געלעקסי S8 (און נאכפאלגענדע מאדעלס)

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

געלעקסי S8 (און נאכפאלגענדע מאדעלס)

שליחה דורך שמעקעדיג »

מען האט נאך נישט געהעריג דערמאנט דא דעם נייעם פארגעשריטענעם גאלעקסי S8 ווי אויך די גרעסערע S8 פלאס, וועלכע וועט ערשיינען במלוא יופיה והדרה סוף וואך, און וועט זיין די ערשטע סעלפאן פון סעמסאנג נאכ'ן אדורכגעפאלענעם NOTE 7 וואס די באטערי האט אויפגעריסן...

דער נייער פאון איז געווארן אנאנסירט דורך סעמסאנג פארגאנגענעם חודש, און וועט זיין צו באקומען סוף די וואך. עס האט גאנץ אסאך נייע חלקים, בעיקר די נייע גרעסערע סקרין, אבער וואונדערליך אין א שמאלערע פארעם ווי די פארגאנגענע גאלעקסי'ס, ד.ה. עס וועט זיין גרינגער צו האלטן אין איין האנט, ווייל עס איז שמאלער פון אירע פארגייער, די S6 און S7. סעמסאנג נעמט אוועק די באזונדערע HOME קנעפל פון אונטן, מהיום והלאה וועט עס זיין אויפ'ן סקרין, גענוי ווי אלע אנדערע מאנופעקטשורער טוען שוין יארן לאנג. מען קען אויך טוישן די "ריסענט עפפס" קנעפל מיט די "בעק" קנעפל פון רעכטס אויף לינקס אדער פארקערט, לויט'ן געברויך. בכלל איז דער פאון מורא'דיג קאסטומייזעבל, מיט אן א שיעור אפציעס וואס כמוהו לא נהייתה. דער גרעסטער חסרון איז אז מען האט פלאצירט דעם "פינגער-פרינט ריעדער" קנעפל אין די בעק, הארט נעבן דעם קעמערע – א פלאץ וואו מען איז נישט צוגעוואוינט, און בנוסף לזה קען מען בטעות פארשמירן דעם קעמערע לענס מיט פינגער פרינט היל"ת.

ווי געשריבן, עס קומט אין 2 סייזעס, די קלענערע הייבט זיך אן ביי 5.8 אינטש, און די גרעסערע "פלאס" מאדעל איז 6.2 אינטש. די סקרין איז HUUUGE. אבער ווי שוין דערמאנט, די פוטפרינט איז שמאלער און העכער. ביידע סייזעס קומען מיט א געבויגענעם ("קארווד") סקרין אין די 2 זייטן (אזוי ווי די S7 EDGE), וואס וועט יעצט זיין מער נוצבאר ווי ביז היינט. די 5.8 אינטש בלייבט מיט א 3,000 MAH באטערי – די זעלבע ווי די S7, אבער גאר פארזיכערט פון אויפרייסן, לויט סעמסאנג. די גרעסערע 'פלאס' מאדעל וועט האבן אביסל א גרעסערע באטערי, 3,500 MAH. איינע פון די אפציעס צו קאסטומייזן איז די רעזאלוציע פונעם סקרין. אויב מאכט מען עס אביסל ווייניגער שארף (נאך אלץ גענוג גוט) קען עס פארלענגערן די בעטערי לייף מיט ארום א האלבע שעה.

די קעמערע בלייבט די זעלבע ווי ביז יעצט, א 12 מעגאפיקסל, אבער סעמסאנג זאגט אז די פראסעסינג סאפטוועיר האט אסאך פארבעסערונגען אז עס זאל קענען כאפן גאר גוטע בילדער אפילו אין טריקי ליכטיגקייטן. לויט די ערשטע רעפארטס איז עס טאקע וואונדערבאר, און​ פארבלייבט דערווייל די סאמע בעסטע קעמערע אין די סמארטפאון אינדוסטרי. די פראנט קעמרע פאר "סעלפיס" איז יא ארויף פון 5 מעגאפיקסל צו 8, און האט א אויטא-פאקוס כדי צו פראדוצירן העכסט קלארע בילדער. די ספיקער אונטן פארבלייבט אויך די זעלבע. נישטא קיין סטעריא ווי די אייפון אדער HTC, אבער לכה"פ זענען זיי געבליבן מיט'ן העדפאון דזשעק, נישט ווי עפל וואס האט דאס אוועקגענומען לדאבון לב שומעי מוזיקה.

עס פארמאגט די מערסט-פארגעשריטנסטע פראסעסאר וואס ס'שייך, וואס איז די שנעלסטע אויפ'ן מארקעט, אינאיינעם מיט 4 גיג פון מעמארי – ס'מערסטע וואס מ'קען באקומען אין אמעריקע, הגם אין זייער היים אין דרום קארעא אפפערן זיי 6 גיג. עס קומט מיט 64 גיג פון פלעש מעמארי. גענוי ווי די S7, פארנעמט עס א מייקרא SD קארטל פאר סטארעדזש (ביז 2 טעראבייט – עס איז נאך ניטעמאל פארהאן אזא סייז קארטל, בבחי' טרם יקראו ואני אענה), און איז וואסער-פרוף פאר א קורצע פעריאד (מאקסימום א האלבע שעה) אבער נישט אין זייער טיפע וואסערן.

די גרויסע נייעס וואס סעמסאנג איז ביזי דערמיט איז א נייע סעמסאנג אסיסטענט וואס רופט זיך Bixby. דער וועט שטיין אויף די געהירן און זיכער מאכן אז ער האלט מיט אלעס וואס דו טוסט.... לענ"ד איז עס א איבריגע פיטשער, נאכדעם וואס גוגל האט שוין אן אייגענעם אסיסטענט "גוגל נאו", ווי אויך מייקראסאפט האט "קארטענע", אבער סעמסאנג'ס וועט זיין מער ספעציפיש אויסגעשטעלט צום פאון, ווי למשל דער פאון זאל דערמאנען רעמיינדערס, עפענען דעם קעמערע, אפלייענען ווערטער, זוכן אינפארמאציע, שיקן טעקסט דורך רעדן ("ביקסבי, שיק א טעקסט צום ווייב אז איך וועל זיין אינדערהיים ביז א האלבע שעה"), און ענליכע פונקציעס. למעשה איז עס נאכנישט פולשטענדיג גרייט יעצט ביים ערשיינען, אבער זיי פארזיכערן אז בקרוב וועט עס זיין גרייט צום פולן באנוץ, און עס וועט בעסער ווערן און קלוגער ווערן ווי מער מען באנוצט זיך דערמיט. סעמסאנג איז אזוי קאנפידענט אז דאס איז א וויכטיגע חלק פונעם נייעם פאון, אז זיי האבן צוגעלייגט א באזונדערן 'ביקסבי' קנעפל אויף די לינקע זייט, אונטער די וואליום קאנטראלס.

די קלענערע מאדעל וועט זיך אנהייבן ביי $750, ארום $31 א חודש מיט א 2-יאר קאנטראקט. די גרעסערע קאסט ארום 100 דאלער מער.

וואס נאך האב איך אויסגעלאזט?

עס איז ערווארטעט אז אין געציילטע חדשים, לכבוד דעם צענטן יארטאג פון דעם אייפונ'ס ערשיינונג, וועט עפל ארויסגעבן איר בעסטן סמארטפאון (אייפאון 8), און די זשורנאליסטן שטייען גרייט, נייגעריג צו זעהן צי זיי וועלן קענען איבערשטייגן דעם אויסגעצייכנטן גאלעקסי S8.

ווי אזוי זאגט דער בלאט? ימים ידברו.
וירח ה' את ריח הניחוח
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: געלעקסי S8

שליחה דורך גר ותושב »

שמעקעדיג האט געשריבן:
די קלענערע מאדעל וועט זיך אנהייבן ביי $750, ארום $31 א חודש מיט א 2-יאר קאנטראקט. די גרעסערע קאסט ארום 100 דאלער מער.


Including service?
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

שיין באשריבן, די S8 איז טאקע א יופי פון א פאון אבער א קליינע הערה,
שמעקעדיג האט געשריבן:עס פארמאגט די מערסט-פארגעשריטנסטע פראסעסאר וואס ס'שייך, וואס איז די שנעלסטע אויפ'ן מארקעט,

דעס איז אביסל נישט ריכטיג, ווען סקומט צו פערפארמענס איז די אייפאון נאכאלץ די שנעלסטע, עפל מאכט אליינס זייערע טשיפס און קיינער האט זיי נאך נישט באוויזן איבערצושטייגן

און אז מרעדט פון עפל איז דא א שמועה אז אויפן קומענדיגן פאון גייען זיי אויך לייגן די פינגערפרינט אויפן בעק, אויב אמת איז א שטיקל חורבן

Bixby איז א געפערליכע חוזק לעת עתה, סעמסאנג איז שטארק ביהיינד אין דעם הינזיכט, גוגל מייקראסאפט עפל און עמעזאן זענען אלע פאראויס

דא איז א טשארט וואס ווייזט cpu פערפארמענס פונעם S8 קעגן אייפאון
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סוף פעברואר, וועט ערשיינען דער S9.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:סוף פעברואר, וועט ערשיינען דער S9.

אה. לצורך פרנסה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

היינט איז ערשינען די ערשטע אפיציעלע מעלדונג דורך סעמסאנג איבער דעם נייעם S9 און S9 פלאס.

דער אויסקוק פארבלייבט די זעלבע ווי די S8 און S8 פלאס, אבער וועט פארמאגן א צאל פארבעסערונגען, ווי פאלגענד:

    - א נייע פראסעסאר, וואס איז סיי שנעלער (ארום 25% שנעלער), און סיי פארנוצט ווייניגער בעטערי
    - עס וועט פארמאגן אביסל מער מעמארי (די S9 וועט האבן 4 גיג, די S9 פלאס 6 גיג)
    - עס וועט לויפן אויף די נייערע אנדרויד 8 (וועט מעגליך בקרוב ווערן אפדעיטעד אויך אויף די S8)
    - די סקרין וועט זיין 15% מער ליכטיג
    - א בעסערע, שנעלערע און קלארערע קעמערע, וואס נעמט אריין 28% מער ליכטיגקייט (זייער נוצבאר ווען מ'כאפט א בילד איז אין א טונקעלע פלאץ)
    - (די S9 פלאס וועט האבן א דאפעלטע קעמערע, וואס העלפט מאכן א בלורי בעקגראונד)
    - די לאקאציע פונעם פינגער פרינט רידער - וואס האט אויפגערעגט אסאך S8 באנוצער - ווערט אראפגערוקט אונטער די קעמערע, אנשטאט דערנעבן
    - עס וועט זיין סטיריא ספיקערס, וואס איז סיי קלארער און סיי 40% העכער ווי ביז יעצט. די העדפאון דזשעק פארבלייבט ב"ה

עס וועט זיין צו באקומען אין די געשעפטן אום מערץ 16 - ער"ח ניסן.

.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שוין כמעט א יאר פאריבער פון די לעצטע תגובה...

היינט האט סעמסאנג געמאלדן די נייע געלעקסי S10 - וועלכע וועט קומען אין 3 מאדעלן (עכ"פ אין אמעריקע), 2 ווי ביז יעצט: די געהעריגע מאדעל, און דערנאך א "פלאס", און אצינד א נייע הוספה, א ביליגערע (און טראפעלע קלענערע) ווערסיע - e (צו קאמפיטן מיט די ביליגערע אייפאון XR), דער ביליגערע פאון וועט נישט האבן די "קארווד" סקרין (וואס גייט געבויגן ביי די זייטן) ווי די טייערערע מאדעלס.

חידושים פונעם S10 זענען בעיקר אז די סקרין פארנעמט די גאנצע פאון, און די פראנט קעמערע ליגט אריינגעלייגט אין א לעכל אינמיטן סקרין - א נייע סארט אויסטרעף, אנשטאט די קאמפעטישאנ'ס "נאטש".
אויכעט וועט זיין 3 קעמערעס פון בעק, א נארמאלע, און א ברייטע (ווייד-ענגל) זום און אויך א געהעריגע 2X זום - און אין פארנט וועט זיין א דאפעלטער סעלפי קעמערע (די ביליגערע e וועט אנשטאט האבן נאר 2 פון בעק און איינס פון פארנט). די קעמערעס וועלן זיין מער פארגעשריטן ווי ביז היינט, מיט "קלוגע" AI סאפטוועיר וואס וועלן פארזיכערן א געלונגען בילד צו יעדע צייט און אין אלע אומשטענדן.

אויך וועט די פינגערפרינט סענסאר זיין אריינגעבויעט אינעם סקרין, מ'וועט מער נישט דארפן זוכן אין די בעק וואו דער סענסאר ליגט (דער ביליגערע E מאדעל וועט אויך דאס נישט האבן).
א אינטרעסאנטער חידוש איז אז סעמסאנג וועט לאזן נוצן די פאון אלס א "ווייערלעס טשארדזשער" פאר אנדערע דעווייסעס וואס קענען טשארדזשן ווייערלעסס, ווי צב"ש בלוטוט העדפאונ'ס.

