ליפא האט געשריבן:"Before 2014," he claimed, "if you were born with congenital heart disease like my son was, there was a good chance you'd never be able to get health insurance because you had a pre-existing condition, you were born with a pre-existing condition."
This is false. If parents had health insurance, the child would have been covered under the parents' policy whether or not the child had a health problem.
ליפא, די ביזסט א ריכטיגער איקזעמפאל פון א רעכטער פרעדיגער, וואס נעמט האלבע זאצן און שרייט געוואלד. דא האסטו קימעל'ס גאנצע זאץ:
Before 2014, if you were born with congenital heart disease like my son was, there was a good chance you would never be able to get health insurance because you had a preexisting condition. You were born with a preexisting condition,
and if your parents didn’t have medical insurance, you might not even live long enough to get denied because of a preexisting condition.
(זעה דעם לינק צום סוף)
ער רעדט קלאר פון א קינד פון עלטערן וואס האבן נישט געהאט קיין אינשורענס. פארוואס פארדרייסטו זיינע ווערטער כדי צו קענען שרייען ליגנער?
איך בין נישט אינטרעסירט אין פאלאטיקס, אבער וואס די רופאבליקענס ווילן דא טוהן איז א היסטארישער פארברעך. לויטן קאנגרעשינאל בודזשעט אפיס, וועלן 24 מיליאן מענטשן פארלירן העלט אינשורענס אויב דער ריפאליקען פלאן גייט אדורך. פיר אין צוואנציג מיליאן מענטשן! ואני הקטן, און עטליכע פון מיינע פריינד, בתוכם.
פאר אבאמאקעיר האב איך נישט געקענט אפארדען העלט אינשורענס. איך בין צו רייך פאר מעדיקעיד אבער צו ארעם צו קענען צאלן איבער צוואנציג טויזענט דאלער א יאר פאר העלט אינשורענס. מיט אבאמאקעיר, האב איך אינשורענס פאר א ריזענעבאל פרייז. דער ריפאליקען פלאן גייט אוועקנעמען מיין אינשורענס. אויב, חלילה, גייט עפעס געשעהן אין מיין פאמיליע, בין איך סקראוד. וואס פאר א גוט יאר ווילן די ריפובליקענס פון מיין לעבן האבן? פארוואס זענען זיי פיין מיט ספענדען טריליאנס אין איראק, אפגאניסטאן, ישראל, און אנדערע צודרייטע לענדער, אבער העלט קעיר פאר אמעריקנאר איז א נאו נאו ביי זיי?
די פארברעך איז נאך אסאך מער ווען היסטאריע ווייזט אז די פארלאנג אז יעדער זאל האבן אינשורענס ( individual mandate ) איז א ריבופליקען איידיע! אין 1989 האבן דאס ריבופליקענס פארשפרייט. זיי האבן גע'טענה'ט אז ס'איז א קאנסערוויטיוו איידיע אז יעדער זאל זיין מחויב צו האבן העלט אינשורענס. עד שבא אבאמא און האט דאס איינגעפירט. אויף איינמאל איז דאס געווארן קעגן די הייליגע קאנסטיטאשען. די ריבופליקענס שפילן פאלאטיקס מיט די בלוט פון מיינע קינדער.
https://www.washingtonpost.com/news/art ... a5c496c1ed