ביטער פאר'ן קינד - חוה פויגל (וועקער 8)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

ביטער פאר'ן קינד - חוה פויגל (וועקער 8)

שליחה דורך אברך משי »

הערט'ס א רגע א קליינע אבער וויכטיגע מעשה'לע וואס איז נישט לאנג צוריק פארלאפן - ס'איז כדאי צו ליינען פארן צורך פונעם מעסעדזש:

איתן בר-סלע איז א טויגליכער יונג פון די גרעסטע עשירים אין די היינט צוטאגס רייכע הרצליה געגנט אין מדינת ישראל, א חעברעמאן וואס האט זיך ארויפגעדראפעט מיט די אייגענע צען פינגער אין די לעצטע עטליכע יאר דורך עפענען עטליכע ביזנעסער אנליין, און איז מיט א שנעלקייט געשטיגן צו ווערן פון די גרויסע מיליאנערן אין די קליינע מדינה. זיין בת-זוג (כ'ווייס נישט אויב זיי זענען אמאל פארהייראט געווארן אפיציעל, גאנץ זיכער נישט כדת משה וישראל) דר. נעמה שיבזי, פון די גרויסע פראפעסארקעס אין עניני מחקר ורפואה אין איינס פון די פאפולערע יונעווערסיטי'ס אין מדינת ישראל, וואס האט אוועקגעגעבן לאנגע שעות פאר שטודיעס אין מעדעצינישע איינגעלעגנהייטן און איז שטארק באהאוונט אין פארשידענע געזונטהייט און היילונג פראדוקטן, און אין צוגאב שטייט זי אין שפיץ פון נישט א קליינע קאמפעני וואס פראדעצירט אסאך פון זיי, און איז זיך שטארק צו-וואקסן אויפן געוועב אין די לעצטע יארן. בקיצור, א טויגליכע פאפולערע געלונגענע פארפאלק וואס האבן זיך באגעגענט ביי די עטליכע און דרייסיג יאר אלט, און נאך עטליכע יאר געבענטשט געווארן מיט דריי קינדער וואס זיי האבן ערצויגן ווי עס פאסט פאר די העכערע עליטע.
מיט א האלב יאר צוריק האט א טראגעדיע באטראפן זייער פאמיליע, ווען זייער קליינעם, א קינד פון צוויי יאר אלט - רועי, איז געשטארבן נאכן זיך נישט גוט פילן עטליכע טעג, און די דאקטוירים האבן נישט געקענט טרעפן די ריכטיגע סיבה. די עלטערן האבן געטרייט צו טון אלעס וואס זיי האבן געקענט צו ראטעווען זייער קינד, אבער רועי איז אויסגעגאנגען ווי א לעכט רח"ל, אויף קיין שום אידיש קינד געזאגט, פרום צו פריי. נאך א קורצע פאלמעסונג אויפען קליינעם קערפער האט מען געזען סימנים פון אויסגעטריקנטקייט אין דיהיידרעישאן, ה' ירחם.


כלפי מה דברים אמורים?
אין דעם הערליכען וועקער, האט געשריבן חוה פויגל, כ'ווייס נישט ווער זי/ער/טומטום איז, א הארצרייסנדע ארטיקל פון א מאמע וואס האט פארלוירן א קינד ל"ע ולא עליכם. איך האב ממש מיטגעוויינט און געפילט די צער און שולד-געפילן פון די מאמע, וואס זענען געווען אזוי פאכמאניש און קלאר געשילדערט, אוי געוואלד. אבער איין מינוט! פלוצלינג האט זיך די ארטיקל געגעבן א שארפע דריי און געווארן עפעס א מאדנע שולד ארטיקל נוסח שטורמער אז דאס האט צוטון מיט חרדים וואס האבן חתונה יונג און האבן נישט קיין צייט זיך צו באקאענען מיט די מאן (מה הקשר, אתמהה???) און ווי יענע משורר האט שוין אזוי געזאגט און אהער געזאגט, און אלס צוליב דעם וואס מיר האבן נישט קיין אינטערנעט צו סוירטשן ווען די קינדער פילן נישט גוט... וועיט עי מינוט! חוה פויגל דו פילסט יא גוט? דיינע רייד זענען ווי איינער וואס רעדט פון היץ, ביסט נאריש? א מאמע וואס איז דריי מאל געלאפן צום דאקטער, וואס א היימישע דאקטער זעט בערך דריי ביז פינעף הונדרעט קינדערלעך א וואך מיט אלע מינע חולאת'ן און נאז-גערינעכצער, און אז ער האט נישט געהאט קיין ענטפער פאר איר און געזאגט אז ס'איז א ווירוס, האלטסטו טאקע אז איר אינטערנעט ריסוירטש פון א דערשראקענע מאמע וואלט איר געגעבן א בעסערע ענטפער. דו חוה אלס מאמע וואלסט געווען קאנפידענט צו לייגן דיין קינד שלאפן נאכן גוגלען אז מסתמא איז עס גארנישט און מ'דארף זיך נישט וויסענדיג מאכן פון דאס קינדס נאכאנאנדע געוויינען? נאך א נס כ'בין נישט דיין קינד...

מיינס טאקע אז ביי די בעסערע עליטע וואס האבן יא שפעט חתונה געהאט, יא זיך באקענט פאר זייער לאנג, מיט א קנאקעדיגע האני-מאן א לענגס און א ברייטס, יא שטענדיגע אינטערנעט צוטריט, און יא מעדיקעל וויסנשאפט, קען דאס נישט פאסירן רח"ל?! עיין ערך איתן בר-סלע און דר. נעמה שיבזי...

פארוואס איז מיר דאס בייז בלוט אזוי ארויף אין קאפ? די וועקער אידאך א הערליכע אויסגאבע פיל מיט תוכן און קלאס, אבער כ'האב באקומען די רושם אז ווער ס'וויל אויסדריקן זיין ווייטאג קעגן די חרדים האבן נישט קיין צוטריט צו די אינטערנעט, אדער עני אנדערע זאך קעגן דעם סיסטעם, קאטשקעט אפ א ארטיקל, און צום סוף שטיפט ער עס אריין מיט געוואלד צו דעם איינעם מוסר השכל אז דער 'סיסטעם' איז שולדיג אין אלעם, און ס'מוז גארנישט האבן קיין הענט און קיין פיס. טויט-פאל ביי קינד רח"ל? האסט צו פרי חתונה געהאט!!! די קינדער האבן געמאכט א באלאגאן אינעם קינדער-צימער? דו האסט זיך נישט גענוג באקענט מיט דיין מאן!!! א קינד פילט נישט גוט? דו האסט נישט קיין אינטערנעט!!! זיין נאז רינט? דו ביסט א חלק פון די פאנאטישע נערנים!!!

חוה פייגל במחילת כבודיך הרמתה, די צווייטע האלב פונעם ארטיקל איז נישט ווערד געווען די שפייעכץ. און לעדתי הרטושה, מוז דער וועקער אנהאלטן א מינאמאלן סטאנדארט אז מ'קען נישט קומען און אויסקטענען אלעס וואס מ'האט אין בויך. אז נישט וועט מען זייער שנעל אריבערגיין די דינע ליניע פון א קוואליטעט אויסגאבע צו א שמות טראק פון יעדעמס אייגנארטיגע בויך-קרעמפפן פון וואס ס'איז דא אסאך (עיין ערך פארשידענע ניקס דא). דער וועקער קען נישט און טאר נישט זיך צו כאפן צו יעדער זאך וואס האט א 'אנטי חרדי' אדער 'אנטי סיסטעם' שמעק ווי א גוש קטיף'ניק וואס ווערט ווילד ווען ער זעט א טונקלהויטיגער ספק אראבער פונדערווייטענס. דער וועקער האט אן אחריות נישט פארוואנדלט צו ווערן אינעם זעלביגן גדר ווי א נטרונא בלעטל קעגן די מדינה, נישט צו ווערן די פאן טרעגער פון האס ארטיקלען קעגן דעם סיסטעם. א גוטע ארטיקל ווי כמעט יעדן איינציגסטן אנדערע ארטיקל אין דעם רייכן אויסגאבע וואס האט דעקונג צו זיינע רייד, תוכן, מחשבה, ידיעה, איז נאר א מעלה און געט צו אסאך שלימות און קאליר צו א תוכנדיגע אויסגאבע, אבער ווערן א שימפף בלאט קעגן אלס און אלעמען ווען ס'האט אפילו נישט קיין פשט, מאן דכר שמי'?

איך לאדען דעם ציבור צו צונעמען מיינע ווערטער, מוסיף זיין, זיך דינגען, מפלפל זיין, איך בין גרייט צו הערן אויב אנדערע האבן אויך אזוי געקלערט ווי איך.
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מיינע ארימע איינדרוקן איבער די ארטיקלען אין "וועקער"

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיר איז אויך נישט געפאלען די טענות פון מרת פוגל, אבער אברך - משי ציעט איבער דער שטריק אביסל. דער וועלט גייט נישט אונטער צוליעב דעם. איהר טענה איז טאקע א נערישער און דער ארטיקל איז אן עפענונג צו די טראכטסגאנג פון א פארווייטאגטע פרוי, א שטיק ליטעראטור וואס ווייזט אויף ווי ווייט א קאפ גייט ביי אזא פארלוסט. איז זי גערעכט? אוודאי נישט! מי פתי יסור הנה? נאר אזעלכע זאכען פאסירען און פרויען רעדען אזוי און פון דעם שרייבט מען און ליינט מען.
נישט כאפען אז אליהו הנביא איז לאו דוקא א חסידישע איד איז אויך א נערישקייט, און דאס האט נישט געשטערט.....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

שליחה דורך ברוך בער »

מיינע געדאנקען אקוראט ביים ליינען דעם ארטיקל. עס ליינט זיך נישט אויפריכטיג, ס'איז מער אגענדע מיט היפש אביסל האס. מיר חרדים לדבר ה' זעמיר ליידער מלא פראבלעמען אבער גראדע געבן זיך אונזערע ווייבער אפ מיט די קינדער כמו שכתוב, בכלל נישט אינטערשטעליג פון אנדערע געמיינדעס מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

גוט ארויסגעברענגט, איך האב נישט געקענט משלים זיין מיטן געדאנק אזוי אריין ריקן און איר נאר מרמז געווען דא
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך לאך, ווייל דאס איז איינע פון די נקודות וואס אפילו פרעמדע באטראכטן מיט וואונדער, ווי אזוי מיר חרדים לאזן די קינדער אליין לויפן בלי השגחה ביי יעדע געלעגנהייט. "יא, דאס געשעט ווען מען האט אזויפיל קינדער אין שטוב.." איך האב נאכנישט געליינט דער ארטיקל, מיין וועקער איז נאך אין די פאסט, אבער ס'איז דא א אמת אין דעם. יא, מ'מאכט חתונה שנוקערס וואס זענען נאך אומערוואקסן צו ריכטיג פארשטיין צו קינדער און צו זייערע געברויכן. צו ס'איז דא נישט פרומע ביים וועם ס'פאסירט אויכעט? יא! (ביסיידס, איך פארשטיי נישט פארוואס ס'מוז זיין אז די בר סלעס זענען געווען גרויסע פארשטייער צו זייערע קינדער. וחוץ מזה, דארט איז דא פארקערטע פראבלעמען, עלטערן וואס ווערן פטור פון זייערע קינדער צוליב זייערע קאריערע וכו'. לייען איבער מעדעלין אין די רעזארט אין שפאניע.) אבער דא ווי די דער זעלבער איגנאראנץ שלאגט אויף פארשידענע פראנטן איז אזא מעשה זיכער א גוטער עקזאמפל. לכה"פ אזויפיהל מענטשן וויפיהל עס האבן זיך מיטגעפרייט מיט די ווארט, אויפרוף, חתונה, שבע ברכות און שלום זכר זאלן אויך יעצט הערן פון די טראגעדיעס וואס פאלגן נאך. דאס איז איינס.

דער יו"ט האט מיר א הויכראנגיקער דעטעקטיוו אין די פאליציי דעפארטמענט געזאגט אז ווען ער איז ביי די ארבעט, אין די הויפן און שטעגלעך, נאכשפורן פארברעכער און קרימינאלן, איז ער יעדע מאל נאכאמאל ערשטוינט צו טרעפן חצירות אפן, קינדער לויפן פראנק און פריי, נישטא קיין אויפזיכט, קיינער פרעגט נישט מהיכן באת ומה אתה מבקש. אפשר די לעצטע, ווייל ער איז נישט שווארץ.

צוויי, ווילאנג ס'איז א דראמאטיש גוט געשריבענער ארטיקל און נאך דערצו אזאנס וואס טשלענדזשד דאס וואס אלע טראכטן ביז היינט, זע איך נישט פארוואס מ'זאל עס פסלן נאר ווייל א טייל זענען נישט מסכים מיט די תוכן. אפילו אויב אלע זאלן נישט מסכים זיין מיט די תוכן. איך בין זיכער אז אלע וואס קויפן נאר די אנדערע פאפירלעך, ווי די בלאט, די איד אד"ג, זענען נישט מסכים מיט די תוכן אין די וועקער.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אזוי סוירטשענדיג יעצט, בין איך נישט מצליח צו טרעפן עפעס איבער דעם איתן בר סלע און נעמה שיבזי וואס דער 'אברך משי' ברענגט אראפ. וואס ווייזט סתם אויף א געוויסע 'לייכטזיניגקייט' אויב האט ער עס אבי אויסגעזויגן פון פינגער. וואס, ס'פעלט אמת'ע מעשיות אז דו זאלסט ברויכן אויפבאבלען איינס? דאס הייסט אפלאכן פון א מענטש וואס האט געשריבן א ווייטאגליכע מעשה אלס עמיצער וואס איז עס אליינס אריבער. אפרעגן די נקודה איז איין זאך, אבער פאבריצירן א מעשה איז אפגעלאכט פון דעם מענטשנ'ס עקספיריענס. אמווייניגסטנס איז עס א לייכטזיניגע אויפפירונג וואס פאדערט נישט קיין ייחוס. לכל הפחות נישט קיין פארגלייך מיט פויגל'ס צד. ווילסט אפפרעגן, שרייב דו אן איתן בר סלע געשיכטע צו דער וועקער אויפצוווייזן די מעלה פון אריינקאטשען יונגע סרוחעס בתוך קשר של קיימא אהן קיין שאנס זיך אמאל אויפצופלאנטערן דערפון.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ביטער פאר'ן קינד - חוה פויגל (וועקער 8)

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער נייעם מהלך פון האלטען קינדער אונטער די עלטערענ׳ס אויג א גאנצע צייט איז גארנישט באשטעטיגט צו זיין בעסער. אסאך גוים רעדען זיך אפ אז מ׳גנב׳ט דער יונגהייט פון דער יוגענט דורך דאס אריינלייגען יעדער חלק פון קערפער אונטער א שוץ און נישט צולאזען קינדער פארשען אליינס און לעבען אליינס. ערגעץ אין דער וועלט האט מען געהערט פון א מאלעסטער צו א ציגאנער וואס לאקערט נאך קינדער אין גאס און דעריבער דארף יעדער קינד שוין ליידען אויפ׳ן ספק. דער דעטעקטיוו דיינער וויל אפשר לייכטער מאכען זיין ארבעט, אבער קינדער פארדינען גארנישט דערפון.

אין די באשטימטע פאל, דאקטורים רעדען זיך אפ נאכאנאנד וועגען די גוג"ל דיאגנאסיס וואס טוט זיך אפ אין דער וועלט, ווי יעדער שמענדריק טרעפט אייגענער מעדיצינישע ערפינדונגען מיט גלויבונגען, און דער דאקטאר וואס האט שטודירט יארען לאנג איז ניטאמאל א בר פלוגתא מיט ד"ר גוגל. א געמיינדע וואס איז ריין פון די זאכען ווערט פלוצלונג א חסרון? זי פארלאזט זיך אויפ׳ן דאקטאר און דאס איז גאר איהר פעלער?

קענען גוגל׳ן איז נישט איהר לעזונג, ומחה ה׳ א-להים דמעה מעל כל פנים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

איך וויל מאכן א קורצע אנטשלודיגונג אויב האב איך גערעדט צו שארף, און געוויס איבערבעטן חוה פויגעל'ען זעלבסט. אבער די אמת קומט פאר אלעם! גענוי ווי מ'מוז אויפדעקן די שאנדע פון בערל טויבער ווען ער זאגט זאכן וואס קלעבן נישט מיט די ווארהייט, דאס זעלביגע דארף חוה פויגעל אפגעבן דין וחשבון אויב זי זאגט זאכן וואס לא קרב זה אל זה.

דין הציפו"ר כדין היונ"ה ולא שנא דין מדין, ומאי חזית דדמא דחוה סמיק מהאי דדוב. און מיין עיקר מטרה איז צו היטן אז "דער וועקער" זאל נישט אליין איינשלאפן, נאר בלייבן מיטן פילסטן פראכט!
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

איך - מיט די הילף פון מיין אידענע - האב אפגעשריבן א לאנגס און א ברייטס בליל בדיקת חמץ, ערקלערנדיג דעם טעות/פאלשקייט פון די שרייבערין/שרייבער. למעשה, ווען עס איז שוין געווען כמעט גרייט האב איך דערפון צוריקגעצויגן. איך האלט מיך נישט אלס איינער וואס איז ראוי צו געבן קריטיק פאר איינער וואס שרייבט אומזיסט בלויז ליהנות בהם בני אדם און לתקן את העולם.

עס האט מיך געבאדערט גאנץ יום טוב אז אויף ק"ש איז נישטא קיינער וואס זאל קלערן אז עפעס שטימט נישט דערמיט... למעשה האב איך הנאה געהאט צו זען אז דער שמועס איז ארויפגעברענגט געווארן, זכה - מלאכתו נעשית ע"י אחרים...
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

איסר, לדעתי דארפסטו דאס יא פאוסטן, צוליב צוויי סיבות:

איינס, כדי סזאל נישט זיין הפקר פעטרישקע ווען יעדער וואס וויל שרייבן כאוות נפשו קען שרייבען אן ערווארטן קריטיק. קריטיק איז די וויכטיגסטע כלי פאר דעמאקראטיע און פאר אויפריכטיגע זשורנאליזם. אין די סעקולארע וועלט איז ביקורת ספרים גאר א פונדאמענטאלע ווערד וואס אלע טוען און פארשטייען איר וויכטיגקייט.

צוויי, ווייל מאותה סיבה פארוואס דו ווילסט אים נישט קריטקירן, ווייל ער האט זיך אנגעמוטשעט צו שרייבן א ארטיקל, מהאי טעמא דארפסטו אויך פאוסטן דיין אנטווארט, וואס דו האסט דיך אפגעמוטשעט צו שרייבן...

באמת, איז דאס די שיינקייט פון אן ארטיקעל, עס צו דיסקוסירן אין פובליק וירא הקהל וישפוט, און סאיז זיכער גוט אויף באווארענונג להבא.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
פארשפארט