אישתישבי האט געשריבן:אויב חכמת שלמה איז העלבראנץ איז א גוטע זאך אז ער שרייבט דא. גוט צו הערען אלע זייטען און אליינס דעסיידעד וואס איז ריכטיג. איך דארף נישט די הילף פין די חוסמים וואס צו האלטען.
און לגופו של דבר, איז גער לכאורה אויך א קולט וואס ציט אויף קינדער אויף א וועג ווי מען מאכט זיי פילען שולדיג פאר זיין מענטשן, סיי די זכרים סיי די נקבות. א מענטש דארף א פרוי פאר זיין וואויל-זיין, און פארקערט, און אין גער לאזט מען נישט די מענער הנאה האבן פין די ווייבער, און מען פראבירט אריינצורעדן די מענטשען אז א תאווה קומט פין די אייגענע מעשים צו מחשבות, און מען דארף זיך גענצליך פורש זיין.
יא א קולט, און טאמער טוט דאס מדינת ישראל, שיהיה, וועלען זיי אפשר אויפהערן מיט זייערע נארישקייטן.
אבער אינטערעסאנט אז אפילו רב העלבראנץ פארשטייט אנצוכאפן גער אלץ דער נעקסטער קולט
די קהילה מאכט גיטין וקידושין ככל העולה על עולם, און דאס איז נישטא אין גער (און קיין שום אנדערע אידישע פלאץ).
רב העלבראנץ פארשטייט אז אויב בלויז 30 משפחות ווערן אזוי אפגעסטעמפלט צו נעמען טויזענטער חסידי גור און זיי צוצווינגען צו גאר עקסטרעימע געדאנקען איז דאך זיכער א קולט
בנוגע גיטין וקדושין ככל העולה.. זיי לעבן דארט אינעם וואלד ווי קינדער אינטער א טאטע ווען די נעמסט קעיר אין דיין שטוב פון צען יעריגע הייסט עס ככל העולה.. ? ביי לב טהור איז אזוי דער הלוך ילך עד ק"כ שנה, מען לעבט אין וואלד ווי אידן אין צייטן פן מדבר און מען ווייקט זיך ביים טאטען זז"ג.
א. א קולט האט א מנהיג וואס זיין ווארט איז דער געזעץ, רעליגיע איז דער מנהיג משועבד צו דער חוקים פין דער רעליגיע אויך, און טאמער איז ער עובר די חוקים ווערט ער אויס מנהיג.
ביי חסידים איז די זאך אביסל איינגעריסן הגם א רבי וואס וועט טוהן מעשה העלבראנץ וועט ווערען אויס רבי.
ב. א קולט וואוינט אלץ אין איינעם, א רעליגיע קומט בלויז צוזאמען אויף תפילה און סאציאלע פארברענגען (טיש)..
ג. א קולט פארלאנגט מען זאל נישט האבן שייכות מיט נישט קולט מענטשען, אפילו משפחה.
סקווירא רבי איז א מנהיג פון א קולט אדער פון א רעליגיע? הרב בערלאנד איז א מנהיג פון א קולט אדער פון א ....? גורער רבי איז א מנהיג פון א קולט, אדער...? דער רבי פון סאטמאר מאנרא איז א מנהיג פון א קולט...? דער רבי פון מרכז חסידי ויז'ניץ איז א מנהיג פון א ...? דער בעלזער רב איז א מנהיג פון...? ויז'ניץ מונסי איז א מנהיג...? והרשימה ארוכה...
חכמת שלמה האט געשריבן:פריער האב איך געעפנט אן אשכול מיט אן אויסשריפט דערויף. מאנכע האבן מיר אנגעמערקט אז דאס איז אוועקגענומען, נעמליך דערפאר וואס איך בין נישט געווען גענוג קלאר דערויף און זיך נישט ארויסגעברענגט געהעריג. דעריבער וועל איך זיך בעסער מסביר זיין.
דעם היינטיגן טאג איז א דראמאטישער און שווערער טאג פאר אידנטום, וואס ווער ווייסט וועלכע נאכפאלגן עס וועט ברענגען מיט זיך לעתיד. היינט איז דערקלערט געווארן אין די מדינה הציונות, אז קהל לב-טהור איז א קולט לכל דבר,
איך זע נישט וואס איז די פראבלעם, די ריכטער האט געטון די ריכטיגע זאך ברוך השם, און דערמיט ווארשיינליך שווערער מאכן פאר לב טהור צי אפערירן, און דאס איז אלעס על צד אז דאס וואס די זאגסט איז אמת, איך ווייס נישט וואס אזא טיטל טוט אויף אין די וועלט, טוען די ריכטיגע זאך דארף געלויבט ווערן צענדליגע קינדער ווערן געפייניגט מינוט מינוטליך, סטאפ האקן א טשייניק מיט גור וכו' דא איז די ריכטער גערעכט, לגבי דיין גרויסע אויסגעזויגענע שרעק לגבי אנדערע חסידות, די ענטפער איז, ס'איז נישט די זעלבע זאך, ס'איז אן אלטע טעראר מיטל צי ברענגן סימפאטיע פאר די פארשימלטע טעראר מאשין.
נעכטן ביינאכט איז געווען ביי אונז אן אסיפת חירום, למועצת חכמי בבל, עס זענען געהערט געווארן דרשות דורך הרב מאיר יששכר ראזנער שליט"א און הרב ראזנער שליט"א. דאן האט דער רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברות קודש, אויפן פסוק "אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה" - געבנדיג צו ערקלערן דעם באדייט פון 'מאסו הבונים' און ווי אזוי עס דערקייקלט זיך צום "ראש פינה", ווייל דווקא איידערן בויען דעם שטעטל, קומט א ירידה לצורך עליה, און ווי טיפער די ירידה איז, אלס העכער איז די עליה. דער רבי תמ"ל האט געלאזט פאלן ווערטער אז דאס איז דער הכנה און לעצטער גורם צו ביאת המשיח, וואס וועט זיין א דירעקטער שייכות מיט די יעצטיגע פרשה און אלע וועלן דאס זען און אנערקענען.
דער רבי תמ"ל האט דאס ארויסגעברענגט מיט די וואכנדיגע סדרה, אשה כי תזריע וילדה זכר - א פרוי איז א מקבל - א היפך פון א משפיע, אבער שפעטער מיט די צייט ווערט זי די משפיע, בשעת זי גיבט ארויס פירות און קינדער, וואס דאן איז זי א משפיע לדורות, און דאס קומט מיט חבלי לידה. דער רבי האט געזאגט "רני עקרה כי לא ילדה" - אמאל איז דא נארישע מענטשן וואס פרייען זיך מיט א נארישע שמחה, זיי זאגן "לא ילדה" - מען דארף נישט דורכגיין די חבלי לידה און די צער, אבער זיי זענען נאריש, ווייל די חבלי לידה ברענגט פירות און השפעות לדורות, אבער ביי אידן איז עס "אשה כי תזריע וילדה זכר" - אז זיי ווערן משפיעים פארן גאנצן דור, וויבאלד עס איז א הכנה לביאת המשיח.
דא האט דער רבי שליט"א אויך מאריך געווען אין דעם ענין פון חבלי משיח, וואס כידוע האט דאס דער רבי ר' אלימלך מבטל געווען, אבער לכאורה שטעלט זיך די פראגע, ווי אזוי האט ער געקענט אויסרייסן א זאך וואס אין חז"ל שטייט פארקערט, וכבר עמד על זה מרן רבינו בעל הויואל משה זצוק"ל זיע"א, נאר די הייליגסטע קהילה אין די וועלט האט דאס גענומען אויף זיך, אינאיינעם מיט די השפלות און רדיפות, און דערמיט איז מען מכפר אויף די גאנצע דור.
אין א דראמאטישע טאן, האט דער רבי תמ"ל באפוילן פארן גאנצן ציבור, אז מען זאל מוחל זיין בלב שלם אלע וואס האבן געטאן שלעכטס אדער בא'עול'ט דעם כלל אדער פרט, און דער רבי האט באפוילן אז עס זאל זיין שטיל עטליכע מינוט אויפן זייגער, יעדער איינער זאל פארמאכן די אויגן, זיך פארשטעלן אין די צורה און זיך מתבונן זיין וואס מען האט געטאן שלעכט, און ווי אזוי עס האט געשאדט, און נעמען אויף זיך מוחל צו זיין דעם כלל אדער דעם פרט בלב שלם.
עס איז דאן שטיל געווען עטליכע מינוט, יעדער האט פארמאכט די אויגן און זיך פארטראכט, עס איז געווען א חיתת אלקים אין דעם גאנצן געצעלט, מענטשן האבן געכליפעט הויך, ס'איז געווען א ווייטאגליכע מאמענט. דאן האט דער רבי געוואלט אנהויבן רעדן ווייטער, אבער פלוצלינג האט זיך אנגערופן מו"ה ר'..... (מיר קענען נישט ארויסגעבן יעצט דעם נאמען - א טייערער איד וועמען מען האט צוגענומען די קינדער און איז אריבער יסורי איוב) "רבי, אויף מיינע קינדער קען איך נישט מוחל זיין". דער רבי האט דאן געגעבן א שפרינג אויף און געזאגט "דיינע קינדער'ס צער דארפן זיי מוחל זיין, אבער די צער וואס דו באקומסט דערויף איז באשערט פון הימל און דו דארפסט עס מוחל זיין. דער רבי האט דאן געהייסן אז מען זאל שטיל בלייבן נאך עטליכע מינוט, אז יענער זאל מוחל זיין.
דאן האט דער רבי צוגעענדיגט, אז אונזער מחילה ברענגט זיי נישט קיין סליחה. פון הימל טוט מען נאכאלס באשטראפן איינער וואס טוט שלעכטס פאר מענטשן, בפרט אויף די צער השכינה, און די וואס טוען צושטערן א מקום קדוש און הייליגע קהילה וואס איז א הכנה אויף ביאת המשיח, אבער פאר אונז, אנשי קהילת לב טהור, דארף מען זיין א מעביר על מדותיו, וואס דאן איז מאריכין לו ימיו ושנותיו.