ס׳איז גאַנץ פרי
אָבּער פאָרט אַזוי שפּעט
פון אַ בּלויזער שפּענדל
זיך צו-וואַקסן אַ קְלָאץ פון אַ בְּרעט
אַנטלאָפן פון מציאות
דעם פאַרשטאַנד בַּאגְרָאבְּן אויפ׳ן וועג
זיך איינגעהילט אינעם נאַכט
גענצליך פאַרגעסן וואָס דאָס מיינט טעג
אויף צענדליגער פראָנטן
געפירט מלחמות גאָר קאָמפּלָאצירט
קוים אַרויס אַ געווינער
די נערוון, נעבּאַך בַּארירט
דעם שלאַכטפעלד אַיינגעקריצט
אין טיפעניש פון האַרץ
פאררויכערט די לונגען
אַלעס פארכמאָרעט און שוואַרץ
ווי לוֹט׳ס ווייבּ
געבּליקט אויף צוריק
זיך געפאָרכטן אַז מ׳פאַרבּרענט
אויך דעם לעצטען בְּריק
ויותר **** לבדו
און זיך זעלבּסט פאַרדאַמט
ווי אַ אינזל אָן וואַסער
ווי אַ מִדבָּר אָן זאַמד
ניטאַמאָל גאָט איבּערגעלאָזט
מיט וועמען זיך צו קריגן
מלחמת היצר?
פארלוירן אַפילו אָט דעם פַארגענוגען
דעם ספק ׳יֶש׳
מוציא געווען מִיְדֵי וַדְאֵי
בָּטֵל וּמְבוּטֵל, לגמרי
כְּעַפְרָא דְאַרְעָא
בָּטֵל וּמְבוּטֵל
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל