הגאון ר' יוסף ראזענבלום זצ"ל ר''י שערי יושר

נעכטען נאכט אחרון של פסח איז נפטר געווארן הגאון רבי יוסף ראזענבלום זצ"ל ר''י שערי יושר.
הרב יוסף ראזענבלום איז געבוירן כ"ו אב תרפ"ח אין אנטווערפין צו זיין פאטער הרב דוד ע"ה, שטאמענדיג פון פוילישע חסידים,
ביי דער צוויטער וועלט־קריג איז ער אנטלאפין אין דער שווייץ וואו ער האט געלערינט תורה אין דע שטאט מאנטרע שווייץ, צוזאמען מיט פיל גרויסע ת"ח צווישען זיי הרב משה סאלווייטשיק ז"ל הרב אהרן לייב שטיינמאן שליט"א און ר׳ דוד העלער ז"ל.
נאכדעם האט ער געפליכטעט קיין אמעירקע און ער איז געווען א תלמיד פון בית מדרש גבוה און געלערינט ביי הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל וואס ער איז געבליבן אדוק ומקושר און אים.
ווען עס איז געקומען די צייט חתונה צו האבן האר ער חתונה געהאט מיט א טאכטער פון הרב דעוויס זצ"ל ראש ישיבת מאנטענדעיל און די קעטסקילס.
אין בארא פארק האט הרב יצחק דוב קאפלמאן זצ"ל מייסד געווען די ישיבה שערי יושר על שם זיין רבין רבי שמעון שקאפ זצ"ל. ווען הרב קופעלמאן זצ"ל האט זיך געצויגען אין דער שווייץ צו זיין די ראש ישיבה דארט, האט ער איבערגעגבען די הנהגת הישיבה פאר הרב ראזענבלום שליט"א וואס האט פאר צענדליגע יארן געפירט די ישיבה ביד רמה מעמיד זיין תלמידים לאלפים פון די שענסטע און בעסטע וואס ניו יארק האט האבען דארט גלערינט און קונה געווען תורה ויראה פון דער ראש ישיבה, די תלמידים אפי' וואס דער ראש ישיבה האט זיך נישט זייער אראפגעלאזט פערזענדליך צו די תלמידים, האבען זיי אלע געזעהן וואס מיינט לערנין תורה מיט יראת שמים, וואס מיינט אהבת התורה, מפקיר זיין די גאנצע וועלט מיט אלע הבלי עולם הזה, און תורה הק' איז דער עיקר פון א מענטש, נישט קיינע אנדערע זאכען ווי גשמיות לוקסוס, וואס הרב ראזענבלום האט אריינגפרעגלט מיט זיינע הייסע שמיסען יעדן דאנערשטאג נאכט ביי לימוד ספרי מוסר אדער ביי די פרייטיג חומש שמיסען וואס איז געווען באליבט ביי די תלמידים,
ראש המדברים ולוחם מלחמת ד'
און די שפעטע תש- מ' און נ' ס' יארען איז הרב ראזענבלום געווארען דער תל תלפיות וואס מ'האט זיך געוואנדען צו אים הערען זיין קלארע דעת תורה אויף פילע טעמעס הונדרעטער שלו' בית האט ער צוריק גשטעלט, ווי אויך פילע מוסדות התורה און רבנים וראשי ישיבות האבען זיך נישט גערירט אן זיין מיינוג, וויסענדיג ביי הרב ראזענבלום הערט מען קלאר אזוי ווי די אורים ותומים, ס'נישטא קיין שום חשבונות נאר איין חשבון מרבה צו זיין כבוד שמים, הרב ראזענבלום איז אנטלאפען פון מחלוקת אדער לשון הרע און פאליטיק, ס'שטייט פאר אים נאר צו טוען די רצון השם כבוד עצמו אדער אנדערע חשבונות זענען פסול, געלט אדער עולם הזה עקלט, און ס'איז מיאוס,
ווען עס האט זיך אריינגעריסען ווידיאו אדער אנדערע טעכנאלגיעשע כלים, איז ער ארויס זייער שארף אקעגין יעדע מיטעל וואס רייסט אוועק די קאף פון תורה ויראת שמים, גאר שארפע און שטרענגע רייד האט מען געהערט סיי און ישיבה און סיי אינדרויסען ביי פארזאמלונגען פון אחיני בני ישראל,
תל תלפיות
צוווישן די מוסדות התורה וואס פרעגען אן דעת תורה ביי אים איז געווען די חדר אין בארא פארק וואס דער מנהל הרב גוטפריינד איז געקומען כסדר הערען דעת תורה ועל פיו ישק,
ווי אויך די באוויסטע ישיבה מאור יצחר פון הרב אפרים וואקסמאן אין מאנסי איז געווען א אפטע גאסט לשמוע את דבר ד', אדער הרב יעקב הורוויץ ראש ישיבת בית מאיר,
ווען אין נייטרא ישיבה האט זיך געטומעלט איז די אדרעס געווען הרב ראזענבלום,
אדער אין לעיקוואד איז געווען אלץ די אדרעס הרב ראזענבלום, וואס הרב אהרן קוטלער זצ"ל האט אים ממנה געווען צו מאכען די מקוה אין לעיקוואד, זיך רעכענדיג מיט זיין הלכה און תורה מיינוג,
ווי אויך די הנהלה פון בית יעקב, טראצדעם איז הרב ראזענבלום נישט געווען פארמישט און די אגודת ישראל אדער אנדערע פארטיישע זאכען האט מען איבעראל געוויסט אמת און ישרות גייט מען צו אים,
ביי די באוויסטע עירוב פרשה אין בארא פארק ווען די שטאט איז געווען צוטיילט צווישען די מיינוג פון די רבנים איז הרב ראזענבלום געווען זייער דערקעגין און פיל גארבעט ארויסצוקימען מיט א שטארקע איסור פון די זקני הרבנים ואדמורים אבער למען השלום האט ער זיך צוריקגעהאלטן ווייל שלום ואחדות האט איבערגעוויגען זיין אייגענע מיינוג, א סימבאל פון א עבודה לשם שמים.
(פון אידישע וויקי)

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: הגאון ר' יוסף ראזענבלום זצ"ל ר''י שערי יושר
ער איז געווען דער עלטערער בחור אין מונטרה און ס׳איז מעגליך אז ער האט געהאט א השפעה אויף הרב רוזנבלום.
איך געדענק פון איידער הרב שטיינמן איז געווארען דער אחד יחיד ומיוחד און מ׳האט נאך נישט געשטעלט קיין היימישע ווידערשטאנד אנטקעגען איהם, האט מען געזאגט אז ער האט זיך גענומען צום לערנען אין מונטרה און הגם ער האט אייביג געשמ׳ט אלס א בעל כשרון און ערליכער, זיין גענצליכע איבערגעגעבענקייט צום לערנען האט זיך אנגעהויבען אין מונטרה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
- כלבאשבוע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1028
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
- קאנטאקט:
אזויווי דער סדר איז ביי אונז פרובירט דער מיני ביאגראפיע אפצומאלן דעם ראש ישיבה אלץ א לוחם און מנהיג אבער אין ריעליטי איז זיין הנהגה אינדרויסן פון הרבצת התורה געווען לימיטעד, מילד גערעדט
ער האט נישט ארויסגעוויזן א הבנה צום דור און פון אפשר טויזענטער תלמידים איז געבליבן יחידים וואס זענען געווען מקושר מיט אים
ער איז געווען פרוש מעניני עוה״ז און האט פארדעם גרינג געשטיצט יעדן צווייטן איסור וואס עסקנים האבן אים אונטערגעברענגט אבער סליגט אין דעם שוואכע מנהיגות
ביי כינוסים האט מען חוץ מוסר נישט געהערט פון אים קיין רעיונות אדער א ברייטע הבנה אין השקפה וואס זאל רילעיטן צום דור
פסקים להלכה?
ביים עירוב האבן די אוסרים קאפיטילירט נאכדעם וואס די מערכה איז דורכגעפאלן און נישט מפני השלום וכו
די ישיבה אליין איז שוין צופאלן פאר א שיינע פאר יאר און כאטש עטליכע תלמידים האבן פרובירט אין די לעצטע יארן אים צו פארוואנדלן אין א שטיקל רבי האט עס נישט אויפגעכאפט
בקיצור, רב ראזענבלום ז״ל איז געווען א אויסגעארבעטער איד וואס איז געזעצן און געלערנט און משפיע געווען תורה ומוסר אויף זיינע תלמידי הישיבה אבער דאס מאכט אים נאך נישט קיין מנהיג ווען סקומט צו עניני הכלל

לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: הגאון ר' יוסף ראזענבלום זצ"ל ר''י שערי יושר
גראדע אין לעיקוואוד איז ער יא געווען אן אטאריטעט. מענטשען האבען איהם געפרעגט און געהארכט אין ענייני הכלל, פארשטייט זיך מיט א דגש אויף עניני ׳קדושה׳ וכדו׳. ווען ב.מ.ג. האט זיך געשלאגען אויף דער פירערשאפט פון דער חדר, האט ער זיך אריינגעמישט לטובת המנהל קעגען די ישיבה. מאנכע האבען געטענה׳ט אז א געוויסע געביידע ווערט גענוצט אלס א בית בושת און ער האט זיך אריינגעלייגט לעובי המערכה. ועוד.
איך זאג נישט אז ער איז געווען כרוחי, אבער א ווארט האט ער זיכער געהאט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך זאג נישט אז ער איז געווען כרוחי, אבער א ווארט האט ער זיכער געהאט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 187
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גראדע אין לעיקוואוד איז ער יא געווען אן אטאריטעט. מענטשען האבען איהם געפרעגט און געהארכט אין ענייני הכלל, פארשטייט זיך מיט א דגש אויף עניני ׳קדושה׳ וכדו׳. ווען ב.מ.ג. האט זיך געשלאגען אויף דער פירערשאפט פון דער חדר, האט ער זיך אריינגעמישט לטובת המנהל קעגען די ישיבה. מאנכע האבען געטענה׳ט אז א געוויסע געביידע ווערט גענוצט אלס א בית בושת און ער האט זיך אריינגעלייגט לעובי המערכה. ועוד.
איך זאג נישט אז ער איז געווען כרוחי, אבער א ווארט האט ער זיכער געהאט.
דאן איז ער געווען מנהיג/ממנהיגי לעיקוואד, נישט מנהיג הדור ווי געוויסע ווילן אים אראפמאלעווען, וכדברי [tag]כלבאשבוע[/tag].
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
כלבאשבוע האט געשריבן:ער האט נישט ארויסגעוויזן א הבנה צום דור און פון אפשר טויזענטער תלמידים איז געבליבן יחידים וואס זענען געווען מקושר מיט אים
די ישיבה אליין איז שוין צופאלן פאר א שיינע פאר יאר און כאטש עטליכע תלמידים האבן פרובירט אין די לעצטע יארן אים צו פארוואנדלן אין א שטיקל רבי האט עס נישט אויפגעכאפט
בקיצור, רב ראזענבלום ז״ל איז געווען א אויסגעארבעטער איד וואס איז געזעצן און געלערנט און משפיע געווען תורה ומוסר אויף זיינע תלמידי הישיבה אבער דאס מאכט אים נאך נישט קיין מנהיג ווען סקומט צו עניני הכלל
אזוי ווי די טויזענטע תלמידים קענען מעיד זיין אז ער האט רוב שנתיו נישט געהאט קיין פערזענליכע שייכות מיט זיינע תלמידים, די איינציגסטע זאך פערזענליך איז געווען די "זרוק מרה בתלמידים" און שמאל דוחה ווען ס'האט אויסגעפעלט. ער איז טאקע געווען א זעלטענע דערהויבענע יוד און אליינס געווען אן עקסעמפעל פון תורה וקדושה פאר זיינע תלמידים מיט א קאך אין א ברען, און כסדר געשטאפט דברי מוסר מיט ריינע השקפה ובמיוחד די ענין פון חשיבות התורה.
אבער "א געטרייע טאטע פאר די תלמידים" ווי מאנכע פרובירן עס אפצומאלען אין די לעצטע פאר יאר, מאן דכר שמיה.
פארוואס שרייב איך דאס, נישט ח"ו צו קריטיקירן אן אדם גדול. נאר כדי צו טוהן א גוטע זאך לעילוי נשמתו און דוקא ממנו ילמדו וכו' אז מ'זאל זיך נישט נער'ן. איינער קען זען די גרעסטע גאון, א מתמיד עצום, מיט א ריינע דעת תורה, אבער קיין קאנעקשען צו תלמידים ווערט נישט פון דעם. וויפול מוסר און דברי כבושין מען וועט דרש'נען קומט עס נישט צו צו א רבי וואס ווייזט ארויס פערזענליכע אהבה צו תלמידים, און דוקא פון דארט קען מען די בעסטע משפיע זיין.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: הגאון ר' יוסף ראזענבלום זצ"ל ר''י שערי יושר
פערזענליך גייט עס מיר נישט אן, אבער פוק חזי ווי ס׳האלט. ווען ער גייט דען א ווייסע בעקיטשע און זיין חשיבות איז אויסזאגען תהלים און בויען א שטעטל, ווערט מען ווילד פאר׳ן נישט וויינען און באקלאגען א גאנץ שבעה.
יעצט וואס ער איז נאר א ראש ישיבה קען מען זיין שוחרי אמת ווען דער גוף איז נאך נישט קאלט, און מבקר זיין יעדער שטיק חשיבות. ווען ער האט דען א דערפעל אין בוקאווינא פון פיהר אותיות, איז ער שוין א געהאלפענען. א שאד.
