יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איינמאל מ'האט שוין געליינט און געלאכט א גוטס פונעם ענדע, וויל איך מיך אפשטעלן א רגע.

אוודאי איז די אשכול געווען אויסגעשטעלט אז מ'זאל מלכתחילה מיינען אז מ'רעדט פונעם ברך משה, און צום סוף אנקומען צום סורפרייז - דער מדובר איז גאר יהושע בן נון. אבער מיין קונץ איז געווען, אז טראצדעם וואס די שפראך, אנעקדאטן, סגנון, האט געפאסט אויפן ברך משה, האב איך אבער זיכער געמאכט אז יעדע פרט פונעם 'הספד' זאל ארויפפאסן אויף יהושע בן נון.

כ'גיי דא ציטירן מיינע לשונות ונקודות, און ווייזן בקצרה די מראי מקומות וואו מיר זעען אז דאס שטייט אויף יהושע בן נון:
היינט צוטאגס ווערט אפגעצייכנט א גרויסע יארצייט, דער יארצייט פונעם לעצטן גדול וואס קען ווירקליך באצייכנט ווערן אלס 'רבן של ישראל'.

א רבן של ישראל מיינט נישט דווקא איינער וואס האט די מערסטע חסידים, אדער אפילו די גרעסטע צדיק [הגם דאס איז אויך אמת], נאר א רבן של ישראל מיינט איינער וואס האט געהאט אן איבערמונדליכן השפעה אויף גאנץ כלל ישראל. און דער רבי זי"ע איז ווירקליך געווען א רבן של ישראל, און לויט אלע סימנים - די לעצטע רבן של ישראל [כ'דריק זיך דווקא נישט אויס רשכבה"ג וואס מיינט נאר 'של בני הגולה'], עכ"פ ביז משיח וועט קומען.
יהושע בן נון איז געווען דער לעצטער רבן של ישראל. דהיינו גאנץ כלל ישראל. נאך אים איז די הנהגה צוטיילט געווארן צווישן זקנים, שפעטער נביאים, וכו'.
אזוי אויך איז ער נישט געווען קיין רשכבה"ג, ווייל די אידן זענען געווען אין ארץ ישראל, נישט קיין 'בני הגולה'.
לויט אלע סימנים איז ער טאקע דער לעצטער רבן של ישראל ביז משיח'ס טאג...


אין אזא צייט דארף מען אביסל אריינקלערן אינעם גרויסקייט פונעם הייליגן רבי'ן זי"ע, וואס איז - טראץ אלע פראבלעמען מבית ומבחוץ - געשטאנען על המשמר, גדר גדר ועמד בפרץ, אז לא ירעו ולא ישחיתו בנחלת עם ישראל. הגם ער איז נישט געווען אזוי גרויס, אזוי הייליג, און אזוי אנגענומען ווי זיין פארגייער, רבינו הקוה"ט זי"ע, איז ער פארט געווען א גענעראל פארן כלל, זייענדיג דער געניטער קאפיטאן וואס האט געפירט זיין שיף איבער ברויזנדע ימ'ען.
רבינו הקוה"ט זי"ע מיינט דאך משה רבינו, וואס 'לא קם כמוהו' - ווי די פסוק איז מעיד, אבער פארט איז ער געווען דער מנהיג ישראל וכו'.


ווי באקאנט, האבן די זקני הדור - וואס האבן עכט מיטגעהאלטן די הנהגה פונעם פארגייער - רביה"ק זי"ע, געהאט א שטיקל פראבלעם צו אנערקענען אז ס'איז א בחינה פון ובא השמש וזרח השמש, אבער ענדגילטיג האבן אלע אנערקענט אז דאס איז געווען דער איינציגסטער, און פאסיגסטער אויסוואל. ס'איז געווען ממש ווי מיר ווייסן אז 'פני משה כפני חמה, ופני יהושע כפני הלבנה'. נאכדערצו, ווען ס'איז באקאנט זיין צוגאנג צום הנהגת כלל ישראל, אז ער האט עס אנגענומען פשוט ווי א פקדון, כדי נישט צו לאזן פאלן די גרויסע עדה הקדושה וואס רביה"ק זי"ע האט אנגעהויבן גלייך נאכן מלחמה. [און ע"פ קבלה איז באוואוסט אז די לבנה איז 'לית לה מגרמה כלום', און אלעס איז אן אפשפיגלונג פונעם זון, אזוי אויך דא איז אלעס געווען בכוחו של אותו זקן, אפילו אין די אויגן פונעם בעל ההילולא].
חז"ל זאגן אז די זקנים שבדור האבן געוויינט, זיי האבן נאך געזען די הנהגה פון משה און האבן געזען די פני משה כפני חמה ופני יהושע כפני הלבנה.
יהושע האט אנגענומען די הנהגה ווי א 'פקדון', ווייל ער האט אויך נישט געוואלט איבערנעמען די הנהגה, זאגנדיג פאר משה אויף אלדד ומידד 'אדני משה כלאם', און ס'האט זיך אויסגעפעלט א גרויסע בעטעריי ער זאל מקבל זיין די הנהגה.
די עדה וואס משה האט אנגעהויבן פירן גלייך נאכן מלחמה, מיינט די מלחמה מיט די מצריים.


כאטש ער איז געווען א מופלג בענוה, אויף א משונה'דיגן פארנעם, ווי יעדער ווייסט זיין התבטלות צום פארגייער רביה"ק זי"ע, און שפעטער אויך זיין פשטות און אבנארמאלע ענווה, דאך האט זיך אנגעזען זיין הייליגע עבודה אויף א מורא'דיגן פארנעם, א זאך וואס האט באנומען גאנץ כלל ישראל. אזוי אויך, כאטש ער האט אנגענומען די גאנצע הנהגה ממש בעל כרחו, האט ער דאך באוויזן אוועקצושטעלן דאס הייפעלע ערליכע אידן אויף א געוואלדיגע פארנעם, בויענדיג מוסדות בנינים און פארשפרייטנדיג דאס חסידות בארבע כנפות הארץ, אזוי אז יעדער האט געזען קלאר אז ער איז געווען דער אויסגעליבענער בהשגחה, כדי צו קענען אוועקשטעלן די מוסדות הקדושים באופן מבוסס.
ער איז געווען א מופלג בענוה, ווי ס'שטייט אין תרגום יונתן פרשת שלח 'כד חמא משה לענוותנותיה דיהושע' וכו'.
אזוי אויך, זיין התבטלות צו משה איז געווען מורא'דיג, נישט וועלנדיג הערן פון אזא געדאנק 'משה מת, יהושע מכניס את ישראל לארץ'. אזוי אויך, ווען זיין רבי איז ארויף אין הימל נעמען די לוחות, איז ער געבליבן שטיין דארט ווארטנדיג אז משה זאל צוריקקומען [אז ער האט ניטאמאל מיטגעהאלטן מיטן גאנצן מעשה העגל].
טראצדעם, האט ער געפירט באופן נפלא, בויענדיג בנינים וכו' פארשפרייטנדיג כלל ישראל 'בארבע כנפות הארץ', דהיינו ארץ ישראל, וואו ער האט מלחמה געהאלטן מיט די ל"א מלכים און איינגענומען דאס לאנד.


ליידער זענען געווען מאנכע, מבית ומבחוץ, וואס האבן זיך דערוואגט נישט צו פאלגן דעתו הק', און דער רבי האט געוואוסט אז אזוי קען מען נישט פירן קיין עדה, און טראץ זיין הפלא'דיגע ענווה האט ער געפירט א מלחמת חרמה און אפילו זיך באנוצט מיט גאר שארפע מיטלן אנטקעגן די משחיתים. זיינע חסידים האבן אפילו פארשטיינערט די עזות פנימ'ער, און נאר אזוי האט מען געקענט ווייטער פירן די עדה על מי מנוחות, און יעדער האט איינגעזען אז ער איז געווען גערעכט. אזוי אויך האט ער געדארפט פירן נאך אסאך מלחמות, אבער בעזרת השי"ת האט ער אלעמען באזיגט, וזכות רבוה"ק מסייעתו אז ער האט גאר באוויזן צו פארגרעסערן און פארשטארקערן די עדה, יחד שבטי ישראל.
די וואס האבן נישט געפאלגט דעתו, האט ער געפירט קעגן זיי א מלחמת חרמה. זיינע חסידים האבן אפילו פארשטיינערט עכן, וואס האט נהנה געווען פון די גע'אסר'טע געלטער פון יריחו. און יעדער האט איינגעזען אז ער איז געווען גערעכט, ווייל אדאנק עכן זענען אידן אומגעקומען אין שלאכט מיטן שטאט עי.
ער האט געפירט נאך אסאך מלחמות מיט די שונאים מבחוץ, דהיינו די פעלקער פון ארץ ישראל, אבער ער האט אלעמען געזיגט בעז"ה, ובזכות רבוה"ק האט ער אפילו פארשטארקערט די עדה, 'יחד שבטי ישראל'.


למותר להאריך איבערן פערזענליכן לעבן פונעם רבי'ן זי"ע, וואס איז געווען א גאון אדיר שכל רז לא אניס ליה, זיין תפילה איז געווען ארויסגערופן און האט אוודאי גע'פועל'ט אויבן אין הימל, און אזוי אויך האט ער נאך פיל מקבל געווען [בפשטות די מערסטע פון אלע אנדערע חשוב'ע תלמידים] פונעם הייליגן מייסד העדה, רבינו הקוה"ט זי"ע, וואס האט סומך געווען אויף אים שתי ידיו אלס צוקונפטיגער מנהיג ישראל, ווי עס זענען דא פילע עדות'ער אויף דעם.
ער איז געווען א גאון אדיר שכל רז לא אניס ליה, זייענדיג דער ארויסגעקליבענער תלמיד פון משה.
זיין תפילה איז געווען ארויסגערופן ווי מ'זעט אין נ"ך.
ער האט פיל מקבל געווען פון משה, בפשטות מער פון די אנדערע, ער איז געווען משרת משה, וואס האט סומך געווען בשתי ידיו אלס מהנגי ישראל, ווי ס'שטייט אין פסוק אפאר מאל.


כאטש וואס זיין פארגייער - רבינו הקוה"ט זי"ע מייסד הקהילה - איז געווען רבי ומנהיג פאר איבער פערציג יאר!, און ער זעלבסט נישט געווען דער מנהיג אזויפיל יארן נאך אים, איז פארט זיין השפעה אויפן כלל געווען ווייטגרייכנד. אין זיין צייט האט כלל ישראל געהאט גענצליך אן אנדערע פנים, שטייגנדיג סיי ברוחניות און אוודאי בגשמיות. ליידער מיט זיין הסתלקות האט מען קלאר געזען, אז פנה הודה פנה זיוה פנה הדרה, און כלל ישראל פארמאגט נישט קיין רועה נאמן, נאר איז צוטיילט און מ'זעט קלאר ירידת הדורות און א הסתר פנים אויף א שרעקליכן אופן. פון דעם זעען מיר - נאר מיט א בליק אויף צוריק, ווי שטארק דער השפעה פונעם בעל ההילולא זי"ע איז געווען אויפן דור, וואס איז נאך אין א געוויסע הינזיכט געווען בגדר 'דור דעה'.
כאטש וואס משה רבינו, מייסד כלל ישראל [ע"פ דברי המהר"ל אז נאך יציאת מצרים האט זיך אנגעהויבן מציאות 'עם ישראל'], איז געווען מנהיג פאר איבער פערציג יאר [פערציג יאר אין מדבר, און ער האט שוין געפירט אין מצרים], איז יהושע געווען מנהיג פאר פיל ווייניגער יארן, אבער פארט איז זיין השפעה געווען ריזיג.
כלל ישראל האט געהאט גענצליך אן אנדערע פנים ברוחניות ובגשמיות. בגשמיות האט ער איינגענומען דאס לאנד, און ברוחניות איז ער געווען דער מנהיג ישראל און זיי האבן געדינט דעם באשעפער.
ליידער מיט זיין הסתלקות האט זיך אנגעהויבן די ירידת הדורות, ווען קיין מנהיג יחיד איז שוין נישט געווען, נאר איז צוטיילט געווארן, און מ'זעט קלאר די ירידת הדורות אין נ"ך, ווען זיי האבן אנגעהויבן דינען ע"ז.
פון דעם זעט מען ווי ווייט זיין השפעה איז געווען אויפן דור, וואס איז נאך געווען בגדר 'דור דעה', ווי חז"ל רופן די דור המדבר, און דא רעדט מען פון זייערע קינדער וואס זענען נאך געווען אין מדבר.


און דא קומט די בליץ:
איך רעד פונעם הייליגן בעל ההילולא, דער רבן של ישראל, יהושע בן נון.
פני משה כפני החמה, ופני יהושע כפני הלבנה...
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

מ'קען זיך נישט באגאנוגען מיט א לייק
מ'דארף זיך שוין דעם הוט געבן א בייג
און דעם של יד אויפ'ן של ראש געבן א לייג
און די ציינערפאר צופרידנהייט ווייזן געבן א צייג
און זיך מיט גאנצן אויבערשטן חומר געבן א נייג
און מאכן די ריכטיגע ברכה אויף אזא געקנעטענעם טייג
און פון די פראסטע שפראך קען מען ווען נאך א ווארט געבן א צולייג.........
און אויסשרייען מיט א גרויסע מייק

[tag]אדנירם[/tag] דאנקע שעין
ס'איז א הנאה געווען
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

אזוי בשעת'ן לייענען דעם ארטיקל, האלט איך שוין אינמיטן אויסמשל"ן מיין רעספאנס.....

אייזן גוט!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעקב מענטש איז אפילו נישט דא געווען בשעת ער האט געשריבן די לעצטע תגובה... דאס מיינט אז ער האט דאס באמת געשריבן טאקע פאראיאר בשעת די אשכול האט דאן געטרענדט, נאר דער פותח האשכול האט דאס מקפיץ געווען, הייסט עס ער דרייט זיך דא און ער האלט אן א תענית דיבור...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די לייק פון ש"מ איז פון היינט, און אויך אויב ס'וואלט געווען א הקפצה וואלט די דאטום פון די תגובה געדארפט צוריקגיין צו ארגינעל, אבער ס'איז געבליבן א היינטיגע דאטום. אבער דאס איז זיכער אז ער דרייט זיך דא, בבחינת רואה ואינו נראה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וויאזוי קען מען זעהן א דאטום פון א לייק?
פון וואנעט נעמסטו אז ביי א הקפצה גייט עס נאכדעם צוריק צום אריגינעלעם דאטום? ביי דעם אשכול וואס איך האב געלינקט איז עס נישט צוריקגעגאנגען. און אויב ס'איז נישט קיין הקפצה וויאזוי דען שטייט די היינטיגע דאטום אויף יעקב מענטש'ס תגובה אינדערצייט וואס ער איז בכלל נישט דא געוועזען?
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

שליחה דורך קל וחומר »

אפילו הקפצה שבתוך ההקפצה בוודאי גם שם נמצא אדנירם
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

שליחה דורך מפוזרי »

אז מ'רעדט פון הקפצה, קען מען עס אויך טון מיטן ערשטן תגובה?

איך רעד פון דאס וואונדערליכער שטיקל פאעזיע פון קינד_אן_קייט: viewtopic.php?t=11426. ווייסט איינער אויב ס'איז פריש?
איך פרעג ווייל ס'דא דארט אן אות חיים פון יאיר.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויך אן אות חיים פון שש! פארוואס שווייגט ער?? קוקט אויס די אלטע ניקס האבן זיך אפגעשמועסט צו לייקן יענע אשכול..

לויט די תגובה פון געוואלדיג וואס איך האב געלינקט איז הקפצה די אפציע פונעם פותח האשכול.

יענע אשכול איז פריש, מען קען דאס פעסשטעלן דורך דרוקן אויף די לינקע זייט פונעם תגובה ביי די צאל תגובות פונעם באנוצער, עס קומט אויס לויט די סדר פון די זמני התגובות ווען זיי זענען אריגינעל געשיקט געווארן, א הקפצה טוישט נישט יענע חשבון.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

שליחה דורך מפוזרי »

און אפשר איז עס אן אלטע שטיקל וואס ער האט יעצט מקפיץ געווען?
איז דא א וועג צו וויסן?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מפוזרי האט געשריבן:און אפשר איז עס אן אלטע שטיקל וואס ער האט יעצט מקפיץ געווען?
איז דא א וועג צו וויסן?

עיין במה שתיקנתי והוספתי.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אופס... איך זעה איצט אז יעקב מענטש'ס תגובה איז יא אינעם פלאץ פונעם הקפצה, צופריה איז עס נאכנישט געווען... ווייס איך שוין נישט...
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

יאיר איז היינט דא געווען 11:14.
שש האט געבלאקט דאס קענען זעהן ווען ער איז לעצט געווען, וואס צייגט אז ער האט וואס צו באהאלטן.
/
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קל וחומר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ריכטיג האט געשריבן:וויאזוי קען מען זעהן א דאטום פון א לייק?

מ'קען נישט זען פונקטליך ווען, אבער מ'קען זען די סדר וועלכע מ'האט קודם באקומען/געגעבן און וועלכע שפעטער. דוכט זיך מיר אז כ'האב קודם נישט געזען קיין לייק פון ש"מ אבער אפשר בין איך מיך טועה.
ריכטיג האט געשריבן:פון וואנעט נעמסטו אז ביי א הקפצה גייט עס נאכדעם צוריק צום אריגינעלעם דאטום?

לויט וואס כ'האב באמערקט ביי פריערדיגע הקפצות פון אדנירם
ריכטיג האט געשריבן:אויך אן אות חיים פון שש! פארוואס שווייגט ער?? קוקט אויס די אלטע ניקס האבן זיך אפגעשמועסט צו לייקן יענע אשכול..

אפשר האט די הנהלה געהעקט זייער אקאונטס ;)
אלנפאלס, אז מ'רעדט שוין פון ר' שש'ן זאל ער אונז שוין אויך גדענקען לטובה. אמן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קל וחומר האט געשריבן:

פאר מיר קוקט עס אויס צו זיין סתם גאות צו קוקן און ליינען און גארנישט רעאגירן אדער לפחות לייקן, כאילו איינער געט א שיט וואס דער "מרנן ורבנן" טוט.

שש איז נישט קיין בעל גאווה. (והראיה אז ער לייקט...) ס'איז לכאורה פאר סעקיורוטי ריזענ'ס. ווער ווייסט...
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

איין מינדערוויכטיגע פרט:

יהושע בן נון איז נישט געווען דער לעצטער רבן של ישראל. וואס טוט זיך מיט שמואל הנביא, דוד המלך? - די אלע זענען געווען ריכטיגע פירער פון דעם "גאנצן" פאלק, אן אויסנאם.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

בן אדם האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:

פאר מיר קוקט עס אויס צו זיין סתם גאות צו קוקן און ליינען און גארנישט רעאגירן אדער לפחות לייקן, כאילו איינער געט א שיט וואס דער "מרנן ורבנן" טוט.

שש איז נישט קיין בעל גאווה. (והראיה אז ער לייקט...) ס'איז לכאורה פאר סעקיורוטי ריזענ'ס. ווער ווייסט...


ביסט סארקאסטיש, יא?
.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סארקאסטיש מיט וואס?
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

ביי מעברות הירדן - קיסר אל-יאהוד איז דאס געשעהן

שליחה דורך Buddy »

משה מת יהושע מכניס
י' ניסן איז דער צייט געווען
זעה איבער די ראלע פון יהושע בן נון, נישט אומזיסט ליגט ער מיט די מרגלים פינחס, כלב, עתניאל אין עוורתא וכו'
די אידן האבן געדארפט טוהן "למעשה", נישט "לערנען" און מיט די כח התורה אנגרייטן די אבלאווע, וואס דארט בלייבט מען שיינע אידן, נאר למעשה אן קיין מופתים לימודיים נאר מופתים מעשיים ושזור עם רציונל, דאס איז טאקע די מלחמה פון יום איבער לילה

זעה דא מער

און לעצטענס ווערט די פלאץ צוריק צו די מקור פון אל-יאהוד, נאך וואס די קריסטן האבן דאס פארוואנדילד אין זייער שמייליגע צערעמאניס


זעה דא מער איבער מעברות הירדן - יריחו

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Buddy, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

שליחה דורך שקד »

מ'האט דא אויף א אונטערוועג חוזק געמאכט פונעם הייליגן ברך משה, וואס איז גארנישט געווען קיין קלענערע צדיק ווי יהושוע בן נון.
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

כ"ח ניסן יום כיבוש יריחו ע"י רביה"ק רבן של ישראל זי"ע

שליחה דורך Buddy »

[NAMELESS]

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

שליחה דורך [NAMELESS] »

ארויף לכבוד די יארצייט
פארשפארט