лпم iοوԴ האט געשריבן:היסטארי
זייער אינטרעסאנט. מקור?
פליקער האט געשריבן:איך ברענג נישט די מעשה וויל איך האלט אז די עסקנים האבן ריכטיג געהאנדעלט, איך האלט אז זיי האבן מחלל געווען שם שמים, געטוען א עוולה וואס זיי קענען נישט מתקן זיין.
וואס איז דאס זינגען אורך ימים, וועלכע ביטערע גזירה ווילן זיי אפשפרעכן, זענען זיי געגאנגען דורך שמיעסן וואס די קריסטען געבען זיך אנייצע מיט מענערישע ראפירינגען, ווייל לעצטענס האבן זיי געמאכט דערין פיל פארשריט, וואס פאר א לעקציעס האבן זיי געזיכט צו לערנען ביים פויפסט״?.
וואס איז געווען אזוי דרינגענד אז זיי האבן עס נישט געקענט ארלידעגן אן צוויי געטאר'ס מיט שטרויבלדיגע שפילער'ס?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס אז מ׳האט געוויזען אז די צוויי רעליגיעז קענען צוזאמען עגזיסטירען איז גאר דער חילול ה׳, כאילו אידישקייט איז נאך א רעליגיע און זיי זענען פונקט אזוי גערעכט ווי אונז. דאס איז פארשוועכט דער אמת אז אחד הוא אלקינו און קיחן אנדערע האט ער נישט מיט זיך, נישט קיין ווייב נישט קיין זוהן גארנישט, נאר ער אליינס. פאר דעם זאגען מיר אחד, און דער הו"א אנדערש איז א חלק פון דער מרכבה הטמאה וואס אויף דעם דאווענען מיר ׳להעביר גילולים מן הארץ, לתקן עולם במלכות ש-די׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס אז מ׳האט געוויזען אז די צוויי רעליגיעז קענען צוזאמען עגזיסטירען איז גאר דער חילול ה׳, כאילו אידישקייט איז נאך א רעליגיע און זיי זענען פונקט אזוי גערעכט ווי אונז. דאס איז פארשוועכט דער אמת אז אחד הוא אלקינו און קיין אנדערע האט ער נישט מיט זיך, נישט קיין ווייב נישט קיין זוהן גארנישט, נאר ער אליינס. פאר דעם זאגען מיר אחד, און דער הו"א אנדערש איז א חלק פון דער מרכבה הטמאה וואס אויף דעם דאווענען מיר ׳להעביר גילולים מן הארץ, לתקן עולם במלכות ש-די׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך גלויב נישט איך דארף איבערחזר׳ן נאכאמאל. דער חשיבות פונ׳ם פויבסט איז נישט צוליעס עפעס אנדערש נאר זיין רעליגיע, און דער כבוד וואס ער נעמט איז אלס א פארטרעטער פון זיין רעליגיע, ופשוט.
ווען עפעס א רבי א הגר\טייטעלבוים\רוקח\האלבערשטאם קומט צו פארען, געבען איהם די לאקאלע רבנים אביסל כבוד. פארוואס? ער איז דאך א גארנישט בן גארנישט, וואס האט גארנישט געלערנט און גארנישט ריכטיג אויפגעטוהן אין זיין לעבען. וואס קומט זיך איהם כבוד? נאר האמת יורה דרכו, אז וויבאלד יעדער פון די כאראקטערען האבען הונדרעטער בהמות אונטער איהם וואס גלויבען אויף תולה ארץ אין די אלע איינרעדענישן זייערע, דעריבער איז מען מכבד א ציבור אידען דערמיט. דער כבוד פון א מענטש איז א כבוד צו וואס ער פארטרעט. אן ע"ה קען אמאל עומד זיין אין א שטארקע נסיון און באקומען א גריסערע ג"ע ווי דער ת"ח וואס האט נישט עומד געווען בנסיון. פון דעסטעוועגען פאדערט דער תורה כבוד ת"ח און נישט כבוד ע"ה, ווייל דער כבוד איז צו דער תורה וואס ער פארטרעט, נישט צום מענטש אליינס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך רעד פון איינער וואס גלויבט נישט אין דער אלף למטה תורה, פארוואס פיהרט ער זיך מיט כבוד צום בשר ודגים וואס באווייזט זיך אין שטאט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז נישט אמת. א פלעינער מענטש, וואס פיהרט זיך אויף שיין צו אנדערע, באקומט גארנישט קיין אנערקענונג. נאר א פיהרער צו א חשוב׳ער מענטש, וואס פיהרט זיך אויך אויף איידעל, באקומט פון דיר אנערקענונג. קוק די משלים ווטס דו ברענגסט.
בערני סאנדערס׳ חשיבות איז זיין טעטיגקייטען אין פאליטיק, א לעגיטימיר זאך. משא"כ דער פויבסט, וואס זיין חשיבות באשטייט פון טינופת מיט טומאה, קומט נישט די אנערקענונג בלויז פאר׳ן זייענדיגע א פערזענליכע וואוילע מענטש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:שוין, נעקסטער יאהר גייען שוין גיין אפאר רעבנים מיט אפאר הונדערט חסידים, אן אוודאי מיט מזמרים און שירה, אוודאי מיט'ן קאלפיק.
און דערנאך גייט דער פון קול מבשר מאכען אן אינטערוויאו... צום ערשטען מאהל א טיש אין וואטיקאן.
און נאךדעם גייען זיי טרעפען אן אלטען פארקאלאכטען איד וואס גייט זאגען אז ער געדענקט אז פאר די מלחמה איז האט דער ******* רבי געפירט א טיש און געפראוועט א שבת אין וואטיקאן און דער פויפבסט איז געקומען און געגסען שריים...
לאמיר זעהן ווער גייט זיין דער ערשטער... עס קומט... עס קומט...