אתרי ובלוגי ידיעות ומחשבה

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

אתרי ובלוגי ידיעות ומחשבה

שליחה דורך הוגה »

[justify]מיר אלע האבן ליב פון צייט צו צייט נעמען א ברעיק פון די נער׳ישע געשפרעכן פון די טאג, די ווידיאו קליפ און בילדער שעירינג אויף וואטסעפפ און אפילו פון טראגן די דאגות העולם. די בעסטע וועג דאס צו טון איז דורך ליינען עפעס וואס וועט צוגעבן ידיעות און אינטעליגענציע. די פראבלעם איז אז נישט אלעמאל האט מען א גוטע ספר אדער בוך אונטער די האנט. מה עשה הקב״ה, ער האט באשאפן אזא זאך ווי אינטערנעט וואס איז א כרכא דכולא ביה, אנגעהויבן פון שטותים והבלים ביז להבדיל אלע מיני חכמות העולם. (אויסער דעם וואס אלע ספרים און ביכער געפינען זיך שוין היינט אין די עולם הווירטואלי.) מען האט צוטריט צו די אינטערנעט א גאנצע טאג, צו אויפן קאמפיוטער, צו אויפן טאבלעט אדער אויף די סעלפאון. מען קען מיט אפאר פינגער-דרוקן אנקומען צו ליינען און לערנען גאר וויכטיגע און אינטערעסאנטע זאכן.

איך וויל מקדיש זיין דער אשכול אז די עולם זאל מיטטיילן זייערע bookmarks אדער סתם וועבזייטלעך און בלאגס וואס זיי האבן באגעגנט דורכאויס די יארן.

וזאת למודעי. ביטע נאר לייגן אזעלכע וועבזייטליך און בלאגס וואס פארמאגן דברי חכמה ומחשבה, נישט סתם נייעסלעך, דזשאוקס, בילדער וכדומה. די נושאים קענען זיין היסטאריע. ביאגראפיע, יהדות, חסידות, פילאזאפיע, סייענס, מאמטעמאטיק, ליטעראטור, די ארטס ועוד.

ביטע לייגט לינקס צו די וועבזייטלעך און בלאגס וואס איר האלט וועט אינטערעסירן אנדערע, וועט מוסיף זיין ידיעות וחכמה, און ביטע לייגט א שטיקל דעסקריפציע איבער די תוכן און אויב מעגליך איבער די בעלי הוועבזייטל. איך וועל אנהייבן מיט אפאר שטיק, און מיט די צייט וועל איך מוסיף זיין נאך.


1) תומר פרסיקו איז א פראפעסאר און א שרייבער. זיין מומחיות איז אין קאמפעריטיוו רעליגיעס, די איסטערן רעליגיעס, די תנ״ך און אין די מיסטישע הנהגות. זיין בלאג און וועבזייטל איז מלא וגדוש מיט אינטערעסאנטע ידיעות און אבזערוואציעס אין די תחומים, ווי אויך זייער קאריספאנדענס צו היינטיגע גשעענישן. דאס ביסל וואס איך האב געליינט דא און דארט איז מיר שטארק געפאלן. די בלאג איז אין עיברית.

2) ״הרהורים״ אדער ווי עס ווערט היינט אנגערופן Torah Musings איז פון די שענסטע און מערסט-פראפעסיאנאל ארטאדאקסישע בלאגס. די נושאים וואס ווערן דארט געדעקט האבן אלע א דירעקטע שייכות צו אידישקייט, אנגעהויבן פון הלכה, השקפה, חז״ל, תנ״ך ועוד. פארשטייט זיך אז די פרשנות איז פיין צוגעשטימט צום רוח הזמן. דער בלאג איז געווען פארמישט דא און דארט אין קאנטראווערסיאלע פרשות. די צוויי וואס איך געדענק כרגע איז ווען ער האט נישט געוואלט פובליצירן אן ארטיקל פון סעם העריס, און זיין שטארקע שטיצע פאר הרב נתן סליפקין און זיינע ביכער. הרהורים איז מעשי ידיו פון גיל סטודענט, א געוועזנער טינעק׳ער און א מיטגליד פון די פרומע קהילה אין מארין פארק. די בלאג איז אין ענגליש.

3) בין השמים ובין הארץ. רסיסי הגות, צלילי שירה, וניצוצי נשמה; בענייני פוסט-מודרניזם, אקזיסטנציאליזם, יהדות, חסידות, ואיזביצ'א. איך ווייס גארנישט איבער די כותב הבלאג (ווער עס ווייסט זאל ביטע אריינפילען די אינפארמאציע). ער שרייבט געוואלדיגע טיפזיניגע ארטיקלן מזמן לזמן. זיינע דעות זענען געבויט אויף די תורת המי השילוח. עס דערקענט זיך אויך אינספערעישאן פון רבי שלמה קארליבאך און אושו.

4) The Torah איז א ליקוט פון אינפארמאציע און שטודיע ארטיקלן איבער תנ״ך פון א היסטארישע און קאנטעקסטואלע פערספעקטיוו. איר דערקענט אוודאי דער וועבזייטל פון די ארטיקל וואס יואל, די סאטמארע ביבל קריטיק האט געשריבן. עס זענען דא יסודות׳דיגע ארטיקלן ווי אויך וועכנטליכע ארטיקלן מקושר צום פרשה אדער צו די מאורעי הזמן. אלעס איז געשריבן דורך דענקער און וויסנשאפטליכער פון די העכסטע קאליבאר. דער וועבזייטל איז אין ענגליש.

5) עטליכע ארטיקלן פון די געוואלדיגע בלאג יהודים על הירח זענען שוין ברייט איבערגעשמועסט געווארן דא אין די שטיבל. איך ווייס גארנישט איבער די בעל הבלאג. ער שרייבט די פאלגענדע: מטרתו של בלוג זה היא לספר על צדדיו הפחות מוכרים של ארון הספרים היהודי. המוזר, האירוני, המפתיע – ולפעמים גם מעורר ההתפעלות או המקומם. לא מתוך נימה של הטפה דתית, אך גם לא מתוך לעג אתאיסטי. עס איז ווערד אריין צו גיין דארט מפעם לפעם און ליינען די נייע סחורה. דער בלאג איז אין עיברית.

6) נאך א בלאג וואס איז גאנץ אינטערעסאנט און מלא ידיעות איז ראציאנאליזירטע אידישקייט. די מטרת הבלאג איז צו נעמען א ראציאנאליזירטע גישה צו תורה ויהדות באזירט אויפן רמב״ם מיטן ציל עס צו רעקאנסילן מיט די היינטיגע מדע. די בעל הבלאג איז די אלעמען באקאנטע קאנטראווערסיאלע zoo Rabbi נתן סליפקין. סליפקין איז א מומחה אין געוויסע סייענטיפישע נושאים, ובפרט אלעס אנבאלאגט צו zooligy. ער איז ברייט באקאנט געווארן נאכן פאבליצירן זיין בוך וואס צייגט אז עוואלוציע איז נישט קיין סתירה צו די תורה ואמונה. דער בלאג איז אין ענגליש.


איך וועל מיר דערווייל דא אפשטעלן און מיט די צייט וועל איך מוסיף זיין נאך. איך וויל בעטן אז די עולם זאל ארויסהעלפן מיטן צולייגן אנדערע אינטערעסאנטע סייטס, אדער מער אינפארמאציע אויף די עקסזיסטירנדע סייטס. אויך ווען אימער איר באגעגנט זיך מיט א גוטע סייט ביטע צייכנט עס דא אן שיהנו אחרים.




.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]7) איך האב אין די פריערדיגע תגובה געברענגט א "איזביצא'ער בלאג. איך וויל דא צוצייכענען נאך איינס, מי השילוח, טיפע מאמרים נשגבים מיוסד אויף תורת המי השילוח וממשיכי דרכו. די מחבר, הרב יצחק לאווי איז א געווייקטע חסיד'ישע איד, פון דערויסן זעהט ער אויס ווי א טיפישע חאניאק'ישע איד, אבער בתוך תוכיות איז ער א גאר טיפע און ברייטע טראכטער, מיט ידיעות בכל מכמני התורה והמדע, נגלה ונסתר. גלייבט מיר נישט אויפן ווארט, צייגט אייך אליינס איבער. אגב, האט ער דארט א גאר שיינע מאמר אויף פרשת וישב, די וויכוח צווישן יוסף און זיינע ברודער, עיי"ש ותמצאו נחת. עס איז צום האפן אז ער וועט היי יאר צולייגן די צווייטע חלק צום מאמר אזוי ווי ער האט פארשפראכן.

8) די זעלבע מחבר האט נאך א בלאג מחשבת אמונה, וואס איז פון איין זייט נישט אזוי באארבייט ווי די פריערדיגע, אבער פון די אנדערע זייט איז עס ברייטער און דעקט א גרעסערע ספקטרום פון נושאים. ווער עס לערנט אדורך די מאמרים אויף די בלאג וועט באלד באמערקן ביי א גרויסע טייל, אז די מחבר לופטערט אויס זיינע מחשבות אן צוקומען צו א ספעציפישע מסקנא וודאית. די מאמרים דעקן נושאים מכל השייך צו חכמה, מדע, יהדות, הלכה, מיסטיקה, חסידות, תורת הסוד, פילוסופיה, ועוד ועוד. רוב מאמרים זענען העתקות וואס זענען ארגינעל געשריבן געווארן אין עצכ"ח אדער אין אנדערע מקורות. אויב ווילט איר ווערן א ברייטע ידען איז דער בלאג א גוטע אנהייב.

9) ומדי דברי בו, איז נישט מעגליך אויס צו לאזן די געוואלדיגע פארומס פון עצכ"ח - עצור כאן חושבים, וואס כשמו כן היא, א פלאץ ווי מען לאזט און מען העלפט אייך טראכטן און זיך מתעמק זיין אין אלעם. עס איז נישט דא קיין שום נושא ביהדות ובהלכה וואס איז נישט געדעקט געווארן דארט בכל מיני אנפין. די היסטאריע פון די פארום און אירע מייסדים וועל איך לאזן פאר אנדערע אריין צו פילן.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

קודם כל א יישר כח הרב הוגה שליט"א פאר'ן צאמשטעלן אזא שיינע און חשוב'ע ליסטע פון סייטס און בלאגס וואס זענען באמת תוכנ'דיג און איכות'דיג. די ליסטע צושטויסט אינגאנצעןדער הנחה אז דער אינטערנעט איז עפעס א מקום מלא טינופת ושטויות, און איז א הוכחה שאין עליה תשובה צו וואס איך שריי בכל מקום ומקום אז עס קען זיין א כלי פון א מורא'דיגע תועלת צו זיך מעמיק זיין אין תורה ויהדות אויף אלע מיני אופנים און ברענגט די חכמה און טיפקייט צו יעדער איינער גרינגערהייט.

לעולם איז דא וואס מוסיף צו זיין לגבי די בלאגס שהוזכרו, ובפרט לגבי דער פורום עצכ"ח וואס הוגה האט געלאזט א מקום להתגדר וועגן די היסטאריע דערפון, אבער לענ"ד איז דאס ווערט אן עקסטערע אשכול, און בכלל ווערט ערווארטעט אמאל א בוך וואס וועט באשרייבען די תנועת התעלות היהדות בזמננו און דארט וועלן די ערשטע פרקים זיין מוקדש צו עצכ"ח און די פיגורען וואס האבען עס געפענט און אדורך דארט.

וועל איך נאר דערווייל צולייגען אביסעל צו די רשימה, חשוב'ע תוכנד'יגע בלאגס און סייטס, הידועים ושאינם ידועים כ"כ.

10) ייסורי הדעת דער נאמען געבויט אויפ'ן פסוק 'יוסיף דעת יוסיף מכאוב', און אויפ'ן ווארט פון קאצקער, אז עס לוינט, "הוסיפו דעת, אף שתוסיפו מכאוב" איז א בלאג וואס ווערט געשריבען דורף א חשוב'ער חסידישער יונגערמאן אין ארץ ישראל, הרוצה בעילום שמו מטעמים מובנים. דער בלאג איז א יחיד במינו וואס פלעכט צאם משונהד'יגע ידעות או בקירות בכל חלקי התורה והחכמה, און וואס באווייזט צאמצופלעכטען אויף א הערליכער אופן כללות'דיגע ענינים פון חכמה און פילאסאיפיע, בפרט קאנטינענטאלע פילאסאפיע, מיט ענינים פון תורה, חסידות, אדער סתם סיפורים. און איז פיל מיט בקיאות און טיפע באמערקונגען אויף ספרים וסופרים, אלץ הערליך צאמגעשטעלט מיט פונקטליכע מראי מקומות און בילדער.

11) פני השטח -הבלוג של מנחם נאבת; על יהדות, עכשוויות, ופילוסופיה קונטיננטלי. הרב נאבת איז א ליטווישע יונגערמאן וואס לערנט אין כולל אין ירושלים, ווי ער שרייבט דברי תורה והגות אויך געבויט און צאמגעפלאכטען מיט פילאספיע, בעיקר געבויט אויף די תורות פון דער באוויסטער פראנצויזישער -אידישער פילאסאף עמנואל לוינס. ער האט אויך לעצטנס ארויסגעגעבן א ספר "לרגעים תבחננו", געבויט אויף הלכות תשובה להרמב"ם, ע"פ היסודות הנזכרים.

12) מוסף שבת, דער וועכנטליכע ביילאגע פון דער צייטונג "מקור ראשון", לתורה, הגות, ספרות, ואמנות. ווערט אארופגעלייגט אינגאנצען אויפ'ן אינטערנעט יעדער ערב שבת. דער מוסף איז מלא וגדוש מאמרים, סיפורים, און ביקורת, אויף אלע ערליי ענינים וואס האבען צוטוהן מיט יידישקייט אין דער היינטיגער מאדערנער טאג, עס איז לכאורה די מערסטע אפענסטע און אויפריכטיגסטע אויסגאבע וואס קומט ארויס היינט צו טאגס, ווי עס שריבען חשוב'ע רבנים, ראשי ישיבה, מנהיגים, און פראפפעסארען, אויף נושאים פון אידישקייט, און באהאנדעלט אויף אן אופן וואס מאכט זיך וויסענדיג פון די היינטיגע מציאות. עס איז מומלץ עס אריבערקוקען יעדער ערב שבת און ארויסדרוקען די ארטיקלען וואס זעהן אויס אינטרעסאנט עס איז אייך מובטח אן עונג שבת.


עס איז כדאי צוצייכענען, אז היינט איז אסאך פון די קאנווערסעישין אויפ'ן אינטערנעט אריבער קיין פעיסבוק און סושאל נעטווארקס, וואלט געווען כדאי, צו דא צו ערגעץ אנדערש, צולייגען יעדער איינער פון די זייער סאשיל נעטווארק אינפארמאציע.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

איך בין נישט זיכער, אבער לכאורה קומט דא אריין די Khan Academy. א וועלטס אוצר בלום פון מאטאמאטיק, קעמעסטרי, קאמפיוטערס און נאך פילע אנדערע חכמות. דאס לערנען איז 100 פראצענט פריי און איז מורא'דיג געשמאק און אינטעראקטיוו.

טשעקט עס אויס דא https://www.khanacademy.org/

נ.ב. שכח הוגה פאר נאך א גאר גוטע איידיע\אשכול
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער פרומער פילוסוף הרב מיכאל אברהם האט געעפענט א בלאג מיט אן אוצר פון זיינע שיעורים כתבים מאמרים ושו"ת, אינדערצייט וואס זיינע ספרים זענען זייער טיף און פארלאנגט א סך קאפ איז אבער דער בלאג שוה לכל נפש.
דיסקלעימער: איך נעם נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון זיינע מיינונגען.
www.mikyab.com/
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]איך ווייס נישט וויאזוי כ'האב געקענט אויסלאזן אזא וויכטיגע וועבזייטל ווי ספרים בלאג פון הרב פראפעסאר מארק שפירא. ער פאקט צאם אויף אלע ענינים, סיי בדברים העומדים על הפרק (לדוגמא, די עגונה סאמוטאכע אפאר וואכן צוריק) סיי אין היסטארישע ענינים, הלכה, השקפה ועוד. אלעס איז געשריבן אין א גרינגע לשון, פול מיט מקורות וציונים. אסאך מאל זענען די footnotes און די קאמענטארן פון די ליינער אינטערעסאנטער ווי די ארטיקל זעלבסט. אסאך פון די בלאג פאוסטס זענען געשריבן דורך געסט שרייבער (לדוגמא, דוד באשעווקין האט געשריבן אפאר ארטיקלן אויף די דרך פון ר' צדוק ז"ל).


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

א לינק ביטע צו דער באשעווקין ארטיקל.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

אחד העם האט געשריבן:א לינק ביטע צו דער באשעווקין ארטיקל.

http://seforim.blogspot.com/2010/08/dov ... y.html?m=1
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: אתרי ובלוגי ידיעות ומחשבה

שליחה דורך mevakesh »

איך האב מיר לעצטנס אהנגעטראפען אין צוויי וועבזייטלען מיט זאפטיגע פראוואצירענדע ארטיקלען
די ערשטע איז א נייט מאדערן ארטדאקסישע זייטל מיט ברייטע געוואגטע ענינים
http://www.thelehrhaus.com/
די צווייטע איז שוין אפאר יאר אלט געעפענט און רעדאגירט דוירעך אלעד נהוראי א בעל תשובה וואס באהאנדעלט די עמאציאנאלע און אקזיסטנציאנאלע פראבלעמען מיט וואס פרומע יודן מיטשענען זיך
[url]hevria.com[/url]
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

מיינע רשימות פון וועבזייטלעך

שליחה דורך ארי נוהם »

שוין א לענגערע וויילע וואס איך האב אויך צאמגענומען א ליסטע פאר מיר, פון אינטערעסאנטע וועבזייטלעך, עיקרם מיהדות ומקצתם משאר מדעים, רובם חכמה ומיעוטים נוגדים לחכמה.

קיין צייט אדורכצוגיין יעדעס איינע און געבן א ביאור איבער וואס זיי אנטהאלטן - האב איך נישט, אבער כאטש זאל דער עולם קענען זען וואס איז מעגליך ווערד צו כאפן א בליק.


דא האט איר 33 וועבזייטלעך:


הוכחות ליהדות http://www.yahadoot.net/category.asp?cid=12

מפעל התיעוד, יהדות ארצות אסיה ואפריקה [האיסלאם] http://mayaeh.tau.ac.il/

מוסף שבת https://musaf-shabbat.com/

אנציקלופדיה למחשבת יהדות http://www.aspaklaria.info/

שו"ת ומאמרים – הרב מיכאל אברהם http://www.mikyab.com/

דיון בטענת דעת אמת וירון ידען http://yadaan.fav.co.il/

עיתונות יהודית היסטורית http://web.nli.org.il/sites/JPress/Hebr ... fault.aspx

גישה ספקנית לאבולוציה http://evolutions.fav.co.il/

מקרא-נט http://mikranet.cet.ac.il/pages/frontpage.asp

הספריה הוירטואלית http://lib.cet.ac.il/pages/frontpage.asp

האקדמיה ליהדות http://akadamya.fav.co.il/

הניווט בתנ"ך http://tora.us.fm/tnk1/index.html

יידיש - Yiddish book center http://www.yiddishbookcenter.org/

דעת – לימודי יהדות ורוח http://www.daat.ac.il/

Rationalist Judaism – סליפקין http://www.rationalistjudaism.com/

TORAH, SCIENCE – סליפקין http://torahandscience.blogspot.com/

The Slifkin Challenge http://slifkinchallenge.blogspot.com/

ארץ העברים http://ivri.org.il/

the Seforim blog http://seforim.blogspot.com/

the torah http://thetorah.com/

torah musings http://www.torahmusings.com/

http://www.jewishvirtuallibrary.org jewish virtual library/

simple to remember http://www.simpletoremember.com/

morethodoxy https://morethodoxy.org/

parsha blog http://parsha.blogspot.com/

jews with questions http://www.jewswithquestions.com/

hevria http://hevria.com/

Lehrhaus http://www.thelehrhaus.com/


Internet Encyclopedia of Philosophy http://www.iep.utm.edu/

Rational wiki http://rationalwiki.org/wiki/Main_Page

History of philosophy http://www.historyofphilosophy.net/

creation.com http://creation.com/

TED http://www.ted.com/playlists#
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: אתרי ובלוגי ידיעות ומחשבה

שליחה דורך mevakesh »

היינט האב איך באגעגנט א נייע וועבזייַטל וואס רופט זיך מגזין צריך עיון
דאס איז ממש ניי און די גרינדער פראקלאמירט זיך אלס חרדים וואס ווילן אויסשמועסן מחשבה און ענינים על הפרק
דערווייל איז נאך נישט דא צופיל מאמרים אבער עס קוקט אויס ווי זיי פרובירן צו דורכטאן נושאים מיט אן היבשע אפענקייט הגם זיי פרובירן צו גיין צווישן די טראפן
בכלל זענען זייערע שרייבער פון פארשידענע סארטן וואס איז דערפרישענד
עס איז צום האפן אז עס וועט זיין א ריכטיגע בית וועד לחכמים און הגם עס איז ישראלישע קען עס דאך זיין אינטערסאנט פאר חרדישע יידן דא אין ניו יארק
http://iyun.org.il/
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

https://he.m.wikipedia.org/wiki/אודיסאה_(כתב_עת)
הגם דערווייל איז דא צוגעצייכנט געווארן בלויז אזאנע וואס האבן צוטוהן מיט יהדות, אבער לויטן קעפל פונעם אשכול באלאנגט דאס אויך דא. דאס איז א מאגאזין וואס פלעגט ארויסקומען אויף עברית און איז גאנץ שנעל אונטערגעגאנגען. איך קען דאס נישט בעסער מגדיר זיין ווי ויקי, פראבירט דאס אליין אויס, דאס איז זייער ארכיוו:
http://www.teva.co.il/CorpResponsibilit ... yssey.aspxבילד
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

א רייכע וועבסייט - אין עברית

http://rationalbelief.org.il/

דאס איז די פעסווארד
rationalrmhubk


(עס איז נאך עטוואס בשלבי בניה)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איש חזון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וקרב פזורינו מבין הגויים
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: אתרי ובלוגי ידיעות ומחשבה

שליחה דורך קל וחומר »

ער בעט מיך פאר א פעסווארד.
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

דאס איז די פעסווארד
rationalrmhubk
וקרב פזורינו מבין הגויים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מאמרי נדב שנרב
https://woland.ph.biu.ac.il/?page_id=146

איך בין נישט מסכים מיט כמעט קיין איין שיטה זיינע, אבער כמעט יעדע מאמר דארט איז מחשבה-פראוואקאטיוו און ווערדט אן אשכול בשטיבל דידן.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

המדריך לעתיד – הבלוג של ד"ר רועי צזנה.

ד"ר רועי צזנה הוא אינטלקטואל ציבורי וחוקר עתידים מוכר בישראל ובעולם. הוא חוקר במרכז למחקר סייבר בינתחומי ע"ש בלווטניק באוניברסיטת תל אביב, ומשויך ליוזמה לרובוטיקה ממוקדת-אנוש באוניברסיטת בראון ברוד איילנד. הוא פרופסור אורח באוניברסיטת שאקרים בקזחסטן, ומוזמן תכופות להרצאות אודות העתיד מסביב לעולם.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
פארשפארט