טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

רעקארדירונגען פינעם אסיפה איז דא ?

וואס האט געדינט די ציל פינעם אסיפת חירום
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

אסיפת חיזוק ומחשבה והתבוננות לרגל המצב.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

דער רעפארעם רב וואס האט געגעבן דעם אינטערוויו קעגן לב-טהור האט נישט קיין פחד איבערצוגעבן ברידער אין גוי'אישע הענט ?
שטיצן דאס אוועקרייסן קינדער פון זייערע עלטערנ'ס,
מוסר זיין ממונם של ישראל לאחרים?
פארוואס?‎

די בלוט פון אידן איז הותר לכל ?

ס'שטוינענד ווי די וועלט האלט, שטעלט ענק פאר איינער טוט דעס צו א גערע/סקווירא קבוצה וואלט די וועלט געשטורעמט,
הגם מען קען פאר ק"ן טעמים מסביר זיין ווי נישט גוט עס איז פאר די קינדער צו בלייבן דעמעטשד פארן לעבן מיט אזא הילוך החיים.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

איש את רעהו האט געשריבן:דער רעפארעם רב וואס האט געגעבן דעם אינטערוויו קעגן לב-טהור האט נישט קיין פחד איבערצוגעבן ברידער אין גוי'אישע הענט ?
שטיצן דאס אוועקרייסן קינדער פון זייערע עלטערנ'ס,
מוסר זיין ממונם של ישראל לאחרים?
פארוואס?‎

די בלוט פון אידן איז הותר לכל ?

ס'שטוינענד ווי די וועלט האלט, שטעלט ענק פאר איינער טוט דעס צו א גערע/סקווירא קבוצה וואלט די וועלט געשטורעמט,
הגם מען קען פאר ק"ן טעמים מסביר זיין ווי נישט גוט עס איז פאר די קינדער צו בלייבן דעמעטשד פארן לעבן מיט אזא הילוך החיים.


עס איז קלאר אז די האסט א חיוב צו טון וואס די קענסט, זיי צו העלפן.
איך האלט אז די בעסטע וועג איז אז די זאלסט אהינגיין וואוינען מיט זיי.
.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

I'm back האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:דער רעפארעם רב וואס האט געגעבן דעם אינטערוויו קעגן לב-טהור האט נישט קיין פחד איבערצוגעבן ברידער אין גוי'אישע הענט ?
שטיצן דאס אוועקרייסן קינדער פון זייערע עלטערנ'ס,
מוסר זיין ממונם של ישראל לאחרים?
פארוואס?‎

די בלוט פון אידן איז הותר לכל ?

ס'שטוינענד ווי די וועלט האלט, שטעלט ענק פאר איינער טוט דעס צו א גערע/סקווירא קבוצה וואלט די וועלט געשטורעמט,
הגם מען קען פאר ק"ן טעמים מסביר זיין ווי נישט גוט עס איז פאר די קינדער צו בלייבן דעמעטשד פארן לעבן מיט אזא הילוך החיים.

עס איז קלאר אז די האסט א חיוב צו טון וואס די קענסט, זיי צו העלפן.
איך האלט אז די בעסטע וועג איז אז די זאלסט אהינגיין וואוינען מיט זיי.


דארט איז דאך הותרה דמם, איך וויל זיך נישט אריינלייגן במקום נחשים ועקרבים, ווי מען קען מיר מפקיר זיין צו די הינט, און די וועלט וועט זיצן איינגעלייגט
ס'קוקט אויס ווי די מצב דארט איז ממש פיקוח נפשות
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

לידיעתם: פאר דעם רעפארעם רב, איז סקווירא פונקט ווי לב טהור. ער וואלט זיך נישט צוריקגעהאלטן מארגן צו רעדן אזוי וועגן סקווירא, אין פאל סקווירא וועט זיין אונטער שרעקליכע היט און ער וועט שפירן אז ער האט דעם אפענעם טיר דאס צו קענען טון.

עס שמעקט אייך?
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

חכמת שלמה האט געשריבן:לידיעתם: פאר דעם רעפארעם רב, איז סקווירא פונקט ווי לב טהור.



אבסולטלי נישט! לב טהור איז א קולט, סקווירא איז א עקסטריעמע פרומע חסידות, און די רעפארמער ראביי פארשטייט שוין איינמאל די חילוק...

אויב גייט א ריכטער זאגן אויף סקווירא, סאטמאר, בעלזא, וויזניץ, פאפא, קלויזנבורג, אז זיי זענען א קולט גיי איך ״פרייע איד״ טוהן אלעס וואס איך קען אויפצוווייזן אז זיי זענען נישט קיין קולט, אז טאמער גייט א גאווערמענט שטערן וויזניצע חסידים מחנך צוזיין זייערע קינדער אויף
זייער אויסגעטרעטנע וועג וואס זיי האבן מקובל פון דורות, גיי איך מיט אזעליכע ליבעראלע ארגענזאציעס ווי די ACLU זיך גיין שלאגן פאר זייערע רעכטען.

דו לויף טיעפער און ווייטער אין וואלד אריין... און שלעפ מיט קליינע קינדערלעך אויף דיין roller coaster.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

כאמור למעלה, ווען זיי הייבען אן מיט סקווער, וועלען הונדרעטער טויזענטער אידען, מיט זייער פארטרעטערס, ארויסהעלפען. און אין דעמאקראטיא העלפט דאס.

ווען איינער רופט זיך זעלבסט אויס אלס אן אחד יחיד ומיוחד, וואס דארף נישט קיין רבי און קיין סמיכה, און האט אלע תלמידי חכמים צדיקים ויראים אינדערערד, וואס האט זיך מכתיר געווען אלס משיח׳ס אייזעל, האט ער קיין הילף נישט. דעמאלס פאלט ער אין די הענט פון רעפארם ראבייס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור

שליחה דורך גר ותושב »

איך האב געליינט די דרשה אין בית הכבוד איך דארף תשובה טוהן?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

חכמת שלמה האט געשריבן: די הייליגסטע קהילה אין די וועלט האט דאס גענומען אויף זיך, אינאיינעם מיט די השפלות און רדיפות, און דערמיט איז מען מכפר אויף די גאנצע דור.


ארז ווייסט נישט אז ישו האט שוין קעיר גענימען פון אונז?
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

סדרן
מנהל
מנהל
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך סדרן »

ביטע האלטן די שמועס דא אויף נארמאלע רעלסן, אן קיין פערזענליכע אטאקעס.
טאמער איז נישט מעגליך אנצוהאלטן א ציוויליזירטע דעבאטע בשייכות דער נושא, וועט מען מוזן פארשפארן דעם אשכול.
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

איך שפיר פאר וויכטיג צו ענטפערן אויף די דברי בלע ושטנה וואס איז דא ארויפגעשטעלט געווארן. טראצדעם וואס עס איז נישט אונזער דרך זיך מתיחס צו זיין און ענטפערן יעדע זאך וואס מען זאגט אויף אונז, וויל איך ענטפערן למען כבוד רבי שליט"א וכדאי שלא יאמרו מדשתקי וכו'. דעריבער וויל איך דא ענטפערן דערויף אחת לאחת, כיד ה' הטובה עלי...

1. Helbrantz tears children from their parents in the most heartless
manner. Even when he does not manage to hold onto them, he
brainwashes them with a deep, implacable hatred for their parents,
prompting them to run away from home.

שקר וכזב. כיבוד אב ואם איז פון די יסודות ביי אונז. אין פאקט זענען פאראן פילע פרייע עלטערן פון קינדער וואס געפינען זיך ביי אונז, וועלכע פארמאגן א נאנטע קשר מיט זייערע קינדער און קומען אונז אפילו באזוכן מזמן לזמן. שנאה קעגן עלטערן איז א זאך וואס איז זיכער נישט פאראן ביי אונז. פארקערט איז יא דא, בשעת געוויסע עלטערן ווילן ליידער נישט משלים זיין מיט די מציאות און טוען וואס זיי קענען נאר צו שטיין אין וועג פאר זייערע קינדער, כולל דאס ארעסטירן זייערע אייגענע קינדער רח"ל.

אנטלויפן פון שטוב: עס זענען געווען אזעלכע פעלער ווי קינדער האבן נישט געוואלט זיין אין שטוב פון זייערע עלטערן, וויבאלד די עלטערן זענען נישט געווען קיין שותומ"צ און האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן צו די קינדערס פארלאנגען. אטאמאטיש האט דאס צוגעברענגט אז די קינדער זאלן וועלן אוועקגיין פון די שטיבער פון זייערע עלטערן. אזעלכע זאכן פאסירן אין יעדן קולטור, בפרט ביי די אמעריקאנער גוי'אישע גאס, בשעת קינדער ווילן נישט זיין אין שטוב פון זייערע עלטערן, און אפילו אין די גוי'אישע גאס אנערקענט מען די געברויכן פון די קינדער און מען רעכנט זיך דערמיט, אויף וויפיל דאס געזעצט ערלויבט. דאס ווייזט נישט אז עפעס איז שלעכט מיט אונזער קהילה.

א. ווי אזוי וועט איר אנקוקן, א יונגל וואס קומט פון א פרומע שטוב, אבער ער וויל זיין מער אפן און פריי, נישט אזוי שטארק פרום, אבער די עלטערן פארלאנגען פון אים אז ער מוז זיין פרום: וואלט איר געהאלטן אז דער קינד האט א פוינט מיטן וועלן אוועקגיין פון זיינע עלטערנ'ס שטוב?
ב. ווי אזוי וועט איר אנקוקן, א יונגל וואס קומט פון א פרייע שטוב, אבער ער וויל זיין מער פרומער און ערליכער, נישט אזוי פריי, אבער די עלטערן פארלאנגען פון אים אז ער מוז זיין פריי: וואלט איר געהאלטן אז דער קינד האט א פוינט מיטן וועלן אוועקגיין פון זיינע עלטערנ'ס שטוב?

האלב קאווע שטיבל ליינער וועלן האלטן אויף די ערשטע מעשה אז דער קינד האט א פוינט און אויף די צווייטע מעשה, אז דער קינד האט נאכנישט קיין שכל און מען מוז האלטן די קינד אונטער די ראמען - די אנדערע האלב קאווע שטיבל וועלן האלטן אויף די צווייטע מעשה אז דער קינד האט א פוינט און אויף די ערשטע מעשה אז דאס קינד האט נאכנישט קיין שכל און מען מוז אים האלטן אין די ראמען.

דא האט איר די תשובה.

2. With great hypnotic power, he influences followers to become
hardhearted towards their parents, showing no pity even when they
see them weeping bitterly in deep distress, their hearts torn to
shreds. Helbrantz tells his followers that this is the greatest way to
"mend" their souls, for which they will merit reward both in this world
and the next, whereas if they trangress his words they will be banished
from both worlds...

שקר וכזב.

3. Unlike all other Jewish spiritual leaders, he imposes authority
on his followers with great terror. They and their wives and children
must be subordinated to him in every detail of their lives - like the
cults...

אמת, אבער מיט א קליינע שינוי: אנדערש פון אידישע פירערס "היינטיגע טעג" דארף שטיין. די מנהיגי ישראל פון אלע דורות, זענען זייערע אנהענגער געווען כפוף צו זיין בכל רמ"ח אבריהם ושס"ה גידהם. חסידים האבן זיך מקשר געווען בנר"נ מיט זייערע רבי'ס און זיך נישט גערירט אן פרעגן זייערע רבי'ס. די רבנים אין קהילות האבן געהאט פולשטענדיגע רעכט אויף יעדן פרט, און צומאל האט מען אפילו דן געווען דיני נפשות. ווער רעדט נאך בזמן שיד ישראל היתה תקופה.

אבער אפילו היינט: צי וואלט מען נישט געקענט שרייבן די זעלבע זאך אויף סקווירא? - אויף גור צי תולדות אהרן? - אין אנדערע ווערטער: ניין, לב טהור איז נישט סאטמאר און נישט פאפא... עס איז נישט קיין חסידות וואו דער רבי איז בלויז א סימבאל פאר כבוד און צו פירן די זאך - בשעת א גרויסן טייל פונעם ציבור האלטן נישט פונעם רבי'ן בפועל. ביי אונז איז דער רבי א ריכטיגער רבי, אזוי ווי עס איז געווען אינדערהיים, אין אלע דורות פון כלל-ישראל. אויב דאס איז די איינציגסטע חטא, וואס איר האט געטראפן אויף לב-טהור, שטייען מיר גוט.

4. In Helbrantz's group, falsehood reigns supreme. He lies and
teaches his followers to lie, telling them that it is permitted, without
any pangs of conscience, for the sake of their doctrines.

שקר וכזב.

דעם שטיקל איז אריינגעלייגט געווארן, צו פריווענטן יעדע ענטפער וואס לב-טהור וועט נאר געבן, אז עס איז סיי ווי שקר, וויבאלד דער רבי האלט דאך פון זאגן ליגנט. והראיה - אן אפענע פאשקעוויל.

5. In order to "mend" his followers' souls, he gives strange
directives, accompanied by insensitivity towards their wives that can
often be even life-threatening. If a wife does not accept, he orders the
husband to divorce her. He indoctrinates his followers to act
heartlessly, even if it means imperiling the life of their parents or
anyone else if it seems necessary for their group.

דער מאס רחמים, געפיל, הארץ און מיטגעפיל וואס איז פאראן אין אונזער קהילה, איז אומבאשרייבליך און מען געפינט נישט אזאנס אין די גאנצע וועלט.

פארשטייט זיך אז מיר זענען א קהילה מיט תקנות, און כדאי די הייליגע קהילה זאל ווייטער קענען אנגיין, מוזן די תקנות אינפארסירט ווערן. אנדערש קען א קהילה נישט אנגיין. אין יעדע קהילה וואו עס איז דא תקנות, קען אמאל גענוצט ווערן א שטייפע האנט, און ביי אונז איז נישט אנדערש.

נאר וואס יא? - מיר צווינגען קיינעם נישט צו זיין ביי אונז. אויב איינער געפעלט נישט עפעס וואס מיר האבן מתקן געווען אין אונזער קהילה, האט די פולסטע מאס פרייהייט זיך אויפצוהייבן און גיין, וכבר היה לעולמים, מיר פארמאגן נישט קיין שום שווער הארץ אויף אזא איינעם. אין פאקט: דער רבי'ס אייגענע טאכטער האט זיך אויסגעקליבן אן אנדערן מהלך החיים, קיינער האט איר נישט געשטערט פון איר וועג און קיינער שטערט איר נאכאלס נישט, ביזן היינטיגן טאג.

נאר אויב איינער וויל אויסקלויבן אן אנדערן מהלך החיים, און וויל פארט וואוינען דווקא ביי אונז - אזא איינעם מאכט מען ענג די טריט - פונקט אזוי ווי מען וואלט געטאן אין סאטמאר, בעלז, סקווירא און אין יעדע אנדערע קהילה. מיר טוען עס אפשר מיט מער רחמנות און מער מיטגעפיל ווי אין אנדערע פלעצער.

6. He arouses dissension and disturbs marital harmony, breaking
many homes by divorce, and forcing many engagements to be broken.

שקר, דער רבי איז נישט מעורר קיין חילוקי דעות אין חיי נישואין. קיינמאל נישט געווען אזאנס.

8. To attain total control over his followers, he tells them that all
other Rebbes and Rabbis of our time derive from forces of evil, and
their followers will be banished from both worlds and not be
privileged to greet Moshiach. Only he has the power to "mend" his
followers' souls so that they may merit reward in both worlds.

אמאל איז דא א מצב, וואס מען לייגט אריין ווערטער אין יענעמ'ס מויל. א רבי זאגט עפעס, און מענטשן טאנצן ארויף דערויף, און זאגן נאך זאכן בשמו וואס יענער האט קיינמאל נישט געמיינט צו זאגן.

אזעלכע ווערטער וואס שטייט דא, קען מען פונקט אזוי זאגן אז רבי נחמן ברסלבער האט געזאגט, אז דער סקווירער רבי האט געזאגט און אפילו אז דער בעל דברי יואל האט אזוי געזאגט... דאס מיינט אין עברית "מוציא דברים מהקשרם".

- המשך יבוא -
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום חכמת שלמה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]לדעתי איז די אשכול אזוי ווי איינער זאל ארויפגיין אויף א קריסטליכער בלאג און רעדן פון אידישקייט, אדער ארויפגיין אויף א מוסלימענער וועבסייט און רעדן פון קריסטנטום. אויף אזוי ווייט וועלן אלע מודה זיי, אז אויסער לב טהור מעמבערס, זענען זיי ריגארדעט ביי יעדעם אלס א וואנזיניגער קומץ-אנשים וואס אויסער רחמנות האבן אויף די אומשולדיגע קינדער, זענען זיי גארנישט אנדערש ווי יעדער א.ג. צורידערטע רעליגיעזער באנדע וואס הילט איין ניאוף-רשעות-רציחה-ואביוז בשם התורה. עפעס וואס מ'געפינט ביי יעדער רעליגיע, אייביג וועט זיין ראציגע באנדעס וואס מאכן שבת פאר זיך, און פראקלימירן אז זיי זענען די אויטענטישע באשעפענישן.

עכ"פ אויף די בלאג איז נישט דא איינער וואס האט סימפאטיע אויף די ספיידערוועב, און ווי מער די לב טהור מעמבערס וועלן גראבען דא, אלס מער פייער וועלן זיי צוריק באקומען. קיינער גייט נישט פלוצלינג ווערן אויפגעקלערט אז לב טהור שפרידעלט על טהרת הקודש. און לב טהור מעמבערס גייען אויך נישט טוישן זייער טאן. סא מה התועלת כאן?[/justify]
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

פרייוויליג, דו האסט דא באשולדיגט לב-טהור מיט שווערע באשולדינגען. אפשר ברענגט איר דעקונג צו די אלע שווערע חמורות וואס טוט זיך אפ אין לב-טהור?

ניאוף -
רשעות -
רציחה -
אביוז -

אפשר פילט איר אריין די ליידיגע, און איר שרייבט קראנט ממקור ראשון, וואספארא 'ניאוף' עס טוט זיך אפ אין לב-טהור, און וואספארא 'רציחה' עס גייט דארט פאר... וויפיל טויטע מען האט שוין געפינען טויט דארט... אדרבה, שרייבט ערשט-האנטיג.

איר ווייסט וואספארא עולה איר טוט, מיטן שרייבן ליגנט אן קיין דעקונג? - איר זענט דאך מוסר דם ישראל צו עוכרי ישראל. לאמיר זאגן אז לב-טהור איז ווייניזיניג און קריאז און עקסטרעם... מעג מען דעריבער מפקיר זיין זייער בלוט און שרייבן ליגנט? - ווי אזוי שרייבט איר קאלטערהייט אזעלכע ווערטער, אן טראכטן די קאנסעקווענצן וואס דאס קען ברענגען?

אדרבה, אויב איר האט דעקונג דערויף, ביטע ברענגט עס פארן ציבור?!
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

נעבעך, א רחמנות אויף די פרויען און קינדער וואס זענען פארכאפּט אין זיינע לאַפּעס... רח״ל...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

חכמת שלמה האט געשריבן:פרייוויליג, דו האסט דא באשולדיגט לב-טהור מיט שווערע באשולדינגען. אפשר ברענגט איר דעקונג צו די אלע שווערע חמורות וואס טוט זיך אפ אין לב-טהור?

ניאוף -
רשעות -
רציחה -
אביוז -

אפשר פילט איר אריין די ליידיגע, און איר שרייבט קראנט ממקור ראשון, וואספארא 'ניאוף' עס טוט זיך אפ אין לב-טהור, און וואספארא 'רציחה' עס גייט דארט פאר... וויפיל טויטע מען האט שוין געפינען טויט דארט... אדרבה, שרייבט ערשט-האנטיג.

איר ווייסט וואספארא עולה איר טוט, מיטן שרייבן ליגנט אן קיין דעקונג? - איר זענט דאך מוסר דם ישראל צו עוכרי ישראל. לאמיר זאגן אז לב-טהור איז ווייניזיניג און קריאז און עקסטרעם... מעג מען דעריבער מפקיר זיין זייער בלוט און שרייבן ליגנט? - ווי אזוי שרייבט איר קאלטערהייט אזעלכע ווערטער, אן טראכטן די קאנסעקווענצן וואס דאס קען ברענגען?

אדרבה, אויב איר האט דעקונג דערויף, ביטע ברענגט עס פארן ציבור?!

מיין לעצטער תגובה אין דעם אשכול:

ניאוף - חתונה מאכן גרויסע מיט קליינע. צוברעכטן שטובער, זיי אפ'גט'ן, און דערנאך חתונה מאכן מיט א יונגע בתולה. עפעס וואס יעדער ווייסט, און האט שוין מיטגעהאלטן צאללאזע ביישפילן. ניאוף בה' הידועה.
רשעות - שמו של ל"ט הולך לפניו.
רציחה - האדעווען קינדער אויף מי רגליים דורכגעווייקטער בעטן. תנא ושייר.
אביוז - אנטון א קליין מיידעלע מיט א היידזשעב. תנא ושייר.

Signed out
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

פרייוויליג האט געשריבן:ניאוף - חתונה מאכן גרויסע מיט קליינע. צוברעכטן שטובער, זיי אפ'גט'ן, און דערנאך חתונה מאכן מיט א יונגע בתולה. עפעס וואס יעדער ווייסט, און האט שוין מיטגעהאלטן צאללאזע ביישפילן. ניאוף בה' הידועה.
רשעות - שמו של ל"ט הולך לפניו.
רציחה - האדעווען קינדער אויף מי רגליים דורכגעווייקטער בעטן. תנא ושייר.
אביוז - אנטון א קליין מיידעלע מיט א היידזשעב. תנא ושייר.

Signed out


גור מיט תולדות אהרן זענען ניאוף, רשעות, רציחה מיט אביוז:

ניאוף - חתונה מאכן ביי קוים 18 יאר, נאכן זען דעם ספאוס בלויז א שעה צייט ביי אן אפגעשמועסטע בעשוי, דורך א שדכן, זיי אפ'גט'ן און ווידער חתונה מאכן, עפעס וואס יעדער ווייסט. ניאוף בה' הידועה.
רשעות - שמו של גור ותולדות אהרן הולכין לפניהם.
רציחה - אוי אוי... פרעג נאר די גורער...
אביוז - אנטאן קליינע מיידלעך בצניעות, זיי נישט לאזן ארויסגיין אויף די גרויסע וועלט - די סטריקט תקנות וכו' וכו'...

און עס איז לאו-דוקא גור מיט תו"א, עס איז יעדע חסידי'שע מקום.

און צו דיר פרייוויליג - וואס איז געשען, ביסט א טשיקן? - האסט מורא זיך צו פארמעסטן מיט מיר? - האסט געשאסן אן אנטיסעמיטישע תגובה (נישט ווייניגער) און ווען איך פרעג דיר צוריק, האסטו מורא אז איך וועל דיר ענטפערן צו די זאך, מאכסטו אזא דיסקלעימער אז דאס איז דיין לעצטע תגובה... וואס איז מיט דיר פרייוויליג? - ביסט דאך א בריה, לאמיר זען זאלסט אהערקומען זיך פארמעסטן מיט מיר פנים אל פנים.

וואס איז? - האסט מורא פון מיר?
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

רעדענדיג מיט א גור'ר וועגן די דיפרענטס צווישן זייערע שטרענגע ריסטרישקענס און העלבראנץ, שטעלט זיך ארויס
דער לב טהור חסיד האט כאטש צו זיינע ריסטריקשענס עמיצער וואס באגלייט אים פון די נאנט און האט א נאנטע מיטגעפיל און קשר מיט יענעם וואס מאכט אים גרינגער.
לעומת זה אין גור איז דא די פוילישע קאמאנדאנטען וואס שטעלן שארף אוועק אוגעהויערע חומרות
וואס עני בן נח און רעפארעם ראביי וואלט דן געווען אזא ווירטשאפט אלץ א מקום מסוכן צו ערציען קינדער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דארף נישט קיין רבי און קיין סמיכה, און האט אלע תלמידי חכמים צדיקים ויראים אינדערערד, וואס האט זיך מכתיר געווען אלס משיח׳ס אייזעל, האט ער קיין הילף נישט. דעמאלס פאלט ער אין די הענט פון רעפארם ראבייס.

די גערע וואלט אויך נישט געטוישט גארניקס אין זיין קהילה פאר קיינעם נישט
איז ווי איז גענוי די חילוק פארוואס גור איז נישט נידון למיתה.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אינטרעסאנט, אזא אשכול ברענגט ארויס געוואלדיגע נקודות.
דער חכמה שלמה פראבירט אונז איינצורעדען אז אמאל האבען 'אלע' קהלות געוועלדיגט אויף איהר מעמבערס. איינער וואס קען אידישקייט פון ביכער און מאוויס, קען זיך איינרעדען וואס ער וויל. איינער וואס איז נישט קיין פרעמד צוגעקומענער ווייסט אז קהלות זענען קיינמאל נישט אזוי געווען. מ'האט קיינמאל נישט איינגעטיילט אויף א געהעריגע אופן וויאזוי יעדעמ'ס אידישקייט זאל אויסקוקען. מ'האט (אמאל יא און אמאל נישט) געהאט א שטארקע שליטה אויף די קהלה לעבען אבער נישט אויף דער פרטיש'ע לעבען. איינער וואס איז נישט באהאווענט אין די אמאליגע סיסטעם, און ער איז ערשט לעצטענס צוגעקומען, קען נישט כאפען די נקודה.

און פון דארט הייבט זיך אן די פראבלעם. ס'גייט אבער אסאך ווייטער. דער וואס פארשטייט צו קירוב, פארשטייט אז א גרויסע עיקר איז נישט צוברעכען די גאנצע מענטש. מ'לערנט אויס בעלי תשובה אויסצוקומען מיט די עלטערען, נישט זיך צו שלאגען מיט זיי און אוודאי נישט אנטלויפען פון זיי. פרעג סיי וועמען אין די קירוב וועלט וויפיהל התירים גדולי ישראל האבען זיך פארלאזט דערויף, נאר כדי צו פארמיידען דער אפשניט צווישען א טאטע אדער מאמע און א קינד. נאר דער אני ואפסי עוד'ניק האלט זיך קלוגער ווי אלעם, און ער פארשטייט נישט אז דער מענטשליכע געברויך פאר עלטערען איז וויכטיגער ווי די 'עקסטרע' פרומקייטען וואס ער האט ממציא געווען, ווייל ער האט טאקע גאר א מגושמ'דיגע קאפ און ער זעט נאר די חיצוניות פון זיין קהלה פון שווארצע קליידונג און שרייען ביים דאווענען, דעריבער קען ער טוהן אזעלכע שריטען ווי גנבנ'ן קינדער פון עלטערען, כהודאת בעל דין, און זאגען אז אזוי דארף זיין.

און לגבי די ווערטער פון ר' נחמן ברסלב'ער וועל איך דיר זאגען: ווען מ'הייבט אויף א חסידישע ספר און ס'שטייען דארט זאכען וואס זענען קעגען תורה און קעגען מדות טובות, האט מען פארשידענע ברירות:-
1. א ליטוואק קוקט עס אן, און איז מחליט וויבאלד ס'איז קעגען תורה איז עס נערישקייטען און ער פארמאכט דער ספר.
2. א חסידישע איד ליינט עס און ער זאגט וויבאלד ס'איז קעגען תורה, מוז עס זיין העכערע זאכען וואס מיר פארשטייען נישט.
3. אן אויבער חכם לערנט אזעלכע זאכען און ער פראבירט מיישב צו זיין אז ס'מיינט אזא בחינה צו אזא בחינה, ער פראבירט אריינצוטייטשען וכו' ביז ער קומט ארויס מיט עפעס.
4. א בעל תשובה מיט וואוילע מדות, וואס ווייסט נישט וויאזוי מ'טוט די אלע אויבענדערמאנטע זאכען, לויפט פרעגען זיין מורה דרך וואס פראבירט איידעלעהייט איהם אפצושטעלען פון קוקען לכתחלה אין די זאכען.
5. א בעל תשובה מיט שלעכטע מדות, וואס הן פארשטייט ער נישט די פשוט'ע טייטש פון די זאכען און ער זוכט מיט לעכט א היתר פאר זיין פארדארבענקייט, נעמט עס אן כפשוטו, און פונקט ווי ר' נחמן איז געווען א שלעכטע מעג ער אויך זיין א שלעכטע, און שלעכטס איז שוין אויסגעהאלטען ווייל ס'איז ערגעץ געדרוקט אין א ספר, און אזוי מעג ער אויסברעכען זיין עמהארצות אויף אנדערע פאר זיין תאווה צו געוועלדיגען אויף אנדערע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
Big Boss
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 21, 2014 9:01 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

Re: טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור

שליחה דורך Big Boss »

Although I strongly believe that every Jew should be helped. Even your group no matter what others think of you.

It's time you cut the crap and stop sugar coating things!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Big Boss, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Big Boss with a big heart
Big Boss
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 21, 2014 9:01 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

Re: טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור

שליחה דורך Big Boss »

You know this guy?

Of course you have a million reasons why he deserved his 16 year old bride to be kidnapped and married to 40 year old. But what's about the other guy this happened to?? And the other guy? There are just too many stories...
Screenshot_20170430-221615.png
Screenshot_20170430-221544.png
Screenshot_20170430-221537.png
Big Boss with a big heart
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

יעדע נאמען וואס דו גייסט אים געבן וואס זיי האבן יענעם חרוב געמאכט גייט ער האבן צעהן טויזנט תירוצים פארוואס ״יענער״ איז שולדיג און נישט זיי... איך האב אים געזאגט א נאמען וועם זיי האבן טאטאל קאליע געלייגט, יענער פלעגט זיך דרייען יאהרן צוריק ביי העלבראנץ נאך אין מאנסי, און ער איז אינגאנצן משוגע געווארן דארט מיט די צייט! כ׳מאך נישט קיין וויץ ליידער, ענטפערט דער ״חכמת שלמה״ אז איך גאר לייג נישט גיט אויס מיינע קארטלעך :? , וואטעווער דעט מינס... כאילו מ׳דארף דא עפעס אויסלייגן קארטלעך אויפן טיש מסביר צוזיין ווער ״לב טהור״ איז... א בלינדע טויבע מענטש קען גלייך זעהן וואס דא טוט זיך...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט