געדאנקען מיט מעשיות פון חסיד'ישער פארברענגען
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
50
[justify]הרב חיים שלים פארציילט אז עס איז געווען א רב א מתנגדישע רב וואס האט געהאלטן ביי גסיסה. געווענטליך פלעגט די חברה קדישא גיין זאגן ווידוי מיט יעדן פארן שטארבן. אבער דא דארף מען שוקן מער א חשובע איד. האבן זיי מכבד געווען דעם חסידישע רב פון די שטעטל זאל גיין זאגן ווידוי מיט די אנדערע רב.
קומט אריין דער רב און ער פרעגט דעם רב אויף וואס וויל ער תשובה טוהן. דער רב טראכט ער ווייסט גארנישט אויף תשובה צו טוהן. פרעגט ער אפשר ביטול תורה? זאגט דער רב ניין איך מורא'דיג מקפיד געווען אויף ביטול תורה. אזוי גייט מען ווייטער און דער רב זאגט אלץ אז ער האט נישט וואס תשובה צו טוהן. עס איז געווען ניכרים אז דער רב זאגט נישט קיין ליגנד, ער האט דאך געהאלטן אזוי ממש פאר יציאת נשמה. פרעגט דער חסידישער רב אפשר האט איר געהאט ספיקות אין אמונה. זאגט דער קראנקער רב, יא דאס איז דאך נארמאלער זאך!![/justify]
קומט אריין דער רב און ער פרעגט דעם רב אויף וואס וויל ער תשובה טוהן. דער רב טראכט ער ווייסט גארנישט אויף תשובה צו טוהן. פרעגט ער אפשר ביטול תורה? זאגט דער רב ניין איך מורא'דיג מקפיד געווען אויף ביטול תורה. אזוי גייט מען ווייטער און דער רב זאגט אלץ אז ער האט נישט וואס תשובה צו טוהן. עס איז געווען ניכרים אז דער רב זאגט נישט קיין ליגנד, ער האט דאך געהאלטן אזוי ממש פאר יציאת נשמה. פרעגט דער חסידישער רב אפשר האט איר געהאט ספיקות אין אמונה. זאגט דער קראנקער רב, יא דאס איז דאך נארמאלער זאך!![/justify]
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
51
[justify]הרב יוסף וויינבערג ע"ה (באקאנט פון תניא אויף די ראדיא, סיפרי צדיקים אויף די חסידות טלפון ליין, שיעורים בספר התניא-געדריקט אויף אידיש לשה"ק ענגליש ועוד עטליכע שפראכן) פלעגט ארום פארן נאך געלט פאר די ליובאוויטשער ישיבה דאהי אין קרוין הייטס. מענטשן פלעגן שיקן דורך אים הזכרות וואס געווענטליך פלעגט ער עס איבערגעבן פאר איינע פון די מזכירים זאלן עס איבערגעבן פארן רבי. איינמאל האט מען נישט געעפנט די טיר, האט ער אונטערגעשטיפט די צעטליך אונטער די טיר. נאכן אונטערשטופן האט ער באמערקט אז רב חדוקוב האט עס נישט באמערקט און דער רבי איז צוגעגאנגן און זיך אראפגעבויגן און עס אויפגעהויבן. הרב וויינבערג האט געהאט עגמת נפש אז ער האט מטריח געווען דעם רבי'ן. האט ער אריינגעשיקט א צעטיל ווי ער ברענגט ארויס אז ער האט צער פון דעם און ער בעט מחילה. האט דער רבי צוריק געשיקט, איני מבין למה הוא מצטער, הלא כל עניני איז צו אויפהייבן, און בפרט וואס אנדערע האבן פארזעהן.[/justify]
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
52
[justify]צום צמח צדק איז געקומען א חסיד מיט א בעיה אז ער האט ספיקות אין אמונה. פרעגט אים צו ער איז זיכער אז ניקאלאי איז דא? זאגט דער חסיד יא. פרעגט ער דו האסט אים געזעהן? אפשר עקזעסטירט ער נישט? זאגט דער חסיד אז זיין ברודער האט אים געזעה און ער גלייבט אים. פרעגט ער אפשר זאגט דיין ברודער ליגנט? זאגט דער חסיד אז ניין ער איז זיכער אז זאגט נישט קיין ליגנט. זאגט דער צמח צדק אז אויב אזוי זאג איך דיר אז איך האב געזעהן גאט, גלייבט מיר אז ער איז דא אסאך מער ווי דער ניקעלאי איז דא.[/justify]
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ראש הישיבה האט געשריבן:י חידושי הרי"ם האט באמערקט אז א חסיד קוקט אויף אים. פרעגט ער דעם חסיד ציוואס קוקסטו אויף מיר? ענטפערט ער ראיית פני צדיק ברענגט דאך יראת שמים. זאגט דער חידושי הרי"ם נו עס שטייט דאך ועמך כלם צדיקים, קוק אויף דיר אליינס.
וסיים רבי חיים שלום: פשוט זעהט אויס אז דער חידושי הרי"ם האט אים געענטפערט א שארפע ענטפער. אבער באמת האט ער געוואלט מגלה זיין ביי אים דער כח הנשמה וואס ליגט ביי אים און ביי יעדער איד אז ועמך כלם צדיקים און יעדער קען האבן די כוחות וואס הצדיק.
דער מעשה איז געברענגט אין עובדות והנהגות לבית בריסק אויף ר' חיים בריסקער, און דארט שטימט עס בעסער, ווייל ביי די פוילישער חסידים האט מען שטארק געשטיפט דער ענין פון אנקוקען דער פנים פונ'ם רבי'ן\צדיק. גיי אין גער היינו וועסטו זען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
געדענק וואס איך האב געשריבן אין מיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול:
ראש הישיבה האט געשריבן:[justify]א חסידישע פארברענג:
3. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז די געדאנקען און מעשיות על אף אז זיי האבן א תוכן, איז עס נישט הלכה למשה מסיני. עס מוז נישט זיין אז די מעשה האט אמאל טאקע פאסירט. עס מוז נישט זיין אז אויף וועמען מען זאגט אז ער האט עס פארציילט איז אמת. די איינציגסטע זאך וואס עס זאגט אז דער כותב האט עס געהערט ביי א חסידישע פארברענג, וזהו.
4. ולכן ווען דו צונעמסט א מעשה, טוה עס נאר אלס א המשך פון די פארברענג, דהיינו אויב דו האלסט אז מען קען אנדערש אפלערנען די געדאנק, שרייב דיין חוות דעת, וכדומה.[/justify]
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
53. [justify]עס איז ידוע אז רבי יהונתן אייבישיץ פלעגט פירן וויכוחים מיט גלחים. על פי רוב פלעגט ער געווינען די וויכוח. פארציילט מען אז איינמאל האט די גלח אים געזאגט אז לאמיר זעהן וויאזוי א פשוטע איד וועט זיך אן עצה געבן מיט מיין גלויבן. איז דער גלח ארויס אין גאס און אהנגעטראפן א בעל עגלה. דער גלח לאזט רופן די בעל עגלה און ער זאגט אים אז אויב ער טוישט צו זיין גלויבן זאגט ער אים צו טוב ארץ מצרים מיט א בארג געלט. דער בעל עגלה ענטפערט אים, איך בין נישט קיין גרויסע מבין אויף דעם, אבער מיין טאטע דער בעל עגלה ז"ל האט מיר אויסגעלערנט די ביזנעס פון פערד. ער האט אים געזאגט אז אויב איינער וויל טוישן מיט דיר פערד דיר געבן זיין פערד נעם עס נישט פון אים. אויב איינער וועט דיר זאגן אז אויב דו נעמסט זיין פערד צאל איך דיר גרויס געלט נעם עס נישט פון אים, דער פערד איז גארנישט ווערד. אויב איינער זאגט דיר אז פאר גרויס געלט פארקויף איך דיר מיין פערד, דעמאלס לוינט זיך אריינצוקוקן און זעהן צו דער פערד איז גוטע אדער נישט.[/justify]
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
54
ממו"ר החסיד ר' חיים שלום שיחי' דייטש:
ס'איז פארהאן א פתגם ביי חסידים [אולי מהרבי הקודם] אז י' כסלו, דער חג הגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן, איז די לידה פון א חסיד, און י"ט כסלו איז די ברית.
שטעלט זיך די שאלה, קומט דאך אויס לפי"ז אז דער ערשטער דור חסידים פונעם אלטן רבי'ן, ביז'ן מיטעלען רבי'ן, האבן נישט געהאט די לידה.
ואמר, די ערשטע דור זענען דאך אלע געווען 'געווארענע' חסידים, 'געבארענע' חסידים איז דאך ערשט געווען ביים מיטעלען רבי'ן, און א געבוירענער חסיד דארף גאר אן אנדערע ישועה...

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

55
ק/פ פון א חב"ד גרופע:
לפני שש״פ כדאי להזכיר את הפארבריינגען של ר' דוד רסקין ע"ה עכ"פ בקיצור
בשנים הראשונות הי' הכל באידיש ובסוף הלמד'ס בערך עבר לעברית
כל הלמד'ס כמו שאומרים בנעוועל
א נשמה למעלה איז עומד "אשר עמדתי לפניו" ... דא למטה ווערט מען א מהלך ... מ'גייט אף תהלוכה
ס'דא בחורים וואס גייען עסן בא בלא-בתים ... א בלא-באס איז א דבר מזוים (מזוהם)
...פארוואס גייט מען צום בלא-באס ... צו טרינקען דארטן געלע און גרינע וואסער דערנאך ווערט דער בויך פעט און מ'שעמט זיך גיין אין מקוה
ביז אז סוף כל סוף הערט מען אוף צו גיין אף תהלוכה
ס'זעצן זיך בחורים אוועק אין א קאר און מ'פארט ... וויהין פארט מען ... ער פארט אין בארא פארק
וואס פארסטו אין בארא פארק ... עסן פיי צדיק'לאך ... פרא אדם אף דעם ביזטו געקומען צום רבי'ן
מ'האט טענות אפ'ן עסן ... מ'גיט ניט קין פולקע ... ער דארף דוקא א פולקע
ביזט א בהמה ... איז עס שטרוי
(פעם הי' בפלורידה, ואמר) איך גיי ארויס פון האטעל זע איך ברעטלאך, אזוי ווי אויף זאלצן פלייש, פרעג איך, וואס איז דאס, זאגט מען מיר אז דא ליגט מען אויף דער זון ...
אויף א ברעטל לייגט מען נאך 120 ... גיי אין שול לערנען משניות ...
דערנאך זע איך ווי מ'לייפט מיט הינטעלעך ... פרעג איך וואס לייפסטו ... זאגט ער עקסערסייז
ווילסט עקסערסייז טובל זיך ש"י טבילות עסטו האבן עקסערסייז
בעברית
ישנם כאלו שרוצים לאכול פולקע דוקא
מי שרוצה פולקע יאכל תבן
בחור רוצה רבע (ווי זאגט מען טשיקן) ... רבע שכוי דוקא
אתה בהמה ... תאכל תבן
הרבי מתבשל עכשיו בספר תורה
בחור לא בא לסדר שואלים אותו למה לא באת
והוא אומר שיש לו (ווי זאגט מען א בויך ווייטיק) ... כאב רחם

די וועלט זאגט אז א נער לאכט אויף די אייגענע ווערטלעך. איך האב שוין לאנג נישט מגיב געווען. איך האב צוריק געקוקט וואס איך האב דא געשריבן אין דעם אשכול, איך טרעף דא געשמאקע זאכן וואס איך אליינס געדענק שוין נישט.
ממילא וויל איך דאנקן @ראש הישיבה .... און אלע אנדערע מגיבים דא פארן שרייבן דאס.
שלום שלום לרחוק ולקרוב
ממילא וויל איך דאנקן @ראש הישיבה .... און אלע אנדערע מגיבים דא פארן שרייבן דאס.
שלום שלום לרחוק ולקרוב
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אין די צייט זענען געוואקסן די מאס ליובאוויטשער חסידים דא אין שטיבל, בשעת אז אונז מתנגדים בלייבן אליינס.
לייג צו, לאמיר הערן און ליינן נאך
לייג צו, לאמיר הערן און ליינן נאך
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
יין שרף האט געשריבן:אן ענין אין אהבת ישראל במשנתו של החסיד רבי מענדל פוטרפס ז"ל...
איך פריי זיך מיט דער פארציילער אז עס איז אים לייכטער געווארן נאכ'ן פארציילן די מעשה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא