לידיעה בעלמא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
לידיעה בעלמא
הגם עס איז שטארק מסתבר אז ס'איז שוין פארהאן אן אשכול פון דעם סארט עכ"ז וועל איך זיך נישט צוריקהאלטן פון עפענען א פרישער אשכול, נישט ווייל איך זוך אנצושטאפן דעם שוין אזוי אנגעשטאפטן שטיבל מיט נאך אשכולות, נאר ענדערש ווייל איך האף אנצוהאלטען מיט אן אייגנארטיגן מהלך פון מיטטיילן שיינע ידיעות וואס צוהן די נייגער פון רוב מענטשן אין א קורצע, פארשטענדליכע פארמאט.
איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן.
ובזה החלי:
1 - ווי אינטערסאנט עס הערט זיך, איז נאכאלץ נישט באקאנט דער גורם וואס פאראורזאכט 'מייגרעינס'. די שטארקע קאפווייען, אפט אויף איין זייט פונעם קאפ צוזאמען מיט 'נאוזשע' און טיילמאל פארבלענדעטע זעה-קראפט מיט שטארקע סענסיטיוויטעט צו ליכטיגקייט און גערודער.
הארמאנישע טוישונגען, איבערהויפט אין עסטראגען (פרויערישע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] הארמאנען) קען צוברענגן דערצו, אסאך פרויען ליידן דערפון מער ביים קריגן די וסת, עיבור אדער ווען מ'הערט אויף צו קריגן די וסת. געוויסע עסנווארג און באשטאנטיילן קענען אויך גורם זיין דערצו, ווי אויך מענטשן וואס זענען אויף א דיעטע, פארפאסן מאלצייטן אדער עסן אסאך קעפיען קענען אויך ליידן דערפון. אזוי אויך קען צושטערטע שלאף אדער דשעט-לעג זיין א גורם.
איין זעלטענער סארט וואס לויפט בירושה איז באקאנט אלס familial hemiplegic migraine וואס קומט פון פיהר ספעציפישע גענע-מיוטעשענס. מער באקאנטע סארטן האבן צוטוהן מיט פילע גענעס וואס אפעקטירן אויף א וועג די מח פונקציע.
די פשוט'סטע ענטפער ליגט אינעם 'משפחה'. ארום ניינציג פראצענט פון ליידנדע פארמאגן אן היסטאריע אינערהאלב די משפחה וואס ליידן/האבן געליטן דערפון.
איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן.
ובזה החלי:
1 - ווי אינטערסאנט עס הערט זיך, איז נאכאלץ נישט באקאנט דער גורם וואס פאראורזאכט 'מייגרעינס'. די שטארקע קאפווייען, אפט אויף איין זייט פונעם קאפ צוזאמען מיט 'נאוזשע' און טיילמאל פארבלענדעטע זעה-קראפט מיט שטארקע סענסיטיוויטעט צו ליכטיגקייט און גערודער.
הארמאנישע טוישונגען, איבערהויפט אין עסטראגען (פרויערישע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] הארמאנען) קען צוברענגן דערצו, אסאך פרויען ליידן דערפון מער ביים קריגן די וסת, עיבור אדער ווען מ'הערט אויף צו קריגן די וסת. געוויסע עסנווארג און באשטאנטיילן קענען אויך גורם זיין דערצו, ווי אויך מענטשן וואס זענען אויף א דיעטע, פארפאסן מאלצייטן אדער עסן אסאך קעפיען קענען אויך ליידן דערפון. אזוי אויך קען צושטערטע שלאף אדער דשעט-לעג זיין א גורם.
איין זעלטענער סארט וואס לויפט בירושה איז באקאנט אלס familial hemiplegic migraine וואס קומט פון פיהר ספעציפישע גענע-מיוטעשענס. מער באקאנטע סארטן האבן צוטוהן מיט פילע גענעס וואס אפעקטירן אויף א וועג די מח פונקציע.
די פשוט'סטע ענטפער ליגט אינעם 'משפחה'. ארום ניינציג פראצענט פון ליידנדע פארמאגן אן היסטאריע אינערהאלב די משפחה וואס ליידן/האבן געליטן דערפון.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: לידיעה בעלמא
2 - פארוואס ווערן מיר רויט ווען מ'ווערט פארשעמט?
מענטשן זענען די איינציגע ברואים וואס ווערן רויט ווען זיי ווערן פארשעמט. ברעגנדיג טשארלס דארווין צו מגדיר זיין פארשעמונג אלס די מערסט אויסגעשפראכענסטע מענטשליכע אויסדרוק. דאס רויט ווערן מאכט עס שווערער צו זאגן ליגנט וואס קען אויסקוקן ווי אן אומבאטעמטע זאך. אבער דייטשע פסיכאלאגן האבן אין א שטודיע אין 2009 באשטעטיגט אז מיר וועלן גיכער געבן נאך א שאנס פאר איינער וואס האט געבלאשט ביים ליגנט זאגן. די מעגליכקייט פון רויט ווערן ווען מ'ווערט געפאקט צייגט אויף סענציטיוויטעט צום וועלטליכן אנגענומענער חק וואס איז פארלעצט געווארן. פסיכאפאטן פון די אנדערע זייט, וועלן קיינמאל נישט רויט ווערן.

די צעהן מערסט געליטענע פאביעס ואלו הן.
1-Arachnophobia - פחד פון ספיידערס.
2-Ophidiophobia - פחד פון שלענג.
3-Astraphobia-פחד פון דונערן אדער בליצן.
4-Trypanophobia - פחד פון א
נידעל.
5-Claustrophobia - פחד פון פארמאכטע פלעצער.
6-Odontophobia - פחד פון א
דענטיסט.
7-Aviophobia - פחד צו פליען.
8-Acrophobia - פחד פון הייעך.
9-cynophobia - פחד פון הונט.
10-agoraphobia - פחד פון פאבליק פלעצער.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אינטרעסאנט אז א פאביע מיינט אויכעט א באגרינדעטע פחד?
פליען אויף אן עראפלאן למשל איז באמת נישט קיין סכנה, עס איז גאר זייער סעיף, ווי אויך א פארמאכטער פלאץ איז נישט קיין פראבלעם; משא"כ א שלאנג אדער א גיפטיגער שפין איז קרוב לודאי אז עס איז א סכנה. איך פארשטיי נישט פארוואס ביידע זאלן זיין אין זעלבן כלל פון פאביעס.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: לידיעה בעלמא
אין רוב באוואוינטע פלעצער אויף דער וועלט זענען נישט דא קיין גיפטיגע שלענג אדער ספיידערס, אויף א פלאץ וואס עס איז יא פארהאן איז עס טאקע נישט א פאביע נאר פארשטענדליכע פחד.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: לידיעה בעלמא
4 - וויפול הויט שינדט זיך פונעם מענטש במשך זיין לעבן?
א שטודיע פון 2011 פאבליצירט אינעם דשורנאל environmental science and technology האט פעסטגעשטעלט אז מענטשן שינדן צווישן 0.03 ביז 0.09 גראם פער שטונדע. עס קען זיך דאכטן אז דאס איז ווייניג, אבער במשך א גאנץ לעבן קומט דאס אויס צו ארום אכציג פונט הויט אדער בערך האלב פונעם מענטש'נס וואג. רוב פון די הויט אפפאל איז אין פארעם פון פיצעלנע שטיקער וואס זענען א גרויס חלק פון די וועקיום קלינער בעג ערב פסח...
די זעלבע שטודיע באשטעטיגט אז די אויל וואס געפונט זיך אויף די הויט אפפאל האבן א רעאקציע צו שעדליכע גאזן וואס קענען זיך מאכן אינדערהיים, אין אפיס אדער עראפלאנען.
אין אנדערע ווערטער, טאמער לאזט איר איבער אביסל שטויב אינדערהיים קען עס גאר פארבעסערן די לופט!

- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
קל וחומר האט געשריבן:די צעהן מערסט געליטענע פאביעס ואלו הן.
1-Arachnophobia - פחד פון ספיידערס.
2-Ophidiophobia - פחד פון שלענג.
3-Astraphobia-פחד פון דונערן אדער בליצן.
4-Trypanophobia - פחד פון א
נידעל.
5-Claustrophobia - פחד פון פארמאכטע פלעצער.
6-Odontophobia - פחד פון א
דענטיסט.
7-Aviophobia - פחד צו פליען.
8-Acrophobia - פחד פון הייעך.
9-cynophobia - פחד פון הונט.
10-agoraphobia - פחד פון פאבליק פלעצער.
זייער אינטערסאנט פון די גאנצע ליסטע האב איך נאר מורא פון שלענג און פון הייעך.
מיין גרעסטע פחד איז פון רעליגעזע עקסטרימיסטן וואס קוקן ארויס אויף די וועלט דורך זייערע נאאיווע גלעזער געבעיסט אויף די קאוראן אדער אנדערע פארצייטישע שמייליגע-טעקסט און מיט דעם בארעכטיגן זיי רשעות, אכזריות, פייניקן מענטשען, אינטערדרוקן פרויען און מינאראטיס, און ארויפצווינגן זייערע צוריקגעשטאנענע רעליגע אויף אנדערע- אט דאס איז ביי מיר numero Ono פאביע, אלע אנדערע זאכן קען מען זיך א עצה געבן למחצה ולשליש, אבער מיט מענטשען וואס לעבן אין א מיינדסעט פון טויזענט יאהר צוריק איז נישטא מיט וועמען צוגיין צום טיש בכלל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: לידיעה בעלמא
5 - ווי אזוי איז די מח מבחין צווישן גוטע און שלעכטע גערויכן?
מאלעקיולען אין די לופט ווערן צעלאזט אויף שפייאכטס אינעם נאז און ווערן אויפגעכאפט דורך ספעציעלע עמפאנגערס (olfactory receptors) וואס שיקן סיגנאלן צום מח. ביי מענטשן און אזוי אויך מאלפעס איז פארהאן צוויי דורכגענג. איינס פירט צום olfactory cortex, דער אנדערער צום hypothalamus, וואס שפילט א ראלע מיטן קאנטראלירן די געפיהלן, רצונות, און זיכרונות פונעם מענטש. דער חלק איז אחראי אויב מען זאל גלייכן אדער האסן א גערויך.
דאס איז אויך די סיבה פארוואס א גערויך קען ארויפברענגן גאר אלטע זיכרונות.
הגם וואס א מענטש האט א היבש שוואכער חוש הריח אין צוגלייך צו אנדערע באשעפענישן, איז דער חוש גאנץ וויכטיג.
ניי געבוירענע קינדער פון א טאג אלט וועלן ארויסווייזן אויסדרוקן פון איבל ווען זיי וועלן שמעקן פיש אדער פארדארבענע אייער. קינדער קענען מבחין זיין צווישן די גערויך פון זייערע געשוויסטער און אנדערע קינדער פונעם זעלבן יארגאנג. ענדליכס, וועט א בעיבי דערקענען די מוטער'ס גערויך און די מוטער וועט דערקענען דעם קינד'ס גערויך.
אז מ'רעדט שוין איבערן נאז... איז אינטערסאנט צו וויסן אז די לענגסטע געמאסטענע נאז מעסט זיך פאר א קנאפע 8.8 סענטימעטער. עס באלאנגט צו א מאן פון טורקיי מיטן נאמען Mehmet Uzyurek.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 187
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
קל וחומר האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין איבערן נאז... איז אינטערסאנט צו וויסן אז די לענגסטע געמאסטענע נאז מעסט זיך פאר א קנאפע 8.8 סענטימעטער. עס באלאנגט צו א מאן פון טורקיי מיטן נאמען Mehmet Uzyurek.
נאדיר צוויי בילדער.
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: לידיעה בעלמא
6 - וואס פאסירט ווען מיר ליינען?
ליינען איז א קאמפלאצירטע פראצעדור, אנגעהויבן מיט אויפכאפן אותיות, דערקענען ווערטער און גרופעס פון ווערטער, דאן אנאליזירן דעם זאץ סטרוקטאר און דערהער. פארשידענע טיילן פונעם מח בויען אויף אינפארמאציע איבער די סצענע'ס, עקשאנ'ס און כאראקטערס, אין שטעלן זיי צו צום בילד וואס איז שוין אויפגעבויט אין מח אין די הרגשים.
און עס ענדיגט זיך נישט ביים מח. די ליפן און צונג קענען זיך מיטרוקן ליינענדיג, די שדרה קען צומאל קוצלען און די מוסקלען קענען פארשטייפט ווערן אלס א רעזאלטאט פון ליינען א דראמאטישע סיפור. מיר זענען צוגעוואוינט צו רופן די אלע רעאקציעס 'די בילד אינעם מח'. אבער אין רעאליטעט איז אנגענומען אז עס איז נישט פארהאן אזא זאך. לעצטיגע טעאריעס באטראכטן דעם ספעקטאל אלס א באציאונג מיטן וועלט און נישט ווי א בילדער-פראדוצירונג.
עס קען זיך הערן מאדנע, אבער עס איז באשטעטיגט געווארן אז שרייבעכצער וואס זענען גאר דעטאלירט וועלן לאו דווקא רעזאלטירן אין רייכערע אדער מער צופרידנשטעליגע בילדער אין מח. צומאל וועט דווקא די באשרייבונג וואס איז העכסט פשוט און לאזט איבער פארן ליינער'ס מח צו אליינס אויספארעמען דעם דמיון האבן א שטערקערע ווירקונג אויף דעם מענטעל אימעדש מיט סאך מער געפיהלן און קאנצעטרירונג.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: לידיעה בעלמא
רעדענדיג וויאזוי די מוח כאפט אויף און ליינט ווערטער, איז כדי צו באקעמרן אז די מוח לנייט נשיט קיין אותיות נאר וועטרער, אזוי ווייט אז קייענר האט נישט קיין פארלבעם צו לייענן וואס איך האב גערשיבן אפילו געיווסע ווערטער זענען נישט גוט אויגעסגיילט.
fi yuo cna raed tihs, yuo hvae a sgtrane mnid too. Cna yuo raed tihs? Olny 55 plepoe out of 100 can.
i cdnuolt blveiee taht I cluod aulaclty uesdnatnrd waht I was rdanieg. The phaonmneal pweor of the hmuan mnid, aoccdrnig to a rscheearch at Cmabrigde Uinervtisy, it dseno’t mtaetr in waht oerdr the ltteres in a wrod are, the olny iproamtnt tihng is taht the frsit and lsat ltteer be in the rghi t pclae. The rset can be a taotl mses and you can sitll raed it whotuit a pboerlm. Tihs is bcuseae the huamn mnid deos not raed ervey lteter by istlef, but the wrod as a wlohe. Azanmig huh? yaeh and I awlyas tghuhot slpeling was ipmorantt! if you can raed tihs forwrad it.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: לידיעה בעלמא
7 - די השפעה פון נגינה אויפן הארץ ראטע.
מען ברויך נישט זיין א גרויסע סייענטיסט צו פעסטשטעלן אז א ווילדן ניגון מאכט דעם צוהערער'ס הארץ פאמפן שטארקער - דאס איז חוץ פון דאס וואס פילע שטודיעס האבן באמערקט א קלארן פסיכאלוגישע אפעקט. רואיגע מוזיק וועט אראפנידערן דעם הארץ דרוק און ראטע, לעומת ווילד שרייענדע מוזיק (ווי heavy metal) וועט טוהן דאס פארקערטע.
די שטודיע האט געוויזן די גרעסטע שינויים אין הארץ אויפפירונג צווישן די פראפעציענאלע אינעם פעלד, אבער עס האט עפעס א ווירקונג אויפן פשוטע מענטש אויך, אפילו אויב דער מענטש גלייכט בכלל נישט די מוזיק. עס איז נישט באקאנט וואס פונקטליך איז גורם דעם ערשיינונג, אבער מען שאצט אז עס גייט צוריק צו די צייט וואס מען איז געווען אן עיבור במעי האם וואס פון די זעקסטע חודש און ווייטער איז איז דאס קינד באוואוסטזיניג צום קול פונעם מוטער'ס הארץ-קלאפ. ווען די מוטער איז אנגעצויגן אדער אויסגעמוטשעט, וועט איר הארץ-קלאפ ארויפגיין און דאס קינד וועט קענען צאמשטעלן דעם געפיהלן פון אנגעצויגנקייט מיטן שטארקן קול פונעם הויכער הארץ-קלאפ. עס איז מעגליך אז די טויש וואס מען זעהט ביי מענטשן ווען זיי הערן ווילדן מוזיק ברענגט ארויף אינעם סובקאנטשעס דעם עפיזאד.