ווי קום איך אריין דא? מרעדט דא פון פופציג מיליאן אמעריקאנער וואס האבן נישט קיין פיינענשאול סטאבילטעט, איך בין טאקע היינט צוטאגס פון די צעהן פראצענט וואס האבן יא, מיינט נאכנישט אז איך מעג צומאכן מיינע אויגן און פארגעסן פון די צייטן וואס כהאב מיך שטארק געמיטשעט און נישט געהאט. מיינט נאכנישט אז איך מעג פארמאכן א אויג און נישט קוקן אויף רוב מענטשען וואס איך און דו קענען וואס דארפן יא צוקומען צו די גאווערמענט.
מרעדט נישט דא אז די גאווערמענט זאל יעצט אויסהאלטן אלע ארימע מענטשען, מרעדט אז די רייכעסטע לאנד אויף די וועלט זאל כאטש טוהן די מינימום פאר די ארימע און זיי צושטעלן א נארמאלע דאקטער טאמער האלטן זיי ביים שטארבן פונקט ווי אין רוב פארגעשריטענע לענדער אויף די וועלט.
די ריפובליקאנער פריארטי איז שניידן טעקסעס פון די סופער-רייכע וואס זענען איין פראצענט פון די לאנד, ח״ו נישט העכערן די מינימום וועידזש
די דעמקראטס פריארטי איז די 50 מיליאן ארימע מענטשען אין אמעריקע!
ק׳מאן?!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אזוי זאגן די דעמאקראטן. וואס זיי טוהן ווייזט אנדערש. פאקט איז אז אונטער די דעמאקראטן אין די לעצטע אכט יאר איז די געפ ציווישן ארעמע און רייכע געווארן אסאך ברייטער. מיט די דעמאקראטישע אידיאלאגיע איז אסאך שווערער אריבער צו גיין די בריק פון ארעם צו רייך. ביי זיי אין קאפ איז איינער מיט פינעף מיליאן אין באנק (וואס איז ווייט פון פיינענשעל סטאביליטעט) פונקט אזוי רייך ווי דיין ביל געיטס און לשיטתם דארף מען זיי רעכענען שטייערן אויפן זעלבן ראטע. די אלע סאושעל פראגראמען האבן אין פאקט קיינעם נישט רייך געמאכט חוץ די איין פראצענט. אבאמא קעיר האט אוועקגענומען פרנסה פון דאקטוירים/שפיטעלער און צוגעטיילט צו די אינשורענס פירמעס. רוב שפיטעלער אין ניו יארק זענען אונטערגעגאנגן און האבן זיך געדארפט פארקויפן.פון אן אויסוואל פון צענדליגער איז געווארן קארגע זעקס לפחות און ליותר.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
שבת אחים האט געשריבן:מרעדט דא פון פופציג מיליאן אמעריקאנער וואס האבן נישט קיין פיינענשאול סטאבילטעט, איך בין טאקע היינט צוטאגס פון די צעהן פראצענט וואס האבן יא
פופציג מיליאן האבן נישט. איז לויט מיין חשבון אדער 15.7% פון די פאפולאציע אדער 57.4% פראצענט פון די וואורקינג פאורס. צען פראצענט (פון וואס) האט יא. וואס איז מיט די איבעריגע?
דו האלסט אז עס איז א גוטע סימן אדער פארקערט זענען די רעפאבליקאנער נישט געווען עפעס אויסער זיך ווען פעלאסי האט געזאגט you have to pass it to know what's inside it?
מעגליך אז אין געוויסע פעלער איז נישט דא קיין אנדערע ברירה.
איך בין נישט פאר אדער קעגן די נייע בילל. למעשה בין איך שטארק נישט קלאר דערין. ווי אויך האב איך נישט געזען ווי איינער זאל עס גוט צולייגן. אזוי איז אויך געווען ביי אובאמא.
איך בין אויך נישט זיכער ווי שטארק טראמפ איז פאר די בילל. למעשה איז עס נישט מעשי ידי עצמו. לענ''ד און איך פארשטיי אז ער האלט אויך אזוי זענען טעקס קאטס און דאס צומאכן די לעכער פון וואס די רייכע האבן א פריוועליגיע צו געניסן וויכטיגער. פארדרייען מיט העלט קעיר וואס איז מער קאמפליצירט זאל ער לאזן אויף שפעטער.
מעגליך אז אין געוויסע פעלער איז נישט דא קיין אנדערע ברירה.
איך בין נישט פאר אדער קעגן די נייע בילל. למעשה בין איך שטארק נישט קלאר דערין . ווי אויך האב איך נישט געזען ווי איינער זאל עס גוט צולייגן. אזוי איז אויך געווען ביי אובאמא.?????
איך בין אויך נישט זיכער ווי שטארק טראמפ איז פאר די בילל. למעשה איז עס נישט מעשי ידי עצמו. לענ''ד און איך פארשטיי אז ער האלט אויך אזוי זענען טעקס קאטס און דאס צומאכן די לעכער פון וואס די רייכע האבן א פריוועליגיע צו געניסן וויכטיגער. פארדרייען מיט העלט קעיר וואס איז מער קאמפליצירט זאל ער לאזן אויף שפעטער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
גר ותושב האט געשריבן:און די האלסט נאך אז א בהמה וואס איז גרייט צו זאגן אלעס אבי צו געווינען ער איז נאך די בעסטע אויסוואל פאר אמעריקע? ער האט אמעריקע טיף טיף אין די ערד אלעס וואס ער וויל איז כבוד איגו ווי אזוי האט נאר טעד קרוז געזאגט? "יעדע זאך וואס טראמפ זאגט האט א עקספיירעישן דעיט און טאמער די וואטס פאר עים ווייל די האלסט ער וועט זיין גוט פאר עפעס דעמאלט זאלסטו וויסן אז ער לאכט פון דיר".
איך האלט אז אלע פאליטישאנס טוהן אזוי. אפי' טעד קרוז און בערני סאנדערס. איינס ווייל זיי זענען אלע ליגענער'ס און צוויי ווייל כדי צו געווינען דארפן זיי זאגן וואס די מענטשן ווילן הערן. טעד קרוז האט עס אויך נאר געזאגט ווייל ער האט געוואלט געווינען. ס'איז איהם גאנץ ווייניג אנגעגאנגען צו וועסט ליידן פון טראמפ.
דאכט זיך אז טעד קרוז האט געזאגט און די ערשטע קאקוס סטעיט זאכן וואס זיי האבן נישט געוואטל הערן איך האלט נישט אז קרוז און סאנדערס זענען ליגענערס און אפילו טאמער האבן זיי אמאל געזאגט עפעס כדי צו געוואונען וואלטן זיי כאטש פרובירט צו אויספירן וואס זיי קענען נישט געשפיגען די אנדערע אין פנים אזוי טראמפ
גר ותושב האט געשריבן:איך האלט נישט אז קרוז און סאנדערס זענען ליגענערס און אפילו טאמער האבן זיי אמאל געזאגט עפעס כדי צו געוואונען וואלטן זיי כאטש פרובירט צו אויספירן וואס זיי קענען נישט געשפיגען די אנדערע אין פנים אזוי טראמפ
איך ווייס נישט און איך קער נישט וואס ער טוהט מיט איינעם ווען ס'מיר נישט נוגע. איך האב פאר איהם געשטימט און לעת עתה האב איך נאך גארנישט פארלוירן. ער האט מיך נישט אויסגעשפילט דערווייל. ווידעראום אדאנק אובאמא צאל איך איצט העכערע שטייערן און איך באקום שוואכערע העלט קעיר. איך בין נישט קיין געשוואוירענע טראמפיסט. אז ער שפילט מיך אויס הער איך איהם אויף שטיצן.

ווייל אבאמא דער סאושליסט האט אויפגעמאכט אזא זאך ווי שטייערן!.... זייט די וועלט שטייט האט יעדער געמיינט אז שטייערן מיינט גאר אז מגייט טאנצן לכה דודי לקראת כלה, איז געקומען דער אבאמא און געזאגט ״געיס וואט״ ?! שטייערן מיינט באצאלן טעקסעס פאר די סערוויסעס וואס דו באקומסט פון די גאווערמענט!. א מין רשע דער שחור...
יעדער איז שוין ארויס פון מקוה אדער סאיז נאך געבליבן נערנים אין מקוה? יעדער האט שוין געכאפט? די נער זאל ארויסגיין פון מקוה! בעליוו מי!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius