סאשי פיש האט געשריבן:דאס איז די גורם
איך ווייס נישט פארוואס ער איז אזוי מאריך דערין, ס'איז א דבר פשוט מאוד במחנינו אז אינטערנעט איז מותר בלויז לצורך פרנסה בלבד, אחוץ פון דעם איז עס חזיר טרייף. און אזוי האט ג'פסקנט דער פוסק הדור מרן שבט הלוי. סתם שיקען בילדער פאר אינטערטענמענט איז אסור לכל הדעות.
קוקט אויס פאר זיינע אנהענגערס מיז ער דאס אראפלייגען אלס א כמו ציונישע פראבלעם, אז מ'וויל זיך מתחבר זיין צו די גוים און אויפטוהן פאר אידישקייט. גאונות.
אויף אי-וועלט האט איינער געעפענט אן אשכול אויף די נושא, ותוך כדאי דיבור האט מען עס פארשפארט, כנראה אז דאס לייגט זייער גאנצע קיום אין א ספק. כ'וועל נישט זיין סארפרייסד אויפצושטיין מארגן אין הערן אז לאור קריאת חכמי הדור שליט"א פארשליסן מיר דעם וועבסייט.