אין דעם קאלום פון דעם ..."מחנך"... הרב וואזנער איז דא זייער אן אינטרעסאנטע ענטפער וואס ער געט פאר א טאטן וועלכער איז א נהנה מיגיע כפו דורך דרייוון א טראק פאר פרנסה. און דער (נארישער) רבי פון זיין יונגל זאגט אייביג פאר זיינע תלמידים אז אויב זיי וועללן נישט לערנען פלייסיג וועללן זיי אויסוואקסן טראק דרייווערס. און דער יונגל פיהלט זיך זייער שטארק אראפגעקלאפט און פארשעמט אז זיין טאטע איז א טראק דרייווער. בקיצור דער מחנך ענטפערט פאר דעם טאטן זייער א לאגישן ענטפער און מאכט א שטארקע הבחנה...עיין שם...! אויך שרייבט ער צו א באמערקונג. אבער זעהט אויס אז ער שרייבט נישט צו יענעם מלמד. ווייל ער שרייבט ..."חכמים, היזהרו בדבריכם"...! און יענער יונגערמאן איז אינגאנצן נישט קיין חכם. נאר ליידער דאס פארקערטע...!
דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס איז זיך פארלאפן אין איינס פון די שטעט וואו איך האב געוואוינט. אן עיר ואם בישראל. דארט איז געווען א יוד. א שיינער יוד וועלכער האט געשטאמט פון א בארימטע רבי'שע גזע וועלכע זענען באוואוסט מיט זייער שיינעם קול ביים דאווענען ווען ס'דא אן עולם וואס הערט. אבער זיי זענען ליידער, אלע געשלאגן מיט טיפשות. (כ'ווייס נישט וואו זיי זענען געווען ווען מ'האט געטיילט). איז דער יוד האט אמאל געלערנט חומש-רש"י מיט זיין יונגל ביי זיך אין דיינינג רום ווען א בעל מלאכה, אן עלעקטרישן האט געארבעט דארט. און דער יונגל האט נישט ארויסגעוויזן קיין עקסטער התמדה. און דער טאטע האט איהם געוואלט מזרז זיין האט ער איהם געזאגט אז אויב ער וועט נישט לערנען וועט ער אויסזעהן ווי דער וועלכער שטייט איצט אויפ'ן לייטער...!
נאר דער טיפש איום ונורא האט נישט געוואוסט אז דער מענטש דער לעקטרישן וועלכער איז א זוהן פון א רב און אליינס א גרויסער תלמיד חכם וועלכער פאקט איהם איין אין לערנען 10 מאהל...!
נ.ב.: פון וואו ווייסט מען די מעשה...?! ווייל דער עלעקטרישן האט עס שפעטער פארציילט מיט א שמייכל...!
נ.ב.ב': דער קלוגער בנש"ק'ל האט זיכער געבעטן אז ער זאלל איהם גארנישט טשארדזשן פאר זיין ארבעט מכח זיין חשוב'ן יחוס...
