א מעסעדזש וואס איך האב געשריבן אויף א וואטסעפפ גרופ פון מיינע חברים וידידים. ברשותם לייג איך עס דא ארויף.
בעל בעמיו
שמעון, נאכן זעהן דעם דיסקאשען צווישען דיר און חיים נתן דא אויף וואטסעפפ במשך חול המועד איבער דער וועקער, האב איך באשלאסן מיך איינצושאפן איינס. איך ווייס נישט ווי אזוי, אבער ביז עטץ האטס דא גערעדט דערוועגן, האב איך נישט געהערט פונעם וועקער. יעצט אז איך האב געהערט דערוועגן האב איך מיר איינגעהאנדלט איינס. איך האב עס אדורכגעליינט מדאשקע לדאשקע במשך די צווייטע טעג יו"ט. ס'איז געווען ביי מיר א שמחת יו"ט. דער וועקער איז מלא וגדוש מיט א שלל פון מאמרי מחשבה, היסטאריע, און אפהאנדלונגעל. עפעס וואס מ'האט נאך נישט געזעהן בעפאר. איז לאמיך דיר זאגן מיינע אבזערוואציעס.
צום אלעם ערשט ביסטו גערעכט מיט דיין טענה אז דאס איז עפעס ניי וואס מ'האמיר נישט געזעהן די לעצטערע יארן. ביז היינט איז די השקפה, היסטאריע, פאקטן, מהלך המחשבה און וואס נישט געווען איבערגעגעבן צו עטליכע הוגה דעות וואס זיי, און נאר זיי, האבן געהאט א רעכט אז מען זאל זיי ליינען און הערן. ווען זיי האבן געזאגט מותר איז געווען מותר, ווען זיי האבן געזאגט אסור איז געווען אסור, ווען זיי האבן געזאגט צוואנציג טויזענט איז געווען צוואנציג טויזענט, ווען זיי האבן געזאגט הונדערט איז געווען הונדערט, ווען זיי האבן געזאגט פאקטן זענען דאס געווען די פאקטן. קיינער חוץ זיי האבן נישט געהאט קיין רעכט צו רעדן. דאס האט זיך געטוישט מיטן וועקער.
דו האלטסט אז דער טויש אינעם מציאות איז א חורבן הדת, חיים נתן איז שארף מחולק מיט דיר. איך פארשטיי ביידע צדדים אבער איך אגרי מיט חיים נתן, און איך וויל עס אביסל אויסשמועסן.
ווי איך זעה עס איז דער וועקער א תוצאה פון א שטילער וויי געשריי וואס הערשט ביים עולם שוין א שטיקל צייט. אונז אלע דא אויפן גרופע זענען אנגעווייטאגט. יעדער דא איז אן ערליכער חסידישער אינגערמאן וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה, דאווענט דריי מאל א טאג מיט מנין, האט א שיעור יעדן טאג, איז מחנך די קינדער על דרך ישראל סבא, און איבער אלעם דינט דעם באשעפער 24/7. אונז געהער מיר צו אונזער הייליגע קהלה, מ'קויף מיר נאר אונזערע פלייש און מצות, כאטש מיר ווייסן אז מ'קען מיר באקומען פלייש און מצות מיט די זעלבע חומרות מיט א פיינעם הכשר (לדוגמה פונעם עדה החרדית) פאר אסאך ביליגער. אונז טאנץ מיר ביים רבי'נס חתונות אפילו מ'ווייס מיר נישט לשמחה מה זה עושה. מ'שטיי מיר אויף די ברענטשעס ביי די הקפות, מ'געב מיר מעמדות פאר'ן רבי'ן, מ'שטיץ מיר די מוסדות עד כמה שידינו מגעת, און אודאי שיק מיר די קינדער נאר אין אונזערע מוסדות. בקיצור, מ'טאנץ מיר אויפן טאקט, פונקטליך ווי אזוי מ'הייסט אונז.
און וואס באקומען מיר פאר דעם? בילא זירא. די הוגה דעות זענען קיינמאל צופרידן. אייביג האבן זיי אישוס מיט אונז "בעלי בתים". יעדע פאר וואכן א פרישער קול קורא אדער דרשה ווי מ'איז אונז מסביר וואס מ'טימער ראנג. אייביג עפעס א פרישער עוולה, קיינמאל קיין ווארט חיזוק. טאג און נאכט זענען די הוגה דעות ביזי אונז צו דיגרעידן. אונז מסביר זיין אז אונז טוה מיר נישט גענוג, און אונז דארף מיר דאנקען און לויבן קודשא בריך הוא ושכינתי' פאר'ן שיקן פאר אונזער שפל'דיגע דור אזעלכע עיני העדה ווי די הוגה דעות.
נעם צום ביישפיל אני הקטן. ווי עטץ אלע ווייסט, בין איך א שווערער ארבעטער. איך דאווען מיט'ן קוואדער צו אכט מנין טאג טעגליך און ניין עי. עם. בין איך אין דזשאב. נאך א שווערן טאג ארבעט קום איך אהיים בערך סיקס טורטי צו מיין לעכטיגע משפחה. עיט טורטי לויף איך צום שיעור. עילעוואן טורטי בין איך אין בעט. און דער גלגל חוזר'ט איבער מארגן און איבערמארגן. האט מיר שוין איינער אמאל חיזוק געגעבן פאר'ן זיין אן אחריות'דיגער מענטש און ברענגען פרנסה אין שטוב? פאר'ן דאווענען מיט מנין יעדן טאג? פאר גיין צום שיעור מיט מסירת נפש? נע. חלילה. אויב העט מען מיר חיזוק געבן וועל איך מיך נאך הייבן דעם קאפ ל"ע.
מיין ווייב. אן ערליכע, צניעות'דיגע פרוי. געבארט כסדר קינדער ווייל בורט קאנטראל איז עפעס נישט אזוי איי איי איי. איז מחנך די קינדער אויפן פרומסטן אויפן. גייט אנגעטאן מער צניעות'דיג פון איר מאמע און באבע. פאלגט אויס אלע צניעות תקנות, חדשים וגם ישנים, פון די מוסדות. וועט אלעס אויף דער וועלט טאן אז איך זאל קענען גיין צום שיעור, נישט קיין חילוק ווי שווער איר טאג איז געווען. איר גרעסטע עבירה איז לשון הרע מיט וואס זי פארזינדיגט זיך אמאל אמאל ווען זי יענטעט מיט איר שוועסטער. פארוואס, אוי פארוואס, דארף זי אהיים קומען פון פארטיס און שיעורים צובראכן ווייל עפעס א רעביצין האט מסביר געווען אז איר טו-פיעס דאסטער מאכט מענער זינדיגן?! פארוואס איז נאך קיינמאל נישט געווען א פרויען שיעור ווי מ'האט איר מסביר געווען אז זי גייט גראד אריין אין גן עדן תחת כנפי השכינה פאר'ן פעמפערן אירע קינדערליך?
מיר קוקט אויס, און איך מיין אז מ'האמיר שוין דא אמאל געשמועסט דערוועגן, אז דאס דיגרעידן דעם עולם איז סוף מעשה במחשבה תחילה. די הוגה דעות טוהן דאס מיט א כוונה כדי דער המון עם זאל זיך פילן שלעכט, זאל פילן ווי זיי זענען גארנישט, זיי ווייסן גארנישט, זיי זענען פשוטי כלי עץ וואס דארפן צוקומען צו די הוגה דעות. ווי שלעכטער מיר שפירן זיך, אלץ מער שפירן מיר זיך פאר גארנישט, אלץ מער וועלן מיר פארשטיין אז מ'דארף מיר האבן די הוגה דעות אין פאוער, אלץ מער וועלן מיר זיי שטיצן, אלץ מער וועלן זיי אונז קענען דיגרעידן, אלץ מער וועלן מיר זיך שפירן שלעכט און אלץ מער וועלמיר זיי שטיצן מיט געלט און פאוער.
דאס איז אנגעגאנגען פאר יארן. והאחרון הכביד, די לעצטע פאר יאר איז די זאך ערגער געווארן פי כמה. הכביד העבודה. נישט גענוג געווען די כסדר'דיגע פאט דאון'ס. מ'האט אנגעהויבן צו נעמען דעם עולם אויף א נייע רייד. די האסט קינדערליך, א יא? גוט. איך וועל נוצן דיינע קינדערליך צו באפרידיגען מיינע רצונות'ער. דו גארנישט-מיט-גארנישט "בעל הבית", ווילסט דאך אודאי מחנך זיין דיינע קינדער על דרך התורה. פיין. איך, הוגה דעות, בין בעל הבית אין די מוסדות. ווילסט אריין לייגן דיינע קינדער? געוואלדיג! קום אריבער, דו מיט דיין ווייב, און מ'וועמיר דיר אויספארשן איבער דיין לעבנסגאנג ווי אין די איקוועזישאן. ווי דאוועסטו? ווער איז דיין מורה הוראה? ווי איז דיין שיעור? מיט וואספארא שטרימפ גייט דיין ווייב? ווי לאנג איז איר שייטל? ווי ערליך איז דיין טאטע? ווי לאנג איז דיין שוויגער'ס סקירט? זיץ ביי מיר אין אפיס ווי אן אכט יעריג מיידל וואס האט געלאכט אינמיטן קלאס. ווילסט אז מ'זאל אננעמען דיינע קינדער? שרייבן אונטער אז (פיל אין די בלענקס. ווענדט זיך אין די גיסטע פונעם הוגה דעות יענע מינוט).
די לעצטע יאר איז דאס זיך משתמש זיין מיט אונזערע קינדער ארויף א מדרגה. ווי די קאמוניסטן אין רוסלאנד און די נאציס האט מען בריש גלי אנגעהויבן מסביר זיין פאר די קינדער אז דיין טאטע איז א פויער ווייל ער האט א סמארטפאון. מ'נוצט קינדער אנטקעגן זייערע עלטערן! מלמדים פרעגן אויס קינדער איבער די טעכנאלאגישע באנוץ פון זייערע עלטערן. מ'האלט פאר זיי דרשות איבער דאס נידעריגקייט פון זייערע עלטערן וואס באנוצן זיך מיט טעכנאלאגיע. מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געהאט קיין דזשאב, וואס האבן נישט קיין מושג וויפיל מיין ווערד פאר מיין ארבעטסגעבער פאלט אויב איך ענטפער נישט קיין אימעיל צענע ביינאכט, דרש'נען פאר מיינע קינדער אז איך האב א סמארטפאון כדי צו זעהן שמוץ. מ'טיילט שומרים קארדס פאר מיינע קינדער, מיינע קינדער טרעידן קארטלעך וואס לייגן מיר אראפ ווי עפעס א בהמה חיה ועוף טמא.
אונז אלע דא, און רוב רובם פונעם כלל, העוו העד איט. דער עולם איז שרעקליך אנגעווייטאגט אויפן מצב. דער עולם דערזעהט זיך ווי פאנדליך אויפן שאך ברעט פון די הוגה דעות. אונזער אייגענע קינדער, בנים אשר גדלתי וטפחתי, זענען מער נישט מיינע. פארקערט גאר, זיי זענען א וואפן אנטקעגן מיר. איך האלט אז דאס איז דער קערנדל וואס האט געבוירן דעם וועקער. פון היינט און ווייטער וועל איך "בעל הבית" אויך האבן א סעי אין מיין לעבן און אין די לעבן פון מיינע קינדער.
דאס איז דער הקדמה, די פירסט אימפרעשאן וואס כ'האב געהאט ביים ליינען דעם וועקער. יעצט צו די טענות וואס דו האסט ארויסגעברענגט. איינס פון די שווערע טענות איז אז דעת בעל הבית היפך דעת תורה. אז נאר תורה אידן האבן א רעכט צו זאגן מיינונגען. איך וויל דאס צולייגן אויף קליין געלט.
ווי מ'האט אונז געלערענט פון וויגעלע ארויס, זאגן אונז חז"ל אז נאר א בן תורה מעג זאגן א מיינונג, א "בעל הבית" קען נישט זאגן קיין מיינונג, ווייל ס'איז היפך דעת תורה. לאמיר א רגע אין א זייט לייגן אז דאס איז דורכאויס פאלש געלערנט, בנוסף צו דעם אז ס'איז בכלל נישט קיין מאמר חז"ל, לאמיר זאגן אז ס'מיינט טאקע יא דאס. איז לאמיר זעהן ווער הייסט דאס א בן תורה און ווער הייסט דאס א בעל הבית לפי די הוגה דעות.
א בעל הבית ווייסן מיר דאך, דאס איז איך און דו. אידן וואס זענען נהנה מיגיעי כפם, וואס דאווענען פרי, וואס האלטן אויס די בני תורה. זייער מיינונג איז היפך דעת תורה. א בן תורה איז איינער וואס קומט אין שול מיט פארפאפענע פיאות בשעת דער בעל הבית לויפט ארויס פון שול אפגעדאווענטערהייט צו כאפן דעם טרעין. א בן תורה איז איינער וואס אלץ א לכתחילה ליגט ער אויפן ציבור. ער ארבעט נישט, ער האט קינדער מיטן חשבון אז די בעלי בתים וועלן אים געבן צו שפייזן. יעדער בנש"ק וואס ארבעט נישט איז א בן תורה וואס מעג זאגן א מיינונג, יעדער וואס גייט מיט א שטאפענעם הוט איז א בעל הבית וואס וואס קען נישט זאגן קיין מיינונג. אויב האסטו שיפע טאשן, לאקי יא, דו קענסט דיך לאזן הערן. גייסט מיט א קורץ רעקל, טאף לאק. שאט אפ.
מעג דער בעל הבית זיין דער פרומסטער איד וואס פארהערט זיך דרשו און דער בן תורה א ליידאק וואס לא שנה ולא קרא, דער בעל הבית איז היפך דעת תורה און דער בן תורה איז דעת תורה. ווער ס'ארבעט איז דעתו מטושטש, ער האט נישט קיין רעכט צו האבן א מיינונג וואספארא מצות צו קויפן, ווי אזוי זיין ווייב זאל זיך אנטאן, און ווי אזוי ער זאל מחנך זיין זיינע קינדער. ווער ס'איז א יושב בטל, אה, ער קען יעדעם איינטיילן. ווען ער איז אין א בעד מוד, קען ער אסר'ן וועלכע פרי ער וויל. ווען ער דארף עקשאן, קען ער פאררופן פראטעסטן. און ווען דער צייט דרוקט אים סתם אזוי, קען ער ארויסגעבן א קול קורא איבער שטותים.
איך וויל פארשטיין, ווען א בעל הבית לערנט א שטיקל גמרא און זאגט א פשט דערין, איז עס היפך דעת תורה? ריעלי? ווייל זיין ווייב גייט מיט א שייטל איז עס נישט תורת אמת? נאר דער נצרך לבריות וואס שוין דורי דורות האבן זיי נישט צוגעגעבן גארנישט צום ישוב העולם קען זאגן א מיינונג איבער ווי אזוי איך זאל פירן מיין ביזנעס? האלט איינער אז חז"ל האט דאס געקענט מיינען?
לאמיר נעמען א ביישפיל דעם ארטיקל אינעם וועקער איבער הרב בערל טויבער'ס אינטערנעט דרשה. טויבער איז דאך א בן תורה, ער האט אפילו אן "הרב" צוגעטשעפעט צו זיין נאמען, ממילא האט ער א רעכט צו לאזן הערן זיין מיינונג, וואס איז אודאי דעת תורה. טויבער האט א רעכט צו פארקויפן שקרים וכזבים, חלומות און דמיונות, און קיינמאל געשעהענע פאקטן און שטודיעס. ס'איז דעת תורה און פרעג נישט קיין קשיות. איי עס שטימט נישט מיט'ן מציאות? נא, האמיר א שווערן הרב טויבער. סאו וואט? ס'איז אויך דא שווערע רמב"ם'ס, דאס מאכט עס נאכנישט אויס תורת אמת. פון דער אנדערער זייט, דער ארטיקל שרייבער אינעם וועקער איז דאך א פאלנער בעל הבית, אלעס וואס ער שרייבט, נישט קיין חילוק ווי אמת און אויסגעהאלטן ס'איז, איז היפך דעת תורה. היעלה על הדעת אזא געדאנק?
אן אנדערער דוגמא. אינעם וועקער מאכט איינער אויפמערקזאם איבער א טויש וואס דער מוציא לאור פונעם "איש חמודות" (תולדות פון רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל) האט געמאכט אין א מעשה. אינעם ערשטן מהדורה שטייט א מעשה אז רבי מיכאל בער האט געפרעגט א איד פארוואס ער ארבעט א מסוכן'דיגער ארבעט. האט דער איד געענטפערט אז ער ארבעט צו באצאלן די שכר לימוד פון זיינע קינדער. האט רבי מיכאל בער געזאגט "דער איד איז ביי מיר ווערד מער ווי אסאך רבי'ס וואס מ'לויפט צו זייערע טישן!". אינעם צווייטען מהדורה האט זיך די מעשה געטוישט. רבי מיכאל בער זאל האבן געזאגט "דער איד איז ביי מיר ווערט מער ווי גאנץ 47 סטריט!". פארשטייסט? גלאט אזוי געבאקן א מעשה, ווייל פאר די הוגה דעות איז נישט געפאלן וואס רבי מיכאל בער האט געזאגט. דאס איז דעת תורה און נאר דאס מעג מען ליינען. דער וועקער וואס דעקט דאס אויף איז דעת בעל הבית.
און אויב שוין יא אזוי, לאמיר טאקע זעהן אויב די קלארע ליניע, א בן תורה מעג זאגן א מיינונג און א בעל הבית קען נישט זאגן קיין מיינונג, עפלייט אייביג.
אויף דער בן תורה זייט, ווייס מיר דאך אז יעדער בן תורה האט א רעכט צו זאגן א מיינונג און ס'איז דעת תורה. א שטייגער למשל ווי רבי יצחק לעבאוויטש. ער טשעקט אלע באקסעס פון א בן תורה, פלאס פלאס. ער איז נאך א גאון עצום דערצו אויך. זענען זיינע שיטות אויסגעשמועסט אין אלע היימישע צייטונגען? דער וועקער האט אן ארטיקל איבער דעם גאון, מ'קען זיך באלעקן דעם פינגער פון דעם איד מיט זיין השקפה און מאמרים. פארוואס האט ער נישט קיין רעכט אז זיין מיינונג זאל געהערט ווערן? ער איז דאך א בן תורה, ס'איז דאך דעת תורה!
לויט ווי די הוגה דעות זענען מסביר דעת תורה, וואלט זיך געקענט דאכטן אז אין די היימישע צייטונגען ווערט דעת תורה רעספעקטירט אויף א הויכן פארנעם. אין די צייטונגען ווערט באשריבן אז סערדאהעלער רב האלט אז ס'איז א מצווה צו מאכן אן עירוב בשעת רבי זלמן לייב פילאפ האלט אז ס'איז א מצווה צו שרייען שבת. אז דער גאב"ד ירושלים האלט אז מ'גראבט אידישע קברים און דער ראב"ד האלט אז ס'איז גוי'אישע קברים. אז מהר"א מ'סאטמאר האלט אז מ'מעג זיך שטעלן צום לשכת הגיוס אבער זיין ברודער מהר"יי איז מחמיר אויף דעם נושא. דער רב האלט אז א סמארטפאון איז יהרג ועל יעבור און יענער רב האלט אז לצורך פרנסה איז עס מותר. נאך אלעם זענען דאך אלע בני תורה, און זייערע מיינונגען זענען דעת תורה. אלו ואלו דברי אלוקים חיים.
מ'ווייס מיר דאך אז ס'איז ליידער נישט אזוי. אויב האלסטו אז דער סאטמאר רב זי"ע איז געווען ווי ציממערמאן, ביסטו דעת תורה. אויב זאגסטו אז ער איז געווען א העכסט נארמאלער מענטש, ביסטו פארדרייט. דעת תורה איז נאר ווער ס'האלט אז מ'דארף מאכן מהומות אין ירושלים, שרייען שבת, מאכן פראטעסטאן, טיילן שומרים קארטלעך. אויב ביסטו מחולק מיט דעם, איז אויס דעת תורה. ס'הייסט אז א בן תורה'ס מיינונג איז דעת תורה מיט דעם תנאי אז ס'שטימט מיט די מיינונג פון די הוגה דעות. "דעת בעל הבית היפך דעת תורה" איז חסורי מחסרא והכי קתני: דעת בעל הבית היפך דעת תורה פון א בן תורה וואס האלט פונקט ווי מיר.
לאמיר זיך ווענדן צום דעת בעל הבית. א בעל הבית קען נישט רעדן און שרייבן. ס'איז דאך היפך דעת תורה. ס'קען זיך גאר דאכטן אז אלע היימישע צייטונגען און מאגאזינען זענען מר בר רב אשי חתם עליהו. רבי חיים קנייבסקי מיט הרב וואזנער שרייבן איין צייטונג און רבי מילך בידערמאן מיט רבי מאטיל זילבער שרייבן דעם אנדערן צייטונג. אלע צייטונגען און מאגאזינען ווערן געשריבן דורך בעלי בתים. נאר וואס? פארוואס זענען זיי נישט היפך דעת תורה? ווייל זיי זענען קאנעקטעד און זיי שרייבן נאר וואס ס'שמעקט פאר די הוגה דעות.
(בדרך אגב, אז מ'רעד מיר שוין איבער די היימישע אויסגאבעס, איז כדי צו דערמאנען דעם איסור אויפן שטערן. שמעון האט א פראבלעם מיטן וועקער צוליב וואס רבנים האבן עס גע'אסר'ט. נישט לאנג צוריק האט מען גע'אסר'ט דעם שטערן. מאך קאפי פעסט און דו האסט דעם זעלבען איסור מיט די זעלבע רבנים אויף ביידע, און דאכט זיך אז אויפן שטערן איז גאר געווען אסאך מער רבנים. אויך דארט האט מען געשריגן דעת בעה"ב וכו'. מ'האט מסביר געווען אז אויב קינדער וועלן ליינען איבער בי. 52ס און פייערלעשערס און וועלן זעהן א פיקטשער פון ביל געיטס וועט אידישקייט אונטערגיין. אונז ווייס מיר אלע אז דער איסור איז געווען א תוצאה פון א קאנעקטעד קאמפעטישאן. גארנישט מער. געלט און פאוער. ס'האט מיט די תורה נישט געהאט קיין שייכות. און אויב ווילסטו וויסן ווי ווייט דער עולם איז אנגעווייטאגט און גיבט מער נישט קיין דעם פאר קול קורא'ס, קוק אין יעדן גראסערי וויפעל שטערן'ס ס'פארקויפט זיך).
דער אינטערנעט מערכה האט לעצטענס אנגעהויבן נוצן ארבעט'ס אינגעלייט מסביר צו זיין אז מ'קען לעבן אן א סמארטפאון. מ'שטעלט אויף אן אינשורענס עידזשענט מיט א פלאמער און זיי געבן הדרכה פאר'ן עולם. מעג עס זיין איינער וואס ביז לעצטע יאר איז ער געווען אן אפענער נואף און א צווייטער וואס איז געווען א האלבער מחלל שבת, ער מעג אפילו זיין א בעל הבית מיט א שטאפענעם הוט, זיין מיינונג איז דעת תורה. איי דעת בעל הבית היפך דעת תורה? נו, דער בעל הבית זאגט דאך וואס די הוגה דעות ווילן הערן.
"דעת בעל הבית היפך דעת תורה" איז עיקר חסר. נישט יעדער בעל הבית איז היפך דעת תורה און נישט יעדער בן תורה איז דעת תורה. ס'ווענדט זיך אפילו נישט צו יענער איז א בעל הבית אדער בן תורה. אין אלג'עברא וואלט מען דאס סימפלעפייט און ארויסגענומען די אומוויכטיגע חלקים. געבליבן וואלט דאס: אויב איינער זאגט ווי מיר איז עס דעת תורה, ווער ס'איז מחולק מיט מיר איז היפך דעת תורה.
אין אמת'ן אריין איז דער מאמר נישט קיין מאמר חז"ל. ס'איז א סמ"ע (חו"מ ג' י"ג) בשם תשובת מהרי"ו וואס זאגט אז א דיין זאל נאר זיצן מיט איינעם וואס פסק'נט על פי תורה און נישט מסברא, ווייל דאס זענען שני הפכים. וואס דער סמ"ע זאגט איז קלאר. אין יעדע הלכה'דיגע שאלה דארף מען פסק'נען על פי תורה. ווען איך האב א שאלה אויב איך מעג שבת ארויסנעמען א גאפל פון צווישן לעפלעך, קען איך נישט פסק'נען מסברא. איך דארף פסק'נען לויט'ן שולחן ערוך. אויב קען איך די הלכה, פיין. אויב נישט, דארף איך גיין פרעגן פון איינעם וואס קען די הלכה. דעת תורה איז נישט א מוח פון א מענטש, ס'איז וואס די תורה זאגט. אויב דער שולחן ערוך פסק'נט אז מ'טאר נישט ארויסנעמען דעם גאפל, איז דאס דעת תורה, נישט קיין חילוק ווער ס'זאגט נאך דעם פסק. אויב איינער פסק'נט אז מ'מעג עס ארויסנעמען, איז דאס דעת בעל הבית, נישט קיין חילוק ווער ס'פסק'נט אזוי.
זאכן וואס האבן נישט מיט די תורה, איז נישט קיין דעת תורה. ווען איך זאג דיר אז יעצט איז צופרי, איז דאס א מציאות. ס'איז אדער אמת אדער שקר. יעדער האט א רעכט צו זאגן דעם מציאות, אויב איז צופרי האט יענער געזאגט אמת אויב נישט איז ער א שקרן. נישט קיין חילוק צו יענער גייט מיט א ביבער הוט אדער שטאפענעם הוט.
ווען טויבער רעדט שטותים און שקרים איז דאס נישט דעת תורה. ווען דער וועקער דעקט אויף זיינע שקרים איז דאס נישט דעת בעל הבית. אויב די טעכנאלאגישע פירער שיקן זייערע קינדער אין א טעכנאלאגיע-פרייע סקול, האט טויבער געזאגט אמת, נישט דעת תורה. אויב זיי שיקן נישט, האט דער וועקער געשריבן אמת, נישט דעת בעל הבית.
ס'איז געווארן א שטיקל אריכות, אבער איך וויל נאך אנרירן עטליכע נקודות. שמעון פרעגט אויב אונז זעמיר מסכים מיט אלעם וואס דער וועקער שרייבט, און אויב נישט פארוואס זאל מען דאס ליינען. איך כשלעצמי בין נישט מסכים מיט אלעם. איך בין, למשל, נישט מסכים מיט רבי יצחק לעבאוויטש'ס שיטה אנטקעגן שבת התוועדות'ער. איך האלט אז ס'איז א געוואלדיגע זאך. איז וואס? איך בין דען א פערד וואס קען נישט ליינען קיין אנדערע מיינונג? זינט ווען קען א מענטש מיט א מוח אויף די פלייצע נאר הערן וואס ס'שטימט הונדערט פראצענט מיט זיין געשמאק? איך וויל דייקא יא הערן וואס אנדערע ערליכע אידן האבן צו זאגן. אפשר וועל איך איינזעהן מיין טעות. אפשר וועל איך הערן א פרישע געדאנק אין עבודת ה'.
און צו אלעס וואס די אנדערע אויסגאבעס פארקויפן ביסטו דען יא מסכים? אלע נארישע סיפורים פון כולל חצות ותהילים, אלע וואונדער פונעם ריבניצער רבי'ן, אלע טומלערייען איבער'ן עירוב, אלע שרייבאכצער איבער גזירת הגיוס, אלע חרמות איבער סמארטפאון'ס, וכו' וכו', איז דען יא עפעס וואס שטימט הונדערט פראצענט מיט דיין מיינונג? וויפיל מאל האסטו שוין געשריבן דא איבער דעם איבל וואס דו האסט פון דעס ליינען? פארוואס לייגסטו נישט אוועק אלע היימישע אויסגאבעס?
אויב עפעס, מיין איך אז דו און איך אגריען מער מיט וואס דער וועקער שרייבט ווי מיט וואס די הוגה דעות פארקויפן אין די אנדערע אויסגאבעס. נעם דעם אינטערוויא מיט רבי בצלאל כהן, וואס וויינט אויפן מצב הישיבות. ביסטו דען נישט מסכים מיט כמעט אלעס וואס ער זאגט? מיט וויפיל עלטערן איך האב גערעדט דערוועגן, האלטן אלע אז מ'זאל לערנען אין ישיבות פאר די בחורים א מלאכה קלה ונקיה. איך וועל קוואטן וואס די האסט געשריבן אפאר חדשים צוריק: "מיין בחור קוואקעט אפ אין ישיבה. מ'לערנט מיט אים גארנישט וואס וועט זיין רעליווענט ווען ער וועט ארויסגיין אויף דער פרייע וועלט און דארפן באצאלן רענט. ער לערנט צום מערסטענס 4 שעה א טאג (איך האף אז דאס יא). וואס וואלט שלעכט געווען ווען נאכמיטאג לערנט ער ענגליש?" יזכר לך עתה אתמול אשר דברת. דער וועקער שרייבט דערוועגן, די אנדערע אויסגאבעס האקן דערקעגן. זאג דו אליין מיט וועם דו ביזט מער אין אגרימענט.
איך פארשטיי דיין טענה אז נישט אלעס וואס ס'איז אמת דארף מען שרייבן. אבער ווער באשליסט וואס יא און וואס נישט? אויב זאל קיינער נישט שרייבן איבער די מצב הישיבות, וועט זיך עס קיינמאל נישט טוישן. דו און איך האמיר מורא צו זאגן א ווארט. זיי האלטן דאך אונזערע קינדער האסטיטש. איז תיתי להוועקער וואס ברענגט דאס, און אנדערע אישוס, ארויף אויפן אויבערפלאך.
צום לעצט דיין שטערקסטע טענה. דו פרעגסט אויב מיר ווילן אז אונזערע קינדער זאלן דאס ליינען. אויב אונזערע קינדער זאלן ליינען איבער מחלוקות צווישן פריערדיגע חסידות'ער וכדומה. שאלה גדולה שאלת און איך האב געהאט די זעלבע מחשבה ביים ליינען דעם וועקער. אבער נאך אריינטראכטן דערינען, זעה איך נישט דעם פראבלעם. די גאנצע איידיע אז מ'דארף האלטן די קינדער פארמאכט אין א באקס איז א לימוד גראד ארויס פון די הוגה דעות. וואס איז שלעכט מיט דעם אז קינדער זאלן קענען דעם אמת'ן היסטאריע פון חסידות? מחלוקת יוסף מיט זיינע ברודער מעגן זיי לערנען, מחלוקת משה מיט קורח איז פיין, אבער מחלוקת צווישען חסידות'ער איז אסור?
בנוסף צו דעם, אונזערע קינדער גייען דאס עניוועי ליינען. אויב נישט היינט, מארגן. ס'איז א אפענע וועלט היינט. איך קען מיך ווארפן זאמד אין די אויגן און האלטן אז מיין שלמה'לע גייט נישט האבן קיין סמארטפאון. איך קען זיין ווי די בת היענה און זיך איינרעדן אז מיין פייגעלע גייט נישט האבן צוטריט צום אינטערנעט. שלמה'לע און פייגעלע גייען במילא זיין אנליין. צו איך וויל צו איך וויל נישט. דאס איז דער מציאות. זיי גייען ליינען היסטאריע פון חסידות אנליין. איז וואס האב איך פון דעם אז איך באהאלט פון זיי זאכן וואס זיי גייען מארגן ליינען? פארקערט, אונז אלע זעמיר דורך שווערע תקופות ווען אונז זעמיר געוואויר געווארן אז שקר הנחילו לנו אין געוויסע נושאים. ברוך השם אז מיר אלע זענען געבליבן ערליכע אידן און זיך מסדר געווען די השקפות על פי דרך התורה. אנדערע ליידער האבן נישט געהאט דעם הצלחה און זענען ליידער אוועקגעפאלן. פארוואס זאלן דאס מיינע קינדער דארפן אדורכגיין? פארוואס זאל איך זיי נישט מחנך מיט אלעם וואס דער היינטיגער וועלט שטעלט מיט זיך פאר און זיי אויסלערנען ווי אזוי זיך צו ספראווענען דערמיט? הלוואי ווען איך וואלט ווען געהאט א טאטע וואס וואלט מיך מדריך געווען און גע'עצה'ט ווי אזוי אדורך צו שווימען די בייזע ווינטן.
ס'איז שוין זייער שפעט. סארי פאר די אריכות. איך וואלט שטארק געוואלט הערן וואס דו און יעדער פון אונזער חברייא האט צו זאגן אויף דעם. אפשר לאמיר מאכן א ליל שישי פארברענג די וואך און עס אדורך קייען אויף טשאלענט און קוגעל. ביני לביני דארף איך נאך גיין אויף עמעזאן קויפן די פריערדיגע חלקים פונעם וועקער.
האטס מיר אלע א גוטע נאכט.
מיינע געדאנקען אויפן וועקער
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
בעל בעמיו האט געשריבן:. אונז געהער מיר צו אונזער הייליגע קהלה, מ'קויף מיר נאר אונזערע פלייש און מצות, כאטש מיר ווייסן אז מ'קען מיר באקומען פלייש און מצות מיט די זעלבע חומרות מיט א פיינעם הכשר (לדוגמה פונעם עדה החרדית) פאר אסאך ביליגער. אונז טאנץ מיר ביים רבי'ןס חתונות אפילו מ'ווייס מיר נישט ולשמחה מה זה עושה. מ'שטיי מיר אויף די ברענטשעס ביי די הקפות, מ'געב מיר מעמדות פאר'ן רבי'ן, מ'שטיץ מיר די מוסדות עד כמה שידינו מגעת, און אודאי שיק מיר די קינדער נאר אין אונזערע מוסדות. בקיצור, מ'טאנץ מיר אויפן טאקט. פונקטליך ווי אזוי מ'הייסט אונז.
.
שיין געשריבן, אבער עפעס מאכט נישט קיין סענס דע אופן ווי אזוי די שטעלסט דיך אוועק אינעם ארטיקל, פון דיין פרידעדיגע ארטיקל (דאכט זיך מיטן קעפל "ולשמחה מה זו עושה") קוקט נישט אויס אז די ביסט פון די טאנצערס אויף די ברענטשעס (דאכט זיך מען זאגט דאס פארענטשעס). בכל אופן א שיין שטיקל ליטעראטור איז עס זיכער.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:45 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
יתרו האט געשריבן:בעל בעמיו האט געשריבן:. אונז געהער מיר צו אונזער הייליגע קהלה, מ'קויף מיר נאר אונזערע פלייש און מצות, כאטש מיר ווייסן אז מ'קען מיר באקומען פלייש און מצות מיט די זעלבע חומרות מיט א פיינעם הכשר (לדוגמה פונעם עדה החרדית) פאר אסאך ביליגער. אונז טאנץ מיר ביים רבי'ןס חתונות אפילו מ'ווייס מיר נישט ולשמחה מה זה עושה. מ'שטיי מיר אויף די ברענטשעס ביי די הקפות, מ'געב מיר מעמדות פאר'ן רבי'ן, מ'שטיץ מיר די מוסדות עד כמה שידינו מגעת, און אודאי שיק מיר די קינדער נאר אין אונזערע מוסדות. בקיצור, מ'טאנץ מיר אויפן טאקט. פונקטליך ווי אזוי מ'הייסט אונז.
.
שיין געשריבן, אבער עפעס מאכט נישט קיין סענס דע אופן ווי אזוי די שטעלסט דיך אוועק אינעם ארטיקל, פון דיין פרידעדיגע ארטיקל (דאכט זיך מיטן קעפל "ולשמחה מה זו עושה") קוקט נישט אויס אז די ביסט פון די טאנצערס אויף די ברענטשעס (דאכט זיך מען זאגט דאס פארענטשעס). בכל אופן א שיין שטיקל ליטעראטור איז עס זיכער.
ולמה נקרא שמו יתרו, על שיתר וסתר את דברי בעל בעמיו.
לכשתעיין בדברינו וועסטו זעהן אז א סתירה פרעגט נישט אפ מיינע ווערטער. העכסטענס האסטו א שווערען בעל בעמיו. אבער על פי פשטות קען מען פארענטפערן די סתירה אז ווען כ'האב געשריבן איבער טאנצערס אויף ב(פ)רענטשעס האב איך גערעדט בדרך כללי, "מ'שטיי מיר" מ"ם הכולל. באופן פרטי האב איך מער חשק צו טאנצען אויף די פלאר. ויש לישב בעוד כמה אופנים. ואין כאן המקום להאריך.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: מיינע געדאנקען אויפן וועקער
ווען די פארווייטאגטע אידען קומען ארויס, ווער ווייסט ווי זיי וועלען אנקומען און וואס זיי וועלען טוהן? ב"ה ס׳איז דא א וועקער ווי מ׳קען זיך אביסל אויסלאזען און אויסלופטערען, און דערנאך קען מען לעבען.
דיין שוואגער דארף דאנקען דער וועקער, נישט שעלטען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דיין שוואגער דארף דאנקען דער וועקער, נישט שעלטען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל