הגרי"ש אלישיב זצ"ל - כ"ח תמוז תשע"ב

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

הגרי"ש אלישיב זצ"ל - כ"ח תמוז תשע"ב

שליחה דורך משה געציל »

הרב יוסף שלום אלישיב זצ"ל איז געבוירן געווארן א׳ ניסן תר"ע אין די ליטא צו זיין פאטער הרב אברהם לעווינזאן און זיין מאמע חיה מושא, זיבעצן יאר נאך זייער חתונה. זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון דעם מקובל הר"ר שלמה אלישיב, מחבר ספר הקבלה "לשם שבו ואחלמה", באקאנט אלס דער בעל הלשם.

אין תרפ"ד ווען ער איז אלט געווען פערצן יאר האט זיך די משפחה צוזאמען מיטן בעל הלשם ארויף געצויגן קיין ארץ ישראל. כדי צו באקומען די נויטיגע דאקומענטן ארויף צו גיין האט זיך אויס געפעלט אז די גאנצע משפחה זאל טראגן דעם זעלבען משפחה נאמען, האבען זיי געטוישט די משפחה נאמען צו אלישיב, אזוי ווי דער זיידע.

אנקומענדיג אויף ארץ ישראל האט ער זיך געזעצט לערנען פאר זיך אליינס מיט א געוואלדיגע התמדה אן קיין חברותות און אן קיין שום מסגרת, ער האט שטארק נושא חן געווען ביי הרב קוק ז"ל. אין יאר תר"ץ ווען ער איז אלט געווען צוואנציג יאר האט אים הרב קוק ז"ל אנגעטראגן די שידוך מיט זיין רעביצין חי' שיינא די טאכטער פון הרב ארי' לעווין, הרב קוק ז"ל איז אויך געווען מסדר קידושין ביי זיין חתונה.

אלס בחור איז ער געווען זייער נאנט צו הר"ר זעליג ראובן בענגיס זצ"ל גאב"ד פון דער עדה החרדית ווי ער האט באקומען סמיכה פון אים אין יאר תרצ"ח.

ער איז אויפגענומען געווארן אלס רב אין ביהמ"ד תפארת בחורים אין מאה שערים נאך זיין פאטערס פטירה ווי ער האט געדינט אלס רב פאר לאנגע יארן און ער האט געגעבן א שיעור אין גמרא א יעדע נאכט ביז ממש סוף ימיו.

אין תשי"א איז ער אויפגענומען געווארן אלס דיין אין די רבנות פון ירושלים, א צייט שפעטער איז ער אויפגענומען געווארן אלס דיין אין די בי"ד הגדול פון ארץ ישראל (באקאנט אלס היכל שלמה), ער האט דארטן געדינט אויף זיין פאזיציע פאר די קומענדיגע צוואנציג יאר, ביז ווען הרב שלמה גורן ז"ל וואס איז אויפגענומען געווארן אלס רב הראשי האט מתיר געווען די קאנטערווערסיאלע שאלה בנוגע ממזרים, דעמאלס האט ער אפגעטרעטן פון די פאזיציע און ער איז געבליבן איינגעשפארט אין זיין הויז כל ימיו, וואו ער האט געלערנט פאר זיך.

זיין דרך הלימוד איז נישט באקאנט, לערנעדיג פאר זיך אן קיין שום רבי פון וועם ער האט מקבל געווען, ווי אויך זיין שיעור וואס ער פלעגט געבן איז געווען אוועקגעשטעלט בעיקר פאר בעלי בתים און קיין ספרים האט ער נישט געשריבן. ער איז געווען א אמת'דיגער שקדן און מתמיד וואס האט נאך אין די הויכע ניינציגערס געלערנט ווי אלס יונג בחור'ל, שעות רצופות בלי הפסק.

אין תשס"א נאך די פטירה פון הרב שך זצ"ל איז ער געווארן מער-ווייניגער דער מנהיג ביי די ליטווישע קרייזן צוזאמען מיט הרב שטיינמאן שליט"א, אבער למעשה האט ער געהאט די עיקר השפעה ווען עס איז געקומען צו סיי וואספארא באשלוס די דגל התורה פארטיי האט געדארפט מאכן.

ער האט געהאט צוועלף קינדער מיט זיין רעביצין, פיר טעכטער מיט איין זון זענען אוועק בחייו. צווישען די קינדער ציילן זיך אפאר פראמינענטע נעמען בעולם התורה, די טאכטער בת שבע ע"ה אשת הגאון ר' חיים קנייבסקי, די טאכטער שושנה ע"ה אשת הרב ר' יצחק זילבערשטיין שליט"א, די טאכטער לאה ע"ה אשת הרב ר' עזריאל אויערבאך שליט"א, די טאכטער גיטה תחי' אשת ר' בנימין רימער שליט"א משגיח ישיבת כוכב מיעקב.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר