Facebook גייט פאבליק
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
Facebook גייט פאבליק
די ביזנעס וועלט ווארט מיט שפאנונג אויפען מארגענדיגען טאג, ווען אום 11:00 ניו יארקער צייט וועט פעיסבוק סטאקס ארויסגיין צום פאבליק אונטערען טיקער סימבאל FB, וואו עס ווערען געטרעידעט דורכען נעסדעק.
פעיסבוק איז געגרינדעט געווארען צוריק אין 2004 דורך מארק צאקערבערג און נאך צוויי סטודענדעטען אינעם האווערד יונעווערזעטעט, לכתחלה איז עס געגרינדעט געווארען בלויז פאר די סטודענטען אלטס א קאמיניקאציע מיטעל דורך סאציאלע נעטווארקס, זעענדיג ווי שטארק פאפולער עס איז געווארען צווישען די סטודענטען האבען זיי מחליט געווען ענדע 2006 ארויסצוקומען מיט פעיסוק צום ברייטען פאבליק, עס איז אזוי שנעל געווארען אויפגעכאפט אז אין 2007 האט מייקערסאפט געמאלדען אז זיי האבען אפגעקויפט א 1.6% שותפות פאר די סומע פון $240,000,000, געבענדיג א ווערט פאר פעיסבוק פון ארום פופצען ביליאן דאללער, פעיסבוק איז זיך אזוי שנעל צו וואקסען ווען צוריק אין 2008 איז זי באשטאנען פון 100,000,000 באנוצער און יעצט שטייט זיי מיט איבער 900,000,000 אקטיווע באניצער.
ווען פעיסבוק האט געמאלדען א צייט צוריק אז זיי פלאנען צו גיין פובליק, האבען אסאך אנאליסטען געהאלטען אז די פירמע איז ווערט ארום אכציג ביליאן דאללער, למעשה האט פעיסבוק באוויזען אויפצוטרייבען זעכצען ביליאן דאללער דורעכאויס די IPO פראצעדור, שטעלענדיג די פרייז פאר א שעיר ביי $38 און געבענדיג פאר פעיסבוק א געשאצטע הונדרעט און פיר ביליאן דאללער ווערט, וואס דאס איז פיל מער ווי סיי וועלכע טעקנאלעדזשי פירמע האט נאר אמאל אויפגעטרובען, אריינגערעכענט גוגעל וואס האט אויפגעטרובען בלויז 1.9 ביליאן דאללער צוריק אין 2004 דורעכאויס איר IPO פיילינג, ווערענדיג געשאצט ביי בלויז דריי און צוואנציג ביליאן דאללער, אין פארגלייך צו פעיסבוק.
עס וועט זיכער זיין אינטערעסאנט מיטצוהאלטען מארגען וויפיל די סטאק וועט פארדינען אדער גאר דערלייגען, געוויסע אנאליסטען האלטען אז די געשאצטע איבער הונדרעט ביליאן דאללער ווערט איז היבש איבערגעטריבען, נאכדערצו נאכדעם וואס דזשי. עם. האט די וואך געמאלדען אז זיי גייען אויפהערען אדווערטייזען אזוי סאך אויף פעיסבוק זאגענדיג אז גוגעל ברענגט פיר מאל אזוי סאך רעזאלטאטען ווי פעיסבוק, א מערהייט פון אנאליסטען האלטען אבער אז פאטענציאנאל איז נאך די פירמע ווערט א סאך מער פון דעם אנווייזענדיג אז מער און מער מענטשען ווערען צוגעבינדען צו פעיסבוק א יעדען איינציגסטען טאג, געבענדיג די מעגליכקייט פאר פירמעס צו אדווערטייזען מיט זייער א אויסגערעכענטע טארגעט פאר יעדען באנוצער לויט זיין פראפייל.

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
ראשעקאל האט געשריבן:א גרויסן דאנק משה געציל פאר די באריכט. און פאר אלע דיינע פיינענשעל באריכטען.
איך וויל נישט מטריח זיין אבער קענסט אין דריי שירות זאגן וואס ipo איז??
די ר"ת איז initial public offering, אין אידיש "ערשטע פאבליק אנבאט", דאס טיישט די ערשטע געלעגהיינט פארען פאבליק צו קויפען די סטאק, דורעכאויס די פיילינג זיצט די פירמע מיט גרויסע בענק און אינוועסטירער וואס שאצען אפ די ווערט פון די פירמע, די אלע איבער צוויי און פערציג מיליאן שעירס וואס פעיסבוק גייט היינט ארויסלייגען זענען שוין נישט למעשה אינטער זייער באזיס, נאר זענען שוין אויסגעקויפט געווארען דורכאויס די פיילינג דורך ריזיגע אינוועסטמענט בענק ווי, גאלדמאן סאקס, דזשעי. פי. מארגען, און נאך, וואס האבען אויסגעקויפט שעירס אין די ווערט פון זעכצען ביליאן דאללער, וואס קומט אויס אז א שעיר פרייז וועט זיך אנפאנגען ביי $38, ווען די אינוועסטרירער גייען דאס היינט ארויס לייגען אויפען מארקעט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
smart האט געשריבן:וואס איז די אינכאם פון פעיסבאק?
פשוטע עדווערטייזמענט?
בעיקר עדווערטייזמענט, אבער עס איז גארנישט אזוי פשוט, גוגעלס הויפט אינקאם איז נאך אלטס עדווערטייזמענט.
smart האט געשריבן: די זעלבע איז מיט טוויטער, ביידע קאמפעניס זענע ווערט א פארמעגן ווי אוזי?
טוויטער ווערט געשאצט אויף פיל ווייניגער, די חילוק איז זייער גרויס טוויטער איז בלויז א מיטעל ווי אזוי צו קענען האלטען א קשר דורך טעקסט, משא"כ פעיסבוק ווי דער באניצער קען האלטען א דעטאלירטע פראפייל פון זיך, וואס אטאמאטיש איז דער באניצער א סאך מער ציגעבינדען צו פעיסבוק ווי צו טוויטער, ווי אויך ליגט דארטען א סאך מער אינפארמאציע איבערען באניצער, וואס געט פאר די פירמעס וואס עדווערטייזען בעסערע שאנסען פאר פאזעטיווע רעזאלטאטען דורכן צילען יעדען באניצער לויט זיין פראפייל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
ווענט זיך, וויפיל געלט דו האסט, וויפיל דו ווילסט אריינלייגען, און די וויכטעגסטע איז אז דו דארפסט באמת זיין גרייט צו דערלייגען די גאנצע, (דער כלל איז בעצם גילטיג ביי יעדע אינוועסטמענט וואס דו ווילסט מאכען).
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
ס'איז ווייט נישט די הייסע סטאק וואס געוויסע האבען געהאלטען, ביי א געוויסע פונקט פריער האט עס שוין געהאלטען אינטער אכט און דרייסיג דאללער, יעצט שטייט עס ביי ארום איין און פערציג דאללער.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
smart האט געשריבן:wow וואי קען זיין אז עס פאלט אזוי נאכן אנהייבן מיט א אזא שטארקע טעמפא?
לדעתי איז פעיסבוק געריכטעט אין דירעקציע פון מייספעיס עס וועט נאר גיין אראפ. מענטשן הייבן זיך אן חאפן זיי זענען געווארן פשוטע פעיסבוק זאמביס, פארנומען טאג און נאכט צו קוקן ווי הונגעריקע נשמות זענען עוסק אין זעלבסט גראטיפיקאציע אבער עס ברענגט נישט קיין פאקטישע נוצן פארן מענטשהייט אפשר אויסער רעוואלוציעס אין די סיי ווי קראנקע לענדער.
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
ווער געדענקט נאך וואס פאר א הייסע סטאק Facebook האט געזאלט זיין? ווי מען האלט יעצט אינדערפרי אין די עלעקטראנישע טרעדינוגס איז די סטאק טאקע הייס, אבער נישט סתם הייס נאר ציפידיג הייס פאר די אלע אינוועסטירער וואס האבן בלינדערהייט אינוועסטירט אינעם סטאק מיט דריי חדשים צוריק ווען עס איז געגאנגען פאבליק פארן פרייז פון $38 א שעיר, און יעצט האלט א שעיר ביי בלויז $21.61! א פארלוסט פון איבער %40.
די אורזאך פונעם שטארקן טראסק בעיקר די פארגאנגענע וואך איז צו פארדאנקען Facebook's איינקומפט באריכט פון פאריגע וואך וואס האט געוויזען אז פארן פיפטען קווארטאל נאכאנאד זענען די פארדינסטן געשרינקען. די הויפט סיבה איז וויבאלד מער און מער באנוצער באניצען זיך דערמיט דורך זייער סעלפאנס ווי די אדווערטייזמענט איז א סאך שוואכער ווי אויף די דעסקטאפס, אטאמאטיש ברענגט דאס צו אז פירמעס זאלן נישט אדווערטייזען אזוי פיל אויף Facebook. לויט ווי א איינגעשטעלטע באריכטעט, איז די הויפט פריארעטעט פון די פירמע יעצט אויף צו קומען מיט א נייע אפעקטיווע אדווערטייזונג פראגראם פאר סעלפאנס.
די אורזאך פונעם שטארקן טראסק בעיקר די פארגאנגענע וואך איז צו פארדאנקען Facebook's איינקומפט באריכט פון פאריגע וואך וואס האט געוויזען אז פארן פיפטען קווארטאל נאכאנאד זענען די פארדינסטן געשרינקען. די הויפט סיבה איז וויבאלד מער און מער באנוצער באניצען זיך דערמיט דורך זייער סעלפאנס ווי די אדווערטייזמענט איז א סאך שוואכער ווי אויף די דעסקטאפס, אטאמאטיש ברענגט דאס צו אז פירמעס זאלן נישט אדווערטייזען אזוי פיל אויף Facebook. לויט ווי א איינגעשטעלטע באריכטעט, איז די הויפט פריארעטעט פון די פירמע יעצט אויף צו קומען מיט א נייע אפעקטיווע אדווערטייזונג פראגראם פאר סעלפאנס.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
משה געציל האט געשריבן:ווער געדענקט נאך וואס פאר א הייסע סטאק Facebook האט געזאלט זיין? ווי מען האלט יעצט אינדערפרי אין די עלעקטראנישע טרעדינוגס איז די סטאק טאקע הייס, אבער נישט סתם הייס נאר ציפידיג הייס פאר די אלע אינוועסטירער וואס האבן בלינדערהייט אינוועסטירט אינעם סטאק מיט דריי חדשים צוריק ווען עס איז געגאנגען פאבליק פארן פרייז פון $38 א שעיר, און יעצט האלט א שעיר ביי בלויז $21.61! א פארלוסט פון איבער %40.
די אורזאך פונעם שטארקן טראסק בעיקר די פארגאנגענע וואך איז צו פארדאנקען Facebook's איינקומפט באריכט פון פאריגע וואך וואס האט געוויזען אז פארן פיפטען קווארטאל נאכאנאד זענען די פארדינסטן געשרינקען. די הויפט סיבה איז וויבאלד מער און מער באנוצער באניצען זיך דערמיט דורך זייער סעלפאנס ווי די אדווערטייזמענט איז א סאך שוואכער ווי אויף די דעסקטאפס, אטאמאטיש ברענגט דאס צו אז פירמעס זאלן נישט אדווערטייזען אזוי פיל אויף Facebook. לויט ווי א איינגעשטעלטע באריכטעט, איז די הויפט פריארעטעט פון די פירמע יעצט אויף צו קומען מיט א נייע אפעקטיווע אדווערטייזונג פראגראם פאר סעלפאנס.
ייש"כ משה געציל. קוקנדיק היינט אויף דעם סטאק שפעקוליר איך אפשר איז יעצט צייט אריינצוטאנצן. פעיסבוק איז נאכאלץ א מעכטיקער בער מיט א ביליאן רעגיסטרירטע באנוצער איר פאטענציעל איז ריזיק. איך ווייס פונעם כלל ביי סטאקס נישט צו כאפן א מעסער וואס פאלט איז אבער אויך דא אמאל דאס פארקערטע ווען עולם גולם אנטלויפט איז צייט אריינצושפרינגען. וואס האלט איר?
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
בן תמליון האט געשריבן:ייש"כ משה געציל. קוקנדיק היינט אויף דעם סטאק שפעקוליר איך אפשר איז יעצט צייט אריינצוטאנצן. פעיסבוק איז נאכאלץ א מעכטיקער בער מיט א ביליאן רעגיסטרירטע באנוצער איר פאטענציעל איז ריזיק. איך ווייס פונעם כלל ביי סטאקס נישט צו כאפן א מעסער וואס פאלט איז אבער אויך דא אמאל דאס פארקערטע ווען עולם גולם אנטלויפט איז צייט אריינצושפרינגען. וואס האלט איר?
איך האב געזאגט פאר מיין בראקער אז ווען עס קומט אן צו $19 א שעיר זאל ער מיר קויפן, ווי עס האלט היינט איז עס שוין געווען אינמיטען טאג אזוי נידריג ווי $19.84, דאס קומט נאך א נייעס אז צוויי הויפט עקזעקטיווען גייען פארלאזען זייער פאזיציע.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
נאך א נייעס וואס האט היינט היפש אראפגעטריבן Facebooks סטאק איז די פאקט וואס זיי האבן אנגעוויזן אז נאנט צו פינף פראצענט באנוצער זענען דאפאלטע באניצער דאס הייסט זיי האבן נאך א אקאנט, דאס נעמט אטאמאטיש אוועק די פירמעס גרויסקייט מיט א געשאצטע איבער אכציג מיליאן באניצער ווייניגער.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל