- ווען כאילו יצא ממצרים געפאלט נאך יום טוב -
- הבל וריק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

ווי אלע וואוילע אויסגעדראשענע אידן, טאנץ איך אויך דעם חסל סידור פסח טענצל יעדן נעילת החג, מיטן פיש באסיין בייכל אויף ארויס, צושפרייטע פיס און פארשוויצטע הענט, אנכאפענדיג מיין שכן'ס נארוואס אפגעלעקטן טוטפיק פינגער און דעם אנדערן'ס קליינעם צוקער באקלעפטע שמיציג קינד'ס ריסטן. מיין תנועה זינגט זיך אבער אנדערש ווי די אלגעמיינע. איך זינג עס נישט מיטן בלויזן ובאו כולם נוסח נאר ליבערשט מיטן יתגדל פון מוצאי יום כיפור - מיטן זעלביגן אויסטערלישן געזעגענונג'ס פרייד וואס ליגט דערין דאן.
דאונט געט מי ראנג, איך יאג זיך נישט צום סמארטפאון און נישט צו די פּיצא. שבת איז ביי מיר נישט קיין לאסט ב"ה. איך לויף נישט אהיים יעדע וואך ביים זמן אפצוליידיגן די ווינאו שעיד פון די אומוויכטיגע נאטאפיקאציעס, אויסשאלטערונג זיך פון די בני בית פאר א צוויי שעה רציפות. ניין איך בין נישט פון דיזע. וואס דען בין איך אזוי באגייסטערט יעצט, זייער פשוט איך פריי מיך אז ניסן איז א פארגאנגענהייט. נישט נאר זענען די אכט טאג גרויזאמע מנוחה רויבער מיינע - נאר גאנץ חודש ניסן ברענגט מיט זיך א זויערן פעסט פוד ווייעב.
עס איז אן אלטן איינרעדעניש אין דעם חג הפסח, ווי כאילו דאס איז פון די געשמאקערע חגים פון יאר. פריי פון תעניתים און פיל מיט השפעות, א חירות'דיגע הושענה רבה פרייע אומשולדיג תחנון'לאזע חודש אשר נפיחות בו מקיפין. למען האמת אבער איז דער פסח שוין גארנישט אזוי ראוזי, און דער קוועטש מים שלנו שוין גארנישט אזוי ריין.
ניין, איך רעד נישט דייקא פון די אלטע אונגערישע ספרינג קלינינג אנשיקעניש און געקויפטע מאלצייטן סומאטוכע וואס פלאגט דעם איד אין די שלושים יום לפני החג. איך רעד נישט פון מיינע שכנים'ס אייער באקסעס אין די האלוועי'ס, און פונעם נייעם אכילת עראי חגע ביים טיר שוועל און אויף די שטיגן.
איך רעד אפילו פונעם סאמען סדר נאכט זעלבסט. פונעם שריפת חמץ, פונעם מים שלנו, פונעם בדיקת חמץ, פונעם גאנצן ערב יו"ט, פונעם חול המועד, יא יא, די גאנצע טוץ פון מצוות וואס מיר שארן אריין אין דעם איינעם תקופה.
פון יונגווייז פלעגט מיר ליגן איינגעגעסן אן אינערליכן פרייד און ערווארטונג צום סדר נאכט, אהן פונקטליך אנטייטלען פארוואס. דעם מלכות'דיגן סדר טיש, די זילבערווארג אויסשטעל אויפן דיק באפלאסטישן טיש. די נייע פאר ווייטאגליכע שיך און הארטע בגדים, די פרישע האלז צורייבנדע העמד אויף וועמענס נאדלעך איך האב שוין לכאורה מתחת געווען אפאר יידן אין מקווה. די תוירעס וואס איך פלעג זיך אנגרייטן אויפן סדר נאכט. די נישט חדר - נישט ישיבה - מצב וואס האט באגלייט די ימים שמחים. איך ווייס נישט, אבער עס ליגט אין די בלוט אז פסח איז פיינע נייעס. מען זינגט צוזאמען, מ'באקומט צועסן און מען בעט אפיקומן.
די צייטן זענען אבער שוין פונלאנג א פארגאנגענהייט. ניסן'ס ראש חודש בענטשן קומט מיר פאר ווי מיין מצב ווען איך הייב אן ליינען א ביישרייבונג איבער היטלער'ס אינוואזיע אויף פוילן און ווי די אנהייב פון מגילה ליינען - איך ווייס אז דאס איז בלויז אן התחלה צו א לאנגע און שווערע תקופה אויף די יידן.
די שטויס אריין צום יום טוב איז די בדיקת חמץ צערעמאניע - וואס באשטייט פון ארומגיין אויסגעהונגערטערהייט מיט א נוצלאזן פעדער'ל און א נאיוון באגלייטער, אין א כולל יונגערמאן חתונה יוניפארם בודק חמץ זיין אן אולטרען ריינעם שטוב. ווער קען דען צוזעהן זיין הייסן לשם יחוד גיין לטמיון, דערפאר הייבט מען אן צו צווארפן דעם פילגש'לס געפארטיגטע ארבעט. מען ריקט די פריזש, די אויוון, און סיי וועלכע גרויסע מעבל מיט א שמיציג ריקן, מ'זוכט העכער און אונטער, האפענדיג צו טרעפן עפעס ווערטפולע שטויב. אנשטאט א פשוטע זוך אקציע אויף די צען ברעקלעך, דרייט מען זיך ארום ווי א זשאנדאר ביי אן אבאלאווע, מיט דעשראקענע בני בית און אן אנגעצויגענעם אשת חיל וואס זיפצט פון ארונטער אויף יעדן דא והא שטילערהייט "דא האב איך שוין געמאכט". זי לייגט נאך אריין אינעם קרעכץ אזא פיצי רחמנות'דיגן געבעט "דעי איך האב שוין נישט קיין כח" מינע, ווי כאילו דער מאן זאל ווען זיין אין וואלקן ניין. איך מאך זיך נישט וויסענדיג אזא צייט, נישט ווייל איך האב נישט קיין רחמנות, נאר ווייל איך בין אויך נישט קיין קליינע רחמנות. איך האב נארוואס אנגעהויבן מיין שיפט אין די הייליגע ארבעט. דאס איז עס, עבדים היינו איז ON.
ערב פסח שטיי איך אויף מיט א באלדיגן סקרוך אריבערלויפענדיג דאס געביין, טראכטענדיג פונעם היינטיגן גראבל- דעי. די גאנצע בית הכנסת פארט אויף רעדער היינט, ווייל מ'קען נישט היינט עסן קיין קארבס נאך צעהנע. מען ווארפט זיך אויף די אייער סאלאט ווי ס'קומט ווען א קריג. ווען בהלה זאל ווען זיין א וויירוס וואלט עס קיינער נישט דערלעבט צום שהחיינו.
זיצן בחורים, ביזנעס לייט און עלטערע אלע מיטן טלית בייטל, אויפן שפיץ אחור ביים עק באנק און האקן אינאיינעם טונא ביזן לעצטן מינוט - נישט פאר הונגער, נאר בלויז ווייל מ'קען נאך אריינכאפן. א גאונות. מען לויפט און יאגט זיך אריינצוכאפן, כדי צו קענען נאכדעם זיין רואיג אז מען האט געגעסן.
נאכער לויפט מען מיט איין אנגעצויגענעם אטעם, ציפענדיג די קינדער און איגנאררינדיג די ווייבער, אריינווארפן דעם טאטאל איבעריגן אייער באקס, מיט די ספעציעל אוועקגעלייגטע חמץ. א מין זויער'ן צערעמאניע ווי דאס קען מען זעלטן טרעפן. עס קוקט אויס ווי מען פארברענט דארט לעבעדיגע אבלים. א שאד נישט צו מאכן דערפון א יום השואה אפצייכענונג. מען שטייט דארט ארום ס'פלאם שטיל און באקאקט, איינער כעס'ט אויפן זוהן פארן אים ארייפּאפען אין אזא קריטישן טאג, א צווייטער פארן פארגעסן למען השם צו ברענגן אן זאגער'ל און א דריטער פארן פארגעסן די לולב אינדערהיים. די גרויע וואלקענעס שטייען העכער'ן קאפ אלס עדות, געבענדיג כאילו סימפאטיע אויפן מצב.
נאכן ערלעידיגן די פאר וויכטיגקייטן קומט די צייט זיך איבערצוטאהן צו די טרויעריג באקאנטע שלש סעודות קליידער און גיין אויפפּיקן די צופראסקעטע שמירה מצות. אויף אזאנע מצות קען מען באמת זאגן 'געשטעלט דעם גנב אלס שומר', קוים וואס מען קען דעם אפגעשליסענעם האלאקאסט מצה געטרויען מיט די מצוה. אויך מיר א שומר, אבער לחמא עניא איז עס פארט.
ווידעראמאל שטעלט מען זיך ביי 420 אין די ליניע צווישן די גאר יאנטשי שטארק צוזאמגעצויגענע גארטל יידן, געטובל'טע גליונות בלעטלער און די פשוטער פּלאזא פּלאס ווינדסטאר המון עם וואס קענען נישט קיין איינע פון די קוק-אויפ-מיך תלושים אויף די אנדערע זייט באריגעיט און ברויכן דערפאר געהעריג אויסווארטן אינעם פאליציי באוואכטן געשלענגל. יעדע צוויי מינוט קומט א צווייטער פליקער ארויס פון א מעכטיגן עסקארט אויטא, נאך מיט די כ"א VIP ביי די ווינשילד, און געט א מאך מיט די האנט פאר א בעזש אייגענטומער פון די אנדערע זייט, וואס שאקעלט מיטן קאפ צום נידריג ראנגישן פאליציאנט הארט נעבן די באהאפטענע באריגעיטס, וואס צוטיילט זיי דאן מיט א העפליכן גריס צום אומארינטליכן אריינכאפּער וואס שטייט שוין יעצט מיט צוויי באקסעס און איז מבטיח דעם מטיב זיינעם זיך צו האלטן בקשר נאך יום טוב. כאטש איין מאל א יאר וואס ער קעשט ענדליך איין די שווערע הארעוואניע פון א גאנץ יאר פאר די מוסדותת - געלט צו עסקנות. איך בין איין יאר טאקע געשטאנען אין די ליניע געהעריג און פארזויערט, זייענדיג ארומגענומען מיט פיל נשמה טונקעלע פערזאנען מיט פריש געמאכטע בולעט פיאות און פסח פלעסטיקס אויף די סעלפאון יידן, עס האט מיר זייער נישט געפאסט צו האבן א חלק ונחלה מיט זיי, נישט ווייל איך האב זיי ח"ו פיינט, אייגנטליך יא וועגן דעם, אבער נישט ווייל זיי זענען בעצם שנואים עלי נאר ווייל זייער גיסטע איז שרעקליך עמעראציש און פרימיטיוו וואס דערויף זאגן שוין חז"ל אז ס'שטינקט. עכ"פ איך האב גראדע יא געקענט איינע פון די רעדיאו'ס ביים קליין פענסטער און איך שוין כמעט געוואלט אהין צוואקן אויסניצן מיין פראטעקציע בילעט'ל, ווען אין יענעם מינוט האט ג-ט צוגעשיקט א תלוש מן השמים - א פרישער שווערצער, וואס האט מיך דאן געברענגט צו די החלטה דייקא נישט אנטיילצונעמען אינעם טשערי לייט קולטור אדער זיין א חלק פון די וואס האלטן זיך מורמים מעם. איך בין מסכים צו שטיין ווי א נאך-איינער אין ליניע ליבערשט ווי צוצוקומען צום געוועזענעם נעקסטעל אייגענטומער. זאל ער קומען צו מיר זיך שואל עצה זיין אין וועלכע ישיבה זיין זוהן אריינצושטעלן.
נו שוין, ס'שוין באלד יו"ט. די טיש איז האלב געדעקט, מען האט שוין פולקאם אויסגעליידיגט דעם טשיינע קלאזעט ארויף אויפן טיש, יעדע פלאץ האט א פארשמירטע הגדה און א בעכער'ל. די מיאוס באצירטע מיללער שטריימל קערה ליגט שוין גרייט אויפן פלאץ נעבן א טוץ ספרים און א פאלש זילבערנע נטילת ידים סעט. די נידריגע מלכות בענקל, פון וואו דער צופלאטשיגטער מלך גייט קוים קענען ארויסקוקן, ליגט שוין אויפן פלאץ. מ'גיימער שוין אין מקוה מיט די מאסן זייפן און פליישלעך - ס'טוט זיך א בהלה. ווי געווענליך הערן די יונגווארג נישט אויף בטעות אראפצולאזן די זייפלעך און זיך איינבייגן הארט נעבן א שכן דאס אויפצוהייבן. די שויערס זענען קאלט און די בעל פייפט שוין. איך רייס אהיים אויף די אויסגעליידיגטע געסלאך - מיט צוויי אייזיגע מאסט'ס וואס דער שמש האט מיך יעצט בארויבט מיט.
אין שטוב מאך איך די ענדגילטיגע הכנות ארויסצוואקן פּערפעקט פון שטוב ווי כאילו איינער מיך אנקוקן היינט אין אזא פארנומענעם גוט-אויסקוקנדן סעזאן. ס'מיר גראדע א שטיקל שמחה די ערשטע נאכט פסח ווען ס'רעגנט. איך פריי זיך אז דער דפוק וואס האטצעך געקויפט א נייעם שטיימל ברויך עס לאזן אין באקס. זאל זיך דער עולם לערנען. פאר ווען פונקטליך קויפסטו דאס? זאג מיר נישט אויף 'יום טוב' - ווייל חול המועד ברויכסט עס נישט, און פאר די צווייטע טעג קומט עס אויך נישט אריין. די גאנצע שטריימל געקויפאכטס איז בלויז פאר מערבית די ערשטע נאכט. ווייל די צווייטע טאג יום טוב איז עס אזוי אינטערסאנט ווי די צווייטע סדר. ביים ערשטן מערבית איז די בעסטע צייט צו קריגן אויפמערקזאמקייט. דערפאר האב איך ליב צו זעהן ווי דער געלונגענער בעלעבוס מיטן נייעם פערצן אינטשיגן שטריימל שפאצירט נאטורליך אריין ביי מנחה ערב יו"ט אין ביהמ"ד מיט א גראדן פנים, פארעכטענדיג דאס גארטל פון אהונטער, כאילו ער כאפט בכלל נישט וואס קומט פאר הארט העכער'ן סקאל זיינעם. האלאו טוה מיר א טובה, האסטעך עס געקויפט פאר דעם תפילה.. דיין הארץ האטעך א צאפל געטאהן ביים עפענען די טיר פון ביהמ"ד.. האסטעך געמאכט ווי די האלטסט אין מיטן א העפטיגן געשפרעך מיט דיין בחור'ל, יא יא ס'גארנישט, אויפמערקזאמקייט איז רעלעטיוו א נארמאלע תאווה, נעקסטיים ביטע מאכטס אייך נישט אזוי נאיוו און בעטעמ'ט. די ארגסטע איז נאך ווען אזא בלעכענעם צורה שטעלט זיך צוזאם מיט א פאלשע, מיאוס סינטעטישע שטיקל, און איז נאך מסביר פארוואס ער האט יעצט באשלאסן זיך איינצוהאנדלען דעם לוקסוס. געוואלד געשריגן. קוקט אויס ווי שטאטסמאן מיט אן אפענעם זיפער און א ראצל אין נאז. נו איז דען א וואונדער פארוואס איך האב ליב ווען ס'רעגנט די ערשטע נאכט?
ענדליך שפאצירט מען שוין אהיים צום לאנג-ערווארטעטן סדר. די גוטע אידן ווייסן דאך אבער אז זיי האבן נישט עכט וואס צו פארקויפן פאר די ארומיגע ביים סדר, זענען זיי מחליט צו נעמען נאך א טבילה פארן סדר, הגם די בליטש פונעם פאריגן געטינקאכטס האט זיך הערשט אקארשט איינגעזאפט אין זייערע קערפער, אלעס כדי פטור צו ווערן פון נאך א האלבע שעה, ווי אויך אוועקצושווענקן די אויבבויענדע דעפרעסיע וואס איז אין די מעיקינג. זאלן די קינדער איינשלאפן, ווער ברויך זיי ביים סדר. זיי מיט זייערע נעבעכדיגע תורות און מיאוסע פראגעלעך, אזוי העליך כאטש קענען פארקויפן מיינע סחורה פאר די איידעמער אויף פעיראל. מען קומט אהיים צו קדש און מען טוט זיך אהן דעם פּיינפולען מלכות בגד, מיד און ערשעפט. דא טוט וויי דארט קראצט, אבער א ברירה האט מען - סא גרויסע נאכט. מען לייגט די ביצה מיט די פארשריבענע כוונות, קוקענדיג בייזערהייט אויפן טינעידש בחור'ל - שמעקל נייראוי יואיר, וואס האט זיך לעצטענס אויפגעקלערט - צו ער האלט מיט די דברים שבקדושה. איין איידעם וויצלט אים ארום פארן סדר, ברעגענדיג דעם שווער צו דעם "אויך מיר א מציאה'לע" מחשבה.
נו אלס מלך ביים טיש ברויך מען צוזאמנעמען די צופארענע הויזגעזונט און אנהייבן דעם 'לאנג-ערווארטעטען' סדר נאכט. מיט א פלוצים'דיגער כעס געט זיך דער מלך א שטעל אויף "ווי לאנג איך העלמיך נישט אליין אנגיסן די כוס העט קיינעם נישט בייפאלן" - פּשי וואט ען אטעק. די ווייב און עלטערער זוהן לויפן געבן ערשטע הילף אבער דער מלך פאטשט זיי גלייך אפ מיטן "זיץ זיץ, ס'שוין גוט מוחל טובות" אנגייענדיג ווייטער מיט די שימפעריי "אויך מיר א מלך"... "אזוי קוקט מען אויס ווען מ'איז צו וואויל, נישטא קיין דרך ארץ"... די סענז סטריט דור האט עפעס א מין פעטיש פאר דיקטאטורישקייט - אומגלויבליך.
דער עולם איז כאטש געווארן אנגעשפאנט און ס'שטייען אלע גרייט מיטן בעכער. "קרח'ל!! דא שטיי לעבן מיר, און ריר דיך נישט אוועק א גאנצן סדר!" - דער אכט יעריגס. "סאבריי מאראנאן" א היליכן קידוש און די סדר איז אהן. נאך פאר שהחיינו און דער פיצי שמעלקלע האט שוין א תורה - דער פאטריאך ווייסט נישט צו זיין ברוגז אדער לאכן אבער אוועקפאטשען דאס קינד איז דערווייל נאכנישט קיין אפציע. ער לייגט צו אן האלבן אויער און איז אים מפסיק יעדע דריי סעקונדעס. ווען ס'ווען מעגליך הייסט ער שוין לאנג דעם גרויסן בחור אנגיסן דעם קליינטישיקס א גלעזל משקה און אים אנטרינקן צום שלאף, אפשר קעז אפילו.
פיקודא בתר דא - ענדליך איז דא עפעס ווי ער, דער ראש השולחן, קען אינטערווינען. ער הייבט אן איבערטייטשן די גאנצע מעשה מיט א קול יהודא יידיש נאר שווערער מאכענדיג די שוין אומפארשטענדליכע געזאגאכטס. בערך ווי אונקלס וואלט היינט אויסגעקוקט איבערטייטשענדיג חומש אויף אראמיש. נישט פארשטענדליך און נישט באדייטפול אבער די נקבות ביים טיש זענען איבערצייגט אז די הימלען שאקלען יעצט מיט דעם פיוט - און די טאטע לאזט טאקע נישט די מחשבות פאריתומ'ט, ער זאגט שוין תורה - "ס'שטייט אז ווען די אידן קומען זיך צוזאם זאגן די הגדה שטייט די פאמיליע של מעלה און..."
ער גייט גלייך צו די שבילי רקיע, אונטן האט ער גארנישט געטראפן. דער פשוטער ארבעטס יודעלע וואס האבן קוים עספיעט אריינצובליקן אין א רַב פאר יו"ט זיצט מיט די בני בית ביים טיש און איז עוסק במעשה מרכבה. איזה מחזה. אבער די ווייבער שאקלען צו מיט אן ערענסטקייט - סעפעס א קלייניקייט, עס איז נישט קיין צייט צו פארברענגן יעצט, פון הימל קוקט מען אויף אונז - שויתי השם לנגדי פסח.
ביי מה נשתנה שטעלן זיך די קליינע זוי זיסע קינדער און אייניקלעך איינציגווייז אויף אויסגיסן די לעצטע צוויי וואכן האראוויניע - ענדליך האבן די עלטערע אויך א גוד טיים - און האלטן זיך אונטער. פארן סעמי עלטערן יונגל איז נישט היינט די צייט. פארסענדוויטשט צווישן די זיסע פיצלעך און ערוואקסענע געשוויסטער קומט ער אריין היינט נאכט שוואכער ווי א גרעפס ביי נעילה, דערפאר איז ער דער שעיר לעזאזל א גאנצן סדר ווען עפעס גייט שלעכט, מיטזינגען דארף ער נאך אויך. ווי פראפעסניאלע וואטערבארדער הייסט מען אים טרינקען די כוסות, ביז ער פאלט צוזאם.
דער צייטווייליגער קעניג איז ענדליך מסביר, וואס האט פאסירט מיט די יידן אין מצרים, אוועקנעמענדיג יעדעס ביסל איבערגעבליבענעם געשמאק פונעם עכטן געשיכטע, צולייגענדיג נופחות משלו איבער די דאפעלטע לשון פון חכמים ונבונים.. זייער וויכטיג יעצט טאקע. אגב געדענקסט נאך פארוואס מען זאגן קדש שנעל? כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן. עקזעקטלי - זאג עס איבער נאכאמאל. טוזשע ביטע א טובה און הערט אויף סערקירן דעם עולם מיט מינדוויכטיגע נושאים וואס איז דיר יעצט בייגעפאלן ליינענדיג יענעם קונטרס.
מען זאגט די הגדה, ווען יעדע צוויי מינוט דערמאנט זיך א צווייטער ביים טיש אז ער האט נאכנישט געזאגט גענוג היינט, איי נישט ער וויל זאגן און יענער וויל נאך ווייניגער הערן. צא ובדוק העסטע זעהן אז איז דיין תורה איז בלויז א פלאטפארמע פאר יענעם'ס ווארט. צומאל שרייט אפילו א צווייטער אויס "יאוי משוגע האסט מיר יעצט צוגעכאפט מיין ווארט, כאבעס יעצט געוואלט זאגן!" טאקע ממש א בראך. נאר שמיצל - דער יונגערער בחור'ל, האט נאכנישט געטראפן א געלעגנהייט אריינצווארפן א גוטס היינט נאכט, ער האלט זיך אין איין שארפן די ציין אויף דעם איינס און א גוטס אבער ממש א האר אוועק, שוין מיט די מויל אפן, באשליסט דער פאטריאך אז מ'דארף זיך א שאקל געבן. געט ער פלוצים א שאר ארויס רויטערהייט א לומדישן שניט איבער פארוואס מען מאכט נישט קיין ברכה אויף די הגדה, הגם עס איז טאטאל אף טרעק יעצט ביי דיינו. אבער ער האט שוין נישט געקענט נעמען א טשענס ווער ווייסט וואס ערט באלד האבן. פון די פופצן הגדות וואס ערט זיך אנגעגרייט זאגט קיינער נישט קיין תורה אויף דצ"ך עדש באח"ב און די בני ברק'ע מעשה האט ער שוין פארפאסט. די מאמע שמייכעלט צו אים מיט סימפאטיע, כאילו איר דארף ער יעצט, יעצט ברויך מען געפעלן דעם פאטער, וואס קוקט גראדע נישט אויס צו באגייסטערט מיטן ווארט אבער שעפט דאך נחת פונעם דערשראקענעם למדן זיינעם.
שוין אפגעפעניעט ביז מוציא מצה - און דער ראש השולחן ליגט אויסגעשפרייט ווי די רבי אין זמירות, מיט די אויגן אויף ארויף, טראכטענדיג פון די קאָפי דאך וואס ער דארף איבערפעינטן תיכף נאך יו"ט #כוונות. איין איידעם שלאגט זיך מיט זיין מלכות קושן דער צווייטער קייעט דעם כזית סתם אזוי שיהף געבויגן ווייל קיין הענטל האט מען אים נישט צוגעטיילט #מסובין #מלכות. דער יונגערער בחור לעהנט זיך אהן אויף א קליינעם וואס שרייט און שטיפט אויף צוריק, מיינענדיג אז דער טאטע איז יעצט באמת פארדווייקעסט. ער האט זיך נאכנישט אויסגעלערנט די כלל אז א טאטע לייגט שטענדיג אוועק חטאים וואס קומט ארויס במשך'ן יו"ט ביינעזאם מיט נאך א הויפן נחת ווייטאג. עס קען זיין א בייזן נאכמיטאג אדער א גרינעם חול המועד פרימארגן נאכן אויפשטיין שפעט, אבער דאס גייט ערגעצוואו זיך אויסגיסן און דאן העט נישט העלפן די "ער האט קודם'ס" מיט די "ווייל ער האט פארדעם'ס". ביידע העלן כאפן.
מען טיילט שוין מרור. ענדליך עפעס עקשאן. דער עולם זיפצט און קרעכצט - מאכענדיג א גאנצע ספארט פון א זכר'ל. שמיצל טרייבט איבער אביסל מיט די זיפצן - ביז ער כאפט דעם וואס מאכסטעך נאריש פסק. ביי נאו ווייסן שוין ביידע בחורים - שמיצל און שמעקל, אז ביי די נעקסטע קרימענאלע אקט וואס זיי באגייען קומט א פולשטענדיגע אטאקע און ס'הייבט זיך אהן א וויכוח ווער ס'זאל זאגן די נעקסטע נחת תורה.
אהה די אייער - ווי פארשעהמט ער איז ערב תשעה באב אזוי מלכות'דיג קומט ער אריין פסח. דער עולם כאפט מיט איין אטעם, און איך פארשטיי שוין פארוואס דער גוי האט פארלאזט הארט פאר שולחן עורך.
ביים סאמען שולחן עורך באשליסט דער מלך צו נעמען די זאך אין די האנט אריין און זיך צויאגן צו חצות מיטן נו נא חצות חרוז. נישט ביי די סיפורי צדיקים אויף מחותנים לפניך און נישט ביים קייען די שטיקל כזית פלוס מצה, נאר למען השם יעצט ביי די פיש. אויב איז דא עפעס מלכות דעם נאכט איז עס ווי אזוי דער קעניג פירט זיך אויף מיט זיין ושתי'ן - טוט איר אויס נאקעט יעדע פינף מינוט מיט א צווייטע פאראיבל - נאָ, אה, אה-הא, ווי א יבניאלע חסיד און א שווארצן גר זיצט דער מלכות'דיגער דארפס יוד מיטן קיטל און דערקוטשעט זיין שפחה.
איך ווייס נישט וועם מען פּאפט אבער תאבון מיי עשתרות, מען שטיפט דעם אפיקומן ווי א ספאזעטארי ביי א תאניס.
דער עולם איז יעצט שוין גוט אפגעחומל'ט אבער מען זינגט שיין אפ ביז חד גדיא, פארענדיגענדיג דעם סדר מיט א טעם פון אפיקומן אין מויל.
געוואנדן לויט די אומשטאנדן, ווענד זיך אין די מאס ליידיגקייט וואס מען שפירט, באשליסט מען צומאל צוצולייגן ר' שמשון אוסטראפאלער'ס בריוו אדער שיר השירים, פארענדיגענדיג דעם סדר 2:45 אלל אינקלוסיוו. אויב טרעפט מען צומארגנס א שבח יוד דאן קען מען זאגן אז מען האט נעכטן גענדיגט בערך דרייע סתם - וואס קען מיינען שפעטער אויך. און אויב טרעפט מען א מער אויפגעקלערטן קען מען זאגן קרוב צו צוויי דרייסיג וואס קען מיינען פריער אויך. וואס איז אויב טרעפט מען קיינעם נישט וואס פרעגט - גוטע פראגע, דאן הייב דו אן די שמועס.
מיט האלבע שולד געפילן פארן נישט ליינען קריאת שמע אויף אזא הייליג נאכט קושט מען די מזוזה און מען לייגט זיך אריין אין געלעגער מיט די זעלבע געפיל ווי ביים אהיימוואקענדיג ראש השנה נאכן דאווענען - 'ב"ה איין טאג אראפ'. מארגן דארף מען שוין נישט כאפן חצות, מען קען אנהייבן שפעט, בקיצור די עיקר סדר איז שוין פאריבער.
מ'שטייט אויף שפעט, מען איז טועם עפעס ווייעכס און טעם-לאז. נאו טשולענט נאו ברוינפן בלויז הלל פור טודעי. מ'וואשט זיך צו לחמא עניא צום צוויייטן מאל פון די קומענדיגע אכט טאג. מען עסט זיך אן צו די זעט און ונהפוך הוא, מ'קערט איבער ס'בייכעלע אויפן קאלטן מאטראץ און מ'פאפט א געפופאכטס. מען שטייט אויף צו אביסעלע פרוכט און סיי וועלכע ספר ס'קומט אונטער די האנט. מען גייט ליידיג ביז מנחה מעריב - ווי די געשמאקע אויסגעבלאזענע יום טוב וויצן הייבן שוין ארויסצושפראצן. דאן גייט מען צום צווייטן סדר מיט אן עטוואס רואיגערן געמיט, גרייט אפצופטר'ן די סדר אינאיינעם מיט די מרור. די צווייטע טאג גייט שוין דאס ליידיגיין אריין אין פאזע צוויי. מען שפירט זיך גוט פארפיסטעוועט און אוילי, און די איינציגע בארואיגונגס פיל איז אז חול המועד איז שוין ביים שוועל.
א גוטן מועד א גוטן מועד! דער עולם באגריסט זיך העפליך מיט א באהאלטענעם שמחה. הגם ס'נישטא קיין שום פלאן אויפן האריזאנט דערווייל, חוץ אייער שפייז מיט מצה מאלצייטן, הערשט אבער א רוח פון פרייהייט און געלעגנהייט. דא הייבט זיך אהן פיר טעג פון קריכן אויף די גראדע ווענט. אין בית המדרש שפירט מען זיך אויסגעשפילט, אין עסטראולענד קאלט און ליידיג, אין סאפארי אויסגעדראשן, און אינדערהיים אפגעריסן. הגם אז אין די אלע אויבנדערמאנט פלעצער געפינען זיך רובי דרובי כלל ישראל, שפירט יעדער ווי דעם חול המועד האט מען גארנישט געטוהן אדער קוים יוצא געווען. לאמיך שוין הערן וואס איז די גראנדיעזע חול המועד אויספלוגן זענען. זיך ארויסלאזן פארטאגס קיין הערשי'ס פארק? איך מוז הייסטעס פארן דריי שעה און שמעקן ברעכאטס צו האבן א פארגעניגן. איך בין עפעס געצווינגען צו גיין פארברענגן מיט כלל ישראל ביים בעלט פּארקוועי? ס'געפעלט מיר די ליסטע פון פארוויילונגס ערטער וואס די צייטונגען פארשפרייטן ביפאר יום טוב - א מדריך פאר א סוקסעספולען חול המועד. ס'קומט מיר פאר ווי מעקסי העלט'ס ריבניצע הבטחות עדווערטייסמענטס - פאר א געזונט לעבן.
אזוי ליידיגט מען אפ איין טאג נאכן צווייטן, איין טאג בלאזט די ווייב אז אלע שוועסטערס זענען ערגעץ געגאנגען און איין טאג די מאן אז די ווייב האט אים איבערגעלאזט נאך אינמיטן פרישטאג, איי דיסטעך איר געהייסן "גיי גיי ס'גוט ענזשאוי דיך"? ניין, און גערעכט איז ער. האט ער דען געקענט פאראויס זעהן אזא מפלה פון א טאג. טוט זיך א בלאזעריי צווישן די פארפעלקער ארגער ווי ביים ארויספארן אין קאנטרי, אזש ס'וואונדערט מיר פארוואס דבר האבד איז נישט קיין היתר אויפן גברא אויך.
די בחור'ל מיט די קנאקעדיגע מיראזש שיך און גלאנציגע טיש בעקיטשע דרייט זיך אויך ארום ליידיג אין שטוב, ארויסלויפנדיג תיכף פאר די אומקער פונעם פאמיליע, צוריקומענדיג דריי פערטל שעה שפעטער ווי א גאנצע רחמנות, אזש נישט נאר ווערט ער געלויבט פארן הארעווען א גאנצן טאג נאר מען באנעבעך'ט אים נאך ווי קען מען אים נעמען.. ער שפירט זיך ווי א פאפּער און די עלטערן ווי פאררעטער. הצד השווה שבהן, ביידע שפירן דעם חול המועד.
אזוי שימעלט מען אפ ביז די צווייטע קניידל טעג.
די צווייטע טעג לויפן שוין שנעל דורך. אייגנטליך, בכלל נישט שנעל, אבער די ליכטיגקייט דערזעהט זיך שוין ביים עק טונעל. ווידעראמאל חזערט זיך איבער די זעלבע ליידיגגייעריי די זעלבע פליישיגע פרישטאגס און מצה געקייאכטס, די זעלבע שוויציגע אפענע מויל שלאף און צומישטע ערוואכונג דערנאך, די זעלבע ביטערע שפאציר דערנאך צום אומבעטעמטע סאציאלע פארברענג מיטן ליידיגן בית מדרש געמיינדע.
ענדליך געזעגנט מען זיך שוין פונעם פיינפולען יום טוב, ביז קומענדיגן יאר. מען קען טאפן די שמחה אין די לופט. נישט אומזינסט זאגט מען דריי מאל לשנה הבאה מוצאי יום טוב. שוויציג פארקלעפט און משומן מען געט א פראל אויף דעם טיר - גוטע וואך א גוטע וואך! און מען געט זיך א לאז צו די פלאסטישע קאונטער טאפס אראפפליקענדיג איינע נאך די אנדערע אהן רחמנות, אויסגעבענדיג די גאנצע כעס דערויף. יעדער לייגט צו א האנט אראפצווישן דעם יו"ט פון האריזאנט. ענדליך אנדעקט זיך צוריק די אלטע שפאגעל בליטשקעדיגע קאונטערס. צוריק צום עולם הפשטי. צוריק צו ביזנעס, צוריק אין חדר, ישיבה, און סקול. מען דארף נישט בעטן קיין צוויי, יעדער פאלגט. מען ברויך צוריק די אלטע חיות. אין די רעבישע וועלט רופט מען עס אנגעשעפט כוחות אויף די זוממער טעג. יא יא, אבער נישט פונעם פאזיטיוון זייט.
אריין אין חודש איז מען מלא חיות און ערווארטונגען, פרישע בגדים, ריינע שטוב, נייע הגדות, הגדרות, הבנות, הכנות, עסקנות, א שטיק חידוש, און ארויס גייט מען א קלעבעדיגע אויסגעדראשענע אוילי הושענא, צומישט ווי אנצוהייבן פון פריש. כאילו יצא ממצרים ביג טיים. נישט קיין וואונדער פארוואס מען זאגט אז די הכנות איז גרעסער פון די מצווה. אויב האב איך זיך עפעס איינגעקויפט איבערן יום טוב איז עס די פאר שונאים, פיש און פלייש, טיש בעקיטשע און שטריימל, דאווענען און יידישקייט, און - אה יידישקייט האב איך שוין געזאגט.
די וועלט זאגט א ווערטל אז דערפאר האט המן בלויז געבעטן איין טאג צו הרגענען אלע יידן, וויבאלד ער'ט זיי נישט פארגינען מער ווי איין טאג יום טוב.. און איך זאג אז ביי מיר איז פרעה דער גאון העינויים, ווייל אהערצושטעלן אזא לאנגן טיף דעפרעסנדן יום טוב קען נאר איינער וואס האט גענוצט קינדער פאר ציגל.
אין אן ערנסטן נאטיץ - ראשית כל וויל איך קלאר מאכן, אז איך האב פאר קיין רגע נישט געמיינט חס וחלילה אנצושמיצן אזא הייליגן יידישן חודש וואס איז באמת מלא וגדוש מיט מצוות און מעשים טובים און באדייטפולע צערעמאניעס. וואס דען? איך האב בלויז געוואלט אראפמאלן די פאקטישע ריאליטי אונזערע און קלארמאכן די פראבלעמען וואס מיר מעגן און זאלן זיך פארבעסערן אין. איך גלייב אז כלל ישראל קען באמת האבן א באדייטפולערן פסח אויב נעמט מען דאס פאלגענדע אין באטראכט:
די מהות פון א יום טוב - סיי וועלכע - איז ימי שמחה. מען קויפט נייע בגדים ווייל עס איז ימי שמחה, די גאנצע פייערונג, די סעודות און פארברענג, איז בבחינת סעודת הודאה אויף די אלע גרויסע ניסים וואס באגלייטן אונזער פאלק דור דור, און די בשר ויין איז אויך נאר מחמת שמחה. סתם אזוי שטייט אין תורה א רייע עונשים פאר די בלויזע חטא פון תחת אשר לא עבדת את השם אלוקיך בשמחה ובטוב לבב. די סימן צו וויסן אויב די מצוה ווערט געטוהן ריכטיג איז אויב דאס מאכט דעם מענטש פרייליך און צופרידן אדער די פארקערטע. ווי דוד המלך זאגט - תמימה, ברה, משיבת נפש, משמחי לב, ווען דאס פעלט - איז דאס קודם כל סתם א סימן אז עפעס איז שלעכט מיט די רעסעפי. צווייטנס ווערט פשוט די גאנצע מעשה א לאסט אויפן קאפ - וואס ברענגט אומגעהויערע קאנסיקווענצן. די מצוות ווערן בלויז א פרעשור. מען הייבט זיך אהן עקלן סאבקאנשעסלי פון די מצוה-פילע טעג. אבער פון די אנדערע זייט, קען מען קיין שגץ אויך נישט זיין. די תוצאה איז אז אדער פרובירט מען צו זיין הייליג און ניצן הויכע ענינים אלס אן עקסטינגוישער צו פארלעשן דאס אינערליכן פייער. אדער געט מען נישט קיין דיים פאר די גאנצע מעשה, און מען פאלגט בלויז די טרוקענע אינסטראקציעס. ביידע פון די וועגן זענען זויער. עס איז פשוט נישט געשמאק צו פראווען אכט טעג הייליגקייט און זיך נאך שפירן ליידיג דערנאך, און עס איז אויך נישט געשמאק צו מקיים זיין א טוץ מצוות ווי ראבאט.
איז אזוי, די ערשטע זאך איז וויכטיג צו איינקויפן אביסאלע ברייטקייט איבערן יום טוב, סיי אין הלכה און סיי אין השקפה. פשוט כדי צו זיין היימיש מיטן פריינט און וויסן די ציל. דערנאך ברויך מען פשוט פארשטיין אז דעם טעם און געשמאק אין יום טוב ברויך קומען פונעם מענטש זעלבסט. קיין איין הגדה גייט נישט מאכן די מלאכה. די סדר נאכט בעצם דארף צו זיין א געשמאקע פארברענג מיט די משפחה אין ווי מען דיסקוסירט וואס אימער תוכנ'דיג וואס פאראינטערסירט די ארומיגע. נישט ווייניגער פון א געשמאקע באטע. די מדרגות לאז פאר די דערהויבענע, צו וועם די מדרגות רעדט צו. ברויכסט נישט קיין באצירטע פריש באניספח'טע מתיבתא הגדה - צו וויסן וואס טוט זיך. עס איז נישט קיין שיעור עיון סדר. די גאנצע הגדה איז בלויז געשאפן געווארן כדי צו לייגן עפעס יידישע מאטריאל אויפן טיש און ביי דע וועי עבדים היינו איז א תירוץ נישט קיין זויערע פזמון. זאל עס זיין א טעאלאגישע דיסקאסיע אדער א פשוט'ן שמועס איבער חסד השם, היסטאריע און יהדות, הכלל - עפעס מענטשליך און געשמאק פאר די גאנצע הויזגעזונט.
נאך איין נקודה הצריך חיזוק אפילו פאר די אויפגעקלערטע: אין די הייליגע טעג זיצן די מידות אויפן אויבנאן. א גאנץ יאר איז מען פארנומען און פארטוהן מיט פארשידנס. אחוץ שבת מאכט זיך נישט קיין סך פלאץ פאר די ריכטיגע חולשות ארויסצוקומען. יום טוב אבער איז א צייט וואס מען פארברענגט מיט זיך אליינס. פונקט ווי דער מיטן לאו סעלף עסטים וואס ניצט דעם סמארט פאון ווען אימער ער שטייט אליינס און אומבאקוועם ערגעצוואו - אלס א דיפענס מיטל, און דערזעהט זיך יום טוב מאכטלאז אזוי אויך מיט אלע שוואכקייטן אלע שוואכע מידות. כעס גאווה כבוד קנאה וכו. די אלע קומען מאנען דאס זייעריגע אין די ארבעטסלאזע טעג. די טעג שפיגלען היפש אפ דעם מענטש באמת און ס'טאקע נישט גרינג זיך צו האלטן פולקאם מסודר אבער מ'דארף געדענקן די וויכטיגקייט פון שלום בית און כבוד הבריות.
ערשטנס טאטעלע טייערע - ביסט טאקע דער ראש הבית אבער ביסט נישט דער יחיד ומיוחד אין שטוב. קיינער לעבט נישט דיך צו דינען און אויסהערן. לאז יעדן לעבן אויף זיין שטייגער. הער אויס די קינדער נישט זוך בלויז צו פארקויפן. קוק דיך אום אויף די קליינע נישט נאר ביי די אונטערהאלטענדע מה נשתנה און ווען זיי גיסן עפעס אויס אויפן טיש. זיי נישט קיין נבל ברשות התורה און געב נישט אויס דיין כעס ווען יענער בראקט בטעות, אפילו ער'ט האלט נישט דעם מנהג אזוי טייער ווי דו. נוץ נישט ג-ט אויסצוגעבן דיינע בויך וויי. הער אויף זיך בייזערן אזוי פיל, און סעקיר נישט דיין בחור'ל פארן נישט עפענן א יידיש ספר איבערן יום טוב. סתם אזוי א וויכטיגע זאך - זייער וויכטיג צו וויסן פונאדערצושיידן צווישן א עשה, א דרבנן, א מצווה און א איסור, און א בלויזע חומרה אדער טראדיציע - מען דארף אויך וויסן ווען צו פארדאמען, ווען צו מסביר זיין און ווען זיך צו בייזערן. אין אנדערע ווערטער צוויי זאכן: איינס, די חכמה און צווייטנס די מלאכה. וויסן וואס איז ריכטיג און אבבאך געבן ווי אזוי מען אינפארסירט דאס. כלל נקוט בידך - די ריכטיגע עבודה איבערן יום טוב איז די שבירת המידות, די שלינגען און נאכגעבן, דאס אראפטרעטן פון טראן - די איז די איכות פונעם מענטש. קייען א זיכערע כזית מיט איין שלינג און פארמאכטע אויגן איז גרינג און סימפל - נישטא שטעקט די עבודה, די עבודה שטעקט אינעם ואהבת לרעך כמוך אין די אנגעצויגענערע טעג, אין די ארבעטס פרייע יום טוב טעג, און אין די ליידיגע חול המועד טעג. לויף נישט אוועק פון ג-ט, פונעם יום טוב און נישט פון דיר, אדרבה מאך עס אייגענארטיג און אויף דיין נוסח און פארשטאנד - פאלג דעם שולחן ערוך, רעג דיך נישט פאר ג-ט'ס וועגן ווען ער אליין איז רואיג, טוה די טרוקענע מצוה מיט דעת און פארשטאנד צו גרייכן אן אמת'ן נרצה.

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: - ווען כאילו יצא ממצרים געפאלט נאך יום טוב -
WOW
א ספעציעלן שכוח פארן עס ארויסלייגן נאך פאר יו"ט.

דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
שיין באשריבן מלא מליצות און אויספלאצן, זייער טאלאנטפול, איך האב געלאכט אזויפיל מאל.... אבער אוי אזוי ביטער, אזוי זויער, יא איך ווייס דו מיינסט עס נישט, אבער דאך...
איז באמת פאראן משפחות ווי דער יו"ט קוקט אזוי אויס? איך האף אז נישט.
איך זאג נישט, דער ערב פסח איז ע"פ רוב אנגעצויגן, דער סדר - ווי געשמאק עס זאל נישט זיין - איז צומאל אביסל באורינג בפרט ווען דער ראש המסובין איז נישט דער וועלטס רעדנער, אבער קוקנדיג אויפ'ן גרויסן בילד, איז דאס א הערליכער יו"ט, און ביי מעריב מוצאי די צווייטע טעג שפירט זיך בענקשאפט געפילן - יא, איך וואלט גערן אויסגעצויגן פסח מיט אלע חומרות אויף נאך א וואך לענגער, כאטש וואס איך עס כמעט נישט קיין דרויסענדיגע מאכלים.
ב"ה איך ענדזשוי דעם יו"ט, ווי אויך מיין משפחה, ה' זאל העלפן אויף ווייטער, און אויך ביי אלע אידן.

וירח ה' את ריח הניחוח
- הבל וריק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל
Re: - ווען כאילו יצא ממצרים געפאלט נאך יום טוב -
שמעקי טייערע, דריי זאכן.
קודם קוקסטו מיר אויס צו זיין גאר א רואיגער און פאסיווער פערזאן. נישט יעדער נעמט זאכן אזוי לייכט.
צווייטנס, האב איך פארשטייט זיך איבערגעטריבן לשם מליצה, און באמת נישט געמיינט אלעס.
דריטנס, פרעג דיך נאך ביי אנדערע.. נישט יעדער קען אינדעפיצירן די זויערקייט און פון ווי עד קומט. ס'פאלט נישט ביי פארן אנגעצויגענעם בעל מספר און מרגליות מפיק ביים סדר, אז אפשר שפירט ער נישט קיין טעם דערין, ווי אויך נישט פאר די ארומיגע.
בנספח, בעט איך דיר איבער אויב איז עס ארויסגעקומען מער זויער ווי זיס. פעמים שאני קשור ברגשותי יותר מדי..

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
העי דעיס מוז מען אוועק לייגן אויף נאך פייסעך אדער לפחות חוה''מ.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: - ווען כאילו יצא ממצרים געפאלט נאך יום טוב -
ניין, ליין עס יעצט און מאך זיכער אז דו וועסט נישט דארפן אזוי שפירן מוצאי יו"ט.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: - ווען כאילו יצא ממצרים געפאלט נאך יום טוב -
הערליכע שטיקל! מלא וגדוש.
איך זעה קלאר מיין טאטע אינעם מעשה, אבער כ'האף אז מיינע קינדער וועלן מיר זעהן אינעם אויספיר.
יישר כח פארן מאכן קאווע שטיבל גרעיט אגעין!
איך זעה קלאר מיין טאטע אינעם מעשה, אבער כ'האף אז מיינע קינדער וועלן מיר זעהן אינעם אויספיר.
יישר כח פארן מאכן קאווע שטיבל גרעיט אגעין!
- הבל וריק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל
Re: - ווען כאילו יצא ממצרים געפאלט נאך יום טוב -
נעגעל וואסער האט געשריבן:הערליכע שטיקל! מלא וגדוש.
איך זעה קלאר מיין טאטע אינעם מעשה, אבער כ'האף אז מיינע קינדער וועלן מיר זעהן אינעם אויספיר.
יישר כח פארן מאכן קאווע שטיבל גרעיט אגעין!
@נעגל וואסער איי עפרישיעיט
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
הכל הבל!
! All in one
א בעל מספר, אן ענטעינער, א בעל מחשבה, און א וועגווייזער. די וועסט האפענטליך האבן א זיס חודש לויט וויפול כוחות האסט דא אריינגעלייגט. ס'איז צו האפן אז אין הייליגען נאכט בשעת די נאנ-סטאפ קין וועלען מיר זיך דערמאנען אין הבל ומנחתו.

Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
[tag]הבל וריק[/tag], דו ביסט א גאון אין דראמא, ליצנות, און מוסר השכל, אויפאמאל!
הגם די גאנצע ארטיקעל איז איין קייט פון לאנגע אויספלאצן אין גלעכטער, דארף מען כאטש מאכן חזרה אויף איין שורה וואס האט מיר באזונדער געמאכט לאכן:

הבל וריק האט געשריבן:אהה די אייער - ווי פארשעהמט ער איז ערב תשעה באב אזוי מלכות'דיג קומט ער אריין פסח. דער עולם כאפט מיט איין אטעם, און איך פארשטיי שוין פארוואס דער גוי האט פארלאזט הארט פאר שולחן עורך.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
- הבל וריק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל
Re: - ווען כאילו יצא ממצרים געפאלט נאך יום טוב -
שוין די צווייטע מאל היינט וואס איך ווער פארויטלט ביים געוויזן ווערן די שטריימל קטע אויף וואטסאפ. #ואגדלה ניקֶך והיה ברכה
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: - ווען כאילו יצא ממצרים געפאלט נאך יום טוב -
זייער פיין.
נאך א נקודה. אביסל הכנה קען פארמיידען אסאך צרות. מאכן זיכער אז די לולב איז אין האנט פאר'ן שריפת חמץ פאראכץ. מאכן זיכער אז מ'גייט קויפן די ער"פ מצות אין א רואיגערע צייט (אדער נאכגעבן דער ענין פון ער"פ מצות פאר'ן ענין פון א רואיגער יו"ט. הער שוין אויף, דו ליטוואק!).
פערזענליך קויף איך מרור פון א גויאישע קאמפאני, און ער"פ בינאיך געצווינגען צו זיצען א פאר שעה באקוקן די בלעטלעך. ס'צווינגט א רואיגקייט אויף די מוט, עכ"פ ביי מיר.
איך ווייס נישט פארוואס צווייטע נאכט דארף מען נישט ענדיגען ביי חצות. יעדעס יאר ענדיגט מען הלל בערך ביי חצות ביידע נעכט, און ס'איז געשמירט. יא, שו"ע איז אפט שנעל, אבער דאס איז ווייל מ'איז שוין נישט הונגעריג, נישט ווייל מ'יאגט איינעם.
דאס דברי תורה זאגן קען מען אויך קאנטראלירן מיט אביסל הכנה. לאזן יעדע קינד מיט איין ווארט ביים סדר, און אפמאכען פאראויס ווען און ווער.
חול המועד טריפס איז א מכה אשר לא כתובה, אבער אז מ'גרייט זיך צו און מ'איז גרייט צו צאלן אביסל מער ווי מינימום, קען מען עפעס לייכטער טרעפן.
סתם אזוי, איינער וואס זיין מח קען נישט דערהייבן ליידיגע צייט איז ביטער. האסט נישט קיין גמרא נאכצוקוקן? א תשובה דורכצולערנען? עפעס א וויסענשאפט וואס דו האסט אפגעלאזט איהר פארשונג צו די נעקסטע פרייע שעה? אך און וויי פאר איינער וואס זיין לעבן איז אזוי פוסט און מגושם אז ער קען נישט לעבן מיט זיין מח. פון אנהייב יאר דארף מען זיך צוגעוואוינען נישט צו זיין דער סארט מענטש וואס זיין קאפ וועט זיין ליידיג חול המועד.
ביז דעמאלס, וועט מען לאכן אויף הבל וריק'ס פערל ווערטער/משלים/קאריקאטור.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
אנריעל! אייזן גוט! כ'האב ביי כמעט יעדן זאץ באזונדער אויסגעשאסן. און כ'האלט גראדע נישט אז דער תוכן איז צופיל איבערגעטריבן; ס'האט פון די שורות ארויסגעקוקט דער ערשטער חלק פון מיין לעבן. כ'האב מיך באלעקט מיט יעדן ווארט. שוין אפגערעדט אז כ'האב נאך קיינמאל נישט זוכה געווען צו שפירן יענע בענקעניש וואס שמעקעדיג האט מוצאי.
נאר איין קליינע באמערקונג: אפילו דער ארטיקל איז אין שמייכל, מיין איך אז דער האלעקאסט ווערט צופיל גענוצט, און איז נישט אזוי פאסיג.
אז מ'רעדט שוין, ערב פסח האסטו אויסגעלאזט צוויי זאכן. דער לחץ פון ברויכן אריינהאקן חמץ פאר צענע טוט קודם כל אוועקרויבן דעם ארגעזם פון נישט זאגן מזמור-לתודה. איבער'ן גאנצן יאר חלומ'ט מען אין סידור ביי די ווערטער "בימים שאין אומרים מזמור לתודה." מ'קוקט ארויס אויף דעם גרויסן טאג, מ'גארט אויף יענער חי-שעה, און דא, ערשט ביי הכנעני-החתי-האמורי, ווען מ'דערמאנט זיך אין יענע נקיבות וואס מ'האט געזען ביים פראטעסטירן אין מאנהעטן קעגן גיוס, כאפט מען זיך אז אין גרויס געיעג האט מען יא געזאגט מזמור לתודה. הפנים, מ'געדענקט נישט ממש אז מ'האט דעם מזמור יא געזאגט, וואס מ'ווייסט אבער אויף זיכער איז אז ס'האט גארנישט עקסטרע-ארדענערי פּאסירט צווישן דעם ברוך-שאמר און יהי-כבוד, וואס ברענגט צו דער מסקנה אז דער מזמור-לתודה איז ווארשיינליך געפארן אויף זיין טעגליכן רוט.
והשנית, די רענדעם גע'סיומ'אכצער וועלכע זענען תופס מקום אין יעדן ווינקל פון בית-מדרש, און פארמירן זיך מיט מנינים פון לאו דווקא די געווענליכע הוט-רעקל שניט. יעדער פון די צען קוקט פאר-א-טשעינדש אויס אנדערש, עפעס אביסל אומאן, שושן-פורים. טלית, הוט, קוטשמע, שטריימל, צוויי קאַפּלעך, בלויז איינס, איינס + פורש כנף למעלה — אן ארעם מיט א שטיקל ארבל ס'זאל זיין שני כיסויים. ביי עמיצן זיצט אַן איבערגעדרייט קאַפּל אויפ'ן קרעציגן קודקוד, און דאס צוליב וואס אויף דער רגע געפינט ער זיך אין בין-השמשות פון נאכ'ן זיך שערן אבער פאר'ן שויער/מקווה — איז ער פארט אבער א בכור, ער פֿאַסט, און יעדער מוז אינהעילן דעם איבל'דיגן גערוך וואס קומט מיט יעדן אטעם זיינער. א צווייטער האט א ישן-נושנ'דיגער טלית אזוי געל ווי זיינע ציין, און ס'שטינקט פון קטנים אין א מושב-זקנים. ער האט נאך א מעשה אונטער דעם. ס'הייסט זיין וואכנדיגער טלית האט ער גענוצט שבת-הגדול צוליב דעם וואס זיין שבת'דיגער האט ער געגעבן צו קלינען אויף פּסח, הענס דער געל-שווארצער שמאטע אין צענטער פון עשרת-בני-רב-פפא געכיפעראכץ. יענער איז מלא וגדוש מיט חשבונות איבער טליתים, און וואס פארשטיי איך דערצו.
- הבל וריק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל
Re: - ווען כאילו יצא ממצרים געפאלט נאך יום טוב -
ישר כח יואב!
יא ביסט גערעכט מיט די האלאקאסט מחאה. די הארץ זאגט אז ס'איז לכאורה נישט שיין טאקע.
איבער די אנדערע ערב פסח לחצים, ווייסטעך לא אלמן ישראל - דערפאר האמיר דאך דעם "מייסטער הומאריסט" דא וואס מעניפולירט אונזערע ליפן שטענדיג אויף ארויף..

- פיקאסא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 118
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
- האט שוין געלייקט: 332 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
- ווען כאילו יצא ממצרים געפאלט נאך יום טוב -
לכבוד אונזער נייע מייסטער שרייבער [tag]הבל וריק[/tag] טוה איך דא פרעזענטירן דאס שיינעם ארטיקל לכבוד פסח, אין א פי.ד. עף. פארמאט.
קליקטס אויף דעם לינק, ליינטס און האטס הנאה!
קליקטס אויף דעם לינק, ליינטס און האטס הנאה!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
Re: - ווען כאילו יצא ממצרים געפאלט נאך יום טוב -
שוין גארנישט אזוי הבל וריק, דאס ברויך מען קייע''ן און ס'האט גערינען רו''ק... די אויג צו די אלע נקודות און זיי ארויסברענגען אזוי הומאריסטיש און קונסטליך איז צום באוואונדערן - עס איז געווען א גרויס פארגעניגן צו ליינען...
הכל הבל...
איך האב מינדערוויכטיגע הערות איבער די די תוכן. וד''ל.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 263
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך וויל נאך עפעס צולייגען.
איך האב געזען אין דער כתבי ר' משה מידנער בשם ר' משה קאברינער א פשט, 'ויעקב הלך לדרכו ויפגעו אותו מלאכי א-לקים'. דער צדיק גייט אין זיין וועג, ער באגעגענט דארט די געטליכקייט, אבער נאר אלס באגעגעניש, נישט ווייל דארט איז ער געגאנגען.
זוך נישט צו כאפען מלאכים סדר נאכט. זוך נישט דער דערהויבענקייט פון א יו"ט מיט די קינדער, ׳שיין׳ נישט אריין קיין אמונה ביי זיי און נאש נישט פון די מדרגות פון דער חג. גיי אין דיין וועג, גרייט זיך צו מיט אן ערליכע דאווענען (כוונת פירוש המלות) אין די טעג פאר יו"ט און לערנען די סקראבאווע ספרים פון חורש"י אוה"ח און מדרש, און האלט איין די שלעכטע מדות וואס ערוועקען זיך אויף יעדער ריר און מינוט, און פראוועט'ס נישט קיין סדר און רעכט עס נישט אפ, נאר דערציילען די געשיכטע מיט עברי טייטש פון הגדה ארויס. אז ס'איז דא וואס צוצולייגען, לייג צו. אבער נאטורליך כפי ס'קומט.
די מדרגות וועלען קומען, און ס׳איז דא גענוג פאר יעדעם, מ'דארף נישט כאפען.

אין דער יעצטיגע וועקער שטייט אז נאר אין ליטא איז פארהאנען חסידות. די בעלי נשתכחה האבען עס קיינמאל נישט געהאט