קאנטעינארס אויפ'ן גאס

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

קאנטעינארס אויפ'ן גאס

שליחה דורך ווייל אזוי »

פילע טרערן זענען שוין פארגאסן געווארן, פילע פארקינג זענען שוין אוועקגענומען געווארן, פילע פראבלעמען זענען צוגעקומען זייט די אלע געשעפטן לייגן זייער קאנטעינארס צו קענען סטארעדשן זייער גרעסערע קוואנטומ'ס לכבוד יום טוב.

די געשפטס לייט פארשטייען אפילו נישט די פראבלעם ווייל זייער דעת בעל הבית לאזט זיי נישט טראכטן גראד.

ס'איז ממש די געשפרעך פון טאג, איין טאג זעהט מען איינער האט אריינפארקירט צווישן צוויי קלעצער און אויב ס'צו ווייניג פלאץ האט א צווייטער געברענגט א 'קאר טו גאו', א דריטער האט עס גאר ארויף'גערוקט מיט זיין סובערבן עטליכע פיס (איי וואס איז בעסער דארט? א קשיא אויף א ווידיאו).

איין גוטזאגער האט געזאגט אז טאמער 'בינגא' קען מאכן אז מ'זאל מער נישט דארפן האבן די קאנטעינארס האט זיך עס שוין געלוינט.

אבער די קאפי פעיסט מעסעדזש וואס איך האב באקומען שטייגט איבער אלע ווערטלעך, נאר יעצט זוכט מען א וואלאנטיר זאל זיך עס אונטער נעמען.

C/P
וווען וועלט איז וועלט וואלט מיר אונז געדינגען א קרעין, און ארום געגאנגען אינמיטן די נאכט און אויסגעמישט די קאנטעינערס פון אלע סטארס.

סעגעדין זאל באקומען די קאנטעינער סאלקע מצות, און מאורות ספרים סטאר א קאנטעינער פאטעיטא מיט צוויבל, אוסא זאל זיך טרעפן צופרי מיט די קאנטעינער פון הארוועסט פרוכט סטאר, און וואן סטאפ זאל זיך טרעפן מיט א קאנטעינער מיט טישן און בענק פון גרינס פיצא, און וויליאמסבורג בייגל זאל זיך טרעפן מיט די פלייש קאנטעינער פון גרינפעלדס, 82 בוטשער זאל זיך טרעפן מיט די חמץ קאנטעינער פון א גראסערי, האום מעקער מיט א קאנטעינער פיש פון טויבער׳ס, אוי גייט זיין ליסטיג און פרייליך.

אוי וואלט געווען פרייליך אין שטאט און איך וואלט ארום געפארן מיט א טראק און ספיקער אויפן דאך און געזונגען מיכאל׳ס ניגון היינט איז יום טוב אינדערוואכן.
אביסעל שכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך אביסעל שכל »

זיי באקומען א פערמיט אויף דעם . סאיז מער אויסגעהאלטן ווי די סוכות אן א פערמיט
מיט אביסעל שכל וואלטען מענטשן שנעלער אנגעקומען
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער אמת איז, עס פארדריסט אונז אלע, ווי געשריבן איז עס גורם אסאך פראבלעמען בפרט מיט די אזוי-אויך שווערע פארקינג, אבער וואס איז די אנדערע עצה? די געשעפטן נעמען עס נישט פאר לוקסוס, זיי נעמען עס נישט פאר זיך. זיי נעמען עס פאר אונז, פאר מיר און פאר דיר, און זיי צאלן אפילו דערפאר תבין ותקילין. מיר אלע דארפן סחורה פאר פסח, צי מייערן און פאטעיטאס, צי מצות, צי גראסערי, צי ספרים מיט הגדות און מעשה בוכלעך. דער סטאר קיפער האט א גאנץ יאר א קליין מצומצמ'דיגע געשעפט וואס איז אייביג ענג אין פלאץ, וואס דארף ער צו טאן אין אזא פארנומענעם ערב פסח ווען עס איז דא אזויפיל סחורה, און אזויפיל מענטשן קומען אויף אמאל איינקויפן, צונעמענדיג יעדע טראפ ספעיס פון די איילס?

אדרבה, אויב האט איינער א בעסערע עצה, איז מכובד צו פארשלאגן!
וירח ה' את ריח הניחוח
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

מ׳ברויך מאכען א פעטישען צום מעיער ער זאל מאכן א סטאפ דערצו. אמאל האט מען געמיינט אז מ׳קען נישט אן דעם. בינגא האט אויפגעוויזען אז מ׳קען יא. זיי האבן נישט קיין איין קאנטענער.
פעינטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 24, 2016 9:21 am
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

שליחה דורך פעינטער »

נישט נאר בינגא האט נישט כולל האט אויך נישט
לאמיר זינגען ציזאמען.

אוי אין
אין גדולה כגדולתך
אין גדולה כגדולתך
אין רחמים רחמים רחמים
כרחמנותך.

זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז
ווי גרויס ווי גרויס דיינע צרות איז,
זאג פאר דיינע צרות ווי גרויס דער באשעפער איז
ווי גרויס ווי גרויס דער באשעפער איז.

שקויח פארן מיט זינגען
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

סטארס דארפן דינגען א ליידיגע סטאר אדער א וועירהויז און דארטן האלטן אלע סחורה. ווען זיי דארפן עפעס, זאלן זיי שיקן א דרייווער ברענגען. פונקט ווי מאנכע אתרוגים און סוכה סוחרים דינגען אפ ליידיגע געשעפן נאר אויף ערב סוכות.

איי וועט איר פרעגן עס איז נישט פראקטיש?

יא, עס איז אונז אויך נישט פראקטיש צו דארפן פארקן זעקס בלאקס אוועק, טאקע דארטן ווי עס וואלט געדארפט זיין אייער סטארעדש.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

דו פארלאנגסט דער געשעפסטמאן צו טראכטען ווי סתם א פיס גייער, און דו אליינס פארשטייסט נישט דעם געשעפסטמאן.

וואס זאל דער קלינערס טוהן ווען יעדער ברענגט אלע בעקיטשעס די סאמע לעצטע וואך פאר פסח?? ער זאל דינגען א ווערהאוז א גאס אוועק? און וואס זאל ער טוהן ווען דו קומסט אויפיקן דיין סחורה? וואלסט געווארט ביז א גוי ברענגט עס?

פארוואס שעלסטו מער די היימישע געשעפטן ווי די מאווי שאטערס וואס יעדע בה"ב פארנעמען זיי גאנצעטע גאסן פאר זייער אייגענע פרנסה צוועקן?? האסט שוין געטראכט צו מאכן א פעטישען??

ווי @שמעקעדיג זאגט, קיינער טוט עס נישט פון א שלעכטע ווילן.

ס'איז א גוטע זאך צו פארגינען יענעם אויך.

אתרוגים איז טאקע אן אנדערע מעשה.
Under influence
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אקעי,
כ'גלייב די קריטיקער מיינען נישט ערענסט, נישט ווערען אריינגעצויגן אין א פאלשער כעס ביטע.

בינגא האט אלע זאכען אין דער בעק אין זייער פארקינג לאט, און אינדערויסן אויף דער גאס אין פינף זעקס לאנגע טרעילארס. סא סטאפ דער קראפ, זיי נעמען צו פלענטי פארקינג.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שמעקעדיג האט געשריבן:דער אמת איז, עס פארדריסט אונז אלע, ווי געשריבן איז עס גורם אסאך פראבלעמען בפרט מיט די אזוי-אויך שווערע פארקינג, אבער וואס איז די אנדערע עצה? די געשעפטן נעמען עס נישט פאר לוקסוס, זיי נעמען עס נישט פאר זיך. זיי נעמען עס פאר אונז, פאר מיר און פאר דיר, און זיי צאלן אפילו דערפאר תבין ותקילין. מיר אלע דארפן סחורה פאר פסח, צי מייערן און פאטעיטאס, צי מצות, צי גראסערי, צי ספרים מיט הגדות און מעשה בוכלעך. דער סטאר קיפער האט א גאנץ יאר א קליין מצומצמ'דיגע געשעפט וואס איז אייביג ענג אין פלאץ, וואס דארף ער צו טאן אין אזא פארנומענעם ערב פסח ווען עס איז דא אזויפיל סחורה, און אזויפיל מענטשן קומען אויף אמאל איינקויפן, צונעמענדיג יעדע טראפ ספעיס פון די איילס?

אדרבה, אויב האט איינער א בעסערע עצה, איז מכובד צו פארשלאגן!


זייער פשוט. יעדע געשעפט דארף אפמאכן טאמער ער וויל זיין פסח'דיג אדער חמצ'דיג. טאמער איז דא פלאץ פאר ביידע איז אודאי גוט אבער די וואס האבן נישט קיין פלאץ פאר ביידע, דארפן עס נישט האבן.
אין די צוויי סקווער בלאקס ארום מיין הויז איז דא 5 גראסעריס. ווער זאגט אז יעדער מוז האבן א פסח סטאר?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:דער אמת איז, עס פארדריסט אונז אלע, ווי געשריבן איז עס גורם אסאך פראבלעמען בפרט מיט די אזוי-אויך שווערע פארקינג, אבער וואס איז די אנדערע עצה? די געשעפטן נעמען עס נישט פאר לוקסוס, זיי נעמען עס נישט פאר זיך. זיי נעמען עס פאר אונז, פאר מיר און פאר דיר, און זיי צאלן אפילו דערפאר תבין ותקילין. מיר אלע דארפן סחורה פאר פסח, צי מייערן און פאטעיטאס, צי מצות, צי גראסערי, צי ספרים מיט הגדות און מעשה בוכלעך. דער סטאר קיפער האט א גאנץ יאר א קליין מצומצמ'דיגע געשעפט וואס איז אייביג ענג אין פלאץ, וואס דארף ער צו טאן אין אזא פארנומענעם ערב פסח ווען עס איז דא אזויפיל סחורה, און אזויפיל מענטשן קומען אויף אמאל איינקויפן, צונעמענדיג יעדע טראפ ספעיס פון די איילס?
אדרבה, אויב האט איינער א בעסערע עצה, איז מכובד צו פארשלאגן!

ווען מ׳עפענט א גראסערי דארף מען נוצן דעם טראכטער און זיכער מאכן אז מ׳האט גענוג סטארידזש, און אויך א געהעריג פלאץ אפצולאדענען טראקס.

ס׳איז דא אזוי ווייניג נארמאלקייט ביי געוויסע גראסערי אייגענטומער, למשל איין מה יעשה׳ניק האט געפענט א גראסערי אויף דעם טרעפיק געפלאגטן וואלעבויט אין וומסב״ג, אן קיין שום חשבון ווי טראקס גייען אראפלייגן סחורה, זינט דאן בלאקט ער די גאס יעדן טאג א שיינע פאר מאל. די זעלבע מיט סטארידזש, ס׳איז דא געשעפטן וואס מאכן זיך א ריזיגן געשעפט אן קיין שום נארמאלע סטארידזש, אגאנץ יאר מאכט ער אן א טרעפיק ווייל מ׳מוז יעדן צווייטן טאג נאכאמאל דעליווערן אפילו אזאנע זאכן וואס האלטן זיך לאנג אויפן שעלף. און ערב יום טוב פישן זיי אויפן גאנצן שטאט מיטן לייגן קאנטעינארס.

צווישן נארמאלע מענטשן וואלט יעדע גראסערי געהאט א פלאץ פאר טראק דעליוועריס אן בלאקן גאסן, עפעס פארקינג פאר קאסטומערס, און שטייצעך א וועירהאוז פאר סטארידזש. און אויב קען מען דאס נישט אהערשטעלן דאן עפענט מען א קליין געשעפטל, נישט קיין מעגא סופער סטאר, וכן נוהגין בכל ניו יארק חוץ אם בעל החנות הוא מאנשי שלומינו.
פארשפארט