די "נארמאלע" אינטערנעט-מערכה - וועקער 8
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
די "נארמאלע" אינטערנעט-מערכה - וועקער 8
כ'וועל אנהויבן ווי א פראמינענטער בעל דרשן שוין מקדמת דנא, איינער וואס שטעלט זיך אויף זאגן אז ער איז עכט נישט קיין בעל דרשן, זיין טאטע איז אויך נישט געווען, שוין דורי דורות וואס זיין משפחה זענען נישט קיין עכטע בעלי דרשנים, אבער פארט בעט מען זיי זאלן דרשנ'ן ווען מ'מוז האבן איינער זאל רעדן ווען מ'קייט די טשיקען, גרין בינס, און מעשט פאטעטעס ביים שבע ברכות, כדי ס'זאל הייסן א שיינע שבע ברכות. הייבן זיי אלע אן מיט א "פותחין בכבוד האכסניא," צומאל איז דער אכסניא דער טאטע, אמאל דער זיידע, ווענדט זיך וועם מ'דארף לעקן אויפן מינוט, און טאמער איז ער געפערליך אויפגעקלערט קען אמאל די כבוד אכסניא ארייננעמען ביידע עלטערן, די וואס געפינט זיך אויפן אנדערן זייט מחיצה אויך. איז פותחין בכבוד דער וועקער, און איר מייסטער רעדאקטאר [tag]אבטולמוס[/tag]. ער האט אהערגעשטעלט א נומבער וואס שטעלט אין שאטן אלע פריערדיגע נומבערס, כ'האב מיך באלעקט מיט יעדעס ארטיקל עקסטער. מיט מיין אייגענע ארטיקל האט ער געמאכט אזא שיינעם דזשאב, עטס וויסט דאך ווי אזוי איך שרייב, אביסל צומישט, נישט מסודר, און ער האט געמאכט סדר דערפון, כ'האב שטארק הנאה געהאט צו ליינען מיין ארטיקל דעם יום טוב, ער האט געמאכט א מענטש דערפון, און די קרעדיט קומט זיך פאר די וועקער שטאב, רעדאקטארס, עדיטורס, גראפיקער, און מיטהעלפער.
כ'קען באשטיין צו הערן פידבעק פונעם עולם, וואס דער עולם זאגט דערויף. ווער ווייסט? אפשר וועט הרב טויבער אליינס וועלן צוריק ענטפערן?
כ'קען באשטיין צו הערן פידבעק פונעם עולם, וואס דער עולם זאגט דערויף. ווער ווייסט? אפשר וועט הרב טויבער אליינס וועלן צוריק ענטפערן?
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
כ'האב נאכנישט געליינט די גאנצע וועקער, אבער דערווייל איז דאס ביי מיר אויך די בעסטע ארטיקל. איך געדענק נאך א טאג נאכדעם ווי די באבוב-45'טער האבן גערעש'ט פון די גאנצע אסיפה, זיי האבן אנגעקוקט יעדער וואס האט א סמארטפון ווי די גרעסטע משוגענער. ס'האט אויסגעזען ווי הרב טויבער האט מען ספעציעל גערופן צו איבערצייגן געפילטע, און ער האט טאקע מצליח געווען פאר איין נאכט.
- כלבאשבוע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1028
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
- קאנטאקט:
דער ארטיקל איז געווען דאס געשפרעך איבעראל ווי כבין געווען דעם יו״ט, אין מקוה, אין ביהמ״ד, ביי משפחה, דער עולם האט געקוואלן ווי שיין און פשוט דער וועקער צולייגט דעם טויבער אלץ גארנישט מער ווי א שעמלאזער מיסיאנער וואס איז אדיקטעד צו ברעינוואשן מוחות!
[tag]געפילטע פיש[/tag] האסט געמאכט א מעסטער דזשאב!
[tag]געפילטע פיש[/tag] האסט געמאכט א מעסטער דזשאב!
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
כלבאשבוע האט געשריבן:דער ארטיקל איז געווען דאס געשפרעך איבעראל ווי כבין געווען דעם יו״ט, אין מקוה, אין ביהמ״ד, ביי משפחה, דער עולם האט געקוואלן ווי שיין און פשוט דער וועקער צולייגט דעם טויבער אלץ גארנישט מער ווי א שעמלאזער מיסיאנער וואס איז אדיקטעד צו ברעינוואשן מוחות!
[tag]געפילטע פיש[/tag] האסט געמאכט א מעסטער דזשאב!
אזוי? אפשר דארף איך גיין אין מקוה אפטער.
א שויעך אייך פאר אלע קאמפלימענטען, מיר איז אבער סאך מער געפאלן אסאך אנדערע ארטיקלען. בצלאל כהן איז א שטארקע זאך-על אף וואס ס'איז שווער איבערצושטייגן א מארק שפירא אינטערוויו, שפינאזע, קטלא, יואב, לעבאווישט, אונז קעגן זיי, דכרניא (ווי וואנט מאר, פרעד!), אלטער'ס ספרים סטאר, התנגדות אין חסידות, גאולה געדאנקען, חוה פויגל, תרתי דסתרי, אלע פיינע שטיקלעך איינס ביי איינס. אה, וויאזוי קען מען פארגעסן, מזל טוב אדמדם.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: די "נארמאלע" אינטערנעט-מערכה - וועקער 8
ווען איך האב דאס אנגעהויבען ליינען שבת נאכמיטאג אין בעט, האב איך געטראכט אז נאך צוויי זאצען וועל איך איינשלאפען. דערווייל, יענער נאכמיטאג בין איך נישט געשלאפען. איך האב עס דורכגעליינט און שפעטער פארציילט פאר יעדעם.
די טענות זענען צוטיילט אין דריי. די ערשטע, די סקול פון די קולט פון משוגעים איז א טענה שאין עליה תשובה, ווי אויך די טענה פון אטענטשען ספען.
די אנדערע טענות זענען נישט אזוי למעשה׳דיג. יא, טויבער איז א שקרן, אבער ווען אדיקטשען וואלט געווען א פראבלעם, איז זיין צביעות נישט קיין תירוץ. אזוי אויך לגבי שייכות צו קינדער. טאמער דאס איז א נושא, מאכט נישט אויס אז די שומרים קארטלעך זענען די זעלבע פראבלעם.
נאר אז טויבער איז אן ע"ה און א ליגענער איז באשטעטיגט הונדרעט פערצענט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די אנדערע טענות זענען נישט אזוי למעשה׳דיג. יא, טויבער איז א שקרן, אבער ווען אדיקטשען וואלט געווען א פראבלעם, איז זיין צביעות נישט קיין תירוץ. אזוי אויך לגבי שייכות צו קינדער. טאמער דאס איז א נושא, מאכט נישט אויס אז די שומרים קארטלעך זענען די זעלבע פראבלעם.
גערעכט אז אין דעם הינזיכט האב איך אביסל געהארגעט דעם מעסענדזשער, אנשטאט מקבל זיין ממי שאמרה, אבער ס'איז מער פון דעם. נישט נאר איז זיין פלוצים'דיגע אינטערעסע אין די נאנטע קשר צווישן עלטערן און קינדער דעם עפיטאם פון היפאקריטסווע, נאר די גאנצע איידיע אז דאס איז א וויכטיגע זאך קומט נאר פון די אפענקייט צום ברייטערן וועלט, א זאך וואס די רבנים זענען לוחם דערגעגן מיט צאן און נעגל. אבער ביזט גערעכט. אפשר וואלט איך זיך געדארפט האלטן צו פראוועבעל טרוקענע פאקטן, און לאזן מיין סוביעקטיווע אפיניען פאר א צווייט מאל.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
א פערזענליכע דאנק אייך [tag]געפילטע פיש[/tag] פארן נעמען די מיה און אנטפלעקען די פאלשע פיש
בדידי הוי עובדא, איינע פון מיינע קינדער קומט מיר דערציילען אז זי וויל מאכען א קבלה מיט א חברטע נישט צו ליינען יודישע לייען מאטיריאל געדרוקט אויף ענגליש נאכ'ן נשפע ווערען דורך א דרשה פון נישט קיין אנדערער ווי דער מר"ה דעובדא און באוויסטער מחנך הרב טויבער.
קודם האב איך איר קאמפלימענטעד פארן וועלען מאכן א קבלה און דערנאך אבער ארויס געברענגט אז דעת תורה בכל המדינות געוען פונקט להיפך. גדולי ומנהיגי ישראל האבן אייביג געפאבלישט צייטונגען בין ביודיש בין בלע"ז ובין בכל לשון שהוא, דער אמרי אמת, סאטמערער רב, הגרש"ר הירש, וכו' וכו' בכל מקומות שהם האבן סאפלייד לייען מאטיריאל פאר יודען.
דערנאך האביך ארויס גענומען מיין טראמפ קארד.
די קלארע דעת תורה ארטיקעל פונ'ם וועקער וואס אנטדעקט די פארפוילטע עלעמענטען. איך האב געפרעגט מיין טאכטער צו דער טויבער האט אפשר געליינט וועגען די סקול אין סיליקאן וועלי אדער די סטאטיסטיקס פון עדיקשען אין צאינה ראינה?
ווי גוט האבן חז"ל געזאגט שוחט משום מאי מחייב, משום צובע, משום נטילת נשמה...
נאכאמאל, א דאנק פאר'ן געוואלדיגען ארטיקל!

Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:45 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
הרב פיש, דיין ארטיקל איז אייזן שטארק. ס'האט מיר פארשאפט אן עונג יו"ט. כה לחי.
די פרטי פרטים וואס די לייגסט אראפ איז געוואלדיג. אבער איך האלט אז דער כללית'דיגער נקודה מיט וואס מענטשן גייען אוועק פון דיין ארטיקל איז אז טויבער און זיינס גלייכן האלטן דעם עולם פאר גולם. טויבער האט נישט קיין שום פראבלעם זיך אויפצושטעלן פאר אן עדה פון הונדערטער אידן און פארקויפן אפענע שקרים. דער רא"ש ברענגט א מאמר העולם אז הרוצה לשקר ירחיק עדיו. ווען איינער וויל זאגן א שקר וועט ער דאס נישט טאן ווען ער ווייסט אז ס'זענען דא מענטשן וואס קענען אויפווייזן זיין שקר. אז טויבער קען פארקויפן זיינע שקרים פאר א רבים, מיז זיין אז ער האלט אז קיינער דארטן וועט אים נישט אפפרעגן, אז קיינער וועט נישט גוגלען זיינע פאקטן, אז יעדער וועט אפקויפן דעם גאנצען טאץ גארביטש וואס ער פארקויפט. ווען טויבער האט ווען דאס מינדעסטע רעספעקט פאר'ן ציבור, וואלט ער זיך נישט געוואגט דאס צו טאן. "דאס" איז די נקודת הדברים וואס דיין ארטיקל דעקט אויף. און אויף דעם קומט זיך דיר א יישר כוח.
די פרטי פרטים וואס די לייגסט אראפ איז געוואלדיג. אבער איך האלט אז דער כללית'דיגער נקודה מיט וואס מענטשן גייען אוועק פון דיין ארטיקל איז אז טויבער און זיינס גלייכן האלטן דעם עולם פאר גולם. טויבער האט נישט קיין שום פראבלעם זיך אויפצושטעלן פאר אן עדה פון הונדערטער אידן און פארקויפן אפענע שקרים. דער רא"ש ברענגט א מאמר העולם אז הרוצה לשקר ירחיק עדיו. ווען איינער וויל זאגן א שקר וועט ער דאס נישט טאן ווען ער ווייסט אז ס'זענען דא מענטשן וואס קענען אויפווייזן זיין שקר. אז טויבער קען פארקויפן זיינע שקרים פאר א רבים, מיז זיין אז ער האלט אז קיינער דארטן וועט אים נישט אפפרעגן, אז קיינער וועט נישט גוגלען זיינע פאקטן, אז יעדער וועט אפקויפן דעם גאנצען טאץ גארביטש וואס ער פארקויפט. ווען טויבער האט ווען דאס מינדעסטע רעספעקט פאר'ן ציבור, וואלט ער זיך נישט געוואגט דאס צו טאן. "דאס" איז די נקודת הדברים וואס דיין ארטיקל דעקט אויף. און אויף דעם קומט זיך דיר א יישר כוח.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
גלייב מיר האט געשריבן:לגבי די טענה אז ער האט פארדריידט די פאקטן איבער די וואלדארף שולע, דאס איז נישט זיין שולד ער האט פשוט איבערגעליינט א שטיקל ניו יארק טיימס וואס דער שרייבער דארטן האט פארדריידט די פאקטן.
נו, פאר דעם קומט זיך שוין פעטש פאר דעם ריכטעל. ס'דא גענוג פעטש צו טיילן פאר ביידן. אבער בנוסף צום טיימס ארטיקל לייגט טויבער צו א נופח שקרים משלו, ווי שוין געשריבן אין ארטיקל.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
איך האב געסערטשט אנליין איבער דעם סקול. און עס איז אמת אז די גרינדן פון די סקול האט צו טון מיט אמונות טפלות און ראסיזם. אבער די פאקטן אז זיי פארבאטן טעכנעלאגיע, שיינט צו זיין אביסל אנדערש וויאזוי [tag]געפילטע פיש[/tag] האט געשריבן.
לויט די וועבסייט פארבאטן זיי צו האבן אינטערנעט אפילו אינדערהיים, און בכלל נישט קיין צוטרירט צו אינערנעט ביז די 16. און עס זעט אויס אז די עלטערן וואס שיקן אהין ווילן אויך געניסן פון דעם אז קינדער זענען אויסגעשאלטערט פון טעכנעלאגיע אינגאנצן.
לויט די וועבסייט פארבאטן זיי צו האבן אינטערנעט אפילו אינדערהיים, און בכלל נישט קיין צוטרירט צו אינערנעט ביז די 16. און עס זעט אויס אז די עלטערן וואס שיקן אהין ווילן אויך געניסן פון דעם אז קינדער זענען אויסגעשאלטערט פון טעכנעלאגיע אינגאנצן.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
אדאנק פארן אויסקלארן. עס וואלט געווען ראטזאם אז ג.פ. זאלן ציטירן די מקורות, אויף וואס ער האט געבויעט זיין ארטיקל.
בד"וו דער טיימס ארטיקל איז געשריבן דורך MATT RICHTEL, און דער גארדיען ארטיקל איז געשריבן דורך Matthew Jenkin. זעלבע שרייבער?
בד"וו דער טיימס ארטיקל איז געשריבן דורך MATT RICHTEL, און דער גארדיען ארטיקל איז געשריבן דורך Matthew Jenkin. זעלבע שרייבער?
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
קוק דעם יוטוב קליפ, וועסטו זען א שמועס מיט א סיליקען וואלי פאטער, און טיטשערס פונעם סקול. עס זעט זיך קלאר ארויס אז זיי זוכן אויסצומיידן די טעכנעלאגיע.
ג.פ. האט אראפגעשטעלט דעם סקול אלס ריין געצנדינעריי, וואס פארמאגט א הייפעלע סטודענטן, און טוען דאס בלויז צוליב ספירוטאלע אנשאוינגען אא"וו. לויט זיכעריי אויף גוגל האנדלט זיך עס פון א סקול וואס איז טאקע מבוסס אויף קרעפ, אבער פארמאגט א ריזן נעץ פון סקולס. און טעק עלטערן שיקן אהין דוקא אויסצומיידן דעם טעכנעלאגיע.
https://www.youtube.com/watch?v=fUxLKik3zNA
באמת דארפן מען אפטיילן Technology און Electronics. די שאלה איז פארוואס ווילן זיי אהין שיקן, איז דאס צוליב מ'זאל זיך נישט באנוצען מיט Electronics, נאר נוצן אלטע מעטאדן. אדער זוכן זיי אויסצומיידן דוקא דעם Technology.
ג.פ. האט אראפגעשטעלט דעם סקול אלס ריין געצנדינעריי, וואס פארמאגט א הייפעלע סטודענטן, און טוען דאס בלויז צוליב ספירוטאלע אנשאוינגען אא"וו. לויט זיכעריי אויף גוגל האנדלט זיך עס פון א סקול וואס איז טאקע מבוסס אויף קרעפ, אבער פארמאגט א ריזן נעץ פון סקולס. און טעק עלטערן שיקן אהין דוקא אויסצומיידן דעם טעכנעלאגיע.
https://www.youtube.com/watch?v=fUxLKik3zNA
באמת דארפן מען אפטיילן Technology און Electronics. די שאלה איז פארוואס ווילן זיי אהין שיקן, איז דאס צוליב מ'זאל זיך נישט באנוצען מיט Electronics, נאר נוצן אלטע מעטאדן. אדער זוכן זיי אויסצומיידן דוקא דעם Technology.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
און דאס אז געציילטע טעכנעלאגיע פירער שיקן אהין איז דאס נאר צוליב דעם. זיי האבן פשוט נישט געפונען קיין אנדערע סקול וואס זאל דאס טון. דאס אז אפאר גרויסע טעק פירער שיקן אהין צוליב דעם, אט דאס איז סיבה צו זאגן אז זיי זוכן נישט קיין טעכנעלאגיע פאר זייערע קינדער. נאר דע חלק איז אינטערסאנט פון די גאנצע שמועס.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
פרייוויליג האט געשריבן:איך האב געסערטשט אנליין איבער דעם סקול. און עס איז אמת אז די גרינדן פון די סקול האט צו טון מיט אמונות טפלות און ראסיזם. אבער די פאקטן אז זיי פארבאטן טעכנעלאגיע, שיינט צו זיין אביסל אנדערש וויאזוי [tag]געפילטע פיש[/tag] האט געשריבן.
לויט די וועבסייט פארבאטן זיי צו האבן אינטערנעט אפילו אינדערהיים, און בכלל נישט קיין צוטרירט צו אינערנעט ביז די 16. און עס זעט אויס אז די עלטערן וואס שיקן אהין ווילן אויך געניסן פון דעם אז קינדער זענען אויסגעשאלטערט פון טעכנעלאגיע אינגאנצן.
ליין איבער דעם גארדיען ארטיקל. די פאראגראף וואס דערמאנט וואס דו זאגסט, אז ביז זעכצן טארן זיי נישט האבן צוטריט צום אינטערנעט, אפילו אינדערהיים, רעדט וועגן א צווייטע שולע אין לאנדאן, די לאנדאן עקארן שולע.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
פרייוויליג האט געשריבן:קוק דעם יוטוב קליפ, וועסטו זען א שמועס מיט א סיליקען וואלי פאטער, און טיטשערס פונעם סקול. עס זעט זיך קלאר ארויס אז זיי זוכן אויסצומיידן די טעכנעלאגיע.
ג.פ. האט אראפגעשטעלט דעם סקול אלס ריין געצנדינעריי, וואס פארמאגט א הייפעלע סטודענטן, און טוען דאס בלויז צוליב ספירוטאלע אנשאוינגען אא"וו.
איך האב געזאגט אז די גרינדער פונעם שולע האט געהאט אזעלכע שיטות, נישט אז עלטערן וואס שיקן היינט אהין גלייבן אין דעם. היינט האבן טאקע די שולעס א שייכות מיט די גלויבינגען בערך אזוי סאך ווי חסידישע חדרים האבן מיט חסידות. כמעט גארנישט.
פרייוויליג האט געשריבן:לויט זיכעריי אויף גוגל האנדלט זיך עס פון א סקול וואס איז טאקע מבוסס אויף קרעפ, אבער פארמאגט א ריזן נעץ פון סקולס. און טעק עלטערן שיקן אהין דוקא אויסצומיידן דעם טעכנעלאגיע.
טעק עלטערן? אז פון הונדערטער טויזענטער מענטשען אין טעק שיקן אפאר הונדערט עלטערן צו דעם סקול מיינט דאס אז "טעק עלטערן" שיקן אהין? אין סיליקאן וואלי בכלל זענען מסתמא איבער ניינציג פראצענט מענטשען וואס קענען זיך ערלויבן די טייערע שכר לימוד וואס זיי נעמען אין טעק. איז דאס אז זייער שולע באשטייט פון 75% טעק פאמיליעס בכלל נישט קיין חידוש.
פרייוויליג האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=fUxLKik3zNA
באמת דארפן מען אפטיילן Technology און Electronics. די שאלה איז פארוואס ווילן זיי אהין שיקן, איז דאס צוליב מ'זאל זיך נישט באנוצען מיט Electronics, נאר נוצן אלטע מעטאדן. אדער זוכן זיי אויסצומיידן דוקא דעם Technology.
גערעכט, ווי אויך דארף מען אריין נעמען אין חשבון די אנדערע מעגליכע אלטערנאטיווע מניעים וואס מאכט עלטערן אהין שיקן, ווי למשל וואקסינען.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: די "נארמאלע" אינטערנעט-מערכה - וועקער 8
אן ארטיקל אין ניו יארק טיימס וועגן די נזקים פון טעכנאלאגיע. מערקווירדיג איז דאס וואס מ'ברענגט פון פראפ' העשיל (געווען דערמאנט אין וועקער).
https://www.nytimes.com/2017/11/20/opin ... ss&emc=rss
https://www.nytimes.com/2017/11/20/opin ... ss&emc=rss
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.