איז דא הילף קעגן זעלבסטמארד מחשבות ביי אונז?
איז דא הילף קעגן זעלבסטמארד מחשבות ביי אונז?
אויב א היימישער פון א חסידישע בעקראונד פאלט אריין אין א דעפרעסיע און איז עלול צו באגיין זעלבסטמארד, אבער ווייסט פון זיין מצב און וויל זיך העלפן, איז דא ווי צו גיין פאר הילף?
לאמיר זאגן א וומסב״ג אינגערמאן וואס לערנט אין סאטמאר אדער פאפא כולל וויל זיך העלפן, ווי קען ער גיין פאר הילף?
(חוץ גיין נעמען א ברכה ביי סקולענע רבי)
לאמיר זאגן א וומסב״ג אינגערמאן וואס לערנט אין סאטמאר אדער פאפא כולל וויל זיך העלפן, ווי קען ער גיין פאר הילף?
(חוץ גיין נעמען א ברכה ביי סקולענע רבי)
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שלום שטיסל האט געשריבן:אויב א היימישער פון א חסידישע בעקראונד פאלט אריין אין א דעפרעסיע און איז עלול צו באגיין זעלבסטמארד, אבער ווייסט פון זיין מצב און וויל זיך העלפן, איז דא ווי צו גיין פאר הילף?
לאמיר זאגן א וומסב״ג אינגערמאן וואס לערנט אין סאטמאר אדער פאפא כולל וויל זיך העלפן, ווי קען ער גיין פאר הילף?
(חוץ גיין נעמען א ברכה ביי סקולענע רבי)
סאיז קיינמאל נישט ראטזאם צוזאגן פאר א דאקטער אז מ׳וויל זיך נעמען דאס לעבן, אפילו לאמיר זאגן נאר פאר א וויץ, ווייל לעגאל דארפן זיי נאכדעם יענעם ריפארטן ווי מ׳שיקט זיי אין א ״בית המשוגעים״ אריין פאר אפאר וואכן אויס צופארשן צו סאיז טאקע ערנסט די מצב. אין די ספעציעל אפטיילונג פון די משוגעים הויז איז די טעמפרעטאור זייער נידריג און סאיז זייער קאלט דארט (ספעציעל געמאכט אז טאמער איינער וויל זיך יא נעמען דאס לעבן זאל עס זיין זייער שווער ווייל די בלוט פליסט נישט אזוי שנעל אין א קאלטע טעמפרעטאור), ווי אויך געבן זיי נישט קיין נארמאלע קליידונג און דאכענע מ׳זאל זיך נישט קענען דערשטיקען... איך קען א בעלזער אינגערמאן וואס האט געמאכט אזא וויץ מיט א דאקטער... פרעגט בעסער נישט...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
שבת מיין כוונה איז נישט צו טרייבן שפאס, לעצטענס הערט מען זייער אסאך אזעלכע פאסירונגן, ס׳וועט מיר זיין א חידוש אז אין א קאמיונעטי ווי מ׳זארגט אזוי פאר יעדעם זאל מען אזא זאך נישט באזארגן.
דאס איז לכאורה פונקט אזוי וויכטיג ווי אזעלכע ארגענעזאציעס ווי רב טוב, זיבנבערגן, אבותינו, רב להושיע. און מער קריטיש וויכטיג ווי אלע להסיר מכשול מעלדונגן
דאס איז לכאורה פונקט אזוי וויכטיג ווי אזעלכע ארגענעזאציעס ווי רב טוב, זיבנבערגן, אבותינו, רב להושיע. און מער קריטיש וויכטיג ווי אלע להסיר מכשול מעלדונגן
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
ס'דא ארגענעזאציעס וואו זיך צו ווענדן. זיי זענען לכאורה געליסטעט אין די טעלעפאן ביכל ציווישן אלע אנדערע ארגענעזאציעס. און אלענפאלס קען מען זיך אייביג ווענדן צו חברה הצלה און זיי וועלן עס שוין פלאצירן ביי וועמען עס באלאנגט.
זיי זענען טאקע נישט אזוי באקאנט ווי אר.סי.סי.עס. אדער בוני עולם. מ'וואלט זיי אפשר געדארפט בעסער מארקעטן.
זיי זענען טאקע נישט אזוי באקאנט ווי אר.סי.סי.עס. אדער בוני עולם. מ'וואלט זיי אפשר געדארפט בעסער מארקעטן.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
שלום שטיסל האט געשריבן:
דאס איז לכאורה פונקט אזוי וויכטיג ווי אזעלכע ארגענעזאציעס ווי רב טוב, זיבנבערגן, אבותינו, רב להושיע. און מער קריטיש וויכטיג ווי אלע להסיר מכשול מעלדונגן
די ביקור חולים'ס זענען באקאנט ווער עס איז בייהילפיג
רעליף און נאך זענען שדכנים צו גיטע פלעצער
אין עמערדזשענסי פאל איז דא ביי חברה הצלה טרענירטע אינגעלייט וואס קענען זיך אויס מיט די פעלער
איך האב עטליכע מאל בייגעוואוינט ווי חברה הצלה איז מסדר אינגעלייט עצהיו"ט
שבת אחים האט געשריבן:סאיז קיינמאל נישט ראטזאם צוזאגן פאר א דאקטער אז מ׳וויל זיך נעמען דאס לעבן, אפילו לאמיר זאגן נאר פאר א וויץ, ווייל לעגאל דארפן זיי נאכדעם יענעם ריפארטן
... איך קען א בעלזער אינגערמאן וואס האט געמאכט אזא וויץ מיט א דאקטער... פרעגט בעסער נישט...
כ'האב אמאל מיטגעהאלטן אזא מעשה אין דארט האט די דאקטער (physical Dr.) פארשיקט די פאציענט ווייל ער האט גוט געקענט די פאציענט און ער האט עם נישט געוואלט זען אין א משוגעים הויז נאכדערצו אז יענער איז געווען חתונה געהאט מיט קינדער. למעשה איז יענער געווארן געפערליך צובראכן ממש ווי קיינמאל בעפאר, אבער וואונדער איבער וואונדער... די מחשבות זענען מיטאמאל פארשווינדן געווארן!! (די הסבר, ווייל זי האט געזען אז מיט סטראשענען אויף טויט האט זי נישט באקומען די אטענטשען וואס זי האט געמיינט זי גייט באקומען).
בן אדם האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:אין עמערדזשענסי פאל איז דא ביי חברה הצלה טרענירטע אינגעלייט וואס קענען זיך אויס מיט די פעלער
איך האב עטליכע מאל בייגעוואוינט ווי חברה הצלה איז מסדר אינגעלייט עצהיו"ט
אזוי? נישט געוואוסט!!
פאר די אינפא, א אינגערמאן וואס האט אזא פראבלעם קען זיך ווענדן צו חברה הצלה?
אויב דער אינגערמאן וואוינט אין מאנרא אדער אין שיכון סקווירא קען ער אויך רופן חברה הצלה ד׳וומסב״ג, אדער די ארטיגע הצלה קען זיך אויך אויס מיט אזעלעכע פעללער?
זענען די אינגעלייט וועם חברה הצלה נוצט טרענירט? אדער זענען זיי פראפעשענאלס ווי בערל טויבער? די זעלבע שאלה אויף די פלעצער צו וועם ביקור חולים ריפעררד
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: אמת'ע געשיכטע - היימישע פרוי?
פרעג די קשיא אויף פיזישע פראבלעמען אויך. זענען הצלה יונגעלייט גרעסערע מומחים אין מעדיצין ווי די שלום בית קענערס?
איך הער אז הצלה אין לעיקוואוד האט א פסיכיאטרישע אפטיילונג, אבער איך ווייס נישט קיין פרטים.
לכאורה דארף דער לעזונג נישט זיין קיין אידישע. א גויישע זעלבסטמארד האטליין איז פונקט אזוי גוט. ביי יעדער בריק הענגט א טאוועל מיט א נומער אונטער די קעפעל Life is worth living. קלינגט אין זעט ישועות.
בשעת הלחץ זו הדחק, פון עצירות ושאר דוחקין, קען מען קוקען אין קורקלאנדס טלפון בוך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: אמת'ע געשיכטע - היימישע פרוי?
ייש"כ פאר׳ן מיטטיילען אייער ערפארונג.
דוכט זיך האבען מיר שוין אמאל גע׳אישי׳ט דערוועגען, אזש ס׳איז געגאנגען א רויעך (תרתי משמע).
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דוכט זיך האבען מיר שוין אמאל גע׳אישי׳ט דערוועגען, אזש ס׳איז געגאנגען א רויעך (תרתי משמע).
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
די אלגעמיינע האטליין וואס הענגט ביים טאוועל לעבן ברידזש וועט נישט העלפן פארן היימישן אינגערמאן ביי וועם דער גוי איז טמא ומטומא, הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב איז ביי אים פשוט פשט, און יעדע שווארצע דורכגייער איז כאפצעם פארברעכער. אפילו לשונות עכו״ם איז ביהרג ועל יעבור נאך די מילהאוויצע תקנות.
----
----
נישט אזוי זיכער, ער זאגט אז לכאורה שטייט דארט א נומבער, ס׳איז אבער נישט פארזיכערט, אזויפיל יא, פאר א תגובה אין שטיבל איז עס ווערט פאר אים. (די תגובה איז דאך געווען די דזשאוק אויף די גרופ פארן זמן, אלץ א בודאפעסטער כאפסטו נאר שפעט)ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בשעת הלחץ זו הדחק, פון עצירות ושאר דוחקין, קען מען קוקען אין קורקלאנדס טלפון בוך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: אמת'ע געשיכטע - היימישע פרוי?
נישט ווייל איך כאפ שפעט, נאר ווייל איך מאך שבת פרי....
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ריכטיג האט געשריבן:https://youtu.be/JTouQF5gqaM
ריכטיג: ייש"כ דער קליפ שיקט א שטארקן מעסעדזש פאר עלטערן און א יעדן איינעם אז מ'זאלל זיין וואכזאם איבער די סימפטאמען פון דיפרעסיע. אפילו אויב מ'זעהט נישט קיין אויסערליכע סיבה פאר יענעם מענטש צו זיין דיפרעסס'ד. די מעשה מיט יענעם יונגערמאן וועלכער איז ממילא געווען אויף העווי מעדיקעישן. און ער האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט א ברודער אן עושר און ער איז געגאנגען צו זיין ברודער און ר'האט איהם געזאגט אז אויב ער געט איהם נישט קיין געלט צו קויפן א הויז וועט ער זיך הרג'נען, ח"ו. און זיין ברודער האטציך טאקע דערשראקן און איהם געגעבן געלט. ס'הייסט ער האטציך בארימט מיט דעם אלס חכמה. אבער צום סוף האט ער נעבעך יא געטון די מעשה. די אויסערליכע סיבות און טעמים זענען נישט אינטרעסאנט. זיין ווייב איז געווען אלערט צו דעם און זי האט געוואטשט אויף איהם. פון איהם גיין ארבעטן איז דאך אפגערעדט אז ער איז נישט געגאנגען. קוים שבת אין ביהמ"ד. אבער ווען זי האט געדארפט ארויסגיין פון שטוב פאר 2 שעה, דאמאלס האט ער זיך ל"ע אויפגעהאנגען...! ווייל די מענטשן ווען זיי ווילן דאס אדורכפיהרן וועט גארנישט העלפן. און זיי זוכן די פאסיגע צייט צו דעם. ה' ישמרנו...!
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
עס איז קלאר אז כהיום איז דא פיל מער פראפעסיאנאלע מענטל הילף אין אונזער קאמיונעטי, אבער דאס איז געקומען פון אונטן ארויף דהיינו פון פשוטע(?) מענטשן וואס זענען געווען גרייט צו אראפנעמען די פאלשע מאסקע פון פנים און אנרופן דאס קינד ביים נאמען, דאגעגן זעלבסטמארד איז נאך אפיציעל פארשלייערט אונטער מיסטעריעס, טראגעדיעס, עקסידענטס, געשעענישן, וכדו׳ סא דער פשוטער ענטפער אויף שלום׳ס שאלה איז נישט עכט, אבער מען קען זיין זיכער אז איינמאל מען וועט אראפנעמען דעם שלייער וועלן זיך יאווען ארגענעזאציעס ווי שוואמען נאך א רעגן
#כי היא חכמתכם ובינתכם...
#כי היא חכמתכם ובינתכם...
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
די סיבה פארוואס זעלבסטמארד איז פארשלייערט איז מער ווייל די משפחות פארלאנגן דאס און באצווינגן אונזערע עסקנים ארויסצושטעלן א מעשה וואס וועט זיין א כבוד פארן משפחה.
פון פעלער וואס איך האב מיטגעהאלטן וואלטן די משפחות נישט אפעלירט פאר הילף ווען זיי וואלטן געוויסט אז ס'גייט גיין פובליק.
אמאל איז עס אויך נישט געווען אזא אפטע ערשיינונג ווי היינט. אפי' ביי אינגערע בחורים אין יארן פון דרייצן צו אכצן איז עס געווארן אן אפטע ערשיינונג צו וואס הצלה רעספאנד היינט.
אפשר איז כדאי אז אונזער חבר @הצלה מאן זאל ארויפקומען דא מיט א טיעפערע בליק.

זייער אינטערסאנט, אין נאבעמבער 2016, דאס איז בערך א האלבע יאר צוריק שרייבן זיי אז ס'איז נישטא ווי צו גיין פאר הילף. ביז יענע צייט האט שוין יעדער פון אונז מיטגעהאלטן צענדליגער צענדליגער אזעלכע פעללער.ריכטיג האט געשריבן:https://youtu.be/JTouQF5gqaM
-----------------------------
כ'מיין אז דער שלייער איז שוין אראפ, וויפל אזאנע מעשיות האמיר מיטגעהאלטן ס'לעצטע יאר אליין?געוואלדיג האט געשריבן:סא דער פשוטער ענטפער אויף שלום׳ס שאלה איז נישט עכט, אבער מען קען זיין זיכער אז איינמאל מען וועט אראפנעמען דעם שלייער וועלן זיך יאווען ארגענעזאציעס ווי שוואמען נאך א רעגן
#כי היא חכמתכם ובינתכם...
------------------------
און ס'דארף צוגעגעבן ווערן אז ס'איז אינגאנצן נישט קיין נייע זאך, נאר זייט דער עולם דרייעט זיך מיט סמארטפאונס ווערט נתגלה אזעלכע מעשיות מער אפט ווי אמאל, און מ'גלייבט נישט קיין אנגעגעבענע כבוד משפחה ווערסיעס. איך וויל נישט אריינגיין און אויסרעכענען נעמען, אבער ס'איז דא גענוג אזעלכע מעשיות פון די נ' יארן, און פון בעפאר אויך, ס'איז לגמרי נישט קיין נייע זאך. מ'האט אבער קיינמאל נישט געטון עפעס דערצו, די שאלה איז צו היינט טוט מען יא עפעס.
און אז מ'טוט איז אויך די שאלה ווער ס'טוט, די דזשואיש קאמיונעטי איז נישט איין קאמיונעטי, אונז זעמיר עטליכע קליינע קאמיונעטיס, איך ווייס אז דער פלעטבוש קאמיונעטי טוט דערין, איך שטעל מיר פאר אז 'אוהל' טוט דערין, די שאלה איז צו די וומסב"ג קאמיונעטי אדער די לעיקוואד קאמיונעטי טוט עפעס, די זעלבע מיט מאנסי סקווירא קרית יואל בארא פארק ועוד, ביי קיין איין פון די פלעצער איז סוסייד נישט קיין חידוש און א צופאל, ביי די אלע פלעצער איז שוין געווען אזעלכע מעשיות ביי די דאזן אין די לעצטע פאר יאר אליין, וויפל נאך גייט דארפן זיין אז מ'זאל עפעס טוהן.
וואס ריליעף טוט און ווער זיי זענען ווייסט דערווייל קייינער נישט דא, דער עולם ווייסט פון עפעס א נומבער אין ביזנעס דירעקטערי וואס שיינט צו זיין בדרך אפשר די נומבער פון ריליעף, א סורטש אויפן אינטערנעט ברענגט נישט ארויף קיין שום געפינס אויף זיי, וווייסט איינער וואס דאס איז?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 290
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 523 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
וואס ריליעף טוט און ווער זיי זענען ווייסט דערווייל קייינער נישט דא, דער עולם ווייסט פון עפעס א נומבער אין ביזנעס דירעקטערי וואס שיינט צו זיין בדרך אפשר די נומבער פון ריליעף, א סורטש אויפן אינטערנעט ברענגט נישט ארויף קיין שום געפינס אויף זיי, וווייסט איינער וואס דאס איז?
ס'איז א referral service, זיי האבן מענטשן וואס זענען באהאוונט וועלכע טעראפיסט אדער סקייעטריסט איז גוט פאר געוויסע פראבלעמען און זיי פראבירן צו העלפן מענטשן צו באקומען די בעסטע הילף לויט זייער סיטואציע.