א תרתי דסתרי פאר'ן סדר (וועקער 8)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
יצחק וואלד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 14, 2017 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

א תרתי דסתרי פאר'ן סדר (וועקער 8)

שליחה דורך יצחק וואלד »

ווי דער מנהג המקום איז דער אשכול פאר הערות אויפן ארטיקל אינעם וועקער אויב איינער האט.

די געשיכטע, ווי די פריערדיגע מעשה דער געראנגל, איז באזירט אויף אן אמת'ן דמות אזא צדיק ורע לו מיט וועם כ'בין אויפגעוואקסן, כמעט אלע דעטאלן האבן פאסירט אין א משך פון יארן . מיין פערזענליך מוסר השכל פון דער געשיכטע מיין איך אז מען זעט אמאל א מיטל יעריגן איד וואס איז אינגאנצן שלא בדרא, פלוצים צודרייט און נערוועז, מען קען קיינמאל וויסן וואס א קריזיס טוט זיך אפ דארטן באהאלטן. בעת וואס אזא שמואל ברוך'ן וועלן זיינע מוטשענישן איהם טראגן זוכן פארבאטענע ליבע און פאשען אין פרעמדע פעלדער, אדער בזעיר אנפין קענען אזאנע ווי אונז אמאל שרייבן אויך קאווע שטיבל, אריינבלאנזשען אין נעטפליקס צו יו נעם איט זיך אפשקלען אביסל בלאנזשען אינעם עולם התוהו, האט אבער אזא צדיק'ל ווען עס ווערט איהם ענג, צו ער שפעקולירט צו דער רבי ער האט געדינט די ערשטע פערציג יאר פון זיין לעבן איז טאקע אזא בעל מדריגה אדער אנדערע ווערימלעך אין קאפ, האט קיין אויסוועג אנה מפניך אברח און דאס קען ל'ע זיין גרויסע יסורים.

למעשה איז דאך דאס אויך א שטיקל משל אויב איינער קען בעסער פארטייטשן תבא עליו ברכה.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איך באמת הנאה געהאט, געוואלדיגע ארבעט.
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

איך האב אריינגעלערנט גאר א טיף פשט אין דיין כוונה, מער פון אין דיין מעשה, אבער צי וואס פעלט אויס צו רעדן?...

דיין ארטיקעל איז געווען פון די סאמע בעסטע אין מיינע אויגען, די שפראך און מחשבה איז געווען ממש ארטיסטיש, כבין ווירקליך ארויס פון התפעלות פון דיין פעדער, און עס האט מיר דערמאנט פון א שטיקעל גראדע.

א גרויסע דאנק!
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

יעפ, א מייסטער ארבעט, ר' יצחק. דיינע ארטיקלען האבן מיך פארשאפט אן עונג יום טוב. די מעשה, די שפראך און אויסשטעל — געוואלדיג.

"תרתי תסתרי" האב איך עקשאלי געלייענט נאך איידער כ'האב אפילו געוואוסט פון "דאס געראנגל." כ'בין שנעל געלאפן לייענען "דאס געראנגל," די קניידלעך אחרון של פסח האבן געהאט אן אנדערן טעם; כ'בין ארויס און אריין פון התפעלות איינמאל און נאכאמאל.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: א תרתי דסתרי פאר'ן סדר (וועקער 8)

שליחה דורך מפוזרי »

ס'טאקע געווען נאך צוויי מעשה'לעך פון אויסגערופענע שרייבער, אבער דער אקטועלסטע און די מערסט ברענענדיגע איז "תרתי דסתרי".

אבער ס'נישט נאר זיינע פריוואטע יסורים, דאס איז א בראך פאר די גאנצע געזעלשאפט.

דאס זענען מיר שוין צוגעוואוינט אז מ'האדעוועט דעם גאנצן ציבור אויף א מהלך וואס טויג גארנישט פאר זיי, א פאנטאזיע, וואס קען נאר געלונגען פאר יחידי סגולה.
מילא, שטייט שוין אז אלף נכנסים לבית הספר ואחד יוצא להוראה.

אבער אויב אפילו די געציילטע אויסדערוועלטע זעצן אן, איז עס שוין א צייכן פון טאטאלער באנקראט.

דער חלק פון דער קוראזשפולער ספירה ציילן איז אפשר פיקציע, (ס'וואלט שוין געווען דער אנפאנג פון די תקומה) אבער די אויסגעלאשענע דאווענען איז ליידער אמת. איך קען אליין אפאר אזעלכע ר' חנינא'ס, און ס'שרייט זיך ארויס מיט געוואלד א זעקת הציבור: "רבש"ע היתכן? מילא דער און יענער, האבן זיי דאך געטשידט דא און דארט. אבער ר' חנינא? ער איז דאך פונקט געגאנגען אין שפאן און איינגעהאלטן אלץ וואס שטייט אין דער גוטער בוך!"
און פון הימל קומט מיט טרויער דער ווייטאגליכער ענטפער: אמת, אבער ווער האט אים געבעטן?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
פארשפארט