חאצקל האט געשריבן:דער יסוד פון אידישקייט איז דער לבוש וואס בזכות דעם זענען אידן אויסגעלייזט געווארן פון עגיפטן. דערפאר מוז מען זיך האלטן צום לבוש פון די אבות און אבות אבותינו ווייל אויב מ'הייבט אן טוישן איין זאך ספעציעל א לבוש ווער ווייסט ווי מ'קען זיך דערקייקלען, ווי ס'איז ידוע פון כמה וכמה פעמים וואס מענטשן וואס האבן געטוישט זייער לבוש זענען שפעטער אראפ פון וועג המשנה ידו על התחתונה
מיר זענען ארויס פון עגיפטן מיט הויכע אדער פלאכע הוטן?

אוודאי מיט בריטע היטן! ווי אזוי זאגט נאר די מדרש דארט? מעם לועז; מלמד שלא שינו את הכובע, ובני ישראל יצאו ביד רמה; בהכובע הכי רוחב. ועוד דרשו רז"ל, מעם לועז; מלמד שלא שינו את לשונם ודיברו בינהם דייקא באידיש. וזה היה החורבן של הערב רב, דבכדי להביא קרירות בעם הנבחר מצאו מטכס קל, דהיינו להחליף רק הכובע המקובל לכובע משונה כעין שטאפענע היט, באומרם דאין זה מיסודות הדת ומכאן הצליחו ל"ע להכניס קרירות בתוך כלל ישראל עד שהצליחו ל"ע להחטיאם בחטא העגל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
טאקע געטראפן אן אלטער כתב יד אין די מעזבוזש גניזה: הרב ישראל בעל שם קודם שנתגלה הלך בוכבע עם סדק ארוכה וקצרה {הערת הבחור הזעצער: קריעת ים סוף היט} ולאחר ההתגלות נתעטר בכובע רחב {...קצת מטושטש...} כמבואר בשו"ע הל' שבת סי' שט"ו שהוא כאוהל וממנו יתד ופינה כובע זו לעם ישראל היראים והכשירים ומנה לא תזוע עכ"ל
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
משה געציל האט געשריבן:גאנץ פשוט, עס וועט נאך קומען א דור אין זאגן אז סאטמאר רב האט זיך מוסר נפש געווען אויפן שטריימל - כאילו דאס איז דער יסוד אין אידישקייט-אויף דעם האט יאנקל צוגעברענגט א מעשה רב. אבער איך האלט סתם אזוי אז די מעשה איז נישט רעלעוואנט, ווייל מען גייט דאך ממילא לייקענען די מעשה איין טאג אזוי ווי א סאך אנדערע מעשה׳ס.
אקעי נישט מוסר נפש געווען, אבער ער האט עס למעשה איינגעפירט, ווי עס איז באקאנט זענען רוב סאטמארע אידן אין אונגערן און אויכט אין די בראשית יארן אין אמעריקע נישט געגאנגען מיט א שטריימל שבת נאר מיט א ביבער הוט.
דאכט זיך אבער אז אזוי ווי מיט אנדערע מאמרים האבן מיר נישט קיין פראבלעם מיט אן אלטן פארשטופטע מאמר חז"ל אפילו עס האט א קלארער מקור אין גמרא. מיר האבן א פראבלעם מיט די וואס זאגן עס איבער.
צ.ב.ש. אין סאטמערער שולע קאכט מען זיך אין דעם בשם רבינו הקדוש, ומי יבא אחר המלך אויב דער רבי האט זיך געקאכט אין דעם. ד.ה. עס איז נישט מעלה ומוריד פון וואו דער מאמר שטאמט, איינמאל עס איז גענוצט געווארן דורך פריערדיגע מנהיגי ישראל אלס הוראה לדורות קענט איר שוין היינט נישט אוועק מאכן דעם מאמר, ובפרט אז עס שטיצט א זאך וואס מ'באטראכט סייווי אלס יסוד אדער צום ווייניגסטנס אלס וויכטיגע טייל אין אידישקייט.
זאת ועוד, וויבאלד דער מאמר איז געווארן דער יסוד און נערוו-סיסטעם אויף וואס די גאנצע לבוש נארמע - אריין גערעכנט אזעלעכע הייקעלע חלקים ווי צניעות, מסורה און משפחה אידענטיפיקאציע - איז געבויט, איז דער היינטיגער סיסטעם זייער הייקל צו דעם מאמר, און אויב מ'וויל טוישן א הוט טאר עס נישט זיין אויפן סמך אז דער מאמר הויבט זיך נישט אן, ווייל דאס טשעפעט אטאמאטיש די גאנצע לבוש נארמע, דערפאר וועט עס באטראכט ווערן ווי אפיקורסות ווי איינער וואס וויל אונטערברעכן יסודות.
דערפאר אויב ווילט איר טוישן דעם הוט מיט א למדנ'ישע היתר קען עס נאר זיין אויפן סמך אז א הוט איז נישט בכלל שינו את לבושם. איר וועט נאך מיט דעם פשט אויך האבן צרות ווייל עס איז סוף סוף נישט אקצעפטירבאר צו טוישן א הוט, און טשעפעט (אויסער אייער כבוד) די צוזאמגענומענקייט פון א משפחה און קרייז און קלאמפירשטע מסורה און קוקט אויס פארדעכטיגט. אבער כאטש נישט געטשעפעט דעם נערוו סיסטעם פונעם לבוש נארמע ווי ווען מ'טוט עס אויפן סמך אז דער מאמר איז נישט אמת.
איך האב גערעדט פון להלכה, און דו רעדסט פון למעשה. אבער מיש נישט שינוי לבוש מיט צניעות, און בגדי ע"ז, איינס האט נישט מיט'ן צווייטען, ווייל אויב איז דא אן איסור אויף שינוי לבוש איז דאס אפילו אויב איז די גוישע קליידער מער צניעות'דיג. דרך אגב, איך האב נישט געזען קיינעם שרייען אויף די טאליבאן פרויען אז זיי זענען משנה דעם אידישן לבוש, און ביי זיי איז עס מער בגדי ע"ז, ווייל די קליידער קומען פון די איסלאמישע רעליגיע. קען אבער זיין אז נישט, ווייל איסלאם איז נישט זיכער אז ס'גייט אריין אין כלל פון ע"ז, וויבאלד זיי גלייבן אין ייחוד השם.
חאצקל האט געשריבן:דאכט זיך אבער אז אזוי ווי מיט אנדערע מאמרים האבן מיר נישט קיין פראבלעם מיט אן אלטן פארשטופטע מאמר חז"ל אפילו עס האט א קלארער מקור אין גמרא. מיר האבן א פראבלעם מיט די וואס זאגן עס איבער.
איך בין מוחה אויף דעם זלזול אין חז"ל. א טיפישע ביישפיל פון מתוך שבחם בא לידי גנותם. ווייל מ'וויל גרויס מאכן "די וואס זאגן עס איבער" מאכט מען רח"ל אוועק חז"ל.
משה געציל האט געשריבן:גאנץ פשוט, עס וועט נאך קומען א דור אין זאגן אז סאטמאר רב האט זיך מוסר נפש געווען אויפן שטריימל - כאילו דאס איז דער יסוד אין אידישקייט-אויף דעם האט יאנקל צוגעברענגט א מעשה רב. אבער איך האלט סתם אזוי אז די מעשה איז נישט רעלעוואנט, ווייל מען גייט דאך ממילא לייקענען די מעשה איין טאג אזוי ווי א סאך אנדערע מעשה׳ס.
אקעי נישט מוסר נפש געווען, אבער ער האט עס למעשה איינגעפירט, ווי עס איז באקאנט זענען רוב סאטמארע אידן אין אונגערן און אויכט אין די בראשית יארן אין אמעריקע נישט געגאנגען מיט א שטריימל שבת נאר מיט א ביבער הוט.
אודאי האט דער רבי געהאלטן אז עס איז וויכטיג אז דער עולם זאל גיין אין שטריימלעך. די יסוד פון די מעשה איז אז נישט דער עצם שטריימל איז די עיקר, נאר די מהלך אין אידישקייט. אנדערע וואלטן געזאגט אז "ס'איז נישט שייך צו מאכן שבת אין א הוט" וואס אזא זאך איז לענ"ד ווייט פון דעם רבינ'ס מהלך.
נישט פארגעסן ביים שהחיינו די צווייטע נאכט. אינזין האבן דעם נייעם הוט און ביי די תקיעות צו בלאזן אויף די באטראפענע און פארוואונדערטע... און פארווייטאגטע
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש האט געשריבן:נישט פארגעסן ביים שהחיינו די צווייטע נאכט. אינזין האבן דעם נייעם הוט און ביי די תקיעות צו בלאזן אויף די באטראפענע און פארוואונדערטע... און פארווייטאגטע