ווען לוינט צו אינוועסטירן אין סטאקס?

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

ווען לוינט צו אינוועסטירן אין סטאקס?

שליחה דורך משה געציל »

בן תמליון האט געשריבן:איך מיין אז עס איז א מציאה יעצט עס וועט נאך אביסל פאלן אןן שטיין נידריק פאר א צייט אבער אין לאנגן טערמין וועט ער גיין היפש העכער. פארשטייט זיך מען קען גארנישט וויסן זיכער איך וואלט געווארנט נישט אריינצולייגן אייער לעבנס סעווינגס.


נישט אריין לייגן קיין לעבנס וויכטיגע געלט איז א כלל ביי יעדן סטאק, נישט קיין חילוק אויף וואס פאר א שנעלע ראטע די סטאק וואקסט אדער די גרויסע פאטענציאלאן וואס די ספעציפשע פירמע האט צו וואקסן. ווען מען לייגט אריין די געלט דארף מען באמת זיין גרייט צו דערלייגן די גאנצע.

ווי אויך איז זייער וויכטיג אז איינמאל מען האט שוין יא געקויפט א סטאק זאל מען נישט ארויס לויפן ווי נאר עס טראסקעט אביסל, די סארט שפילערס דערלייגן נאר ביים ענד פונם שפיל, מען קויפט א סטאק וואס וואקסט ווי הייבען מיטן חשבון אז עס גייט נאך פיל וואקסן און א סאך מאל איז עס טאקע אזוי, אבער ווי דער סדר פון א יעדן סטאק איז נישט דא קיין מציאות אז א סטאק זאל נאר זיין פאזעטיוו, איז ווי נאר ער זעט אז עס פאלט אביסל נעמט ער גלייך ארויס דאס גאנצע מיט א שיין ביסל פארלוסטן אין דער זייט, פארשטייט זיך אליינטס אז אזא איינער וועט קיינמאל נישט מאכן קיין געלט נאר דערלייגן פונם קרן.

דער ריכטיגע וועג ביים אינוועסטירן אין א סטאק איז זיך צו מאכן א פרייז טארגעט וואס מאכט סענס ע״פ דרך הטבע אז עס קען אנקומען דארטן, לדוגמא ווען עס וועט האבן געוואקסן %10 וועט מען ארויס נעמען די געלט, צו עס זאל זיין די גאנצע, נאר די קרן, אדער נאר א האלב פון די קרן וכדומה. אדער זאל מען זיך באשטימען א צייט וואס אין די צייט זאל מען נישט צורירען צום סטאק אפילו אויב עס פאלט. (פארשטייט זיך נאר אויב עס פאלט צוליב נארמאלע סיבות, נישט אויב די פירמע האלט ביים אינטערגיין וכדומה וואס דעמאלטס דארף מען כאפן וואס מען האט און לויפן ביז ווי די פיס טראגן).

ווי אויך איז וויכטיג זיך דורכצורעדן מיט איינער וואס פארשטייט צו די מארקעטס בעפאר מען אינוועסטירט. מען זאל דורך שמיסען אלע מעגליכקייטן און הערן וואס יענר האט צו זאגן דערוועגן, ווי אויך קען אזא איינער העלפן מחליט צו זיין וואספארא פרייז מען זאל צילן בשעת׳ן אינוועסטירן.

און די וויכטיגסטע איז נאכאלטס די ערשטע כלל. מען זאל באמת זיין גרייט צו פארלירן די גאנצע, און זיך אויסמשל׳ן אין קאפ פאר ער אינוועסטירט די געלט ווי אזוי ער גייט רעאגירן ווען ער שטייט אויף איין אינדערפרי מיט די נייעס אז ער האט דערלייגט זיין גאנצע קרן, אויב שפירט ער אז ער איז גרייט דערפאר און ער קען עס דורכשטיפן דעמאלטס קען ער אינוועסטירן.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר