berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:אשכנזישע אידן זענען אלע קרובים לויט די ען עי וואס שטאמען פון די זעלבע 330 מענטשען וואס האבן זיך באזעצט אין אייראפע און זיך משדך געוועהן איינער מיטן צווייטען, ספעציעל אונז חסידישע פרומע אידן זענען נאך נעטערע קרובים, יעדער פון אונז זענען פיפטע זעקסטע קאזינס אדער נענטער, בלי שום יוצא מן הכלל, כלנו בני איש אחד אנחנו.
אידישקייט איז נישט נאר א רעליגיע נאר אויך א שבט פון די זעלבע מענטשען וואס האבן זיך נישט געוונטליך אויסגעמישט מיט אנדערע שבטים.
שבת אחים: איך בין געווען זיכער אז דו וועסט ברענגען גאנצע טרעילאר-לאודס מיט עווידענס אז אידן. לכה"פ אשכנז'ישע אידן זענען נישט קיין עכטע אידן. ווייל די זעלבע טענדענציעזע (כ'בעט אז דו האסט נאך דאס דאזיגע ווארט נישט געהערט.) שטודיע וועלכע זאגט אז אלע אשכנזי'שע אידן שטאמען פון די ערשטע 300 מענטשן וועלכע האבן זיך באזעצט אין אייראפע, זאגט אויך אז זיי האבן מערסטנס חתונה געהאט מיט די לאקאלע גוי'אישע טעכטער. די איזראעליס האבן זייער א קליען, נייטראליזירט ווארט פאר די וועלכע האבן חתונה מיט א גוי'טע...זיי רופן עס..."הוא נישא למקומית"...! ממילא זעמיר נישט קיין עכטע אידן. אדער זעמיר קוזארן, אדער גאר אריער...! נאר ווער ס'גלייבט אין אט די נארישע טעאריעס גלייבט אויך אז די אידן, (כאטש א טייל פון די אידן. אזוי ווי די גוטע אנטיסעמיטן זאגן.) האבן זיך באנוצט מיט קריסטליך בלוט פאר די מצות...!
ווער דארף טרעילער לודס פון עווידענס? די ען עי באשטעיגט עס! קענסט זיך דינגען מיט דעם ביז מארגן! מיר אשכנזישע אידן זענען אייניקלעך פון אברהם יצחק ויעקב געמישט מיט אסאך גרים... ווער סלייקענט דעס איז א נער און אומוויסענד!
דעס מיינט נישט אז מיר זענען נישט קיין אידן, ווייל די ען עי באשטעיגט אויך אין אונז אשכנזים א מיטעל איסטערן דזשין ענדליך צו די ספרדים, פארוואס קען נישט זיין אז אונז זענען אייניקלעך פון גרים/גירות, ספאסט נישט פאר שידוכים הייסט עס??? אהא! ר׳ בערל דער אמת בלייבט דער אמת!
איך האב זיכער אלע אידישע סימינים, איך קוק עס ווי א ספרדי, שווארצע האר, טונקעלע הויט, כאטש כבין א ריינער אשכנזי דורך און דורך. חוץ מזה האב איך די סימנים פון א איד ווי די גמרא זאגט רחמנים, גומלי חסדים, אבער כבין א קנאפער בישן, מסמתמא דעס האב איך גע׳ירשנט פון מיין ״גוישע זיידעס״ פאר מיינע אור אור עלטערן האבן זיך מגייר געוועהן. :lol:
טענדענציעזע (כ'בעט אז דו האסט נאך דאס דאזיגע ווארט נישט געהערט
פארוואס מיינסטו אז איך פארשטיי נישט די ווארט? נאר איר פארשטייט ווערטער? וואס איז די איגאו קאמף דא זיידי? הא? מיין טאטע האט סאך א
גרעסערע פאסיק!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius