מה יפית - געדאנקען איבער שנאה און שלום אין 2017

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

מה יפית - געדאנקען איבער שנאה און שלום אין 2017

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

מאז היתה ישראל לגוי, איז דער פיינטשאפט פונעם גוי צום איד - און אויך פארקערט, פונעם איד צום גוי - אייגעבאקן אין דאס נפש פונעם פאלק.

ווען אימער עמיציר טיילט זיך אפ פונעם כלל און נאך דערצו אונטער׳ן פאן פון העכערקייט און דערקלערט זיך חשוב׳ער אדער בעסער פון אנדערע, ברענגט דאס מיט זיך נאכווייען פון קנאה וואס פירט נאטורליך אויך צו שנאה. פון דארט ביז עמפטליכע האס אויך אין מעשים, איז געווענליך בלויז א שפאן.

מלמד שהיו ישראל מצויינים, כלל ישראל האט זיך אלעמאל געלערנט צו זיין אפגעזונדערט, און אז מען קוקט אריין אין שו״ע זעהט מען וויאזוי אט די אויסגעצייכענקייט איז פארוואנדלט געווארן אין תילי תילים עיקרי הלכות וואס שאפן היינט דאס וועזן פונעם איד.

הגם דאס איז זיכער נישט די איינציגסטע סיבה, שפילט דאס אבער יא קלאר א ראלע אינעם הלכה בידוע, אז עשו שונא ליעקב. אז מ׳שטייט ארויס, איז דאס ווי א דארן אין די אויגן.

מצד השני, איז דער שנאה פונעם איד צום גוי מער א נאטורליכע רעזולטאט פונעם גוי׳ס אונטערדריקונג, ס׳איז פארוויקלט אין פחד פון די נאכאנאנדיגע רדיפות במשך הדורות.

שנאה איז אבער פון די סארט מדות גרועות, וואס בלייבן שטעקן אפילו לאנג נאכדעם וואס דער סיבה הגורמת איז מער נישט רעלעוואנט און אפילו ווען ס׳איז שוין אויך בטל ומבוטל.

נעמט למשל די שנאה וואס געפינט זיך ביי רוב מנין ומנין פון אחב״י אנטקעגן די בני ישמעאל.

נו אוודאי זענען פון דעם פאלק דא רוצחים און חיות טרף וועלכע האבן פארצוקט פון אונז אומשולדיגע קרבנות, און אוודאי ווערן די מוחות ביי זיי אנגעפיקעוועט מיט פרימיטיווע האס אנטקעגן אונז נאך פון יונגווייז אן, אבער די קאלעקטיווע שנאה און נטירת איבה וואס הערשט ביי אסאך פון אונז אנטקעגן יעדן פאלעסטינער אראבער, איז אין אסאך בחינות גארנישט ווייניגער פרימיטיוו.

מען פארגעסט זיך אפצושטעלן און באטראכטן דעם יחיד באשר הוא שם, און נאך ערגער פון דעם, מען פארגעסט בכלל זיך אפצושטעלן און בכלל צו טראכטן.

אז מען טראכט נישט צופיל אריין איז גאר גרינג אריינצופאלן אינעם פאסטקע פון דעות קדומות און פרימיטיווקייט, בפרט ווען ס׳האנדלט זיך מיט א בר פלוגתא מיט וועמען עס קומט נאך היינט צוטאג׳ס פאר א פארמעסט אויפ׳ן שלאכטפעלד.

לאמיר דערפאר נעמען דייטשלאנד אלץ א צווייטן משל. די דייטשן זענען א פאלק פון וועמען מיר האבן זיך ערשט נישט לאנג צוריק געפערליך אנגעליטן אבער מיט וועמען מיר זענען היינט נישט אין דירעקטן קאנפליקט.

איז פארהאן א סיבה אז מיר זאלן היינט צוטאג׳ס פיינט האבן קינדער און אייניקלעך פון א געזעלשאפט וואס האט צוגעלאזט און אפילו אנטייל גענומען אין אן אויסגעשפראכענעם גענאסייד דירעקט אנטקעגן אונזער פאלק?

מ׳רעדט נישט פון ״פארגעבן״ די געפערליכע אומרעכטן, דאס קומט געוויס נישט אין באטראכט ווייל קודם כל זענען מיר דאך בלויז קינדער און אייניקלעך פון די געליטענע און עס איז פשוט אוממעגליך פאר אונז צו רעדן אין זייער נאמען, והשנית, ווי איז בכלל מעגליך צו פארצייען מארד, פון א יחיד, ווער רעדט נאך פון א רבים, א קולטור, א עפאכע, אאו״ו. עס איז נאך נישט באשאפן געווארן אזא סארט היילונג און עס איז זיכער נישט אין די ראמען פון אונזער יכולות.

ניין, מ׳רעדט דא פון שנאה, אדער בעסער געזאגט אפצוטאן און אפצושיילן די נאטורליכע שנאה וואס הערשט ביי אונז אין הארצן קעגן דעם דייטשן פאלק.

און אויב דאס איז נאך נישט מעגליך ווייל דער וואונד איז נאך צו פריש און צייט האט עס נאך נישט אויספיעט צו פארהיילן, וואס איז לגבי שפאניע, א אימפעריע וואס האט אונז דערנידערט און פארוואגעלט פינעף הונדערט יאר צוריק אבער זענען שוין לאנג נישט ברומו של עולם אדער אין א פאזיציע אונז שלעכט׳ס צו טאן היינט צו טאג׳ס, ברויכן מיר נאך אלץ אנהאלטן א טיפע פיינטשאפט צום שפאנישן גוי אלץ זכר לחורבן?

און אויב א שטיקל פיינטשאפט צום שפאניארד איז נאך יא גילטיג מכח דעם כלל פון ״איך האב דיר פיינט, פשוט ווייל דו האסט מיר פיינט״ אן קיין אונטערשייד לגבי אקטיווע האסליכע פעולות בזמנינו, שטעלט זיך די פראגע, וואס וועט זיין מיט עמיציר וועלכער שטעלט זיך ארויס בריש גלי, קלאפט על חטא און בעט פארגעבונג על שבר בת עמי, איז נאך דאן אויך דא א זין אנצוהאלטן א שנאה מדורי דורות?

כלפי מה דברים אמורים, כלפי דעם אויפברויז אויפ׳ן קליפ וואס דרייט זיך ארום אין די יעצטיגע טעג מבית מדרשו ומבאי ביתו של לואי שיינער הי״ו, וויאזוי זיי ענטפאנגען דעם היינטיגען פויבסט באותות של אהבה, בשירה ובזמרה.

מאנכע זעהן אין דעם א שרעקליכער ירידת הדורות און א מעשה שלא כהלכה דורך בלויזע פוחזים וריקים.

ס׳איז גרינג צו פארשטיין וויאזוי אזא אקט קען ארויס ברענגן א טיפע איבל ביי שלומי אמוני ישראל וועלכע זענען ערצויגן געווארן אויפ׳ן שויס פון אמת׳ע פארציילונגען וועלכע מאלן אפ די שרעקליכע היסטארישע אומרעכטן וואס זענען אראגאנאזירט געווארן קעגן אונזערע עלטערן דורך - און אין נאמען פון - די קריסטליכע רעליגיע.

פאר טויזענטער יארן איז די קירכע געשטאנען אין שפיץ פון א מיסיע אונטערצוברענגן כלל ישראל בגוף ובנפש, און דא גייט מען און מ׳טאנצט ״מה יפית״ מיט ביליגע חנופה צום עומד בראש, דער איינער מענטש וועלכער פארטרעט די קריסטליכע אפאראט און אלעס בייזן וואס זי שטעלט פאר.

אבער אז מען שטעלט זיך אפ מער אריינצוטראכטן, איז דא א מקום צו קלערן אז פונקט פארקערט, אויף וואס ארויף זאלן מיר זיין די וואס זוכן ווייטער צו איינווארצלן טיפע האס צווישן פעלקער אויפ׳ן חשבון פון א פארגאנגענהייט וואס איז שוין היינט נישט רעלאטיוו.

דער היינטיגער פויבסט, און זיין פארגייער, האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט קוראזש צו פארדאמען די אומווערדיגע מעשים וואס זענען אפגעטאן געווארן קעגן אידענטום און דאס דערקלערט אלץ א פלעק אין זייער היסטאריע.

זיין מעסעדזש טראגט א אומגעהויערן געוויכט פאר אן ערך פון איבער צוויי ביליאן קריסטן איבער דער גארער וועלט, עס דערקלערט אז דער אור אלטער שנאה קעגן דעם אידישן פאלק איז זינלאז און ס׳איז שוין העכסטע צייט אנטרינען צו ווערן דערפון.

טא, פארוואס זאלן מיר נישט ענטפאנגען דעם נייעם ווינט פון פרידן און חרטה און העלפן ערמעגליכן אז די וועלט זאל זיין מער א מקום מנוחה ושלוה ווי פארקערט?

אמת, מיר זוכן טאקע נישט אנצוקניפן קיין באזונדערע פריינטשאפט מיט קריסטענטום, און מעגליך אז דער כלל פון ״לא מדובשך ולא מעוקצך״ איז פונקט אזוי גילטיג היינט ווי אמאל, מיר האבן און מיר גיבן זיך בסייעתא דשמיא פיין אן עצה על אפם וחמתם פון שונאי ישראל, נאר דאס מיינט נישט אז מיר מוזן זיך פיינט האבן.

מענטשליכע באציאונגען צווישן אידן און דעם וואטיקאן איז אן אות לטובה, עס ערמעגליכט א דיאלאג צו פארגלייכן דיפערענצן, אויסצושפייען עקסטרעמע אנשויאינגען און צו פארמיידן ווייטערדיגע שנאה פאר די קומענדיגע דורות.

מיר אידן, חוץ אונזער אייגנארטיגקייט ווי אויבנדערמאנט, פארמאגן אויך אן אנדערע סארט אויסגעצייכענקייט, דער הצטיינות פון שלום בבחינת ״אתה שלום ושמך שלום״, דארפן מיר זיך דערפאר צוכאפן צו שלום און טון וואס נאר מעגליך דאס צו פארווירקליכן.

אלץ זרע ישראל רחמנים בני רחמנים, דארפן מיר שטרעבן צו זיין א פאלק פון פרידן, א געמיינדע פון שוחרי שלום וועלכע זוכן בלויז מרבה צו זיין שלום בעולם אפילו מיט אזעלכע וועלכע האבן אונז בא׳עוול׳ט אין די פארגאנגענהייט.

דער רמב״ם כידוע פסק׳נט להלכה אז ס׳איז אסור ארויסצוגיין אין מלחמה - אפילו א מלחמת מצוה! - איידער מען האט ערשט פרובירט דרכי שלום.

שלום איז דער העכערער אידיאל, ווייל אן שלום קען די וועלט און דאס מענטשהייט נישט האבן קיין קיום. גאט האט איבערגעגעבן דעם וועלט׳ל פאר׳ן מענטש לעבדה ולשמרה, נישט איר צו פארדארבן אדער חרוב מאכן, און דער פשוט׳סטער מיטל וויאזוי דאס צו ערמעגליכן איז דורך אויסרייסן שנאה און פארשפרייטן שלום.

ווען דער חכם מכל אדם האט ערווענט ״מה יפית״ האט ער דאס פארבינדן מיט אהבה. אהבה איז טאקע א העכערע מדריגה און ברויך צו דינען אלץ א איד׳ס שטרעבן ווי ר׳ חיים ויטאל שרייבט: ״ויאהב כל הבריות אפילו גויים״ (שערי קדושה ח״א שער חמישי), אבער ווען ס׳קומט צו אהבת הבריות און קיום העולם, זאל כאטש זיין שלום.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מה יפית - געדאנקען איבער שנאה און שלום אין 2017

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער אפשיי צו דער באזוך האט גארנישט מיט שנאה. דאס פעלט אין גאווה יהודית. מיר האבען נישט קיין כבוד פון זיי, און מ׳דארף זיך מער בארימען פון א באזוך מיט א פשוט׳ער כולל יונגערמאן ווי מיט דער פויפסט. ווען מיר וואלטען זיך עכט שטאלצירט מיט וואס מיר זענען, וואלט מען אנגעקוקט א באזוך אין וואטיקאן ווי א באזוך אין ביה"כ. אפשר דארף מען גייען, אבער האלט עס שטיל, נישט יעדער דארף וויסען דערפון.

אידישקייט איז נישט דער רעליגיע פאר אידען ווי די קריסטליכע רעליגיע איז צום גוי. מיר דינען איין באשעפער, זיי שטרעקען זיך אויס צום געהאנגענע ממזר. ער איז דער הויפט פון מענטשען וואס גלויבען אין פוסטע לאקשען, ווען מיר זענען זוכה צו לערנען דער געטליכע תורה און איהם דינען דערמיט.

אפשר איז דער גוי נישט מוזהר אויף שיתוף, אבער דער סרחון פון עבו"ז איז עס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

דיין אפטייטשונג אויפ׳ן אפשיי שטעלט דעם ענין אינעם זעלבן קאטאגאריע ווי עמיציר וואס איז פארנומען מיט סעלפי׳ס און איז מפרסם ברבים יעדן קראצער וואס ער באזוכט. אויב איז דאס די סיבה, דאן איז א קנאפע אונטערשייד צו מ׳פארבינדט דעם איבל מיט יהדות אדער נישט.

דער ענין דא איז אבער גאר אנדערש, ס׳איז ווי מער געוואונטשען מפרסם צו זיין דעם באזוך קדם תבל ומלואו, זאל יעדער זעהן אז מיר קומען זיך דורך ווי מענטשן און ס׳איז נישטא מער קיין מקום פאר טינה, קנאה און שנאה. דאס האט גארנישט מיט רעליגיע, דעות אדער אמונה, בלויז א מענטשליכע דיאלאג צו פארשפרייטן כבוד הדדית בין העמים.

ארויסצוווייזן שלום און רעספעקט צווישן אידן און דעם פויבסט מיינט נישט שוואכקייט, פארקערט, די הרגשה אז דאס ווייזט אפשר ארויס שוואכקייט, קומט פון שוואכקייט.

מיר קענען זיין שטאלץ אין ארויסווייזן מענטשליכע באציאונגען און אין די זעלבע צייט אויך בלייבן שטאלץ מיט אונזער רעליגיע און תורה׳דיגער צוגאנג, ס׳איז בכלל נישט קיין סתירה. פארקערט, ס׳איז גאר געבינדן איינס אין צווייטן.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מה יפית - געדאנקען איבער שנאה און שלום אין 2017

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איינער וואס איז מפרסם יעדער ריר, איז עס סתם א תאוות הפרסום. איינער וואס איז מפרסם זיין באזוכינגונג מיט חשוב׳ער מענטשען, און בתוכם איז איינער וואס האט נישט קיין געלט צו מדינה, און זיין חשיבות באשטייט פון עבו"ז, איז עס עקעלדיג.

יא, גיי מאך שלום מיט סיי וועמען. גיי צו מענטשען וואס האבען פיינט אידען און פראביר שלום צו מאכען מיט זיי. פארראקהאן מיט אכמאדינעדזשאד וכדו׳. (פאשרטייט זיך, נישט דורך זיך צושטעלען צו זייערע פייט. אזוי בלייבט מען שלעגערס, נאר אויף די אנדערע זייט) אבער דער חשיבות פון דער פויבסט דארף זיין א זאך פון וואס עובדי ה׳ עקלען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

ס׳מאכט אים נישט מער חשוב ווי א גאווערנאר מיט וועמען ראשי ישיבה וועלן זיך טרעפן צוליב געלט, ער פארמאגט געוואלדיגע השפעה און אזא קליפ פארוואנדלט אים אין א שופר אויסצושרייען פאר יעדן קט מוח רעד נעק וואס פירט חשבונות מיט אידן ווייל מ׳האט געהאנגען זיין אפגאט צוויי טויזענט יאר צוריק, זיך צו בארואיגן און זיך פארנעמען מיט וויכטיגער׳ס.

ואולי י״ל, אז אזא קליפ טוט מער אויף פאר אידישקייט און מענטשליכקייט ווי ארויסצושלעפן געלט פון גאווערנאר׳ס ודומיהם, ואכמ״ל.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מה יפית - געדאנקען איבער שנאה און שלום אין 2017

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דו ענטפערסט נישט מיין פאוינט. ווער רעדט פון מאכען חשוב? ווער רעדט פון די תוצאות? די זענען נישט מיין נושא. דער עצם זיך מכניע זיין צו א פרעמדע געטשקע, דורכ׳ן מכבד זיין און זוכען כבוד פון איינער וואס זיין גאנצע באדייט איז דער קנעכט פון דער געטשקע, איז א בזיון.
טאמער עס טוט אויף, נעמט עס נישט צו פון די בזיון. טאמער א קלוגע איד מאכט דער חשבון אז דער אויפטוה איז ווערט, מילא. אבער דא רעדט זיך פון אפגעריסענע משוגעים, צודרייטע ליידאקעס, וואס נאכ׳ן אויפזוכען שלמה המלך׳ס טאכטער מיט שעפסלעך, און חתונה האבען מיט מארראנאס, האבען זיי געטראפען א נייעם וועג צו בלייבען אין די נייעס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואסי פשט אז די לינקע ניקס דא אין שטיבל זענען נישט מסוגל צו זעהן עפעס אנדערש, יעדע נעגעטיווע מיינונג איז לויט זיי שנאה און פחד (hate און phobia בלע"ז). עקל און אפשיי פארנעמט ביי אייך שוין נישט קיין פלאץ? ס'איז טאקע נישט מעגליך אז כ'זאל האבן דורכגעטראכט די זאך און געקומען צו אן אנדערע מסקנה פון א שכל'דיגע שטאנדפונקט? פארוואס זענט איר אזוי מצומצם צו די צוויי נטיות? וויפיהל מען זאל זיי פראבירן מסביר זיין אז יא, ס'איז דא אזא זאך אז אמונת השילוש עקלט פאר א מאמין בטהרת היחוד, שלום איז טאקע א שיינע זאך אבער פארט מיין איך אז די סארט ידידות איז צו ווייט געגאנגען (אדער סתם אטענשן זוכער ווי אנדערע ערווענען), קומען זיי אלץ צוריק אז ניין, פחד און שנאה!, קאם אן גראו אפ, ס'איז דא אזא מושג ווי "מיינונג" אויכעט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ליהוי ידוע, אז איך בין מעגליך פרום, אבער לינק געשטימט אין רוב עניני דעות. נאר דא האלט איך אנדערש. אלזא, באשולדיג נישט די לינקע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

[tag]ריכטיג[/tag], אמת מען מעג און מען קען האבן אבשיי פון נצרות ווייל זיי גלייבן אין שילוש, אבער איך גלייב אז רוב אידן וואס טומלען איז עס צוליב שנאה און פחד.
דו און ליטוואק פון בודעפעסט זענען מן הסתם פון די מיעוט וואס האבן אן אבשיי צילוב שילוש.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער רעדט פון מאכען חשוב?

ע״ל אין דיין פריערדיגע תגובה צו וואס כ׳האב זיך באצויגן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זיין חשיבות באשטייט פון עבו"ז,

דער חשיבות פון דער פויבסט דארף זיין א זאך פון וואס עובדי ה׳ עקלען

והוא הדבר אשר דברנו אז זיין חשיבות פאר אונז באשטייט פון דעם אז ער האט א כח השפעה אויף ביליאנען מענטשן, דאס איז א מציאות, מ׳מוז דאס נישט מחשיב זיין אבער מ׳קען דאס אויסנוצען לטובה צו ברענגן א סוף צו וויסטע שנאה וואס איז אנגעזייעט איבער די וועלט.

ליטוואק, דו פארנעמסט זיך מיט דעם ספעציפישן באזוך און ווער פונקטליך די חברה זענען און פארזעהסט ליידער מיין עיקר נקודה אז אפגעזעהן ווער ס׳האט זיך געטראפן און פארוואס ער האט זיך געטראפן, דאס עצם טרעפן מיינט נישט הכנעה, מ׳קען מכבד זיין א מענטשן אלץ מענטשליכקייט און ס׳מיינט נאך נישט אז מ׳בוקט זיך צום אותו איש אדער לאותו מקום. ועיקר העיקרים, אז מיר, אלץ א געליטן פאלק, דארפן אויסניצן געלעגנהייטן צו פארשפרייטן שלום און אפצוטאן שנאה, כי בנפשנו הדבר.
כאן, חבל טבור הארץ.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איך זעי נישט דא קיין שנאה און פחד ס'איז ענדערש א הבדלה בין קדושה לטומאה

אגב [tag]ריכטיג[/tag]'ס תגובה פארלאנגט א ענטפער מצד דעם פותח האשכול
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יתרו האט געשריבן:[tag]ריכטיג[/tag], אמת מען מעג און מען קען האבן אבשיי פון נצרות ווייל זיי גלייבן אין שילוש, אבער איך גלייב אז רוב אידן וואס טומלען איז עס צוליב שנאה און פחד.

פארוואס דארף מען זיין אזוי דזשאדזשמענטל? עס הרג'ט אפ יעדע ויכוח ענייני.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מה יפית - געדאנקען איבער שנאה און שלום אין 2017

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען מ׳וואוינט אין א לאנד, און מ׳איז אונטערגעווארפען אונטער די גזירות פונ׳ם קעניג, איז דאס גייען צום קעמיג זיך צו באשיצען נישט קיין הכנעה צום טומאה, נאר זיך ארויס געראטעוועט פון זייער הענט. ביסט סייווי אונטער זייער הערשאפט, וואס לייגט מען דערמיט צו? צוליעב דעם האבען אלע גדולי ישראל געשיקט שלוחים צו זיצען אין געזעץ הייזער צווישען גוים און כופרים צוצוהעלפען אידישע נויטען, און די אלע ממשיכי דרכם פון גדולי ישראל נאכ׳ן קריג האבען געזען אז אין א"י און ענגלאנד\אמעריקא איז אויך אזוי. אנדערע האבען געוואלט מחדש זיין אז א"י איז אנדערש, אבער כלל ישראל האט עס נישט אנגענומען.

גייען פון די אייגענע ווילונג זיך אונטערווארפען אדער אפילו מכבד זיין איינער ביי וועמען דער תורה האט דיר נישט אונטערגעווארפען, דאס איז א התחברות און א בזיון מרצון. די ראשונים האבען קיין ברירה נישט געהאט, דעריבער איז עס נישט אונטערגעווארפען. נישט מדין אונס, נאר ווייל ס׳איז טאקע נישט די זעלבע מעשה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט