#סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
דעת זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:38 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

#סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש

שליחה דורך דעת זקנים »

[justify]ווידער זעהט זיך אן די נצחיות פון תורתינו הק׳, און די שקר פון די וויסנשאפטליכע וועלט, אויב איז יא דא עפעס זאכליך אין זייערע רייד האט עס שוין א מקור אין אונזער תורה, אלעס אנדערשט איז שטייצעך לא דובים ולא יער.

די וויסנשאפטלער ווילן אונז איינרעדן אז דאס קול פון א מענטש האט א פארשטייענדע וועג וויאזוי דאס ווערט באשאפן אינעם מענטש, ווי זיי זאגן ווערט דאס באשאפן דורך די אטעם וואס ווערט א קול ווען עס קומט ארויס פון די לונגען און גייט דורך די א געוויסע נערוו, ווי מער און וויאזוי דער נערוו ציט זיך אויס קומט אלץ ארויס א אנדערער קול. אבער פארוואס זאלן מיר דאס גלייבן, נאכדערצו ווען ס׳איז דא ראיות ברורות להיפך, אט זענען די ראיות:

א)דער וועג וויאזוי מ'האט דערקענט א דיבוק איז געווען דורך דעם וואס א קול איז ארויס פון זיין מויל און זיין צונג האט זיך נישט געשאקעלט, דער קול איז נישט דורך די נערווען סטרונעס און דאך האט מען דערקענט דעם קול.

ב) סקולענע רבי איז אמאל אריינגעקומען אין א זאל און געהערט א זינגער און זיך אנגערופן אז די ס'שמעקט פון ניאוף, נא זעהט מען קלאר אז ס'ליגט עפעס העכער דערין, נישט סתם נערווען סטרונעס.

ג)דער וואס האט געהערט די סקווירא פיש רעדן האט דערקענט די קול, נא וואס דארפט איר מער פון דעם.

נאך אזעלכע קלארע ראיות שרייעט זיך פון זיך אליין ארויס תיובתא ד'וויסנשאפטלער תיובתא, אט די ראיות זענען יסודי הדת ממש און מיר דארפן דאס שטענדיג געדענקן, וסימנך #סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש.

ניין רבותי, כאטש כ'וואלט זייער געוואלט נעמען קרעדיט פאר מיר זעלבסט פאר די ברעקינג פארש ארבעט, דארף איך אבער זיין א מענטש אין דערמאנען אז דאס איז נאכגעשריבן פון די חשובער מגיד משרים ומחנך נפלא הרב אבא חייא טויבער שליט"א, און דערמיט בין איך מקיים דעם האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם[/justify]
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

שומו שמים! איך גלייב די מעשה פון סקולענער רבי'ן, און.... שוין! איך וועל שוין אפילו גלייבן זלמן רויזען פון די פיש מארקעט
אבער אבא חייא האט דאך א אג'ענדע, ער איז דאך א מגיד שיעור, יא ווען ער איז געווען א מילכיגער (אין די בראשית יארן) איז ער געווען א ערליכע איד\
אבער בעווה"ר איז ער געווארן א מגיד שיעור און ער האט א זאך וואס ער מוז פארקויפן זיינע הסברים קען איך נישט און וויל איך נישט גלייבן

ווייל פונקט אזוי ווי די וויסענשאפטלער ווילן אונז פארקויפן (שקרים... מקען דן זיין) פארקויפן אונז מגיד שיעורים זייער אג'ענדע'ס וואס די תוצאות זעהט אפילו א בלינדער, דאס חורבן ליידער וואס די מגיד שיעורים האבן געמאכט און מאכן ווייטער. ליידער.
הבל יפצא פיו נעבעך.

לשון נופל של לשון "א בכיה (אבא חייא) לדורות"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיש-נייעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

ווען איך וואלט דאס נישט געליינט מיט די אויגען וואלט איך נישט געגלייבט אז מען קאן שרייבען און דרוקען אזעלכע נערישקייטן
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עודך כי עניתני: די מעשה מיט'ן פריער'דיגן סקולענער רבי'ן קען איך נאך גלייבן. אבער וואס אבא חייא טויבער זאגט און שרייבט קענמען גלייך אראפ פלאשן. ערשטנס ווייל ער האט אן אגענדא. און אויך. ער איז אייביג נעגאטיוו. ער זוכט אייביג חסרונות און פעלערס ביי אידן. כאילו ער זאגט אומדירעקט אז ער שטייט העכער פון די אלע אומ-פערפעקטע, אומאויסגעארבעטע מענטשן די פשוטי עם. וועלכע דארפן אננעמען זיינע מוסר דרשות. לעומת הרב יואל אשר לאבין שליט"א וועלכער געט פאר די ליינערס אייביג א נקודה למחשבה...! און צום סוף הער איך גאר אז אייינער פון די טויבער משפחה. כ'ווייס נישט צו ער אדער א ברודער, קאזין אדער זיין זוהן איז גאר א חזיר. מיט אלע סימנים. ער איז מפריס פרסה ושסע שסע. אבער נישט מעלה גרה. נאר אין א געוויסן זין איז ער יא מעלה גרה ער חאזער'ט איבער זיינע עקלדיגע שטותים טאג נאך טאג און וואך נאך וואך. ווער איז דען אינטרעסירט צו הערן זיין בויך ווייטאג אדער ברעכענישן...?!
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אריינבליקנדיג אין דעם אשכול פון אויבן-אויף האב איך באמערק דעם מאמענט קאפיע, איך בין געווען זיכער אז דאס איז דעם מחנך וואזנער'ס בויך תורות. נישט געגלייבט אז א איז מיט א ווייסע בארד ווי טויבער איז מסוגל פאר אזעלכע שטותים.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איז דאס די זעלבע טויבער וואס די וועקער האט אויפגעדעקט זיינע שקרים?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

נולד מאוחר האט געשריבן:איז דאס די זעלבע טויבער וואס די וועקער האט אויפגעדעקט זיינע שקרים?

ניין. אבא חיה איז בערל טויבער'ס פעטער
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

און איך האב געמיינט אז חיה איז א מיידעלישע נאמען.
בדרך אגב עס קוק מיר אויס ווי דער מאמענט זענען א באנדע ליצים און ווייסן וואס אריינצולייגן.
און בדרך אגב שבאגב דאס קעפל פונעם אשכול מאכט עפעס נישט קיין סענס און מישט א קוגל.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

יתרו האט געשריבן:און בדרך אגב שבאגב דאס קעפל פונעם אשכול מאכט עפעס נישט קיין סענס און מישט א קוגל.

ווייניג קעפלעך דא אויף קאווע מאכן אזויפיל סענס ווי דאס! קריעטיוו קעפל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

די קעפל מאכט נישט קיין סענס?

וועלכע מעשה מאכט יא סענס? די סקלענער רבי זאגן אז מוזיק שמעקט פון ניאוף מאכט יא סענס? אז די סקווירער פיש האט גערעדט מאכט סענס? פלוז?!

איך האב אמאל געהאט א שטארקע הערצה צו סקלען אבער איך מוז מודה זיין אז ער מיט זיין טאטען זענען נישט קיין אייניקלעך פון שלמה המלך.

צו ווארפן א ליכט ווער די היינטיגע סקלענער צדיק איז און וויאזוי ער טראכט איז כדאי צו הערן די צוויי מעשיות.

