תמים האט געשריבן:שבת'ל איך בין מער ווייניגער מיט דיר אויף די טראמפ נושא. אבער אפשר ביסטו דיך מסביר אויף דיין קאמענטס אויף איוואנקא? ווי שטעקט איר רשעות? איז זי שולדיג אז זי איז געבוירן אדער גאר מאלעסטערט געווארן דורך איר פאריקטן פאטער? האסט ערווארטערט זי זאל נישט שטיצן אין פרובירן צו בענעפיטירן פון איר טאטעס מאכט? איך קען נישט אזוי גוט איר היסטארי, ביטע קום אריין קלארער .
דארפסט קודם פארשטיין וויאזוי איך קוק אן די היינטיגע אמעריקענע סיסטעם, כוועל דיר עס מסביר זיין מיט א משל.
שטעל דיך פאר דו גייסט אין א היינטיגע מארקעט אין אינדיע, כאפסט א שפאציר אין דו קוקסט זיך צי ווי יעדער פון די שטאט קומט איינקויפן עסען פאר זייער הויזגעזונט, אלטע פרויען קומען מיט זייער ליידיגע קארבן און קראצן ארויס זייער לעצטע אויסגעשוויצטע פרוטה וואס זיי האבן געארבעט ביטער שווער, צו איינהאלטן אביסל פארטריקענטע ברויט פאר די געזינדעל, אזוי שפארצינדיג באטראכט איך א אלטשיקע זיך שלעפן מיט איר פעקל אויף די שמאלע געסלעך, איך באטראכט איר קליין וויגעלע, אביסל ברויט, א פלעשעל מילך, פיטער, צוויי איגערקעס, ציבעלך, טאמאטן, און אזוי שלעפט זי זיך מיט אירע חרוסות און פלוצלינג קומט א ווילדע מאשין צו פארן ס׳שפרינגט ארויס צוויי הויכע ברייטביינערדיגע מענער און כאפן אן דאס גאנצע וויגלע רויבן עס אוועק, זיי ווארפן עס אריין אין זייער דשיפ און פארן זיך ווייטער, איך פראביר צוהעלפן איך שריי קולות איך וויל נאכיאגן די חברה, כאפן די גנבים און זיי ברענגן צו די פאליציי, די אלטע פרוי קומט נענטער צו מיר אין זאגט מיר ״האסט נישט וואס צוגיין צו די פאליציי״ ווייל די גנבים אליינס זענען גאר די פאליציי און זיי אליינס באגנבנן די ארימע דורך ארומלויפן אין די מארקעטס און אויפזוכן די אלטע און שוואכע לייט וואס האבן נישט די פיזישע כוחות זיך צוריקשלאגן מיט זיי, און אזוי לויפן זיי ארום אין די מארקעטס און כאפן ארויס אביסל פון וועם זיי קענען נאר און צומאל געלונגט זיי אפילו די כאפן גאנצע קארב, ביי די ענדע פון די טאג האבן די רויבערס און קרימינאלן בשותפת מיט די פאליציי אנגעזאמעלט א ריזיגע אוצר פון געגנבטע סחורה און מיט דעם צוטיילן זיך די פאליציי די מאפיע און די אינטערוועלטניקס וואס זענען ביי די מאכט.
לענינו, איוונאקע מיט איר מאן קושנער קוקן אויס צוזיין אסאך מעהר נארמאלער ווי דער טאטע, און איך און אסאך אנדערע ווי מיר האבן געהאפט און ערווארטעט אז גלייך נאך איר טאטע האט געווינען גייט זי זאגן טאטי, האסט דאך באמת קיינמאל נישט באלאנגט בעצם צו קיין שום פארטיי, ביסט יעצט א גיבור, קיינער האט נישט געחלומט די גייסט געווינען, לאמיר טאקע ווייזן די אמעריקאנע פאלק און פאר די גאנצע וועלט וואס ״טראמפ״ קען טאקע אויפטוהן פאר די מענטשען, און איוואנקע און קושנער וואלטן געדארפט שפילן אז אונז גייען מיט די מערהייט פון די פאלק וואס ווילן ״סינגעל פעיאר״ און מעדיקער פאר אלל! און ער וואלט געדארפט זאגן שווער לעבן פארגעס פון די נערישע וואנט סאיז געוועהן א גיטע טריק צוגעווינען ראסיסטישע וויילער, גענוג מיט די אלע בעבישע מלחמות מיט די דעמקראטן וואס איז נישט פארדאקטיוו, דו ביסט היינט די פרעזידענט פון ״גאנץ״ אמעריקא לאמיר ווייזן פאר יעדעם אז טראמפ קען טאקע דעליווירן וואס ער האט צוגעזאגט פאר די וויילער ״אז יעדער אין אמעריקא גייט זיין געדעקט מיט העלט אינשארענס פאר א פראקציע פון די פרייז פון אבאמאקעיר!״ דערווייל האט ער א טאג נאכן געווינען זיך ארומגענומען מיט א סופער רייכע קאבינאט, שווערע ביליאנערן איינס נאכן צווייטן, מענטשען וואס קענען בכלל נישט רילעיטן צו א עוורידזש אמעריקאנער, יעדע פאליסי זינט איר טאטע איז פרעזידענט איז א פשוטע גניבה פון די ארבעטס קלאס און די ארימע, זייער העילטקעיר בילל האט געזאלט אראפווארפן אכט יעריגע קינדער מיט קענסער פון זייער העלטקעיר! אן קיין טראפ בישות! און זיי האבן ממש געוואלט ארויפצווינגן א אומפאפיולער בילל וואס געהאט די שטיצע פן קוים ״ 17 פראצענט״ אמעריקאנער!.
איוואנקע און קושנער זענען די זעלבע גנבים, ווי איז זי צוריקצוהאלטן איר פראסטן טאטען? זי איז א פרומע אידענע, איר טאטע איז די מערסטע פראסטע פוסטע שיכור וואס זוכט צו רייטן אויף די ארימע מיט כל מיני גימיקס שבעולם, אלעס אין די נאמען פון ״פעיר מארקעטס״ -זייער דורכגעפוילטע, לעכעריגע, דורכגעפאלענע, אומ-יושר׳דיגע קעפטיליסטישע ״מאנאפלי געים״ אן קיין מענשטליכע געפילן, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אין די לעצטע פאר הונדרעט יאהר אז ס׳ארבעט קוים פאר 10 פראצענט פון די פאפיולאציע, העכסטענס צוואנציג פראצענט, אבער רוב מענטשען פארלירן און ליידן פון די סיטסעם מעהר און מעהר מיט די יאהרן ווי די געיפ פון די ארימע ביז די רייכע איז געווארן גרעסער און גרעסער, און ווי ווייניגער ווי טויזנט מענטשען האבן מעהר געלט ווי די אנדערע ״זיבן ביליאן״ אויף דער וועלט
.
און זי ווערט מיר נאך דא פלוצלינג א גאנצע ״עבודה זרה״ א שטייגער ווי די סטופיד ״קארדעישאונס״ וואס די נערישע אמעריקאנער טיפושים און שוטים וואס קויפן איר אירע גאטשעס און בעגס פאר טויזענטער דאללער פארפיט פאר די אויפגעפרעסענע בלוט-צאפערס טראמפס! פעך! א גריול...!!
אז אזוי גיין זיך רייכע פרומע אידן אויפפירן איז דא צעהן מאל א גרעסערע טשענס פאר נאך א האליקאוסט... השם ירחם...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius