א' ל'יידיגע ו'ועלט ל'יידער
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
א' ל'יידיגע ו'ועלט ל'יידער
פון שמועסערייען דא אין קאווע שטיבעל אפילו פון אזעלעכע וואס האבן זיך נאך נישט דערקלערט אלץ אויפגעקלערטע, נעם איך ארויס
אז די אזויגערופענע אכשר דרא'דיגע דור איז אינגאנצן נישט דאס.
מ'גייט אנגעטוהן ווי חסידישע אידן אבער אלעס איז פון סאציאלע פרעשור. מיינט דאס טאקע אז ווען נישט די פרעשור וואלט'ן די יעניגע זיך אנגעטוהן
א דאשיק'ל? און אפילו אויב יא וואס וואלט דען געשעהן?
וואלט ר' טודרוס זילבער געגאנגען מיט א דאשיק וואלט איך נישט געמעגט גיין מיט א ביבער היט?
פארוואס איז מען נישט גענוג קלוג געווען נישט צו מאכן א דרעסס קאוד?
אימעדזשין ר' זלמן לייב פילעפ וואלט געגאנגען מיט א ווייט ענד ווייט העמעד לינקס אויף רעכטס. (און דו קענסט אים אזוי פון געבורט)
ר' חיים מערץ וואלט געשטינקען א גאנצן טאג פון דיאריענט און אלע סארטן סממנים.(" " " " " " ")
ר' פישל הערשקאוויטש וואלט געגאנגען מיט די שפיציגסטע שיך וואס נאר שייך. (" " " " " " ")
ר יחזקאל ראטה וואלט געגאנגען מיט אזא ווייסן העמד/אונטער העמד. (" " " " " " ")
ר' יושע באנדא וואלט געגאנגען מיט א דאשיק. (" " " " " " ")
וואו וואלט זיך דער אויפגעקלערטער אהינגעטוהן? ער וואלט נישט געהאט מיט וואס זיך צו דערקלערן אלץ אן אפגעפארענער
ס'וואלט געווען א בעסערע וועלט.
איז נישט דער מאור ושמש געגאנגען מיט א דאשיק'ל ווען ער האט פארקויפט זיינע בייגעלעך?
שיטה וויל אבער נישט גלייבן די מעשה. פארוואס טאקע? אפשר שטייט עס אים אין
וועג פון זיך דערקלערן אויפגעקלערט?
א גוטן חודש אלע.

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו זר זהב
ראשית כל. אידן מוזן זיך קליידן אנדערש ווי די גוים. ס'איז א פסוק אין די תורה. ובחוקותיהם לא תלכו. נאר דאס אז אידן מוזן זיך קליידן א ספעציעללן וועג. (למשל די היינטיגע חסידיש'ע סטייל, שמונה בגדים וכדו' דאס איז אפילו נישט מדרבנן. ווען מיר וואלטן געוואוינט אין א קאמוניסטישע מדינה ווי רומעניע אדער רוסלאנד וואלט ר' טודרוס זילבער און ר' ז.ל. פיליפ געגאנגען מיט א דאשיק היטל. (און זיי וואלטן געווען די זעלבע גאונים וצדיקים(. אויף ר' בונם מ'פשיסחא איז באקאנט אז ער האט זיך געקליידט "מאדערן" געשעיווט און אן אראפגעבויגענעם הוט און נעקטייא. מיט קיין פלאכן ביבער הוט און צולאטשעטע פיאות (ווי דער יונגערמאן אויף די קרויס שטריימלעך פלעגט ביז לעצטנס זיין אראפגעמאלן( איז ער נישט געגאנגען. צו ער האט גענוצט דעאדאראנט קען מען היינט נישט וואוסן.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:ראשית כל. אידן מוזן זיך קליידן אנדערש ווי די גוים. ס'איז א פסוק אין די תורה. ובחוקותיהם לא תלכו.
ר' בערל, אזא גאנצע ריזיגע מחלוקת הראשונים, און איר געט דאס אזא וויש אראפ מיט א בלויזע מאך מיט די הענט?
פארוואס נעמסטו אן מיט אז פשטות אז ובחוקותיהם = זיך קליידן אנדערש ווי גויים?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו יידל
יידל האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ראשית כל. אידן מוזן זיך קליידן אנדערש ווי די גוים. ס'איז א פסוק אין די תורה. ובחוקותיהם לא תלכו.
ר' בערל, אזא גאנצע ריזיגע מחלוקת הראשונים, און איר געט דאס אזא וויש אראפ מיט א בלויזע מאך מיט די הענט?
פארוואס נעמסטו אן מיט אז פשטות אז ובחוקותיהם = זיך קליידן אנדערש ווי גויים?
איך האב נישט נאכגעקוקט. אבער ס'ליגט מיר אין זכרון אז דער רמב"ם לערנט דאס ארויס פון דעם פסוק. אבער זר זהב'ס קשיא איז געווען פארוואס דווקא מיט'ן אנגענומענעם סטייל? א שטיקל תירוץ מיין איך אז מען קען טרעפן אויף דעם. "סאשיעל פרעשער" אמאהל איז עס א גוטע זאך. לאמיר זיך פארשטעלן ווען א יעדער קען גיין אנגעטוהן מיט א הוט און רעקל וואס זיין שכל דיקטירט איהם. צו מנחה-מעריב וואלטן אריינגעקומען אין ביה"מ"ד. יאסל מיט א גרינעם הוט. בענט דאון. פייוול מיט א ברוינע הוט און א קורץ, רויט רעקל און א באו טיי. און אזוי ווייטער. איך ווייס אז איך וואלט מיך זיכער צולאכט איבער דעם פורימ'דיגן אנגעטועכץ. איז דאך אוודאי בעסער אז מענטשן וואס געהערן צום זעלבן קרייז זאלן גיין אנגעטון בערך אייניג. דרך אגב. איך קען א חשוב'ן איד מיט א לאנגע בארד וואס ביי די ארבעט גייט ער מיט א רויט'ן "קעפ" רבותי. א יעדעס מאהל וואס איך באגעגן דעם איד וויל איך אויסשיסן אין א געלעכטער.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:25 am
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
געפילטע פיש האט געשריבן:דו כאפסט נישט אז ווען יעדער וואלט ווען געגאנגען מיט גרינע רויטע פערפעל הוטן און באו טייס וואלט עס נישט געווען פאני, פונקט ווי די שטריימליך און ווייסע זאקן איז דיר יעצט נישט פאני.
לאו דוקא. ס'דארף זיין א געוויסע מאס פון אייניגקייט און נארמאלקייט. אפילו קוקנדיג אויף אלטע פיקטשערס פון די פארצייטיגע שטריימלעך וואס זעען אויס ווי "הערינג וויידלעך" רופט אויך ארויס א געלעכטער. נאר בשעתו האט קיינער נישט געלאכט ווייל ס'איז נישט געווען עפעס בעסער.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
מיר זענען דער עם הנבחר, מיר מאכן יעדן טאג די ברכה שלא עשנו גוי.
דאנק גאט אז מיר גייען אזוי מיט די סטייל אזוי דערקענט מען א נפקא מינה צווישן די איד מיטן גוי.
ווייל ווען מען גייט אריבער צו אונזערע ברודער אפאר גאסן אוועק אין קראון הייטס,
זיי גייען אנגעטון יעדער לויט זייער גוסטע. זונטאג מיט א גרינע קאפל און ברוינע שיך,
און מאנטאג פארקערט. און דינסטאג מיט א פערפל קאפל און א געלע געשטרייפטע הויזן און מיטוואך פארקערט....
אין ליבאוויטש האבן זיי א מעלה זיי לערנען תניא יעדן טאג חק ולא יעבור, ווייסן זיי דעם כלל פון "מח איז שליט על הלב", קענען זיי גיין ווי אזוי זיי ווילן, במילא וואו זיי דרייען זיך האבן זיי מיט זיך זייערע מצוות מיט וואס זיי זענען מזכה אנדערע. במילא דערקענט מען זיי. אבער מיט וואס וואלט מען דיך דערקענט ווען דו גייסט אנגעטון ווי זיי?????
דאנק גאט אז מיר גייען אזוי מיט די סטייל אזוי דערקענט מען א נפקא מינה צווישן די איד מיטן גוי.
ווייל ווען מען גייט אריבער צו אונזערע ברודער אפאר גאסן אוועק אין קראון הייטס,
זיי גייען אנגעטון יעדער לויט זייער גוסטע. זונטאג מיט א גרינע קאפל און ברוינע שיך,
און מאנטאג פארקערט. און דינסטאג מיט א פערפל קאפל און א געלע געשטרייפטע הויזן און מיטוואך פארקערט....
אין ליבאוויטש האבן זיי א מעלה זיי לערנען תניא יעדן טאג חק ולא יעבור, ווייסן זיי דעם כלל פון "מח איז שליט על הלב", קענען זיי גיין ווי אזוי זיי ווילן, במילא וואו זיי דרייען זיך האבן זיי מיט זיך זייערע מצוות מיט וואס זיי זענען מזכה אנדערע. במילא דערקענט מען זיי. אבער מיט וואס וואלט מען דיך דערקענט ווען דו גייסט אנגעטון ווי זיי?????
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
געפילטע פיש האט געשריבן:בעצם וואלט מען אמאל געלאכט פון די אלטע קאצען קעם שטריימלעך נאר ס'נישט געווען בעסערס האט מען זיך איינגעהאלטן? איי מין קאם אן! הגע בעצמך!
שקויעך פאר'ן מסביר זיין. ס'איז נישט אז מען האט זיך איינגעהאלטן פון לאכן. נאר מען האט נישט געוואוסט פון עפעס בעסער. דאהי אין אמעריקע האט דער עולם אויך געטראגן די "קאצן שטריימלעך" פאר קעפעטש איז אריין אין ביזנעס. איך געדענק וואס פאר א שטריימל מיין טאטע ע"ה האט געהאט אין א"י ביז ער האט געקויפט א שטריימל פון "קעפעטש".