ווי שווארצע פאציענטן זעען אידישע דאקטוירים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

ווי שווארצע פאציענטן זעען אידישע דאקטוירים

שליחה דורך שלום בערגער »

ווי אפטמאל, האט די פאציענטקע אין באלטימאר מיר געשטעלט א פראגע ביים ערשטן וויזיט מיט א בקשה: "מעג איך אייך שטעלן א פערזענליכע פראגע?"
בילד
זיכער, האב איך געזאגט. און — ווידער, ווי אפטמאל פריער מיט אנדערע פאציענטן — האט זי געצילעוועט די אויגן אויף מיין יארמלקע, א שיינע, אן אויסגעשטריקטע פון זוגתי. "וואס איז יענע… זאך אויף אייער קאפ?"
האב איך איר געגעבן צו פארשטיין וואספארא מין קאפצודעק דאס איז, און וואספארא ראלע דאס שפילט. "אהא," זאגט זי, "א אידישע זאך. דעטס גוד. א אידישער דאקטער געפעלט מיר."

נאך אזא מעשה: א שמועס מיט א צווייטער פאציענטקע, א מאמע אן אפראאמעריקאנערין (דאס איז פארשטייט זיך נישט קיין גרויסער חידוש אין א שטאט ווי באלטימאר וואו רוב איינוואוינער זענען שווארצע). זי האט איבערגעגעבן אירע פערזענליכע צרות ביים אויפהאדעווען שווארצע קינדער אין א שטאט וואו די פאליציי-ברוטאלקייט איז א פאקט פון לעבן. פון איין זייט וויל זי, אז די פאליציי זאל באהאנדלען אירע קינדער אויף א יושרדיגן אויפ'ן אן פניות. צוריקגערעדט האט זי אויך געזאגט, אז זי הייסט אירע בנים זיך אנטאן לייטיש, ווייל אזא איינדרוק וועלן זיי איבערלאזן יענעם אויף דער גאס.

איר פארשטייט דאך," האט זי זיך געווענדט צו מיר, די אויגן אנווייזנדיג אויף דער יארמלקע. "וואו נאר איר גייט, ווייסט מען עפעס וועגן אייך."

אין באלטימאר איז פאראן א ספעציעלע פארבינדונג צווישן פאציענטן אפראאמעריקאנער און אידן דאקטוירים. דאס זאג איך נישט אויפ'ן סמך פון וויסנשאפטליכע באווייזן, נאר פון די איבערלעבונגען און נאראטיוון פון א צאל פריינד און קאלעגעס, און פון דער געשיכטע פון ביידע גרופעס. היינט איז די געזונט-סיסטעם אין אמעריקע נאכאלץ א שטארק סעגרעגירטע, נאר פריער איז (אפשר) געווען נאך ערגער. אמאל האבן אפרא-אמעריקאנער נישט געקענט געפינען וועמען ס'זאל זיי באהאנדלען. אפטמאל זענען די דאקטוירים וואס זענען יא געווען גרייט זיי צו זעהן געווען אידישע, וואס זענען אליין, כאטש נישט אויף אזא מאס, אויסגעשלאסן געווארן פון די מעדיצינישע הויכע פענצטער.

אפשר צוליב דעם האבן א צאל שווארצע פאציענטן פאזיטיווע מיינונגען וועגן אידישע דאקטוירים ווי א גרופע. כאטש דער אנטיסעמיטיזם ביי טייל אפרא-אמעריקאנער איז אוודאי פאראן, זענען אויך דא די (כ'האב דאס אליין געהערט) וואס גלייבן אז אידישע דאקטוירים זענען בעסער.

קען מען פרעגן פארוואס: צוליב אונזער בשותפותדיגער היסטארישער דרויסנדיגקייט אין דער אמעריקאנער געזעלשאפט? צוליב רעליגיעזער נאענטקייט? פאליטישע ליבעראלקייט? שווער צו וויסן. אזא געטיילטע געשיכטע, קען זיין, חזר'ט זיך ווידער איבער בזמן הזה צוליב דער "טראמפישער‟ פאליטיק. ביידע פעלקער, כאטש נישט אויף דער זעלבער מאס, ווערן אויסגעשטעלט אויף דעם אזוי-גערופענעם פאפולאריזם און נאציאנאליזם (קריא: ראציזם).

אין יעדן דור ברעכט מען די הענט אין דער אידישער קהילה, אז ווייניגער אידן דאקטוירים זענען היינט דא ווי אמאל. אין 1950 האט מען געזאגט אז די פראפארציע אידישע דאקטוירים איז געפאלן מיט 20 פראצענט אין פארגלייך מיט א האלבן יארהונדערט פריער (אזוי לויט אן ארטיקל אין ייט"א). איך האב נישט קיין פארגלייכיגע דאטן צו מעסטן דעם מצב היינט מיט דער פארגאנגענהייט, נאר אן אנקעטע וועגן רעליגיעזע פא'רבי'נדונגען צווישן דאקטוירים האט מען יא אדורכגעפירט, און ארויסגעגעבן אין דער וויסנשאפטליכע ליטעראטור, אין 2005.

ארויסגעוויזן האט זיך דעמאלט, אז אידן באטרעפן א צוויי פראצענט פון דער אמעריקאנער באפעלקערונג, כאטש פון דאקטוירים — 14 פראצענט. ווארט נאר, נישט נאר אידן זענען אן אויסנאם. אויך הינדואיסטן, מארמאנען, מוסולמענער, און בודיסטן (כאטש נישט אטעיסטן!) געפינען זיך מער אפט ביי דאקטוירים, ווי אין דער אלגעמיינער באפעלקערונג. פארוואס? אפשר דערפאר ווייל אזעלכע מינאריטעטן האבן בשותפות אזא "אימיגראנטישן" צוגאנג, דאס ווילן ארויפארבעטן זיך (אן די מניעות וואס אנדערע פעלקער — למשל, אפראאמעריקאנער, מוזן זיך מיט זיי ראנגלען).

שטעלט זיך די פראגע, אויף ווי ווייט האט זיך געביטן דער מצב אין די לעצטע 10-20 יאר? איך קען ברענגען אומדירעקטע ראיות, נאר יעדער וואס האט אדורכגעמאכט די מעדיצינישע טרענירונג אין די לעצטע יארצענדליגער ווייסט אז די אידן פירן מער נישט דאס רענדל. דאס איז, פארשטייט זיך, א געזונטע זאך. די באשטאנדטיילן פון געזונט-פראפעסיאנאלן דארפן אפשפיגלען די פארשידנמיניגקייט פון דער אמעריקאנער געזעלשאפט. אומגלייכקייטן זענען זיכער פאראן און די מינאריטעטן וואס געפינען זיך ווייניגער אין די סטודענטישע רייען דארף מען פרואוון צוציען און אויסטרענירן, ווייל חולים ווילן אויך דאקטוירים וואס קוקן אויס ווי זיי…
דאך איז כדאי צו באמערקן, אז א ספעציעלע פארבינדונג צווישן אידן און דער מעדיצינישער פאך ווערט אפשר צו ביסלעך אפגעשוואכט. צי דאס איז גוט צי שליכט בין איך נישט גענוג א נביא פארויסצוזען. וועל איך יעדן אינדערפרי סיי ווי סיי מיטנעמען מיין סטעטאסקאפ און אנטאן די יארמלקע.


Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/dr-ber ... z4g80QNjaU
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שלום בערגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

היינטיגע צייטן נאך אובאמא קעיר וכדו' וועט קיין שום איד מיט שכל אין קאפ גיין לערנען דאקטעריי
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

איך זעה אז דו האסט געניצט מיין וועבזייט איבערצושרייבן דיין ארטיקל פון פארווערטס.
https://ibleaman.github.io/hasidify

באמערט האב איך צוויי גרייזן:
"באַהאַנדלען אירע קינדער אױף אַ יושרדיקן אױפֿן אָן פּניות" האט מיין סיסטעם איבערגעשריבן "אויפ'ן". (ווען דו וואלטסט אריגינעל געשריבן "אופֿן" וואלט מיין סיסטעם ריכטיג איבערגעשריבן "אופן").
"פא'רבי'נדונגען" -- מיין סיסטעם מיינט אז דער שורש איז "רבי" און שטעלט צו די אפאסטראפן (') פאר און נאך דעם שורש פון לשון קודש. דאס איז אוודאי מיין גרייז און איך האב די סיסטעם שוין אויסגעבעסערט.

אז דו כאפסט נאך גרייזן אין קומענדיגע ארטיקלען קען איך זיי אויסבעסערן איידער דו שטעלסט זיי אויס אין שטיבל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אה כ'האב זיך געווינדערט פון ווי דער'ניק קען פלוצלינג א היימיש יודיש אנשטאט זיין געווענליך אוהמלעזבארע פארווערטס אידיש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סדרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אטאקע
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

?

שליחה דורך שלום בערגער »

די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:היינטיגע צייטן נאך אובאמא קעיר וכדו' וועט קיין שום איד מיט שכל אין קאפ גיין לערנען דאקטעריי



אבאמא קעיר איז א גרויסער סוקצעס

און די רעפובליקאנער וואס ווילן אים אפשאפן זיינען (א) נאראנים (ב) דורכפאלן (ג) אכזרים
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

וואס איז די סוקסעס? אז מ'צאלט דאקטורים $40 דולער א וויזיט? א פלאמבער מאכט שוין מער
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

איך אויך האט געשריבן:אה כ'האב זיך געווינדערט פון ווי דער שנה ופירש'ניק קען פלוצלינג א היימיש יודיש אנשטאט זיין געווענליך אוהמלעזבארע פארווערטס באקאקטן אידיש.

גראדע גלייך איך אמאל צו ליינען אנדערע סארט יידיש ווי איך רעדט
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איך אויך. דערפאר שאדט נישט צו הערן ירושליימער אידיש, ליטווישע, רוסישע, אויסטראלישע, שלעזינגערישע, בעלגישע. אבער די באקאקטע פארווערסט יידיש האט נישט קיין שום 'אידישן' טעם.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווי שווארצע פאציענטן זעען אידישע דאקטוירים

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך וואלט עס נישט אנגערופען באקאקט, נאר אז ס׳איז א ממזרישע שפראך, אן קיין בית אב. מ׳האט פארשאפען נייע כללים און ווערטער, באזירט אויף אידיש. איידער זיי האבען עס ממציא געווען,האט קיינער גערעדט די שפראך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שלום בערגער האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:היינטיגע צייטן נאך אובאמא קעיר וכדו' וועט קיין שום איד מיט שכל אין קאפ גיין לערנען דאקטעריי



אבאמא קעיר איז א גרויסער סוקצעס

און די רעפובליקאנער וואס ווילן אים אפשאפן זיינען (א) נאראנים (ב) דורכפאלן (ג) אכזרים

ס׳איז אינטערסאנט צו הערן די ווערטער פון א דאקטער.
אפשר אלץ דאקטער ברענג ארויס אביסל וואס אבאמא קעיר האט פארבעסערט אדער פארערעגערט פון דעם דאקטערס זייט.
פארשפארט