איך האב איהם נישט געקענט, נאר איך האב איין מאל אין לעבען געשבת׳ט אין בארא פארק, אין דער 16אוו געגענט, און איך האב געדאווענט שבת אין שערי ישר. פאר די וואס ווייסען, איז דער שבת מנין א נוסח אשכנז׳דיגע ווי א געהעריגע ליטווישע ישיביש׳ע מנין, דוכט זיך ס׳האט עפעס א שייכות מיט׳ן מיר׳ער מנין. ער האט דארט געדאווענט כאחד העם, נישט ביים מזרח און נישט אלס בעלעבאס. איך ווייס נישט צו דאס איז געווען זייער אפמאך אויפ׳ן בנין צו אן עניוות זיינער אבער עכ"פ כך ראיתי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
יעצט וואס ער איז נאר א ראש ישיבה קען מען זיין שוחרי אמת ווען דער גוף איז נאך נישט קאלט, און מבקר זיין יעדער שטיק חשיבות. ווען ער האט דען א דערפעל אין בוקאווינא פון פיהר אותיות, איז ער שוין א געהאלפענען. א שאד.
איך האב איהם נישט געקענט, נאר איך האב איין מאל אין לעבען געשבת׳ט אין בארא פארק, אין דער 16אוו געגענט, און איך האב געדאווענט שבת אין שערי ישר. פאר די וואס ווייסען, איז דער שבת מנין א נוסח אשכנז׳דיגע ווי א געהעריגע ליטווישע ישיביש׳ע מנין, דוכט זיך ס׳האט עפעס א שייכות מיט׳ן מיר׳ער מנין. ער האט דארט געדאווענט כאחד העם, נישט ביים מזרח און נישט אלס בעלעבאס. איך ווייס נישט צו דאס איז געווען זייער אפמאך אויפ׳ן בנין צו אן עניוות זיינער אבער עכ"פ כך ראיתי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב איהם נישט געקענט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק די ביזט דאך יא א בן תורה וואלסט געמעגט וויסען דאס וואס שטייט און גמ' למד לשונך לומר איני יודע שמא תתבדה ותאחז.
ווער נישט נאחז אין א סבך וואס איז דיר נישט באקאנט...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: ווען ער האט דען א דערפעל אין בוקאווינא פון פיהר אותיות, איז ער שוין א געהאלפענען. א שאד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
יא יא, ס'דא רבי'לעך פון בוקאווינא דערפלעך אין אויך אנדערע מקומות וואס האבן מער אויפגעטון ווי שרי התורה
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- אחד העם
- ידיד ותיק
- הודעות: 697
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 594 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פערזענליך גייט עס מיר נישט אן, אבער פוק חזי ווי ס׳האלט. ווען ער גייט דען א ווייסע בעקיטשע און זיין חשיבות איז אויסזאגען תהלים און בויען א שטעטל, ווערט מען ווילד פאר׳ן נישט וויינען און באקלאגען א גאנץ שבעה.
יעצט וואס ער איז נאר א ראש ישיבה קען מען זיין שוחרי אמת ווען דער גוף איז נאך נישט קאלט, און מבקר זיין יעדער שטיק חשיבות. ווען ער האט דען א דערפעל אין בוקאווינא פון פיהר אותיות, איז ער שוין א געהאלפענען. א שאד.
איך האב איהם נישט געקענט, נאר איך האב איין מאל אין לעבען געשבת׳ט אין בארא פארק, אין דער 16אוו געגענט, און איך האב געדאווענט שבת אין שערי ישר. פאר די וואס ווייסען, איז דער שבת מנין א נוסח אשכנז׳דיגע ווי א געהעריגע ליטווישע ישיביש׳ע מנין, דוכט זיך ס׳האט עפעס א שייכות מיט׳ן מיר׳ער מנין. ער האט דארט געדאווענט כאחד העם, נישט ביים מזרח און נישט אלס בעלעבאס. איך ווייס נישט צו דאס איז געווען זייער אפמאך אויפ׳ן בנין צו אן עניוות זיינער אבער עכ"פ כך ראיתי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך פלעג נישט דאווענען דארט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
- געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
- האט שוין געלייקט: 221 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
וואלווי האט געשריבן:אזוי ווי די טויזענטע תלמידים קענען מעיד זיין אז ער האט רוב שנתיו נישט געהאט קיין פערזענליכע שייכות מיט זיינע תלמידים, די איינציגסטע זאך פערזענליך איז געווען די "זרוק מרה בתלמידים" און שמאל דוחה ווען ס'האט אויסגעפעלט. ער איז טאקע געווען א זעלטענע דערהויבענע יוד און אליינס געווען אן עקסעמפעל פון תורה וקדושה פאר זיינע תלמידים מיט א קאך אין א ברען, און כסדר געשטאפט דברי מוסר מיט ריינע השקפה ובמיוחד די ענין פון חשיבות התורה.
אבער "א געטרייע טאטע פאר די תלמידים" ווי מאנכע פרובירן עס אפצומאלען אין די לעצטע פאר יאר, מאן דכר שמיה.
פארוואס שרייב איך דאס, נישט ח"ו צו קריטיקירן אן אדם גדול. נאר כדי צו טוהן א גוטע זאך לעילוי נשמתו און דוקא ממנו ילמדו וכו' אז מ'זאל זיך נישט נער'ן. איינער קען זען די גרעסטע גאון, א מתמיד עצום, מיט א ריינע דעת תורה, אבער קיין קאנעקשען צו תלמידים ווערט נישט פון דעם. וויפול מוסר און דברי כבושין מען וועט דרש'נען קומט עס נישט צו צו א רבי וואס ווייזט ארויס פערזענליכע אהבה צו תלמידים, און דוקא פון דארט קען מען די בעסטע משפיע זיין.
וואלווי, זייער גוט געזאגט. ס'האט ספיציעל ארויסגעוויזן ווען יוסל מייער האט פרובירט אוועק צו גנבענען די ישיבה און ער האט געשריגן חי וקים און קיינער האט איהם נישט אנגעקוקט אפי' ער האט תלמידים גרויסע עשירים האט קיינער קיין רויטע גרייצער נישט געגעבן אחוץ איינער
לא באתי לנצח (שולי)
וואלווי, ס'קוקט אויס אז ער האט דיר גוט געפייניגט, און איך וואלט רואיג אנגענומען אז עס איז דיר זיך ערליך געקומען. עס איז דוקא פארהאן אומצאליגע תלמידים וואס זענען געבליבן געבינדן צו איהם בלב ונפש, ווייזט אויס אז זיי האבן זיך בעסער געמענטשעלט אונטער זיין חינוך ווי דו.
[סארי פארן שטאך שלא כדרכי, איך רעספעקטיר זייער דיר און דיינע מיינונגען דא אין שטיבל. איך בין נישט קיין תלמיד, אבער איך האב איהם אביסל געקענט פון אן אנדערן קוקווינקל (שלום בית בלע"ז), און דווקא יא אלץ אן אב הרחמן]
--
תנחום האקט, דאס איז א פושקע ווערם, אבער מצד הרב ראזענבלום איז עס נישט געווען קיין געלט נושא, ודי בזה.
[סארי פארן שטאך שלא כדרכי, איך רעספעקטיר זייער דיר און דיינע מיינונגען דא אין שטיבל. איך בין נישט קיין תלמיד, אבער איך האב איהם אביסל געקענט פון אן אנדערן קוקווינקל (שלום בית בלע"ז), און דווקא יא אלץ אן אב הרחמן]
--
תנחום האקט, דאס איז א פושקע ווערם, אבער מצד הרב ראזענבלום איז עס נישט געווען קיין געלט נושא, ודי בזה.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
- געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
- האט שוין געלייקט: 221 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
ווען דער פריעדמאן פון נחמת ישראל איז ארומגעלאפן נעמען חתימות קעגן ליפא שמעלצערס קאנצערט וואס איז שפעטער געווארן געקענסעלט איז ער געקומען צו די ראש ישיבה און ער האט נישט געוואלט אונטער חתמענען ווילאנג ער טרעפט זיך נישט מיט ליפא למעשה איז ליפא אראפ געקומען צו איהם און ליפא האט צוגעזאגט נישט צו מאכן די קאנצערט אויב די ראש ישיבה איז וויליג צו לערנען מיט איהם ער האט טאקע געלערענט מיט איהם איין מאל א וואך פאר א שטיק צייט
לא באתי לנצח (שולי)
ליפא אויב דו לייענסט דא, ביטע אדרעסיר דאס אין שני וחמישי, יישר כח.
--
אפדעיט:
איך זעה יעצט אז ער האט שוין מבטיח געווען צו דערציילן.

ליפא דערציילט.
איין שינוי, לויט ווי ער זאגט האט הרב ראזענבלום בלויז פארלאנגט ער זאל נישט אדווערטייזן אין היימישע געגענטער. די חלק אז ער האט געלערנט מיט איהם זאגט ער נישט. ער זאגט אז ער וויל נאך עפעס ממשיך זיין דערוועגן קומענדיגע וואך.