פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
פילייכט מיינט שמא אולי maybe, וואס דרוקט בעיקר אז ס'איז א ספק. perhaps ווידער ברענגט מער ארויס אז ס'איז א צד כאטש נישט מוחלט. כנ"ל.
אגב אפשר אין איר אראמישע באדייט (אבער נישט אידישע) מיינט טאקע גענױ מעגליך.
אגב אפשר אין איר אראמישע באדייט (אבער נישט אידישע) מיינט טאקע גענױ מעגליך.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
האב איך געקוקט אויף גוגל. אויף אידיש טייטשט ער אויף דעם סדר, טאמער, אפשר (עפשער), פילייכט מעגליך.
און אויף דויטש: פילייכט, מעגליכערווייז.
און אויף דויטש: פילייכט, מעגליכערווייז.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
קוקט אויס פון גוגל ווי פילייכט קומט קודם, נישט אזוי?
דאכט זיך מיר איר האט א גרייז אין די חילוק פון פילייכט און מעגליך ווי אויך אין perhaps maybe. ווי ווייט איך פארשטיי איז די באדייט פון ביידע ווערטער אייניג. די דיפערענץ איז אז אין דער צייט וואס maybe איז מער א פשוטע ווארט, איז perhaps מער א הויכע, שרייבערישע, פארמאלע ווארט. אשר על כן די זעלבע וועט זיין מיט פילייכט און מעגליך.
אויב איינער פרעגט "גייסט היינט נאכט צו די מסיבה?" וואס ענטפערט מען, מעגליך אדער פילייכט?
צוליב דעם פארשטיי איך אז במקום perhaps ברויך מען נוצן פילייכט.
דאכט זיך מיר איר האט א גרייז אין די חילוק פון פילייכט און מעגליך ווי אויך אין perhaps maybe. ווי ווייט איך פארשטיי איז די באדייט פון ביידע ווערטער אייניג. די דיפערענץ איז אז אין דער צייט וואס maybe איז מער א פשוטע ווארט, איז perhaps מער א הויכע, שרייבערישע, פארמאלע ווארט. אשר על כן די זעלבע וועט זיין מיט פילייכט און מעגליך.
אויב איינער פרעגט "גייסט היינט נאכט צו די מסיבה?" וואס ענטפערט מען, מעגליך אדער פילייכט?
צוליב דעם פארשטיי איך אז במקום perhaps ברויך מען נוצן פילייכט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
איך האב דאך געברענגט גוגל דיר א ראיה צו ברענגען.
עכ"פ בשורש הדבר בין איך נישט איבערצייגט. אויף די פראגע וואס דו פרעגסט, קען מען ענטפערן: קען זיין. אדער: קען זיין יא און קען זיין נישט. והחילוק מובן.
מעגליך, איז אופן א'. אפשר (באידיש) איז אופן ב'.
עכ"פ בשורש הדבר בין איך נישט איבערצייגט. אויף די פראגע וואס דו פרעגסט, קען מען ענטפערן: קען זיין. אדער: קען זיין יא און קען זיין נישט. והחילוק מובן.
מעגליך, איז אופן א'. אפשר (באידיש) איז אופן ב'.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
גוגל האט גראדע געטייטשט: ווייט מעגליך.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:גאנץ מעגליך אז די ריכטיגע ווארט איז 2 ווערטער. פערהעפס= גאנץ מעגליך. מעיבי= מעגליך.
וואס זאגט דער עולם?
פארוואס נישט מעגליך אליינס? גאנץ מעגליך איז די ״היינטיגע אידיש״-אמעראצדיג.
Perhaps - מעגליך/(פילייכט)
Maybe - אפשר/מעגליך
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
שבת אחים האט געשריבן:די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:גאנץ מעגליך אז די ריכטיגע ווארט איז 2 ווערטער. פערהעפס= גאנץ מעגליך. מעיבי= מעגליך.
וואס זאגט דער עולם?
פארוואס נישט מעגליך אליינס? גאנץ מעגליך איז די ״היינטיגע אידיש״-אמעראצדיג.
Perhaps - מעגליך/(פילייכט)
Maybe - אפשר/מעגליך
ס'איז לאו דוקא עמ-ראציש. אין ענגליש זאגט מען דען נישט Pretty much אדער for the most part ?
ביידע אויסדריקן זענען לכאורה א צוזאם שטעל פון possible און most likely. אזא מין כמדומה שברור.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איז דא א אידישע ווארט פאר crutches?
crutches איז א לשון רבים פון צוויי שטעקענעס. די סינגולאר איז crutch וואס די דעפענישען איז אנליינען אדער סאפארט. אויף crutch טייטשט גוגל ושאר מפרשים "קוליע" . גיי ווייס צו ס'איז א שם דבר פונ'ם שטעקען אדער ביסודו אן אפטייטש פון סאפארט.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: יעצט דערמאנט. חיים גראדע אין זין בוך וואו ער פארציילט איבער איינעם וואס איז געגאנגען מיט קראטשעס. רופט ער עס אן קוליעס...!
דע ספרי קודש זענען טאקע געווענליך די בעסטע מקורות פאר שפראך עפעס וואס כל מיני גוגל שבעולם קענען נישט מסביר זיין
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
וואלווי: ייש"כ. דו האסט ארויפגעברענגט א שמייכל אויף מיינע ליפן. צו ליינען די ביכער פון חיים גראדע איז טאקע זייער געשמאק. אבער ספרי קודש קענמען זיי נאכנישט אנרופן... ס'איז נישט געאייגנט פאר קינדער...!
ווען ס'זאל זיך טרעפן א שרייבער/עדיטאר וועלכער קען אויסרייניגן די וואונדערליכע מעשה ביכלעך אז ס'זאל קענען עולה זייו על שולחן מלכים וואלט געווען א
וואונדערליכע זאך.. קוים ספרי חול...! ווייל סוכ"ס האט ער צומאל גענוצט א ביסל אן אומאיידעלע שפראך מסביר צו זיין געוויסע עניינים. איין זאך איז זיכער
ווען ס'זאל זיך טרעפן א שרייבער/עדיטאר וועלכער קען אויסרייניגן די וואונדערליכע מעשה ביכלעך אז ס'זאל קענען עולה זייו על שולחן מלכים וואלט געווען א
וואונדערליכע זאך.. קוים ספרי חול...! ווייל סוכ"ס האט ער צומאל גענוצט א ביסל אן אומאיידעלע שפראך מסביר צו זיין געוויסע עניינים. איין זאך איז זיכער
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:ס׳דא זייער אסאך ווערטער און יודיש וואס ענדיגען (ענדיגן) זיך מיט ן אדער ען למשל בארגען (בארגן?) געבען (געבן?) מאכען (מאכן?) וכו׳ איז דא כללים ווען מ׳ברויך אריינלייגען (אריינלייגן?) די ע? אלע ווערטער ענדיגען (ענדיגן?) זיך גאנץ ״סגול׳דיג״ איז ווען לייגט מען די ע און ווען נישט?
דער כלל איז אז מ'קוקט אויף דער לעצטער אות פון פאר דער נאכזילבע.
"ען" שרייבט מען ביי די אותיות מ, נ, נג, ווי אויך 'ל' אויב ס'איז דא א קאנסאנאנט בעפאר דער ל' און נישט קיין וואקאל. (ווי למשל 'הימלען' יא און 'שפילן' נישט.) ביי אלע אנדערע קומט בלויז "ן," אויסער אויב דאס ווארט ענדיגט זיך אריגינעל מיט אן 'ע,' א שטייגער ווי בלאנדזשע — בלאנדזשען.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
- לאשיצער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 149
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל
איר ליינט ענגליש?
פאראן א שיינע גראמאטיק אויף אידיש פון יודל מארק. דוד קאץ האט זיין אייגענע אידישע גראמאטיק געשריבן אויף ענגליש.
https://archive.org/details/MarkYudel.A ... iddish1978
http://www.dovidkatz.net/dovid/PDFLingu ... iddish.pdf
קען זיין אז די ביכער זענען אביסל שווער אויב מען האט קיינמאל נישט געלערנט די זאכן...
קורצע ערקלערונגען וועגן ענינים אין אויסלייג (למשל אז מ'שטעלט צו אן ע' אין "הימלען" אבער נישט אין "שפילן") קען מען געפינען אינעם בוך "קאלעדש אידיש" פון אוריאל וויינרייך.
ס'איז אויך דא א בוך "אידיש ווערטער אוצר" פון א. ראטה וואס האט עטליכע הוספות וועגן גראמאטיק. דאס איז געשריבן פאר היימישע ליינער. מען קען עס קריגן אין וויליאמסבורג.
פאראן א שיינע גראמאטיק אויף אידיש פון יודל מארק. דוד קאץ האט זיין אייגענע אידישע גראמאטיק געשריבן אויף ענגליש.
https://archive.org/details/MarkYudel.A ... iddish1978
http://www.dovidkatz.net/dovid/PDFLingu ... iddish.pdf
קען זיין אז די ביכער זענען אביסל שווער אויב מען האט קיינמאל נישט געלערנט די זאכן...
קורצע ערקלערונגען וועגן ענינים אין אויסלייג (למשל אז מ'שטעלט צו אן ע' אין "הימלען" אבער נישט אין "שפילן") קען מען געפינען אינעם בוך "קאלעדש אידיש" פון אוריאל וויינרייך.
ס'איז אויך דא א בוך "אידיש ווערטער אוצר" פון א. ראטה וואס האט עטליכע הוספות וועגן גראמאטיק. דאס איז געשריבן פאר היימישע ליינער. מען קען עס קריגן אין וויליאמסבורג.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:וואס איז די הסבר אז אסאך שרייבן יידיש אידיש יודיש. איך גלייב אז אלע זענען ריכטיג לויט טייל מענטשן. פארוואס שרייבן טייל אזוי און טייל אזוי?
אין אידיש שרייבט מען 'אידיש', דאס איז אנגענומען היינט. אויף עברית שרייבן זיי 'יידיש', ביי זיי איז א חיריק צוויי יוד'עלעך. (לעצטנס איז געווען אדווערטייזט איבער א 'סיי דיי'...