א איד מיט וועם איך בין גאר נאנט האט מיר פארציילט אז ווען ער האט געהאלטן אפאר טעג פארן חתונה מאכן זיין עלצטען קינד, זיין שווער מיט זיין שוויגער זענען געקומען צופארן פון די מרחקים צו באשיינען און זיך באטייליגן אין די שמחה און אפאר טעג פאר די שמחה האט זיין שווער זיך פלוצלינג נישט גיט געשפירט, מאיז געגעאנגען באזוכן ביי א דאקטער און מ׳האט אויסגעפונען אז ער האט ל״ע קענסער אויף א שרעקליכע פארנעם און ער האט געציילטע טעג צולעבן. ממש דריי טעג פאר די חתונה האט דעם איד׳ס צעהן יעריג קינד געהאט שטארקע בויך וויי און מאיז געגעאנגען צום דאקטער, און נאכן נעמען א בלוט-טעסט האט מען דאס צעהן יעריג יונגלע (א ברודער פאר די חתן וואס גייט חתונה האבן אין דריי טעג ארום) דיאגניזרט מיט א שרעקליכע permanent מחלה וואס דאקטורים האבן נאכנישט קיין שום רפואה, און דאס קינד וועט א גאנץ לעבן זיך נעבעך מוזן שטעכן נידלעך און האלטן א גאר א ספעציעלע שטרענגע דייעט, און מיט דעם אלעמען קען די מחלה זיך פארערגערן און גורם זיין אז דאס קינד זאל חלילה שטארבן. דער צובראכנער איד וואס האט נאר יעצט באקומען די שרעקליכע נייעס אז זיין צעהן יעריג קינד וועט דארפן יעדע לאונטש אהיימקומען פון שולע עסען ספעציעלע עסען און נעמען זיינע איינשפריצן איז געזיצן אין ״מאונט-סיני״ און געטראכט פון זיין שווער וואס איז פלוצלינג קראנק געווארן און זיין קינד, און דא דארף ער טאנצן אויף זיין זוהנס חתונה אין ממש געציילטע שעות, פלוצלינג, איז ער געוואר געווארן אז די סקלענע רבי איז דא אין מאונט סיני שפיטאל אויף א באזוך ביי איינעם. דער איד האט גענומען דאס צעהן יעריג קינד און געגעאנגען צום סקלענער רבי אויסגעשאסן אין א געוויין און אויסגעגאסן דאס הארץ פאר דעם צדיק און אים פארציילט אלע זיינע מיטמאכענישן און געבעטן א ברכה ביים רבין אז זיין קינד און זיין שווער זאלן האבן א גאנצע רפואה בקרוב

דער רבי קוקט זיך אום אויפן צעהן יעריג קינד און רופט זיך אן ״די ערשטע זאך זאלט איר אים קויפן א גרעסערע קאפל און דערנאך וועט שוין דער אייבישטער באשיצן״

סיריעסלי? די אייבישטער האט א פראבלעם מיט קאפל סייז??? זייט ווען???
דאס איז די איינציגסטע זאך מיט וואס ער האט געקענט אויפקומען? און טרייסטן א איד און אים מחזק זיין אין אזא שווערע מצב איז גארנישט? נאר אטאקירן יענעם מיט זיין קאפל סייז? וואס פארא nonsense איז דעס???

די אנדערע מעשה וועל איך שרייבן בקרוב.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ס'איז אינטערסאנט אז אבא חייא טויבער האלט אונז געשפאנט און איז נישט מגלה פארוואס "מישי" פון מאנטריאל וואס פלעג קומען אין פיש סטאר קויפען און באצאלען פיש פאר ארעמילייט האט גאר געדארפט א תיקון. אפשר דאך וועט אבא חייא דער יחיד מומחה און טרעפען שלעכטס אויך דא זייער נייטיג צוניץ קומען.

אפשר ווייל אויפ'ן וועג פון מאנטריאל קיין סקווער האט "מישי" געהערט און די קאר מיוזיק פון מב"ד וואס שמעקט פון רוחניות'דיגע ניאוף...

אדער פאר טוען גוטס פאר יודען האלט אבא חייא טויבער מ'דארף א תיקון?...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איסר האטלקי האט געשריבן:אריינבליקנדיג אין דעם אשכול פון אויבן-אויף האב איך באמערק דעם מאמענט קאפיע, איך בין געווען זיכער אז דאס איז דעם מחנך וואזנער'ס בויך תורות. נישט געגלייבט אז א איז מיט א ווייסע בארד ווי טויבער איז מסוגל פאר אזעלכע שטותים.

איסר האיטלקי: נאר דער איד וועלכער האט היינט א ווייסע בארד האט שוין אנגעהויבן צו רעדן שטותים והבלים ווען זיין בארד איז נאך געווען שווארץ. און קיינער האט איהם נישט געסטאפט. האט ער דאס גענומען פאר א צייכן פון באשטעטיגונג. אז דער עולם איז מסכים מיט זיינע פאלשע סברות און באמערקונגען...!
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

וואלווי האט געשריבן:ס'איז אינטערסאנט אז אבא חייא טויבער האלט אונז געשפאנט און איז נישט מגלה פארוואס "מישי" פון מאנטריאל וואס פלעג קומען אין פיש סטאר קויפען און באצאלען פיש פאר ארעמילייט האט גאר געדארפט א תיקון. אפשר דאך וועט אבא חייא דער יחיד מומחה און טרעפען שלעכטס אויך דא זייער נייטיג צוניץ קומען.

אפשר ווייל אויפ'ן וועג פון מאנטריאל קיין סקווער האט "מישי" געהערט און די קאר מיוזיק פון מב"ד וואס שמעקט פון רוחניות'דיגע ניאוף...

אדער פאר טוען גוטס פאר יודען האלט אבא חייא טויבער מ'דארף א תיקון?...


ווייל חסד איז נישט פון די שלוש חמורות, עס איז נישט דא קיין מסורה אויף דעם פון אונגארן, נאר פיצא, און פרעסען, און סטייל, וכדומה
דו דארפסט פארשטיין ווי אזוי די קאפ ארבעט פון די חברה, פון תורה ומצוות רעדט מען נישט, מען רעדט נאר פון זאכן וואס זענען פירצות הדור.
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: איין קליינע הערה. דו זאגסט זייער גוט. אבער דער נאמען פון דעם חשוב'ן נפטר איז משה יודא געשטעטנער. המכונה בפי כל...מישא...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שבת אחים האט געשריבן:סיריעסלי? די אייבישטער האט א פראבלעם מיט קאפל סייז??? זייט ווען???
דאס איז די איינציגסטע זאך מיט וואס ער האט געקענט אויפקומען? און טרייסטן א איד און אים מחזק זיין אין אזא שווערע מצב איז גארנישט? נאר אטאקירן יענעם מיט זיין קאפל סייז? וואס פארא nonsense איז דעס???

נישט אז איך בין דעם סקולענער'ס לויער, אבער איך וואלט געקענט פארענטפערן די מעשה, עס איז אביסל אן אריכות און באלאנגט נישט אין דעם אשכול, אבער בקיצור נמרץ, איז פאראן אזא ענין באופן סגולה, מען איז מקבל אויף זיך עפעס לפנים משורת הדין מער ווי עס פאדערט זיך ע"פ הלכה, און אין דעם זכות שיקט השי"ת א ישועה. וכאמור, קצרתי מאוד, ואכמ"ל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אלעס פיין און וואויל, אבער קיין איין טרייסט ווארט? סגולות אין קאפ אריין???!!!

קיין איינער פון די רבי'ס וואלטן נישט געזאגט אזא זאך לכאורה, דער אהבת ישראל זצ"ל, דער אמרי חיים זצ"ל, ר' אהרן בעלזער זצ"ל, סאטמארער רב ר' יואליש, באבובער רב מוהר"ש זצ"ל, באבובער רב ר' נפתלי זצ"ל, ריבניצער רבי זצ"ל, פאפא רב זצ"ל, צעהלימער רב זצ"ל, הרה"צ ר' ישראל'טשע מוויזניץ שליט"א, בעלזער רב זז"ג.

אויף ר׳ מאטעלע זז״ג, די טאהשער זצ״ל , ר׳ הערשלע ספינקא זצ״ל, קאשויער רב זצ״ל, ביידע ראחמסטריווקער רביס זז״ג, בית ישראל פון גור. וואלט איך אזא מעשה יא געגלייבט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

די מעשה מיט סקולענער איז קיין חידוש, איך קען אויך דערשמעקן א נואף א זינגער... א בליק אויפן הויזן זאגט אלעס
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נו, דאס איז דאך דער חידוש פונ'ם סקולענער, אז אנשטאט צו גיין און באקוקען זיין הויזען איז עם גענוג געווען דאס הערן דעם קול זיינעם, ניט אזוי?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

שבת אחים, כקען נישט סקלענער רבי , אבער איינער וואס הערט יעדן טאג צענדליגער צרות, ווי גוטע מענטש ער זאל נאר זיין ווערט אימיונט. דאס הארציגסטע דאקטער גלייב איך ווערט עט סאם פוינט קאלט.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הער אויס, איך קען סקלענער רבי שוין דרייסיג יאהר אדער מעהר, ווען איך בין געוועהן א קליין קינד האט מיך מיין טאטע געשלעפט צו זיינע טישן, ער איז א אמתע ערליכע איד, איך דארף זיין אויפריכטיג, איך בין גענוג און נאך מאל געוועהן ביי אים מיט א קוויטל און ער האט מיך גאר שיין אויפגענומען, איין מאל מיט כמעט צעהן יאר צוריק בין געוועהן דריי אזייגער פארטאגס אויף 54 סטריט אין בארא פארק איך וואוק צו מיין קאר, די גאס איז ליידיג, און איך באמערק דעם רבין שפאצירן מיט זיין גבאי׳ן פארנט פון מיר (איינע פון זיינע דריי טויזנט גבאים) דער גבאי מיט די בלאנדע בארד רופט זיך אן צום רבין דעס איז שבת אחים ער איז א זוהן פון... ער האט די געשעפט דארט און דארט... איך בין צוגעגאנגען צו אים און איך האב באקומען פון אים א לאנגע ווארימע ברכה מיט עפעס א אריכות׳דיגע תורה וואס האלב דערפון האב איך נישט פארשטאנען ווייל איך האב נישט געהערט וואס ער האט געזאגט, אבער דעמאלטס האב איך נאך געגעלייבט אז סקלענער רבי דרייט זיך ארום די כסא הכבוד... און איך האב שטארק הנאה געהאט דערפון. ער איז געוועהן ביי מיין חתונה מיט אכצן יאהר צוריק, און ער האט געטאנצן מיט מיר אזוי לאנג אז מ׳האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צו סטאפן די מוזיק...

ער מיט זיין טאטע זצ״ל זענען געוועהן אמתע מענשטען, וואוילע מענטשען, איך האב גיט געקענט א איד (איך מיין ער לעבט נאך) ר׳ אנטשיל זילבער פון וויליאמסבורג א מאנסי-וויזנצער חסיד און לאנגיעריגע מקוה-איד אין וויזניץ אויף 6 ליע עוועניו, ער איז געזיצן צוזאמען אין תפיסה מיטן סקלענער רבי, ער פלעגט אסאך פארציילן פון יענע ביטערע צייטן אין די רומעניע תפיסות און פון די גרויסקייט פון די סקלענער רבי זצ״ל, דער ר׳ אנטשיל זילבער איז א איד א מתמיד עצום און אמתע יראי שמים וואס לעבט און שטרעבט פאר העכערס.

ווי אויך דארף איך מודה זיין אז זיי זענען היפש מוזקאליש און אסאך פון זייערע ניגונים זענען מלא רגש און תוכן, אזא ״תבוא לפנך אנקת אסיר״ וואס דער סקלענער רבי זצ״ל האט מחבר געוועהן אינטער די גראטעס פון די ״קאמיוניסטישע גיהונים״ אינטער שווערע ביטערע אומשטענדן, רייסט ביי די הארץ, און יעדע תנועה פון דעם ניגון קען מען ממש טאפן די קאלטע ווענט פון די רומעניער תפיסה...

די סקלענער רבי׳ס האבן געהאט א שטארקע קשר און הערצה צו וויזניץ, ספעציעל צו דעם ״דמשק אליעזר״ זצ״ל דער אהבת ישראל דריטע זוהן, (אויף וועם דער אהבת ישראל האט געזאגט אז ווען ער גייט ארויפקומען אויף יענע וועלט און מגייט אים פרעגן ווער ער איז וועט ער זאגן ״דער טאטע פון ר׳ אליעזר׳ל״). די סקלענער רבי הייסט זיינע חסידים שיקן אין מאנסי-וויזניץ מוסדות און ער אליינס שיקט דארט זיינע אייניקלעך.

נאר וואס דען ער איז ווייט פון א חכם, ער מיינט נישט קיין שלעכטס, ער איז פשוט נישט די קלוגסטע, דאס אלעס! און די גרעסטע ראי׳ איז וויאזוי זיינע חסידים מיניפיאלעיטן אים מיט עפעס א מוסדות ״חסד לאברהם״ וואס איז נישט געשטויגן און געבויגן אבער ר׳ שרגא סטעיק-פרעסער און נאך אפאר סקלענע באנדיטן מאכן דאך פרנסה פון דעם... מ׳נוצט אויס ״דעם צדיק״ פאר פריוואטע ״ביזנעס צוועקן״ און ״מארקעטינג״ ...

צום שלוס:

סקלענער רבי איז אמתע מענטש א ערליכע איד, אבער אים אננעמען ערנסט וואס ער זאגט, און זיינע פסקים אין אינטערנעט און סעלפאונס וכודומה איז נעריש און קינדעריש ווייל ער בעבעלט נאר נאך וואס אפאר ״נואפים״ זאגן אים אריין אין אויער פאר זייערע פערזענליכע אגענדעס און פאר זייערט-וועגן, ווער ס׳נעמט אן סקלענער רביס פסקים ערענסט איז א לונעטיק לדעתי... אבער מקען זיך נישט אפברוהן פון א סקלענע טיש אדער אפילו א ברכה פון אים, ער מיינט עס נעבעך ערענסט....
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

וואלווי האט געשריבן:ס'איז אינטערסאנט אז אבא חייא טויבער האלט אונז געשפאנט און איז נישט מגלה פארוואס "מישי" פון מאנטריאל וואס פלעג קומען אין פיש סטאר קויפען און באצאלען פיש פאר ארעמילייט האט גאר געדארפט א תיקון. אפשר דאך וועט אבא חייא דער יחיד מומחה און טרעפען שלעכטס אויך דא זייער נייטיג צוניץ קומען.

אפשר ווייל אויפ'ן וועג פון מאנטריאל קיין סקווער האט "מישי" געהערט און די קאר מיוזיק פון מב"ד וואס שמעקט פון רוחניות'דיגע ניאוף...

אדער פאר טוען גוטס פאר יודען האלט אבא חייא טויבער מ'דארף א תיקון?...


גראדע איז דער מעשה געוועהן אז מישי איז געשטארבן און מען האט אים געוואלט קובר זיין אין סקווירא, האט מען אים אנגעטוהן די קליידער אריין געלייגט אין קאר כאילו ער לעבט צווישען צוויי מענטשען מיט א סיטבעלט, און אדורך גייענדיג דער בארדער האט מען געזאגט אז ער שלאפט און געגעבן זיין פאספארט, ויהי לפלא, עס איז אדורך.

און מען האט געשמועסט אז ער האט געברויכט א תיקון ווייל ער האט נישט געזאגט תפילת הדרך.

ב.ד.וו. דער מעשה מיט דער גרעניץ איז אמת ויציב. נאר דעמאלס בשעת דער מעשה איז געשעהן איז ארומגעפארן א טעיפ ווי דער בעל הבית פארציילט דער מעשה, ער האט נישט געזאגט קיין ווארט פין קיין מישי, נאר אז ער האט געהערט דער פיש זאגען אני צריך תיקון, און סקווירא חסידים האבן שוין געזאגט אז דאס איז געווען יענער. דאס אז דער גוי האט געזאגט אז עס איז געווען מישי איז שוין שפעטער צוגעקומען לכאורה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שבת אחים האט געשריבן:צום שלוס:

סקלענער רבי איז אמתע מענטש א ערליכע איד, אבער אים אננעמען ערנסט וואס ער זאגט, און זיינע פסקים אין אינטערנעט און סעלפאונס וכודומה איז נעריש און קינדעריש ווייל ער בעבעלט נאר נאך וואס אפאר ״נואפים״ זאגן אים אריין אין אויער פאר זייערע פערזענליכע אגענדעס און פאר זייערט-וועגן, ווער ס׳נעמט אן סקלענער רביס פסקים ערענסט איז א לונעטיק לדעתי... אבער מקען זיך נישט אפברוהן פון א סקלענע טיש אדער אפילו א ברכה פון אים, ער מיינט עס נעבעך ערענסט....


מ'דארף נישט זיין קיין געהויבענער איד צו מאכן א פשוטער חשבון אז למעשה ווערען מענטשען געהאלפן ביי סקולענער רבי'ן. אפילו אויב נאר א פערטעל פון די מעשות זענען אמת איז עס נישט קיין נארישקייטן, צו האבן א ישועה פין הימל דארף דער באשעפער מסכים זיין, און אז ס'קומט א סקולענער רבי מעג ער אפילו בעטן א גרעסערע קאפל ס'מוז נישט מאכן סענס פארוואס יא פארוואס נישט, למעשה אויב אזוי זאגט ער און ער איז וויליג פארדעם צו וואינטשען און צוזאגען איז עס גוטע דיעל. נאך אלעס איז ער אפגעהוטען, האט א הייליג מויל און זיינע ווערטער ע"פ חשבון דארפן עפעס קענען אויסבעטען ביים באשעפער.

די קאפל איז נישט דער פאונט דא און אויך נישט זיין IQ. ער איז פשוט א גוטע לויער אויבען אין הימל ווייל ער איז א הייליגער מענטש.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קאווע טרינקער האט געשריבן:די מעשה מיט סקולענער איז קיין חידוש, איך קען אויך דערשמעקן א נואף א זינגער... א בליק אויפן הויזן זאגט אלעס


האנדל דיך איין אפאר גבאים און גיי אין ביזנעס פון מגלה זיין נסתרות..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט