״חסידיק״ מוזיק

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

״חסידיק״ מוזיק

שליחה דורך כלבאשבוע »

שוין א אלטער דיבעיט וואס דאס מיינט ״חסידישע״ מוזיק, אין ריין חסידישע קרייזן מיינט עס מוזיק קאמפאזירט אין חסידישע הויפן ווי חב״ד, ויזניץ, וכו, משא״כ ביי רעבעזיכרונעלעווראכע אידן איז בעלזא אדער משה גאלדמאן שוין אויך צו מאדערן

ביים אלגעמיינעם ציבור איז אידישע מוזיק אין די פריע יארן רעפרעזענטירט געווארן דורך מב״ד און אברהם פריד, ביידע חסידישע אידן, דאס האט אויסגעטרעטן די וועג פארן היימישן מוזיק זשאנער צו ווערן באטיטולט אלץ חסידיש, איז שוין ממילא מוזיק פון יוסי גרין צו דעדי אדער שוועקי אויך חסידיש

היינט צוטאגס איז אלעס איין גרויסע מישמאש, ליפא, מיאמי בויס קווייער, אידיש נחת, דוד גבאי, ברייער, בערי וועבער, אוהד און פרעמישלאן זענען אלע אין איין קאטעגאריע, רוב מוזיק ווערט געשפילט דורך די זעלבע פאר שפילער און כמעט אלע ערענדזשמענטס פאלגן נאך א ענליכע סטייל און סהערט זיך די זעלבע

שטעלט זיך ארויס אז ״חסידיש״ סטייל מוזיק איז ממש ענליך צו קארעאנער מוזיק.....

ווער סגעדענקט איז אפאר יאר צוריק געווען באריכטן וועגן קארעאנער וואס לערנען גמרא, עפעס א מאדנע שייכות האבן זיי די קאריענס מיט אונז אידן און איינער האט יעצט צאמגעשטעלט א סייט ווי מקען הערן סעמפלס פון די ענליכקייטן אין זייער מוזיק סטייל צו חסידיש מוזיק:

http://koreanorhasidic.com/
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

WOW זייער דקות'דיגע חילוקים אויב ס'בכלל דא א חילוק. די אמת איז אבער אז דאס איז לכאורה די לעבעדיגע ניגונים וואס זענען די זעלבע סארט. איך ווייס נישט צו ס'איז דא קאריען שטאטע ניגונים אפי' אזא סטייל ווי אונזערע חסידיק ניגונים און צו זיי וואלטען געווען די זעלב.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט