שיר של פגעים – אורך ימים אשביעהו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שיר של פגעים – אורך ימים אשביעהו

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]פסח שני, תשע"ז
לכבוד אנ"ש הקרובים אלי, הי"ו

[center]שיר של פגעים – אורך ימים אשביעהו[/center]

א פסוק פון איינע פון די חשוב'סטע פרקים פון איינע פון די חשוב'סטע 24 ספרי קודש, קאפיטל צ"א אין ספר הק' תהילים לדוד מלך ישראל, איז לעצטענס געזונגען געווארן בכלי שיר דורך עטליכע אידישע פרום געווארענע ציגאנער, ספיחים, שקשים לישראל כספחת, זעלבסט געקרוינטע כלל פארזארגערס - לכבוד דעם ראש הכנסיה, ראש הכופרים בתורת משה וחכמינו ז"ל. כאטש וואס דער אינצידענט איז פארגעקומען בחדרי חדרים, איז אבער די געשעהניש ליידער מפורסם געווארן, און די חילול ובזיון פון אונזער גאט און זיין עם הנבחר, שטעכט דעם הארצען פון יעדן באזעצענע כשר'ע איד, די שארית ישראל המאמינים בתורה שבכתב ושבעל פה, די געציילטע לבבות וואס לאזן נישט די ערלת הלב אינגאצען פארלעשען דאס אידישע געפיל.

רבן שמעון בר יוחאי זאגט (זוהר הק' פרשת פקודי): כל זמנא דאיהו קיימא בסטרא דא דקדושה (ווילאנג א מענטש האלט זיך צו די קדושה זייט), כל קדושין וכל דכיין מתדבקין ביה (אלע הייליגקייטן און ריינקייטן וועלן זיך צוקלעבן צו אים), יקרא (ער וועט רופן) וקב"ה יתיב וישמע ליה (און ה' וועט צוריק ענטפערן און צוהערן אים), עליה כתיב (אויף אים שטייט די פסוק) יקראני ואענהו (ער וועט מיך רופן, און איך וועל אים ענטפערן), עמו אנכי בצרה (איך בין מיט אים אין צייט פון קלעם), אחלצהו ואכבדהו (איך וועל אים ארויסראטעווען און אים מאכן גע'ערט), אורך ימים (מיט לאנגע יארן) אשביעהו (וועל איך אים זאט מאכן), ואראהו (און איך וועל אים ווייזן) בישועתי (מיט מיין הילף). וכל זמנא דאיהו קיימא בסטרא דמסאבא (און כל זמן ער שטייט אויף די שמוציגע זייט, איז) כל מסאבו (יעדע טומאה) וכל חובה (און יעדע זינד) וכל בישין (און אלס שלעכט) מתדבקן ביה (קלעבן זיך אן אין אים), ולית מאן דישמע ליה (און ס'איז נישטא ווער ס'זאל אויסהערן זיינע תפילות). מרחקא איה מקב"ה (ער איז דערווייטערט פון ה'), עליה כתיב (אויף אים איז געזאגט געווארן די פסוק), רחוק מרשעים ישועה, וכתיב גם כי תרבו תפלה אינני שומע.

סוף דבר, דער פסוק "אורך ימים אשביעהו" איז געזאגט געווארן אויף איינער וואס איז דבוק די קדושה.

תפילה למשה – פון קאפיטל צדיק ביז נאך קאפיטל ק', 'מזמור לתודה', זענען מיסודו פון משה רבינו, און טראגן גאר א ספעציעלע חשיבות (קאפיטל צ"ב, מזמור שיר ליום השבת, האט משה רבינו מקבל געווען פון אדם הראשון און מוסיף געווען מדיליה), זייער תוכן זענען די יסודות הדת, עניני קבלת התורה, נבואה, אחרית הימים און תחיית המתים. צוליב דעם גייט נישט אריבער א וואך וואס מ'זאל נישט זאגן די דאזיגע פרקים. 'תפילה למשה' און 'יושב בסתר' איז שבת'דיגע פסוקי דזמרה, ('יושב בסתר' זאגט מען אויך מוצאי שבת עפ"י רוב, און ביי קרי"ש שעל המיטה), 'מזמור שיר ליום השבת' זאגט מען דריי מאל יעדע שבת, 'ה' מלך' שיר של יום שישי, און צוויי מאל שבת, 'א-ל נקמות ה'', שיר של יום רביעי. 'לכו נרננה' וכו' פרייטאג צו נאכט'ס, און 'מזמור לתודה' יעדע וואכן טאג!

די משמעות'ן פון די קאפיטלן, אפילו בדרך הפשוט, זענען זיס, ווארעם, און רעדט צום נשמה. כל שכן באופן פנימיות טראגן די קאפיטלן א געוואלדיגע אוצר פון דביקות בה'.

די ספעציעלקייט פון קאפיטל צ"א, זעהט מען שוין אין חז"ל, די גמרא (שבועות ט"ו ע"ב) רופט איר אן "שיר של פגעים", אז די שיר איז מסוגל צו מרחק זיין פגעים און מזיקין. וועלכע פגעים ומזיקין? זאגט דער "עטרת זקנים" (אין די זייט פון שלחן ערוך) אז די זענען באשאפען געווארן במשך די 130 יאר וואס אדם הראשון האט נישט געלעבט מיט זיין ווייב חוה. און דאס איז די ענין פון 130 ווערטער (נאכן כופל זיין אורך ימים בצירוף ויהי נועם).

די אות "ז" איז נישט בנמצא אין דעם פרק, זאגט די מדרש אז דאס קומט צו ווייזען אז ווער ס'זאגט דעם קאפיטל וועט קיין "כלי זיין" נישט שולט זיין אויף אים. אין "סדר היום" שטייט אז "כלי זין" איז די מספר התיבות פון דעם פרק. און די תשב"ץ שרייבט מ'זאל זאגן דעם פרק 7 מאל.

נאך זאגט די תשב"ץ, אז די חשמונאים האבן מנצח געווען די יוונים דורך זאגן דעם קאפיטל.

מ'איז כופל "אורך ימים" כדי משלים צו זיין די מכוון פון מספר התיבות, און

ווי געזאגט, די קאפיטל העלפט קעגען מזיקים, דערפאר זאגט מען איר מוצאי שבת ווען די נשמות גייען צוריק אין גיהנום (אזוי ווי מ'זאגט עס ביי הלוית המת).

דער הייליגע חתם סופר אין דרשות (ח"ג) שרייבט אז דער פסוק אורך ימים איז געזאגט געווארן אויף ראש השנה. איך וועל מעתיק זיין לשון קדשו:
כתיב אורך ימים, יאמר על יום ראש השנה שבחסדי ה' חיבר ב' ימים להיות יומא אריכתא, להאריך זמן התשובה ביום הדין ע"ד ארך אפים. ואם זכה האדם לתשובה שלימה ומהפך דין לרחמים ביום ר"ה, הרי כל השנה בטובה, ע"ד שבענו בבוקר חסדך, שהוא ר"ה, שהוא בוקרו של שנה. ועי"ז נרננה ונשמחה בכל ימינ, ועל כן אמר אורך ימים אשביעהו, אשביעהו חסד ביום אריכתא ועי"ז ממילא אראהו בישועתי.
ואמנם יותר טוב בהיות העולם מתוקן במלכות שדי ולא נצטרך ליומא אריכתא, כגון בירושלים במקום בית דין הגדול, ועושין רק יום אחד, והקב"ה מתרצה עם ישראל, וטעם הטובה הזאת היא כך, דאמרו השטן גימטריא שס"ד יומי אית ליה רשות לשטוני, בר מההוא יומא דכפורי. והנה זה הוא אי לא נצטרך למיחשב ב' ימים דר"ה ליומא אריכתא, אז הוה יום הכיפורים שס"ה, אבל אי נצטרך ליומא אריכתא א"כ יום הכיפורים הוה יום שס"ד ואית ליה רשות חלילה לשטוני! והיינו דכתיב ועבדתם את ה' אלוקיכם וגו' את מספר ימיך אמלא, שיהיו שס"ה ימים ולא רק שס"ד. (וממשיך שם עוד דברים נפלאים)

בקיצור, די פסוק דריקט אויס די מעלה פון אורך ימים, לאנג טעג, איין ראש השנה אין צוויי טעג, ווייל דאס ברעגנט ישועות שיצאו זכאי בדין.

זאל דער שיר של פגעים זיך אננעמען פאר די וואס זענען פוגע בכבודו.[/justify]
Under influence
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כהאב נאך נישט געליינט די שטיקל, אבער איך בין אויף די אנדערע זייט ליין מיט ראביי גלאוק ער זאגט צו אז פון היינט אן און ווייטער ווען מגייט באזוכן דעם פויפסט גייט מען זינגען ״ותן בנו״! מ׳האט געפוילט... נעתר לבקשותינו! צופרידן ???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אייגענס? ציניש?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלעס איז ציניש חוץ פון די לעצטע שורה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים האט געשריבן:כהאב נאך נישט געליינט די שטיקל, אבער איך בין אויף די אנדערע זייט ליין מיט ראביי גלאוק ער זאגט צו אז פון היינט אן און ווייטער ווען מגייט באזוכן דעם פויפסט גייט מען זינגען ״ותן בנו״! מ׳האט געפוילט... נעתר לבקשותינו! צופרידן ???

שבת אחים: ניין. כ'מיין מ'דארף זינגען זרעא חייא וקיימא. אזוי ווי דער פויפסט האט דאך ליידער נישט קיין קינדער...! אדער איינס פון די פילע ניגונים און תנועות פון ליפא שמעלצער...! אפשר אבי מ'לעבט...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שיר של פגעים – אורך ימים אשביעהו

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אז ער האט נישט קיין קינדער, דארף מען איהם בא׳עצה׳ן צו קומען צו מירון\באבוב\קערעסטיר וכו׳ און עפעס אויפטוהן.

הבטחתי ונושעתי!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: קיין קערעסטיר קען ער נישט גיין. ווייל ער איז אויף א שטרענגן דייעט. דו זעהסט נישט. ער זעהט נישט אויס ווי די מערסטע פון די רעבעס, (להבדיל.)...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז ער האט נישט קיין קינדער, דארף מען איהם בא׳עצה׳ן צו קומען צו מירון\באבוב\קערעסטיר וכו׳ און עפעס אויפטוהן.

הבטחתי ונושעתי!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


אין דער זעלבער צייט אויך אהינשיקען אפאר נאנס זאלען זי אויך אויסבעטען זרע של קיימא.

מ'וועט עפעס קענען אויסבעטען....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

טוה מיר א טובה!? נאך א מזל זיי האבן נישט קיין קינדער, שטעל דיך פאר דער פויבסט האט דריי זוהן מיט צוויי איידעמער, איינער וועט מוזן זיין פויפסט 45 און איינער פויפסט 48?! נאך דעס פעלט אויס...!

אברהם ברוך האט נישט קיין צייט פאר די פויפסט, ער איז צו ביזי פסק'נען שווערע שאלות ווער ס'מעג זיך רופן באבוב אליינס און ווער ס'מוז צולייגן זיין "אדרעס" צו זיין חסידות...

אפשר זאלן די רבי'ס ארבעטן לויט די זופ-קאוד? "איך בין וויזניץ 10301", דעס איז מיין זופ קאוד, מיין ברודער איז וויזניץ-מאנסי-בארא פארק-11219...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט