פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

שליחה דורך מפוזרי »

פילייכט מיינט שמא אולי maybe, וואס דרוקט בעיקר אז ס'איז א ספק. perhaps ווידער ברענגט מער ארויס אז ס'איז א צד כאטש נישט מוחלט. כנ"ל.
אגב אפשר אין איר אראמישע באדייט (אבער נישט אידישע) מיינט טאקע גענױ מעגליך.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

שליחה דורך מפוזרי »

האב איך געקוקט אויף גוגל. אויף אידיש טייטשט ער אויף דעם סדר, טאמער, אפשר (עפשער), פילייכט מעגליך.
און אויף דויטש: פילייכט, מעגליכערווייז.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

שליחה דורך החוקר »

קוקט אויס פון גוגל ווי פילייכט קומט קודם, נישט אזוי?

דאכט זיך מיר איר האט א גרייז אין די חילוק פון פילייכט און מעגליך ווי אויך אין perhaps maybe. ווי ווייט איך פארשטיי איז די באדייט פון ביידע ווערטער אייניג. די דיפערענץ איז אז אין דער צייט וואס maybe איז מער א פשוטע ווארט, איז perhaps מער א הויכע, שרייבערישע, פארמאלע ווארט. אשר על כן די זעלבע וועט זיין מיט פילייכט און מעגליך.

אויב איינער פרעגט "גייסט היינט נאכט צו די מסיבה?" וואס ענטפערט מען, מעגליך אדער פילייכט?

צוליב דעם פארשטיי איך אז במקום perhaps ברויך מען נוצן פילייכט.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

שליחה דורך מפוזרי »

איך האב דאך געברענגט גוגל דיר א ראיה צו ברענגען.

עכ"פ בשורש הדבר בין איך נישט איבערצייגט. אויף די פראגע וואס דו פרעגסט, קען מען ענטפערן: קען זיין. אדער: קען זיין יא און קען זיין נישט. והחילוק מובן.
מעגליך, איז אופן א'. אפשר (באידיש) איז אופן ב'.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

גאנץ מעגליך אז די ריכטיגע ווארט איז 2 ווערטער. פערהעפס= גאנץ מעגליך. מעיבי= מעגליך.
וואס זאגט דער עולם?
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

שליחה דורך מפוזרי »

גוגל האט גראדע געטייטשט: ווייט מעגליך.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:גאנץ מעגליך אז די ריכטיגע ווארט איז 2 ווערטער. פערהעפס= גאנץ מעגליך. מעיבי= מעגליך.
וואס זאגט דער עולם?


פארוואס נישט מעגליך אליינס? גאנץ מעגליך איז די ״היינטיגע אידיש״-אמעראצדיג.

Perhaps - מעגליך/(פילייכט)
Maybe - אפשר/מעגליך
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איז דא א אידישע ווארט פאר crutches?
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שבת אחים האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:גאנץ מעגליך אז די ריכטיגע ווארט איז 2 ווערטער. פערהעפס= גאנץ מעגליך. מעיבי= מעגליך.
וואס זאגט דער עולם?

פארוואס נישט מעגליך אליינס? גאנץ מעגליך איז די ״היינטיגע אידיש״-אמעראצדיג.

Perhaps - מעגליך/(פילייכט)

Maybe - אפשר/מעגליך


ס'איז לאו דוקא עמ-ראציש. אין ענגליש זאגט מען דען נישט Pretty much אדער for the most part ?
ביידע אויסדריקן זענען לכאורה א צוזאם שטעל פון possible און most likely. אזא מין כמדומה שברור.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:איז דא א אידישע ווארט פאר crutches?


crutches איז א לשון רבים פון צוויי שטעקענעס. די סינגולאר איז crutch וואס די דעפענישען איז אנליינען אדער סאפארט. אויף crutch טייטשט גוגל ושאר מפרשים "קוליע" . גיי ווייס צו ס'איז א שם דבר פונ'ם שטעקען אדער ביסודו אן אפטייטש פון סאפארט.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: יעצט דערמאנט. חיים גראדע אין זין בוך וואו ער פארציילט איבער איינעם וואס איז געגאנגען מיט קראטשעס. רופט ער עס אן קוליעס...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: יעצט דערמאנט. חיים גראדע אין זין בוך וואו ער פארציילט איבער איינעם וואס איז געגאנגען מיט קראטשעס. רופט ער עס אן קוליעס...!


דע ספרי קודש זענען טאקע געווענליך די בעסטע מקורות פאר שפראך עפעס וואס כל מיני גוגל שבעולם קענען נישט מסביר זיין
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: ייש"כ. דו האסט ארויפגעברענגט א שמייכל אויף מיינע ליפן. צו ליינען די ביכער פון חיים גראדע איז טאקע זייער געשמאק. אבער ספרי קודש קענמען זיי נאכנישט אנרופן... :lol: ס'איז נישט געאייגנט פאר קינדער...!
ווען ס'זאל זיך טרעפן א שרייבער/עדיטאר וועלכער קען אויסרייניגן די וואונדערליכע מעשה ביכלעך אז ס'זאל קענען עולה זייו על שולחן מלכים וואלט געווען א
וואונדערליכע זאך.. קוים ספרי חול...! ווייל סוכ"ס האט ער צומאל גענוצט א ביסל אן אומאיידעלע שפראך מסביר צו זיין געוויסע עניינים. איין זאך איז זיכער
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'האטציך מיר אויסגעמישט עטליכע שורות אין מיין פריערדיגע תגובה. נאר אזוי ווי ס'איז שוין באלד דער זמן שב"ק האביך נישט קיין צייט דאס צו פאררעכטן.
איינס פון די זאכן וועלכע זענען באשאפן געווארן ערב שבת בין השמשות... :lol:
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

ס׳דא זייער אסאך ווערטער און יודיש וואס ענדיגען (ענדיגן) זיך מיט ן אדער ען למשל בארגען (בארגן?) געבען (געבן?) מאכען (מאכן?) וכו׳ איז דא כללים ווען מ׳ברויך אריינלייגען (אריינלייגן?) די ע? אלע ווערטער ענדיגען (ענדיגן?) זיך גאנץ ״סגול׳דיג״ איז ווען לייגט מען די ע און ווען נישט?
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:ס׳דא זייער אסאך ווערטער און יודיש וואס ענדיגען (ענדיגן) זיך מיט ן אדער ען למשל בארגען (בארגן?) געבען (געבן?) מאכען (מאכן?) וכו׳ איז דא כללים ווען מ׳ברויך אריינלייגען (אריינלייגן?) די ע? אלע ווערטער ענדיגען (ענדיגן?) זיך גאנץ ״סגול׳דיג״ איז ווען לייגט מען די ע און ווען נישט?

דער כלל איז אז מ'קוקט אויף דער לעצטער אות פון פאר דער נאכזילבע.

"ען" שרייבט מען ביי די אותיות מ, נ, נג, ווי אויך 'ל' אויב ס'איז דא א קאנסאנאנט בעפאר דער ל' און נישט קיין וואקאל. (ווי למשל 'הימלען' יא און 'שפילן' נישט.) ביי אלע אנדערע קומט בלויז "ן," אויסער אויב דאס ווארט ענדיגט זיך אריגינעל מיט אן 'ע,' א שטייגער ווי בלאנדזשע — בלאנדזשען.
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

זיי מסביר אין פלעין יודיש ווייל כ'פארשטיי נישט.
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

איז דא א בוך ווי מ׳לערנט די כללים? אדער דאס איז א קבלה מדור דור?
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

וועלכע כללים? פון אויסלייג (ספעלינג) אדער פון גראמאטיק?
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

ביידע! קען זיין 2 ביכער. ביי אונז אין חדר האט מען נישט געלערנט די זאכן.
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

איר ליינט ענגליש?

פאראן א שיינע גראמאטיק אויף אידיש פון יודל מארק. דוד קאץ האט זיין אייגענע אידישע גראמאטיק געשריבן אויף ענגליש.
https://archive.org/details/MarkYudel.A ... iddish1978
http://www.dovidkatz.net/dovid/PDFLingu ... iddish.pdf
קען זיין אז די ביכער זענען אביסל שווער אויב מען האט קיינמאל נישט געלערנט די זאכן...

קורצע ערקלערונגען וועגן ענינים אין אויסלייג (למשל אז מ'שטעלט צו אן ע' אין "הימלען" אבער נישט אין "שפילן") קען מען געפינען אינעם בוך "קאלעדש אידיש" פון אוריאל וויינרייך.
ס'איז אויך דא א בוך "אידיש ווערטער אוצר" פון א. ראטה וואס האט עטליכע הוספות וועגן גראמאטיק. דאס איז געשריבן פאר היימישע ליינער. מען קען עס קריגן אין וויליאמסבורג.
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

וואס איז די הסבר אז אסאך שרייבן יידיש אידיש יודיש. איך גלייב אז אלע זענען ריכטיג לויט טייל מענטשן. פארוואס שרייבן טייל אזוי און טייל אזוי?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:וואס איז די הסבר אז אסאך שרייבן יידיש אידיש יודיש. איך גלייב אז אלע זענען ריכטיג לויט טייל מענטשן. פארוואס שרייבן טייל אזוי און טייל אזוי?

אין אידיש שרייבט מען 'אידיש', דאס איז אנגענומען היינט. אויף עברית שרייבן זיי 'יידיש', ביי זיי איז א חיריק צוויי יוד'עלעך. (לעצטנס איז געווען אדווערטייזט איבער א 'סיי דיי'...
פארשפארט