[justify]היות איך זעה אז דער מחבר פונעם ארטיקל איז רילאקטענט מיטן עפענען אן אשכול פאר קאמענטארן וועל איך עס טון פאר זיינעט וועגן. קום אריין יואב'ן און נעם אם דיינע העכסט פארדינטע לייקס.
האמת אגיד אז מיין אטענטשאן דעפעציט טרייבט מיר אלץ אפצושטופן דאס ליינען יואב'ס ארטיקלן, סיי ווייל זיי זענען לאנג, סיי ווייל זיי זענען געשריבן מיט א הויכע וואקאבולאר וואס מען איז נישט אזוי געוואוינט און סיי ווייל עס ליגט אלץ עפעס טיפערס צווישן די שורות וואס פארלאנג אסאך מוח און כח. און אויב איז דאס געזאגט געווארן ביי אלע זיינע שרייב ארבייט איז דאס פילפאכיג מער מיט דעם יעצטיגע באשרייבונג. עכ"ז האט מיר עפעס געצויגן גאר שטארק צו ליינען דעם דאזיגע ארטיקל אויף איין צי, און כדי ארויסצונעמען די מאקסימום פארשטאנד און הנאה האב איך עס פארגעליינט פאר די גאנצע משפחה פרייטאג צונאכטס נאכן סעודה, פארשאפנדיג דערביי פאר אונז אלע אן עונג שבת שלא מעלמא הדין.
די וועג וויאזוי ער לייגט אראפ אלע כאראקטארן מיט קלאירן וואס מיר ווייסן נישט זייערע נעמען. פון גרויס ביז קליין, דער מיט די דאגה איבער נישט קנייטשן די נייע שיך און דער מיט די חסידישע פאטשעריי ביים גילוי שכינה. די חידושים אין די אידישע שפראך זענען אויסעגעווענטליך, איך האב מיר אין ווילדסטע חלום נישט פארגעשטעלט אז הרב איינהארן שטאמט ס"ה פון די אלעמען באקאנטע unicorn. די וועג וויאזוי ער באשרייבט אנשיל'ס צובראכנקייט אז ער ליידט נעבעך נישט פון צער גידול בנים איז אייזן. איך קען גראדע אזא איינער וואס האט צובאקומען א שטיק חיות ווען איינער פון אירע קינדער האט נעבעך געגליטשט פון וועג און זי האט מער נישט געדארפט זיין די איינציגסטע פון צווישן אירע געשוויסטער אן א מעשוגענע קינד וואס מיינט אז ער וועט טרעפן גליקן אינדערויסן.
אבער די עיקר פון די מעשה איז דאך געוואלדיג און טיף. די וועג וויאזוי די גאנצע מעשה בויט אויף א קלימאקס פון אנשיל'ס עקספיריענס מיט די גאסט. עס בויט זיך און בויט זיך ביז איין זעליג שארט זיך ארויס פון מקוה און צואווארפט דעם גאנצע בנין אין איין סעקונדע. יואב, האסט מיר מחיה געווען. קום אריין, איי וואנט טו שאו יו סאם לאוו...
.[/justify]
יואב'ס אן אורח צום סדר - וועקער 8
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
יואב'ס אן אורח צום סדר - וועקער 8
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: יואב'ס אן אורח צום סדר - וועקער 8
ר׳ אנשיל האט א חסידישע ברען צו לערנען אוהחה"ק פאר׳ן סדר, און נאך א חסידישע ברען צו פארדעקען אלע ספרים מיט ברוינע (נישט קיין אנדערע, מאדערנערע קאליר) פאפיר. ברען אנטקעגען ברען, ממש מדעת קונו אש אוכלת אש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
שכח [tag]הוגה[/tag] פאר'ן עפענען דעם אשכול, און שכח [tag]אבטולמוס[/tag], פאר די דברי חיזוק סיי דא און מער אזוי בעפאר'ן אריינשטעלן. דער ראובן איז א רוח. ראשית אוני איז ער נישט אפילו כ'וואלט געוואלט וועלן — יתר שאת ויתר עז האט ער אבער אן קיין ספק, און נישט אויף צו שלעפן בעטן. ס'איז אנבעליוועבל וואס דער טוט, אלץ כדי דאס הייפעלע יראים ושברים זאלן האבן אביסלע לופט פאר דער דערשטיקטער נשמה צו אטעמען.
דער עולם קען דא איבערלאזן קאמענטארן און הערות. אויב האט איר הנאה געהאט העל איך אויך הנאה האבן; אויב נישט, דאן העלעך באמת הנאה האבן צו הערן קאנסטרוקטיווע קריטיק.
דער עולם קען דא איבערלאזן קאמענטארן און הערות. אויב האט איר הנאה געהאט העל איך אויך הנאה האבן; אויב נישט, דאן העלעך באמת הנאה האבן צו הערן קאנסטרוקטיווע קריטיק.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: יואב'ס אן אורח צום סדר - וועקער 8
שיין איז יעדעס איינציגע פאראגראף, אבער דער שפיץ, פאר מיר, איז געווען דער קידוש מיט די פירושי הנשים. ס'האט געשפאלטן די טויערן פון מיין הארץ און איך בין זיכער אויך פון הימל.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: יואב'ס אן אורח צום סדר - וועקער 8
כ'קום אריין שפעט, אבער דער עולם טענה'ט אז 'בעטער לעיטער דען נעווער', אלזא וועל איך לאזן פאלן אפאר ווערטער איבערן אורח ביים סדר.
דער אמת איז, אז טאמער וויל איך באשרייבן די טאלאנט, קונץ און הויכער ניווא במלואם וואס ליגט אין דעם ארטיקל וואלט עס געווען מסתמא לענגער פונעם ארטיקל זעלבסט פי שנים! בלי גוזמא!
כ'גיי דאס נישט טוהן יעצט, אבער אביסל וויל איך אפצייכענען פון מיינע געפיהלן איבער דעם מייסטער שרייבווערק אויפן שפיץ גאפל.
הומאר. אויב קען מען זאגן אויף איינעם אינעם היינטיגן דור אז ער פארמאגט אנלימיטעד הומאר סיי בכמות סיי אין איכות און קען טרעפן אין יעדע זאך באק-שוועלענדע-הומאר (יעצט אויפגעקומען דערמיט) איז עס אויסדרוקליך נישט קיין אנדערער ווי אונזער מלך ההומור שר צבא הצחיקה, יואב! מען קען ליינען זיינע סחורה איבער און איבער, און יעדעס מאל געפינען עפעס א נייעם אויסטייטש אדער קנייטש אינעם הומאר זיינעם! אין פאקט האב איך שוין געלאזט באשטעלן א ספעציעלע ברעיס פאר מיינע באקן וואס איך וועל אנטוהן בעפאר איך הייב אן ליינען יואב'ס אן ארטיקל. אנדערש קען איך נאך איינטאג ארומגיין אנע באקן חלילה.
די מעשה מיטן אורח ביים סדר איז קונצליך פון אפאר וועגן, קודם כל קען מען באמערקן אז ער האט פרובירט צו ניצן א גרינגער לשון דאסמאל, וואס פאדערט עקסטערע ריכוז פאר איינער וואס איז געוואוינט צו שרייבן אויף הויעך אראמיש. און עס מאכט עס נאך מער קונצליך צו קענען דעליווערן אזא הויכע קוואליטעט שרייבווערק מיט די מעינסטריעם שפראך.
די וועג ווי אזוי ער פלעכט אריין די הומאר און מעסעדשעס אינעם קאנטעקסט מיט אזא געשמירטקייט האט מיר עקסטער באנומען. ווי אן ערפארענער ארטיסט וואס מעסט יעדעם סטראוק מיט א פינקטליכקייט אין אלע אירע קאלירן.
ביים ליינען האב איך געשפירט ממש ווי איך בין דארט און איך האב געזען די קערקטערס ווי אין ריעל לייף. (כ'האב אפילו ביי איין פונקט געוואלט דערלאנגן אנשלין'ען אן הילכיגס פארנט פון זיינע איידימער! צום סוף האב איך רחמנות באקומען אויף זיינע אומשולדיגע טעכטער.) דאס איז א קונץ וואס גאר ווייניג שרייבער קענען אויף דעם פארנעם!
יואב איז לדעתי פון די סאמע בעסטע אויב נישט די בעסטע טאלאנט וואס מיר האבן דא אין שטיבל!
ייש"כ מר יואב פארן אונז מהנה זיין, און מיר ווארטן אויף נאך!

- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל