היינט דינסטיג האט די שיירת הרבי געלאנדעט אין אוקריינא צו גיין צו די קברי אבות
איך האב איבער געהערט דער בעלזער רב׳ס דברים חוצבים אויף די ציונים היינט אויף דער בעלזער האטליין. איך מוז זאגען אז ווען ער האט איבער געזאגט די דיבורים פון זיינע אבות הקדושים בעניין וכל אדם לא יהיה באהל מועד, אז דער כה״ג ביוה״כ איז געווען בבחינת חנוך, מלאך מט״ט, נישט א מענש און נישט א מלאך, כדי צו קענען מליץ יושר זיין אויף אידען, מיט אזעלכע געגועים און דביקות, האב איך ניט געקענט האלטען מיינע אויגען טרוקען. דער פערזענליכקייט זיינער קומט ארויס אויף די עלטער כחד מקמאי. און בבחינה מסיומת פרעגט זיין גדלות אפ מיין נטיה צו לאכן פון אדמורי דורינו בבחינת נשתכחה תורת האדמורות.

ממש כחד מקמאי אריינגערעכנט אפילו דער motorcade
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
berlbalaguleh האט געשריבן:איך מוטשע מיך נאר צו פארשטיין די ענגלישע מענטאליטי. דארט מישט זיך די גאווערנמענט אריין אין די קליינע פרטים פון אידישן לעבן. כאילו זיי זארגן זיך שטארק פאר'ן וואוילזיין פון די אידישע באפעלקערונג. דאהי, למשל איז א קליינע נפקא מינה פאר מעיאר די בלאזיא און זיינע שלוחים וווי גרויס דער שאטער וואס קהילתנו הק' מהר"א שליט"א האט אויפגעשטעלט אויף טעילאר סטריעט. פון זייערטוועגן קען זיך עס ציען ביז'ן ים אריין אויף קענט עוו. משא"כ אין לאנדאן אינטרעסירט די רעגירונג א יעדן פרט למשל די סייז פונ'ם טענט. און זיי זאגן אויכעט דיעות און זיי פרעגן קשיות מיט זייער גוי'אישן ענגלישן קאפ...! און ווילן איינטיילן פאר די אידן ווי גרויס ס'זאלל זיין. און אויף וואספארא אופן מ'זאלל עס נוצן...! מ'האט ענק געפרעגט, גוי'אישע קעפ...?!
הודו לשם אז אונזערע גוי'אישן ענגלישן קעפ האבען א קאנטראל איבער וואס און ווען מען בויעט און פאר סוכות זענען אונזערע געסער נישט אנגעלייגט מיט סוכות און פאר פסח נישט מיט קאנטיינערס און אונזערע גאסן זען נישט אויס ווי בני ברק. פאר דו שרייבסט וואלסט דו אויך געמעגט וויסן אז דער מייער פון לאנדאן איז נישט אחראי אויף דעם נאר לאנדאן איז צוטיילט אויף באראס און דער קאוינסעל נישט דער רעגירונג איז דער איבערקוקער. און עס אינטערסירט זיי טאקע דער סייז און וויפיל מענטשן קומען אז עס זאל נישט זיין הרוגות ווי ביי רב וואזנערס לוויה. יא, מען האט זיי געפרעגט ווייל דער געזעץ פארלאנגט מען זאל זיי פרעגן. ברוך השם אז עס זענען דא געזעצן און א סדר און נישט ווי עס זעט אויס דו וואלסט געוואלט עס זאל אויסזען.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
היינט דינסטיג האט די שיירת הרבי געלאנדעט אין אוקריינא צו גיין צו די קברי אבות
איך האב איבער געהערט דער בעלזער רב׳ס דברים חוצבים אויף די ציונים היינט אויף דער בעלזער האטליין. איך מוז זאגען אז ווען ער האט איבער געזאגט די דיבורים פון זיינע אבות הקדושים בעניין וכל אדם לא יהיה באהל מועד, אז דער כה״ג ביוה״כ איז געווען בבחינת חנוך, מלאך מט״ט, נישט א מענש און נישט א מלאך, כדי צו קענען מליץ יושר זיין אויף אידען, מיט אזעלכע געגועים און דביקות, האב איך ניט געקענט האלטען מיינע אויגען טרוקען. דער פערזענליכקייט זיינער קומט ארויס אויף די עלטער כחד מקמאי. און בבחינה מסיומת פרעגט זיין גדלות אפ מיין נטיה צו לאכן פון אדמורי דורינו בבחינת נשתכחה תורת האדמורות.
ממש כחד מקמאי אריינגערעכנט אפילו דער motorcade
יא א מנהיג ישראל אויף אזא פארנעם קומט היטאריש מיט גינוני מלכות. געב א קוק אויף די בילדער פון אמאהל וויאזוי מען האט מכבד געווען די רביס פון די גרויסע חסידישע הויפען. ווער דען איז א מלך ביבי, אדער טראמפ? פארוואס זאל א מנהיג וואס טראגט איף זיין הארץ די גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע ווייטאגען און באדערפינישען פון טויזענטער אידען ארום די גאנצע וועלט נישט האבען לכה"פ דאס זעלבע רויטע קארפעט ווי טראמפ אדער אנאנדערע העד אוו סטעיט?
איך האב איבער געהערט דער בעלזער רב׳ס דברים חוצבים אויף די ציונים היינט אויף דער בעלזער האטליין. איך מוז זאגען אז ווען ער האט איבער געזאגט די דיבורים פון זיינע אבות הקדושים בעניין וכל אדם לא יהיה באהל מועד, אז דער כה״ג ביוה״כ איז געווען בבחינת חנוך, מלאך מט״ט, נישט א מענש און נישט א מלאך, כדי צו קענען מליץ יושר זיין אויף אידען, מיט אזעלכע געגועים און דביקות, האב איך ניט געקענט האלטען מיינע אויגען טרוקען. דער פערזענליכקייט זיינער קומט ארויס אויף די עלטער כחד מקמאי. און בבחינה מסיומת פרעגט זיין גדלות אפ מיין נטיה צו לאכן פון אדמורי דורינו בבחינת נשתכחה תורת האדמורות.
ממש כחד מקמאי אריינגערעכנט אפילו דער motorcade יא א מנהיג ישראל אויף אזא פארנעם קומט היטאריש מיט גינוני מלכות. געב א קוק אויף די בילדער פון אמאהל וויאזוי מען האט מכבד געווען די רביס פון די גרויסע חסידישע הויפען. ווער דען איז א מלך ביבי, אדער טראמפ? פארוואס זאל א מנהיג וואס טראגט איף זיין הארץ די גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע ווייטאגען און באדערפינישען פון טויזענטער אידען ארום די גאנצע וועלט נישט האבען לכה"פ דאס זעלבע רויטע קארפעט ווי טראמפ אדער אנאנדערע העד אוו סטעיט?
לאמיר צונעמען דיינע ווערטער. זיין פארנעם איז אפשר צען טויזנט בתי אב וואס איז רעלאטיוו גאנץ קליין. בילדער פון אמאל זענען ווייניג מכריע און אמאל זענען זיי אויך געווען בייביס. ער איז נישט א מלך, און לכאורה אפילו נישט א גדול בתורה. ער איז סך הכל א רבי פון א פאר טויזנט חסידים און דער פארגלייך צו ביבי אדער טראמפ וואס זענען ראשי מדינות וואס רויטע קארפעט איז א חלק פון פראטאקאל איז סתם קינדעריש. נאר מבחינת אידיאלאגיע, מען פארקויפט אלץ אז מיר שטעלען זיך נישט ביי א מינוט סיילענס אויף יום השואה אדער יום הזכרון ווייל עס איז מנהג הגויים. הייסט פאר טויטע וואס זענען אימגעקומען עק"ה איז מען מקפיד אויף חוקת הגוי נאר אויף לעבעדיקע וואס האבן געזען צופיל יוטיוב קליפס איז גאר א מ"ע דאורייתא
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
תורה ומדע האט געשריבן:איש את רעהו פארגינט נישט אז עס זענען נאך דא חסידים וואס זענען אי בעלי שכל און אי דבוק אין א רבי׳ן
ח"ו איר זאלט עס וואויל באקריגען.
.. אין אנדערע נייעס: די פאליציי האט ערנסט גענימען די געשעהניש ווען עטליכע קנאקערס אין לאנדאן-בעלזא נאכן צוזעהן נעכטן אויף די הייליגע מראות, די הייליגע עבודה כחד מקמאי אין שטאט בעלזע האבען זיי גענימען היינט א בחורל פינעם ישיבת מתיבתא אריינגעשלעפט אין א קאר און געגעבן רוצחישע קלעפ די אינסטאנצען אויס מורא אז די צושטאנד וועט ליפערן פון סקווירא קיין אייראפע רציחה'שע אקטן נעמען אינטער שטרענגע זיכערהייטס מיטלען.
איש , מקען שוין זאגן מישן אקאמפלישט ? איך פארשטיי אז דו ביזט דא מיט אן אגענדע אקעגן בעלזער רב, און דו פרובירסט מיט אלע כוחות אנצודרייען א שטינק דא אין שטיבעל, עד כדי כך אז דו האסט געפילט פאר וויכטיג אויסצוהערן די תורה, וויייל אפשר וועסטו אים קענען כאפן ביי א ווארט וואס דו זאלסט קענען האבן ברענן שטאף צו ווייטער פירקלען מיט דיינע נישט געשטויגענע נייעס/תגובות, איים סארי טא טעלל יו, קיינער איז נישט נייגעריג צו הערן וואס דו פארקויפסט, און אז די זעסט אז עס גייט נישט, געב אויף , דאס פאברעצירן מעשיות פון קלעפ מיט רציחה וועט קיין סאך נישט העלפען.
תורה ומדע, דער צושטעל צו א מינוט סיילענס איז אז חרדים האלטן אין איין פארפירן אז זיי קענען נישט געדענקן געפאלענע זעלנער ווייל עס איז נישט דער יידישער דרך. אז דער צושטעל געפעלט דיר נישט איז געפין הונדערט אנדערע וואו מיר שטיין באזונדער אין לבוש, אין שפראך, אין נישט לערנען לימודי חול וכו' וכו', ווייל אונזערע דרך איז תורהדיק. אין דער תורה שטייט רויטע טעפעכער און מאוטארקיידס און מאטארבייקס? דאס איז נישט מער ווי למען הטראסק און מאכן א מצב פאר א באנדע בייביס. קארדיישיענס מיט שטריימעל און בעקעשע. אדער bread and circuses נוסח רומי