סובב סבב הולך הרוח

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

סובב סבב הולך הרוח

שליחה דורך אמת45 »

אין מיסטישע וועלטן אויף הויכע בערג, צווישן בלויע ימ'ען אין א ווייסע געצעלט,
אין א וויסטע וואלד מיטן זין פארשטעלט דורך לאנגע ביימער אין א שטילע וועלט.
איך זיץ פארטראכט, די אויגן פארקנייטשט, איך רייס די גראזלעך - פון לעבן באפרייט.
איך טראכט פון מיר און באדייט - און די בריאה ארום מיר א ליידיגע שיינקייט.

כגלגל החוזר - צו א ציללאזן ציל, מיט פארשפילטע געפילן,
די שכל פארטוהן,
איך לויף נאך ערפילונגען ווען זיי בלייבן שטענדיג ווייט,
שטענדיג איך כאפ ווייל באלד איז שוין צייט,
אויב איז די ציל א ענדלאזע דאן פארוואס בכלל אנהייבן,
אויב בלייב איך שטענדיג לעכצן דאן פארוואס בכלל שטייגן,
און אויב איז צייט די ענדע דאן פארוואס אריינכאפן.

אָן ארימאן איז גביר נישט קיין ווארט
אָן חסרון האט ערפילונג נישט קיין פלאץ
אָן שלעכטס האט גוט נישט קיין ארט
און אָן טויט איז לעבן נישט קיין זאך.
וואס האב איך דען נאכצולויפן אויב גארנישט עס פעלט מיר,
איך לעב דורך חסרון און בין אנגעהאנגען אין איר,
אבער דערפון זיך צו באפרייען שטענדיג איך זיך,

אויב זיין דערהויבן דאן פארוואס זיץ איך דא אונטן,
און אויב ווייטער דא פארבלייבן, דאן וואס איז מיין ניצן.
איך גלייך די גערודער אבער בלויז פון דרויסן,
אבער ווער וועט עס דען מאכן אויב פּערפעקציע איז די איינע אופן.
איך בין דער גוטער, יענער איז שלעכט,
און פארפילט מיר מיט א תכלית א פראיעקט.
וואס מאכט דאס רעדעלע רונדיג און פערפעקט,
זיך דרייענדיג אוימאויפהערליך פארן זעלבן צוועק,
נישט נאר איז דאס וואָר אין די פארעם פון ברואים - צוויי,
נאר אויך אין מיר עקזעסטירן זיי,
דער ארימאן און דער עושר,
דער גוטער און שלעכטער,
וואס ראנגלען זיך ביידע און מאכן גערודער,
ווער פון זיי צוויי גייט זיין דער פירער,
וואס האט אין דעם וועלט נישט קיין מציאות,
וויבאלד די הפכיים - די דיו פּרצופים,
זענען זכר ונקבה, די טרעגער פאר קיום.

טראכטענדיג ווייטער מיינע אויגן זיי לייכטן - שנירעלעך טרערן פון מיינע אויגן פייכטע,
איך בין 'פרייליך' צו זעהן די קלארע בילד,
פון א 'טרויעריגע' סצענע מיט מיר פארשפּילט,
איך דארף ווייטער יאגן די ברויט, בלויז צו יאגן א צווייטע,
העלפן די שלעכטע בלויז צו העלפן די נעקסטע,
ארום און ארום די זעלבע רעדעלע דרייט זיך
יעדער לויפט עפעס נאך דאן מען צוגייט זיך,
און אין דעם פארדרייטע רינגעלע איך בין פארכאפט,
וואס ענדיגט זיך בלויז מיטן לעצטן קלאפ.

[איך ווייס נישט אויב דאס איז אויסגעהאלטן ע"פ דיני פאעזיע אבער אין געפילן איז זיכער נישטא קיין דינים]
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

זייער שיין!
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

הערליך
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: סובב סבב הולך הרוח

שליחה דורך חכם-לב »

זייער א טיפן געדאנק, קונצליך ארויסגעברענגט, עס רירן די סטרינעס פונעם הארץ און פון קאפ.

די רמב''ם אין מורה שרייבט אז דער מענטש לויפט נאך שלימות, שלימות הממון, שלימות הגוף, שלימות החכמה אא''וו, דאס שטרעבן צו שלימות דאס איז אליין די תכלית, אבער הגם קיינער קומט נישט אן צו שלימות - און דאס איז די יסוד פונעם מענטש, זיינע רצונות, זיינע שאיפות און שטרעבונגען (דאס איז געווען איינע פון ישעיהו ליבוביטש טענות אויף חסידיזם אז דער דמות פונעם רבי קומט אן צו שלימות און האט שוין נישט קיין אינערליכע געראנגלען).

על דרך זה איז דא א אידישן ווערטל, אכציג יאר לערנען מיר צו ווערן קלוג, אבער מיר שטארבן אלע נארנים...
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

קונצליכע מחשבה איינגעפאקט אין שטורמישע געפיל ווערטער! הערליך! יישר כח!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

Re: סובב סבב הולך הרוח

שליחה דורך אמת45 »

חכם-לב האט געשריבן:זייער א טיפן געדאנק, קונצליך ארויסגעברענגט, עס רירן די סטרינעס פונעם הארץ און פון קאפ.

די רמב''ם אין מורה שרייבט אז דער מענטש לויפט נאך שלימות, שלימות הממון, שלימות הגוף, שלימות החכמה אא''וו, דאס שטרעבן צו שלימות דאס איז אליין די תכלית, אבער הגם קיינער קומט נישט אן צו שלימות - און דאס איז די יסוד פונעם מענטש, זיינע רצונות, זיינע שאיפות און שטרעבונגען (דאס איז געווען איינע פון ישעיהו ליבוביטש טענות אויף חסידיזם אז דער דמות פונעם רבי קומט אן צו שלימות און האט שוין נישט קיין אינערליכע געראנגלען).

על דרך זה איז דא א אידישן ווערטל, אכציג יאר לערנען מיר צו ווערן קלוג, אבער מיר שטארבן אלע נארנים...

יישר כח לתגובתכם!
אין אנדערע ווערטער אז בעצם איז די רצון דער עיקר - נאר עס איז זיך בלויז מתבטא דורך מעשה - וואס הגם דאס איז נישט און קען נישט זיין שלימות'דיג, איז אבער די רצון יא שטענדיג גאנץ.
דער אמת איז אז רצון איז טאקע פיל ריינער ווי מעשה מגושם, וואס איז בלויז אן הגבלה.
פארט בלייבט שווער די געדאנק אז מענטשהייט נארט זיך שטענדיג מיטן 'ווילן' אנקומען צו א אוממעגליכן פלאץ, עכ"פ אויף דער וועלט.
אין ברסלב לייגט מען טאקע שטארק א דגוש צו ראצניאליזירן דעם געדאנק אז פונקטליכקייט איז נמנע, און דערפאר זיך צו פרייען מיט וואס מען איז.
פון די אנדערע זייט, איז דאך רצון בלויז א מציאות אויף וויפיל מען ברענגט דאס ארויס דורך טוהן בפועל - אויף וואס דער אלגעמיינער חסיד לייגט מער א דגוש. ושניהם לדבר אחד נתכוונו.
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

Re: סובב סבב הולך הרוח

שליחה דורך אמת45 »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:קונצליכע מחשבה איינגעפאקט אין שטורמישע געפיל ווערטער! הערליך! יישר כח!

א דאנק!
פארשפארט