אידן אין תפיסות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

אידן אין תפיסות

שליחה דורך מורינו הרב »

איך האב פונקט געליינט א באשרייבוג פון שנת תשנ"ה לפ"ק, וואו מען באשרייבט א געוויסער איש חסד וואס האט געטאן פיל חסד.

צווישן די ווערטער ליינט זיך אזוי:
ר .... האט אויך מקיים געווען דער מצוה פון פדיון שבוים מיט אלע הידורים, וואס אין היינטיגע טעג, ווען אידן גייען כמעט נישט זיצן אין תפיסות, מיינט דאס צו העלפן מענטשן אין שווערע געריכטן. פיל געלט און צייט האט ר' ... אריינגעלייגט צו העלפן אידן אין שווערע אנקלאגעס, דינגענדיג די בעסטע לויערס און קומענדיג אין בארירונג מיט די גרעסטע ריכטער, פראבירנדיג זיי איינצופלוסן צו פארלייכטערן דעם גזר-דין אויף אידישע קינדער.
אמאליגע טעג, ווען די רשעי ישראל האבן איינגעזעצט אידן, פלעגן די גרעסטע צדיקים עוסק זיין זיי ארויסצודערזען פון די תפיסות. היינטיגע טעג, ווען מיר לעבן אין א מלכות של חסד, ווי אויך ווערן היימישע געפעכטן געשליכטעט דורך די דיינים ורבנים יושבים על מדון, הערט מען כמעט נישט אז אידן זאלן אנקומען אין קיין תפיסות, וואס מיר דארפן באזונדער דאנקען דעם אויבערשטן דערויף. דעריבער איז די היינטיגע פדיון שבויים געזאגט געווארן אויף קלאגעס וואס קומען פארט אן אין געריכט, וואו עס ווארט אויף א איד גרויסע געלט שטראפן וכדומה.

איך מיין אז די ווערטער רעדן פאר זיך אליין.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זייער אינטרעסאנט, און ממש אומגלויבליך!
אזא חילוק אין אזא קורצע צייט!
ה' ישמרנו.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

לאמיר האפן אז בקרוב וועט מען עס שרייבן נאכאמאל.
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

הלוואי
באניצער אוואטאר
חכם מחוכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך חכם מחוכם »

כ’האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט, אמעריקע איז א מלכות של חסד אבער זיי וועלן דיר זאגן ביז ווי די חסד גייט...... דאס איז ליידער א ציפעדיג ווארט פאר דיע וואס האבן משפחה מיטגלידער אינעם סיסטעם, מ’קען אבער זאגן אז ס’נישט די גאווערמענט וואס איז אינגאנצן שולדיג אין דעם, די קריים ראטע איז ארויף אין דיע פאר יאהר זינט תשנ"ה אויף גאר הויכע שטאפלען
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נו, פיר אויס.... און עס גייט ווייטער ארויף!

אלא מאי? דער "סיסטעם" האט נישט געהאלפן אפשטעלן די קריימ'ס?
עפעס מוז זיין דא ראנג!
עס מוז זיין א בעסערע עצה, ווייל דאס העלפט נישט!
וירח ה' את ריח הניחוח
אשכנ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 24, 2012 7:34 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אשכנ »

חכם מחוכם האט געשריבן:כ’האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט, אמעריקע איז א מלכות של חסד אבער זיי וועלן דיר זאגן ביז ווי די חסד גייט...... דאס איז ליידער א ציפעדיג ווארט פאר דיע וואס האבן משפחה מיטגלידער אינעם סיסטעם, מ’קען אבער זאגן אז ס’נישט די גאווערמענט וואס איז אינגאנצן שולדיג אין דעם, די קריים ראטע איז ארויף אין דיע פאר יאהר זינט תשנ"ה אויף גאר הויכע שטאפלען


יעדער חסד האט א שיעור, און די מקבלי החסד מוזן זיך לערנען די rules און נישט איבערטרייבן (דאס נעמט נישט אוועק די רחמנות און חויב צו העלפען די וואס פאלן אריין).
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

אז איך וויל שיקן בריעוו וכדומה צו אידען אין תפיסה דיירעקט צו אחינו הנתונים בצרה היושבים בחושך וצלמות, ווי אזוי קען איך וויסען זייער אדרעסן?
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
פארשפארט