זענען מיר מקיים דעם והגדת לבנך פסח ביים סדר? (וועקער 8)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

זענען מיר מקיים דעם והגדת לבנך פסח ביים סדר? (וועקער 8)

שליחה דורך מפוזרי »

אזוי ווי דער עולם טענה'ט אז ס'איז דער מנהג המקום דא, און איך האלט דאך פון מנהגים, עפן איך דיזן געהענגל.
פידבעק (סיי וואספארא) איז וועלקאם.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: זענען מיר מקיים דעם והגדת לבנך פסח ביים סדר? (וועקער 8)

שליחה דורך מפוזרי »

ארי נוהם האט געשריבן:
אבא וויינער ווינדערט זיך אויב מאיז מקיים דעם והגדת ביים סדר, און מיר ווינדערט אויב ער הייסט אבא על שם דאס וואס ער וויל ענדערש זיין א מהר"ל יוד ווי א "אבא". די קרעכצען קרעכצט ער איבער דעם איין גוטען זאך וואס מיר טוען, אז מיר ווילען זיין נאנט מיט די קינדער. קיינד אוו "וואט די העק"? סאיז ממש אזוי, אז וואס אימער מיר וועלן טון וועט עס נישט זיין גוט? פלוצים ווערט ער מיר מסורתי און סגלוסט עם זיין אור אלטן טאטנס סדר? כוואלט עס עם גערן פארגינען מיט די שלעק פונעם נערוועזען טאטען, מיט די כניוקישע נאכזאגען נועם אלימלך ביים טיש ווי ביים חסידישן טאטען, און מיט די חומרות און נערווען וואס דער הייליגער טאטע און טאטעס טאטע האבן געטון אזוי ערליך. ביז דאן, אויב וויל ער נישט נאכטאנצען זיין טאטען, זאל ער קיין טענות נישט האבן אז די חסידישע בעיבי בומערס האבן כאטש איין גוטע זאך געטראפען צו טון: רעדן מיט די קינדער ווי טאטעס ברויכען רעדן צו קינדער, און דערציילן די נס לויט זייער פארשטאנד.


קודם כל א ייש"כ גדול פאר די התייחסות צו מיינע שורות, דערווייל די איינציגסטע.

נאר במחכ"ת זעט אויס שלא ירדת לסוף הדברים.

תמצית דברי: ס'דא מענטשן וואס קענען זיך נישט קאנצעטרירן ברום שגב סגולות הלילה, וויבאלד זיי זענען נערוועז פון דעם חיוב פון והגדת לבנך און מיינען אז מען מוז די נאכט זיין פארנומען מיט פרעדיגן צו די קינדערלעך סיפורי יציאת מצרים, קום איך זיי בארואיגן אז ער מעג און ס'איז אויסגעהאלטן צו לאזן די קינדער צורו און זיך אפגעבן מיט זיך אליין, כנהוג מאז, אויב איז ער אינטערסירט דערין.
דעם וועמען ס'אינטערעסירט נישט און האט מער הנאה צו פארברענגען מיט די קינדער - צו אים האב איך נישט גערעדט. אדרבא גאָו אַהעד, נאר רעד נישט איין אז ס'איז צוליב'ן והגדת.

ועכשיו לטענותיך:
איך ווער 'פלוצים' א מסורתי? וואס איז די 'פלוצים'? פונקט פארקערט, גראד איז פסח ביינאכט די צייט צו זיין טראדיציאנעל אפילו פאר איינער וואס איז א גאנץ יאר ווייט פון מסורתי, ס'איז דער חג המסורת, וכפי שהארכתי לבאר איז דער עיקר מטרה פונעם סדר טאקע אט דאס - שאפן א טראדיציע.

זיין נאנט מיט די קינדער איז נישט גוט? חלילה. וואו האסטו דאס געזען? אבער פונקט ווי ס'איז פארשטענדליך אז מ'נעמט אראפ נעכט פאר זיך און די ווייב אָן די קינדער כדי צו שטארקן די רילעישנשיפ, מעג מען אויך נעמען א נאכט פאר זיך צו שטארקן די רילעישנשיפ מיט זיך און מיט גאט.
איך קריג נאר אויף די מענטרע אז פסח ביינאכט איז געמאכט פאר די קינדער.

און דעם טאטנ'ס נועם אלימלך האט א גרעסערע השפעה ווי איר מיינט. בע"כ אתה חי, מיר האבן אן היסטאריע, מיר זענען א חלק דערפון, דאס באגלייט אונז און שטופט אונז. מ'קען צו קיין שלימות און מנוחת הנפש נישט צוקומען ווילאנג מ'איז נישט משלים און זיך משתלם דערמיט.
איך האב נישט געשריבן וועגן היטן מנהגים נאר וועגן זיך שפירן א טייל פון א טראדיציע. מ'דארף קענען צוריק בליקן מיט א ברייטערן פערספעקטיוו, נישט נאר אונטערן רושם פון טאטנ'ס שטעקן.

ולסיום, וויאזוי איז א "אבא" א מהר"ל יוד? איך קען נישט דעם אויסדרוק.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

פון די שטערקסטע ארטיקלען אינעם וועקער מאכט א איכטיגע ונהפך הוא מיטן צוגאנג, ווילסט טראדיציע? זיי פארנומען מיט דיר. :like
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט