במוצאי קערעסטיר

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
[NAMELESS]

במוצאי קערעסטיר

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]מיט א אוקריינישע דאטשיק שפאציר איך אויף די גאסן פון באדראג, צווישן די פויערן און יונגע קינדער טרעפט זיך דא דארט א אלטיטשקער, ווי אלע אנדערע האב איך אויך אפגעהאלטן מיין אייגנארטיגע אינטערוויו מיט דעם אלטן קערעסטירער גוי,

בעפאר מיר הייבן אן דערציילן, דארף מען מגדיר זיין וואס דאס הייסט דער ׳קערעסטירער גוי׳, וויפל טינט איז שוין פארנוצט געווארן נאר אויף צו שרייבן וואס דער קערעסטירער גוי האט פארציילט, נישט אומזיסט זאגן די זקני חסידים אז אין קערעסטיר איז אפילו דער טמא׳נער גוי הייליג. אהה דער אלטיטשקער פון קערעסטיר.... אוי...

מיט נאסטלאגישע געפילן שטרעק איז אויס מיין האנט צום קערעסטירער גוי, און ער הייבט אן דערציילן, בימיו פון רבי ישעילע איז נישט געווען קיין ברויט אויף הויזן אין גאנץ איירופא, ווער רעדט נאך פון א שטיקל פלייש, שוין אפגערעדט פון גאנצע בהמות, דער עולם האט געהונגערט, מ׳האט גע׳חלומט פון עסן, די מנחם מנדל/מחניים קאנספירעסי פון בימים ההם האט דאן ארויסגעגעבן א נאוועל קינדער ביכל וואס האט דערציילט איבערן צדיק כדרכם בקודש, צו אויפהייטערן די געמיטער פון הונגער פארחלישטע יוגענט האט עס דערציילט גוזמאות פון עסן טיילעריי דורך עפעס א אונגארישע ליבלעכע זיידע, דערציילט ער ווייטער, די קינדער האבן געשלינגן די נאוועל מיט דורשט, און ס׳איז זיי אריין טיף אין די הונגעריגע זעל, ווי ער דערציילט איז דאס געווען די גאלדי לאקס סטארי פון בימים ההם.

מיין בלוט דריק גייט מיר ארויף, כ׳וויל נאך האבן די גאנצע בילד פאר ער שטרעקט זיך אויס א טויטער, א-זאך וואס קען פאסירט אין יעדן ליאדע סקונדע, און מיט א שנעלקייט שטעל איך מיין פראגע, האט איר נאך די ביכל, אמער דאס קען דאך זיין א אוצר פארן וועקער, חוץ דעם וואס די שטיסל סטאקס קענען דערמיט ארויפגיין גאר הויעך, זאגט מיר דער גוי אז שפעטער האט מען דאס איבערגעדריקט, איך פארפאס א אטעם, ס׳ווערט בעסער ביי די מינוט, איך פרעג אים, ווי קען איך דאס קריגן, נאך א קורצע טעלעפוין רוף מיט די אמבעסעדער קומט דער קורצען ענטפער, אין אמעריקא, דארט איז דא א וועלטס באקאנטע סטאר ו׳זעלדא׳ס שמו, דערנעבן איז דא א שרעקעוודיגע סטאר, נישט דער זילבער סטאר מיט אירע אייגנארטיגע באשעפענישן, ניין, נאר אויף די אנדערע זייט, ס׳איז צוויי טרעפ אראפ, דארט קען מיטהאלטן א טעגליכער לייוו מאווי, הויעכע קערעקטערס, נערוועזע זיידעס מיט א פרייליכער זון, אויך ווערט דארט פארקויפט ספרים, און דערפאר הייסט עס ׳בית הספר׳, איינס פון די ספרים הייסט ׳מופת הדור׳.

ס׳איז א-האלבע נאכט דער וועקער זייגער צ׳שרייעט זיך, און שלום שטיסל ערוועקט זיך, מ׳גייט קלאגן אויפן גלות, והנה חלום, נישט קיין זייגער נישט קיין חלום ווי אויך נישט קיין קערעסטירער גוי.

דערמיט מישן מיר אריבער די בלעטעל, פון נוסח רבי ישעי׳לע, צו לכבוד התנא אלוקי, מיט א קורצע סטאפ ביי יום המר והנמהר כדי ליתן רווח בין פרשה לפרשה, אחרים אומרים משום אין מערבין שמחה בשמחה[/justify]
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שלום, ביסט ממש אזוי ווי דער אריה"ק, וואס האט מער משיג געווען בחלום ווי בהקיץ.

דרימעל וויייטער!
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שלום שטיסל: דער גוי אין דיין חלום האט געמוזט זיין זייער אן אלטער גוי וועלכער האט מאריך ימים ונשים געווען. ווייל ר' ישעי'לה פון קרעסטיר איז נפטר געווארן אום ג' אייר תרפ"ה. און דער שייגעצ'ל וואלט שוין געדארפט זיין לכה"פ א בר מצוה בחור'ל ווען ר'איז געגאנגען צו ר' ישעיה'לה'ס טישן. וואלט ער שוין געדארפט צו זיין לכה"פ 105 יאר אלט. ס'ווענדט זיך ווען דו האסט געחלומ'ט.

מ'פארציילט אן ענליכע מעשה אויפ'ן טאשער רבי'ן זצוק"ל. אז אינדעהיים אין טאש, אונגארן האט נאך געלעבט די אלטע גוי'טע וואס זי געדענקט נאך ווען זי האט געזאגט מודה אני מיט'ן רעבי'ן ווען ער איז נאך געווען א קליין יונגל...אזוי האט זי פארציילט אויף אונגאריש...עין מאנדטאם א מוידעה אני'ט א טשאדא ראבבי וואלל מיקאר וואולט עדי קיטשי פיאה...!
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

גוט גוט. כ'האב הנאה געהאט פון דיין חלום,ר' שלום
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הלוואי זאלן אלע חסידים נאר זיין ביזי מיט אזא קאריקטאור וואס האט געגעבן צו עסען פאר הונגעריגע אידן! וועם גייט אן צי סאיז בכלל אמת אדער נישט, די ״מוסר השכל״ דערפון איז דער עיקר! וואס ווילסטו חסידים זאלן זיין פארנומען מיט ״ראבינאוויטש״ צי מיט ״שומרים-קארטלעך״? ר׳ ישעילע קערעסטירער איז מיר זייער גיט...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

[tag]שלום שטיסל[/tag] פליז! אויך דאס ביסעלע טשולענט, קיגל, גאלע, הערינג, קישקע, וואס כ'האב געהאט ביי קידוש דעם שבת, און די ווייט-פיש מיט לאקס וואס יענער האט געברענגט ספעציעל צו מלוה מלכה לע"נ ר' ישעילע, דאס ווילסטו מיר אויך צונעמען?
מילא ווען דו קומסט אויף אז דער רבי האט קיינמאל נישט געהאקט אויף ציונות, החרשתי, אבער דאס???
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
פארשפארט