די גוטע נייעס פאר מוזיק ליבהאבער איז אז סעמסאנג האט נאך (דערווייל) געלאזט דעם העדפאון דזשעק, וועלכע רוב קאמפעטישאנ'ס האבן שוין גע'פטר'ט, למגינת לב כל השומעים.

ווי געווענליך, וועט עס קומען מיט א נייע שנעלערע פראסעסאר, מער מעמארי, און מער פלאץ, צום ערשטן מאל וועט דער "פלאס" מאדעל ענטהאלן ביז א "טעראבייט" פון דאטא, און חוץ מזה קען מען צולייגן א SD קארטל ביז 500 גיגאבייט, וואס אינאיינעם קען דאס פארנעמען 1.5 טר"ב. עס וועט אויך האבן די בעסטע סקרין וואס איז שייך, און אויך שנעלערע וויי-פיי. אויך פארמאגט עס גרעסערע בעטערי'ס ווי די S9, וואס וועט האלטן, לויט סעמסאנג, א געשאצטע 24 שעה בעפאר מען וועט עס דארפן רעטשארדזשן.

.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א חשובער ניק האט מיר "מעורר געווען" אז איך האב נישט געשריבן איבער א אנדערע גרויסע נייעס וואס סעמסאנג האט געצייגט, דאס איז א "פאלדעבל" פאון, דהיינו א טעלעפאן וואס מען קען מען צוזאמלייגן אין האלב, דער סקרין לאזט זיך בייגן. דער פרייז וועט זיין קרוב צו 2 אלפים רח"ל...

אין האב נישט געשריבן דערוועגן ווייל איך פארשטיי נישט דערצו, מען רעדט שוין דערפון א יאר-צוויי, אין יעצט איז דאס ערשטע מאל וואס קומט ארויס מכח אל הפועל, איך ווייס אבער נאך נישט די אויפטוה דערפון, חוץ דער פאקט אז מען קען האבן א ריזיגע סקרין און אין טאש זאל עס פארנעמען ווייניגער פלאץ.

אבער אלענפאלס איז עס א גרויסע טעכנאלאגישע דורכבראך, עס בלייבט נאר איבער צו זעהן צי די וועלט איז אינטערעסירט דערין.

אין די נייעס איז אויך געווען א S10 מיט א שנעלע 5G קאנעקשאן, אבער דאס איז דערווייל נישט געמאכט פאר די אמעריקאנער מארקעט. פאר מער אינפארמאציע קענט איר זוכן אויף די אויסטראלישע קאווע שטיבל...
וירח ה' את ריח הניחוח
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: געלעקסי S8 (און נאכפאלגענדע מאדעלס)

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

@שמעקעדיג; האסט פארגעסן צוצולייגן אז די נייע סעמסאנג S10 גייט זיין קריפטא פרענדלי.
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

וואס מיינט קריפטא פרענדלי?
א גוטן טאג אייך!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: געלעקסי S8 (און נאכפאלגענדע מאדעלס)

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מען האלט שוין ביי גאלעקסי S21...
וירח ה' את ריח הניחוח
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: געלעקסי S8 (און נאכפאלגענדע מאדעלס)

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

יא און 5G איז שוין מער א מציאות, איך וואונדער מיר נאר אז די פאר אינטערנעט ספיד טעסט וואס איך פיר אדורך אויף מיינע חברים'ס טעלעפאנען וואס שטייט 5G פון att זעה איך בכלל נישט קיין חילוק אין די שנעלקייט, איך בין פשוט נייגעריג אויב די 4G ווען עס האט ארויס געקומען איז אויך געווען אזוי אז עס האט זיך נישט צו שטארק אנגעזען די קאנטראסט, און די שטארקע קאנטראסט האט זיך אנגעזען מיט די יארן,
ווען 4G איז ארויס געקומען האב איך נישט געלייגט צו סאך קאפ צו דעם ווייל עס האט מיר במילא נישט געלוינט צו אויסנוצן די אינטערנעט צו קוקן ווידיאס יענע צייטן ווען קיין איין פירמע האט נישט צוגעשטעלט אנלימיטעד דאטא און איך האב בעיקר גענוצט די וויי פיי

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
פארשפארט