אנקומען נאר צו ממש אפאר הענט

ווען מרעדט צו זיי איז ממש ווי רעדן צו די ווענט
קיינמאל קיין העכערונג אין געהאלט געבן
אפילו מקען נישט פון די נישטיגע אכט דאללער א שעה לעבן
זיי ווילן בשום אופן קוקן אויף די אנדערע סאושליסט לענדער
און מאכן צו די אויערן צו סענעטאר סענדער
פארלאנגען פון די ארימע פול סאררענדאר
אזויוווי די אמאליגע פריצים מיט די ארענדאר
המשך יבא


גרין מיינט גערעכט. רויט מיינט נישט.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כקען אפילו נישט פארשטיין די קעפטיליסטישע טענה, קוקטס פאר סאיז געוועהן מינימום וועידזש און אווער-טיים אין אמעריקע ווי אומ-סטאביל די עקענאמיע איז געוועהן ביי די דיפרעסיע אין די דרייסיגער יאהרן. ליידער הערשט נישט קיין אויטמאטישע אולטאריזים ביי הומאנס, אויב מ׳וואלט נישט אינפארסירט די פאר מענטשליכע געזעצן וויאזוי בעלי-בתים דארפן זיך אויפפירן צו ארבעטארער וואלט עס אויסגעקוקט ווי די צייטן פאר די דיפרעסיע און כדאי צו באקומען א האלבע נארמאלע זשאב האט מען געדארפט ארבעטן הונדרעט שעה א וואך פאר א נישטיגע סכום, קוקטס אויף אלע אנדערע דריטע לענדער ווי מ׳צאלט די ארבעטארער 70 סענט א וואך פאר דריי הונדרעט שעה, ווילסט אמעריקא זאל אזוי אויסקוקן און נאר די בעלי בתים זאלן האבן געלט??? אט דעס איז די גרעסעטע חרבן פאר די עקאנאמיע אויב ס׳דרייט זיך נישט קיין געלט ביים המון עם ליידן דערפון יעדער און צום סוף וועט די גאנצע עקאנאמיע צופאלן אזויווי סאיז געשעהן אין דרייסיגער יאהרן פאר רוזעוולטס ניו דיעל, אזעלכע רעגיולאציעס העלפט באשיצן יעדע קלאס אין אמעריקע פון די גאר רייכע ביז די גאר ארימע.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

פאקט איז אז אמעריקע איז די לאנד וואס האט די מערסטע בייגעשטייערט צו די וועלט וואס מיר וואוינען היינט אין.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שבת אחים האט געשריבן:כקען אפילו נישט פארשטיין די קעפטיליסטישע טענה, קוקטס פאר סאיז געוועהן מינימום וועידזש און אווער-טיים אין אמעריקע ווי אומ-סטאביל די עקענאמיע איז געוועהן ביי די דיפרעסיע אין די דרייסיגער יאהרן. ליידער הערשט נישט קיין אויטמאטישע אולטאריזים ביי הומאנס, אויב מ׳וואלט נישט אינפארסירט די פאר מענטשליכע געזעצן וויאזוי בעלי-בתים דארפן זיך אויפפירן צו ארבעטארער וואלט עס אויסגעקוקט ווי די צייטן פאר די דיפרעסיע און כדאי צו באקומען א האלבע נארמאלע זשאב האט מען געדארפט ארבעטן הונדרעט שעה א וואך פאר א נישטיגע סכום, קוקטס אויף אלע אנדערע דריטע לענדער ווי מ׳צאלט די ארבעטארער 70 סענט א וואך פאר דריי הונדרעט שעה, ווילסט אמעריקא זאל אזוי אויסקוקן און נאר די בעלי בתים זאלן האבן געלט??? אט דעס איז די גרעסעטע חרבן פאר די עקאנאמיע אויב ס׳דרייט זיך נישט קיין געלט ביים המון עם ליידן דערפון יעדער און צום סוף וועט די גאנצע עקאנאמיע צופאלן אזויווי סאיז געשעהן אין דרייסיגער יאהרן פאר רוזעוולטס ניו דיעל, אזעלכע רעגיולאציעס העלפט באשיצן יעדע קלאס אין אמעריקע פון די גאר רייכע ביז די גאר ארימע.

כ'האב אמאל געהאט א לאנגע שמועס מיט אן עלטערע איד בנוגע די ניו דיעל. האט ער מיר מסביר געווען אז די פראבלעם דאן איז געווען אז אנעמפלאוימענט איז געוועזן זעהר הויך. האט רוזעוועלט געשניטן די ארבייטס וואך פון פופציג שעה אויף פערציג. אזוי ארום זענען די אנעמפלאוימענט נומערן אראפ. ווייל מען האט געדארפט מער ארבייטער. אבער למעשה האט די עולם פארדינט ווייניגער.

א ענליכע זאך האט מען צוגעזען אונטער אובאמא. ער האט געצווינגען ביזנעסער צו געבן העלט קעיר אויב איז מען איינגעשטעלט פאר מער ווי דרייסיג שעה א וואך. האבן צענדליגער ביזנעסער געשניטן די שעות פון וואס מער ארבייטער זיי צו האלטן אונטער דרייסיג שעה. אזוי האבן מער מענטשן געהאט ארבעט. און ווייניגער מענטשן האבן געקענט דעקן. נאכדעם ביזט נייגעריג פארוואס מען דארף צוויי​ דזשאבס. אבער אבי די סטאטיסטיקס זעהן אויס גוט אז אנעמפלאוימענט איז געפאלן אונטער אובאמא.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:כקען אפילו נישט פארשטיין די קעפטיליסטישע טענה, קוקטס פאר סאיז געוועהן מינימום וועידזש און אווער-טיים אין אמעריקע ווי אומ-סטאביל די עקענאמיע איז געוועהן ביי די דיפרעסיע אין די דרייסיגער יאהרן. ליידער הערשט נישט קיין אויטמאטישע אולטאריזים ביי הומאנס, אויב מ׳וואלט נישט אינפארסירט די פאר מענטשליכע געזעצן וויאזוי בעלי-בתים דארפן זיך אויפפירן צו ארבעטארער וואלט עס אויסגעקוקט ווי די צייטן פאר די דיפרעסיע און כדאי צו באקומען א האלבע נארמאלע זשאב האט מען געדארפט ארבעטן הונדרעט שעה א וואך פאר א נישטיגע סכום, קוקטס אויף אלע אנדערע דריטע לענדער ווי מ׳צאלט די ארבעטארער 70 סענט א וואך פאר דריי הונדרעט שעה, ווילסט אמעריקא זאל אזוי אויסקוקן און נאר די בעלי בתים זאלן האבן געלט??? אט דעס איז די גרעסעטע חרבן פאר די עקאנאמיע אויב ס׳דרייט זיך נישט קיין געלט ביים המון עם ליידן דערפון יעדער און צום סוף וועט די גאנצע עקאנאמיע צופאלן אזויווי סאיז געשעהן אין דרייסיגער יאהרן פאר רוזעוולטס ניו דיעל, אזעלכע רעגיולאציעס העלפט באשיצן יעדע קלאס אין אמעריקע פון די גאר רייכע ביז די גאר ארימע.

כ'האב אמאל געהאט א לאנגע שמועס מיט אן עלטערע איד בנוגע די ניו דיעל. האט ער מיר מסביר געווען אז די פראבלעם דאן איז געווען אז אנעמפלאוימענט איז געוועזן זעהר הויך. האט רוזעוועלט געשניטן די ארבייטס וואך פון פופציג שעה אויף פערציג. אזוי ארום זענען די אנעמפלאוימענט נומערן אראפ. ווייל מען האט געדארפט מער ארבייטער. אבער למעשה האט די עולם פארדינט ווייניגער.



נישט אמת, אבי גערעדט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

הי סעד. שי סעד. (ער זאגט. זי זאגט. בלע''ז)
באמת גערעדט. וויאזוי פארדינט מען די זעלבע ווען מ'ווערט באצאלט אויפן שעה און מ'ארבייט צוואנציג פראצענט ווייניגער שעות?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד האט געשריבן:פאקט איז אז אמעריקע איז די לאנד וואס האט די מערסטע בייגעשטייערט צו די וועלט וואס מיר וואוינען היינט אין.

ווער זאגט אז נישט? (הגם ענגלאנד און גריכלאנד זענען כמעט אייניגע שותפים).

מיין אינטערעסע איז נישט צו דימאנייזן אדער באשמיצן אמעריקע, הלוואי זאל מיין געבורטסלאנד אמעריקא יא מצליח זיין, טאקע פארדעם בין איך אזוי איבערגענומען, און כ׳האלט אמעריקא איז שטארק געפאלן די לעצטע דרייסיג יאהר און איז היינט היפש צוריקגעשטאנען אין קוואלטי אף לייף אנטעקעגן רוב היינטיגע וועסטערן סאסייעטי׳ס, אדרבה קוק אויף די נומבערס און סטאטיסטיקס.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אטלאס שראגגעד פארענטפערט עס. זי האט עס געשריבן זעכציג יאר צוריק. די גאנצע מעשה איז א פיקציע וויאזוי אמעריקע וועט אויסזען היי יאר אויב פראגרעסד מען צו סאושעליזם. אוי האט זי גוט נביאות געזאגט. ס'שפילט זיך אויס אזויווי זי לייגט עס פאהר. ס'איז אויס פיקציע.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד האט געשריבן:אטלאס שראגגעד פארענטפערט עס. זי האט עס געשריבן זעכציג יאר צוריק. די גאנצע מעשה איז א פיקציע וויאזוי אמעריקע וועט אויסזען היי יאר אויב פראגרעסד מען צו סאושעליזם. אוי האט זי גוט נביאות געזאגט. ס'שפילט זיך אויס אזויווי זי לייגט עס פאהר. ס'איז אויס פיקציע.


וואס פארענטפערט זי? קעפטיליזים?? נישט מעגליך! די גרעסטע עקאנימיסטן, פילאסאפער, קריגן זיך מיט איר, וויאזוי מזאל נאר נישט דרייען קעפטיליזים איז עס לעכעריג, און א טיים-באמבע, ווי מארקס און אנדערע ווייזן קלאר אויף, סאיז א צייטווייליגע סעלאושאן פאר אסאך מענטשען, סאיז אפשר די בעסטע סיסעטעם נאך דעמקראטישע-סאושליזים וואס איז א געמישאכץ פון ביידע און מעהר א מיטעלע מעסיגע-צוגאנג, און נאכאמל קיין שום בוך פרעגט נישט אפ קיין נומערן.

היסטאריע איז געוועהן אויף קארל מארקס זייט, לייען אביסל די אנדערע זייט פון די מטבע, סאיז נישט במציאות אמתע קעפטיליזים זאל ארבעטן און זיין יושרדיג!!! נישט במציאות! נומבערס ווייזן אז סאיז נישט מעגליך, סגייט קראכן, זאל מען נאר היינט צונעמען די קרעדיט/הלוואות פון די באנק פון יעדעם איינעם גייט אלעס בום אין א סעקונדא! די גאנצע היינטיגע קעפטיליזם איז געבויט אויף א קרעדיט קארט און איז א טיים באמבע וואס משטיפט נאכאמל און נאכאמל אפ ...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

די ביזט אזוי זיכער אז מיר לעבן אין קאפיטאליזם. איך וואלט אייך געראטן קודם צו לייענען און דערנאך צו רעדן.
איך לייען פון די אנדערע זייט אויך.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איינע פון די גרעסטע קעפ אויף די וועלט היינטיגע צייטן לכל הדיעות איז דאך די באקאנטע ענגלישע פיזיקער און טראכטער פראפעסאר סטיווען האוקינגס קוק קודם וואס ער זאגט וועגן קעפטיליזים, לויט אים איז עס די גרעסטע פראבלעם און טשעלענטש פאר הומנאנס אין די קומענדיגע דורות ווען ראבאטס גייען איבערנעמען ארבעט פון מענטשען און די קעפטיליסטן וועלן מעהר נישט דארפן אנקומען צו די Work Force פון די המון עם און מאשינען וועלן איבערנעמען די ראללע, 2050 רישט מען זיך אויף א פאפיולעישאן פון צענדליגער ביליאנען הומאנס וואס גייען הונגערן פאר א שטיקל ברויט לויט די היסטאריע פון די מענטשהייט, די רייכע עסען אויף די ארימע היינט צוטאגס ווען זיי דארפן נאך אביסל אנקומען צו זיי, אבער אז מאשינען נעמען אלעס איבער, מיינסטו אז דער קאפטיליסט טראמפ צי בלומבערג וועט דיר שיקן יעדע חודש א טשעקל סתם אזוי? א גרויסע פייג!!!

Stephen Hawking says we should be more frightened of capitalism than robots

In a Reddit Ask Me Anything session, the physicist expresses more concern about economic inequality than about artificial intelligence

https://www.cnet.com/news/stephen-hawki ... an-robots/
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ס'קומט מיר צו לאכן. אז די גלייבסט האוקינג מאכט עס סייווי נישט קיין נפקא מינה. ווייל עליאנס גייען סייווי איינעמען אונזער פלאנעט וכדו'. טא וואס א חילוק דאן וואס ס'גייט אונטער קאפיטאליזם אדער סאושעליזם.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אוטאמאציע איז א טשעלענדזש/פראבלעם. סאושעליזם וועט נישט קיין סאך העלפן. מארקס האט שוין ענליכע זאכן געסטראשעט אויף פראפיט.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

נישט קיין שום פארגלייך שבעולם צו עיליענס וואס סאיז נישטא קיין שום הארטע באווייזן אז זיי עקזעסטירן און אז זיי גייען אונז אטאקירן. ווידער קעפטיליזם וואס איז געבויט צומאכן וואס מעהר פראפיט, און ווער סקען שניידן די בעסטע די ארבעטארס געהאלטן דער געווינט איז א פשוטע מאטאמטישע חשבון און א טיים באמבע ווילאנג ס׳וועט נעמען אז מאשינען זאלן ריפלעיסן מענטשען, ס׳גייט נישט זיין קיין טעקסי דרייווערס, באס דרייווערס, ריטעיל קלערקס, באנק טעללערס, מאניופעיקטשוערארס, אלעס גייט ווערן ריפלעיסט דורך מאשינען, און אוטמאטיש גייען די ארבעטס קלאס הונגערן, סאושיליזים איז זיכער בעסער פאר דעם ווייל ס׳קאנטראלירט די מארקעט און פרובירט עס צו באלאנסירן צווישן די רייכע און ארימע, א שטייגער ווי אין קאנאדא וואס מעדיצענען קאסטן א צענטעל די פרייז ווי אין אמעריקא טאקע ווייל סאיז קאנטראלירט דורך סאושליסטן.

ס׳געפעלט מיר נאר ווי דו לאכסט פון סטיווען האוקינס, ער איז פון די גרעסטע שארפסטע קעפ אויף די וועלט, און ער האט איינע פון די העכסטע IQ אויב נישט די העכסטע וואס מ׳ווייסט, (אויב IQ מיינט עפעס), ביסט נאכנישט אזוי גרויס צולאכן פון אים, ווייל די זשאוק איז אויף דיר, פונקט ווי א אומגעלערנטע מענטש לאכט פון אייזיק נוטאן, איינשטיין, אדער Galileo.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'דארף צוטיילען די נושא אין צוויי. ערשט דארף מען וויסען וועלכע איז די מער מאראלישע עטישע גאנג, און דערנאך דארף מען קוקען וואס ארבעט און וואס נישט.

אויך, ביזדערווייל האט מען נאכנישט גענצליך געטייטשט די מושגים אויף אידיש, נאר געלייגט אלס א הנחה אז די מענטשען ווילען קאפיטאליזם און די מענטשען ווילען סאציאליזם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אויב מ׳וויל טאקע זעהן אויב סאושליזים ארבעט בעסער ווי קעפיטיליזם, איז אינטערסאנט אז פונקט היינט פובלישט די ענגלישע BBC א ארטיקל וואס זאגט אז לויט די צופרידענהייט פון די בירגער איז די סאושליסט נארוועיגן די בעסטע פלאץ צו וואוינען אויף די וועלט די צווייטע איז זייער שכן די סאושליסט דענמארק, קעפטילסט אמעריקא און ענגלאנד זענען נומבער 14, 19.

אלע פון די טאפ לענדער זענען פערצופאל סאושליסט אדער סאושליסטיק געשטימט! ממש א צופאל...

Norway is the happiest place on Earth, according to a United Nations agency report - toppling neighbour Denmark from the number one position

Denmark, Iceland, Switzerland and and Finland round out the top five, while the Central African Republic came last

Western Europe and North America dominated the top of table, with the US and UK at 14th and 19th, respectively

https://www.google.com/amp/www.bbc.co.u ... p/39325206
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערה בעלמא אויף דעם ענין פון אוועקמאכן האקינג.
יעדער מענטש, ווי קליג ער זאל נישט זיין איז מושפע פון נגיעות, בייעס בלע"ז. איינע פון די פונדאמענטאלע נגיעות וואס איז חובק זרועות עולם און כמעט קיינער דרייט זיך נישט ארויס דערפון איז דעם נטי' וואס מען רופט רעכטס ווס. לינקס. מעג ער הייסן איינשטיין, מעג ער הייסן האקינג, אויב זענען זיינע מיינונגען לינק גענויגט, האב איך שוואכע מח א רעכט אנצונעמען אז זיינע נגיעות שפילן דא א ראלע, און ער קען זיין אומגערעכט על אף זיין ריזיגע מח. דאס זעלבע איז וואר לגבי די רעכטע.
די מציאות איז אז די רעכטע נויגן בדרך כלל צו קאפיטאליזם און די לינקע צו סאציאליזם, אלזא האקינגס מיינונג ציילט נישט.
איך בין א רעכטער בדרך כלל, און איך בין מודה אז ס'איז נגיעות, ס'איז נישטא קיין וועג זיך ארויסצודרייען דערפון, יעדער איז אין פעקל, ה"ה די לינקע. די חורבן איז ווען מ'הויבט זיך אן איינצורעדן אז די חכמה שטעקט דוקא אויף די אייגענע זייט, דאס איז די גרעסטע שליסל צו אומטאלאראנץ.
אגב: על אף מיין רעכטע נטי' בין איך נישט אזוי פרא קאפיטאליזם.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אמת אז יעדער מענשט איז אביסל בייעסט צו זיינע מיינוגען, און האסט א שטארקע פוינט, אבער ווען האוקינס זאגט א זאך מיט א פשוטע סברא וואס יעדער קען אליינס אויסרעכענען אפילו מיט א צובראכענע קאלקאלעיטאר און ער לייגט צו ״אז דעס איז די גרעסטע טשעלענטש פאר די מענשטהייט״, און סקומט א ראצער אפילו זאל ער זיין די קלוגסטע און געלערנסטע ניק אין ק״ש און לאכט פון א פשוטע קאלקאלעישאן און לייגט נאך צו אז האוקינס איז סתם א בעל דמיון איז די וויץ אויף אים.

סאיז נישט קיין argument of authority, סאיז נאר געוועהן נאך וואס קורקלענד האט געזאגט אז עפעס א פרוי וואס האט געשריבן א ביכל, און זי האט ״אלע ענטפערס״ אויף קעפיטאליזים, האב איך געזאגט פארוואס הערסטו נישט וואס אנדערע און גרעסערע געלערנטע זאגן???.

לאכן פון האוקינס קען ער וועין, ווען ער וואלט געזאגט אז ״עילעינס גייען אטאקירן אונזער פלאנעט״ קען איך נאך הערן, און סקען זיין אז איך וואלט אפשר מיטגעלאכט, אבער אין די פאלל איז די לינקע האוקינגס ווייט פון די איינציגסטער וואס ווארנט אז קעפיטיליזם איז די גרעסטע בראך פאר א דור ווי מקען ריפלעיסן די ארבעטארער מיט מאשינען, און אלזא דארף מען זוכן פאר אלטערנעטיוו סאושעל און עקאנאמישע סיסטעמס, נאכדערצו אין א ערא פון אזא שנעל וואקסענדיגע פאפיולאציע ראטע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איך האב נישט געלאכט פון האוקינג. איך האב געלאכט פון דיר. איך האב אסאך געליינט וועגן האוקינג. ווי אויך נעם איך גאנץ ערענסט וואס ער טראכט. אבער למעשה איז ער נאר איין זייט. איך האלט מיך נישט צוריק פון לייענען לינקע געשרייבאכצער צו ס'ביכער אדער ארטיקלען. דו רופסט מיך א רעכטער. איך האלט זיך גראדע נישט פאר א רעכטער. ר' ווי אויך בין איך נישט זיכער וואס רעכטער בכלל מיינט. איך האב בעיקר גענומען א צד אין קאפיטאליזם און אין כלליות'דיגע גאווערמענט אנגעלענהייטן. איך האלט וואס ווייניגער גאווערמענט אינטערווענירט אלס בעסער. קאפיטאליזם ארבעט נישט פאר יעדן. סאושעליזם אויך נישט. אסאך מענטשן זענען פשוט נישט געבוירן געזונט אויך. מ'קען נישט פארעכטן אלעס בידי אדם סייווי.
דו רופסט אן ראנד 'עפעס א פרוי'. זיי מוחל לייען אביסל און קום פרעג איר אפ. ווען זי שרייבט איר מיינונג אין איבער טויזנט בלעטער איז מיר זייער שווער עס מסביר צו זיין פאר דיר אויף איין פיס. און בכלל פארוואס ​זאל איך מיך מוטשען צו שרייבן אז זי האט עס שוין געטאן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'דארף צוטיילען די נושא אין צוויי. ערשט דארף מען וויסען וועלכע איז די מער מאראלישע עטישע גאנג, און דערנאך דארף מען קוקען וואס ארבעט און וואס נישט.

אויך, ביזדערווייל האט מען נאכנישט גענצליך געטייטשט די מושגים אויף אידיש, נאר געלייגט אלס א הנחה אז די מענטשען ווילען קאפיטאליזם און די מענטשען ווילען סאציאליזם.

מאראליש און עטיש קען מען דרייען וויאזוי מ'וויל. למשל איך קען הערן א טענה היתכן ס'בכלל דא אזא זאך ווי איינער זאל קענען האבן רעכטן אויף סיי וואס. אלע מענטשן זענען אייניגע שותפים אין די גאנצע פלאנעט וכו'. פארשטייט זיך איך קען דאס גרינג אפ פרעגן אויך. כ'האב נאר געוואלט געבן א ווילדע דוגמא.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד האט געשריבן:איך האב נישט געלאכט פון האוקינג. איך האב געלאכט פון דיר. איך האב אסאך געליינט וועגן האוקינג. ווי אויך נעם איך גאנץ ערענסט וואס ער טראכט. אבער למעשה איז ער נאר איין זייט. איך האלט מיך נישט צוריק פון לייענען לינקע געשרייבאכצער צו ס'ביכער אדער ארטיקלען. דו רופסט מיך א רעכטער. איך האלט זיך גראדע נישט פאר א רעכטער. ר' ווי אויך בין איך נישט זיכער וואס רעכטער בכלל מיינט. איך האב בעיקר גענומען א צד אין קאפיטאליזם און אין כלליות'דיגע גאווערמענט אנגעלענהייטן. איך האלט וואס ווייניגער גאווערמענט אינטערווענירט אלס בעסער. קאפיטאליזם ארבעט נישט פאר יעדן. סאושעליזם אויך נישט. אסאך מענטשן זענען פשוט נישט געבוירן געזונט אויך. מ'קען נישט פארעכטן אלעס בידי אדם סייווי.
דו רופסט אן ראנד 'עפעס א פרוי'. זיי מוחל לייען אביסל און קום פרעג איר אפ. ווען זי שרייבט איר מיינונג אין איבער טויזנט בלעטער איז מיר זייער שווער עס מסביר צו זיין פאר דיר אויף איין פיס. און בכלל פארוואס ​זאל איך מיך מוטשען צו שרייבן אז זי האט עס שוין געטאן.


האסט גראדע יא געלאכט פון האוקינגס, סאיז אבער א קליינע חילוק פאר די מעין ארגעיומענט, די קענסט שרייען איך בין נישט קיין רעכטער ביז מארגן, לויט דיין שרייבן דא ביסטו שוין איינמאל א רעכטער, אלע דיינע ארגעמיונטס זענען רעכט, אנגעהויבן אז ״אלע רייכע זענען אויף די לינקע וואגן״ און אז ״געבן פאר די ארימע העלט קעיר און פוד סטעמפס מאכט זיי נאר ארימער״ אז ״טראמפ איז א איינשטענדיגע פאליטשאן״ איז רעכטע בויך וויי...

זאג איבער אין קורצן וואס זי זאגט, וואס איז איר מעין פוינט?, איך האב אראפגעלייגט די מעין פוינט פון האוקינס וועגן קעפיטליזים, לאמיר הערן א ענטפער אין קורצן, טויזנט בלעטער, בעסער געזאגט ״צעהן מיליאן בלעטער״ פרעגן נישט אפ קארל מארקס מעין פוינטס אנטעקן קעפטיליזם, אדרבה קודם לייען די טויזנט בלעטער וואס די באוויסטע קארל מארקס האט גשריבן און דערנאך לאמיר הערן איר ענטפער אויף זיין קריטיק, דערווייל האסטו ווייניג געליינט פון מארקס לויט דיין שרייבן דא.

זאגסט אז סאושליזים ארבעט נישט פאר יעדעם, און דו מאכסט אוועק אקטועלע פאקטן, נומבערס, דאטא, און סטאטיסטיקס, אז די בעסטע פלעצער אויף די וועלט צו וואוינען און די העכעסטע קוואלטי אף לייף איז דוקא אין סאושליסט לענדער און נישט אין דיינע קעפטיליסטישע לענדער- וואס זאגט ראנד אויף דעם?

למעשה איז אזוי:
פאר רוב מענטשען ארבעט בעסער סאושליזים- קוק ווי צופרידן די בירגער אין סאושליסט לענדער זענען. פאר די מינארטי -די גאר רייכע און די עליט׳ס לוינט זיך בעסער קעפטיליזם שטייצעך ווי זיי קענען דאמינירן די ארימע און זיי פארקנעכטיגן, ופשוט הוא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך מיין מעם דארף טוישן די קעפל פון די אשכול צו ״מיין מיינונג וכו׳״...
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

געוואלדיג האט געשריבן:איך מיין מעם דארף טוישן די קעפל פון די אשכול צו ״מיין מיינונג וכו׳״...


יא ווייל די היינטיגע ריפארט ווי סאיז די בעסטע פלעצער אויף די וועלט צו וואוינען איז טאקע מיין פערזענליכע מיינונג...

יעדער איז בארעכטיגט צו זייער אייגענע מיינונגען אבער קיינער איז נישט בארעכטיגט צו זייער אייגענע פאקטן.

והנה:
זייט רעיגענס צייטן ווען אמעריקא האט גענידערט שטייערן פאר די רייכע און געשניטן מעהר און מעהר פון די ארימע, האט די ארבעטס קלאס און די עוורידזש אמעריקענער געווארן ארימער אין די יאהרן, ווידער אין די זעלבע פיראעד זענען די רייכע זענען געווארן פונאמענאל רייך- אויף דעם איז דא פול דאטא וואס יעדער קען אליינס אויפקוקן.

אז אין די סאושליסט לענדער זענען די מענטשען אסאך מעהר צופרידן און ס׳הערשט דארט מעהר פראספערטי און אפערטונעטי פאר א עוורידזש מענשט ווי אין אמעריקע, און אז די קוואלטי אף לייף אין יעדע עספעקט איז בעסער אין די לענדער- אויף דעם איז דא קלארע דאטא וואס יעדער קען אליינס אויפקוקן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט