מיין נשמה, מיין געוויסן
הייס ווי פייער
צוקנאקט און צושמיסן
ווי א ליידיגגייער
איין טאג אין הימל
איין טאג אין שאול תחתית
איין טאג דזשימי קימל
איין טאג לייכט-עס
אמאל צופרידן
אמאל אין דער ערד
אמאל ווי אידן
אמאל ווי א פערד
נעכטן צופראסקעט
היינט דערהויבן
מארגן צוטראסקעט
איך טו גלויבן
די נשמה מ'קען נישט זען
מ'קען עס נישט טאפן
פון ווען איז עס געווען
ווער קען דערשנאפן
די נשמה, די געפיל
ווי אן אשה זונה
אמאל באמאכט, שטיל
אמאל זי פאדערט עונה
די נשמה - א רמאי
פאפט א מענטש גוט אויס
א טאג פרום ווי שמאי
אמאל שטויסט אלץ ארויס
אמאל ליבע הייס
אמאל פיינטשאפט
עס רינט מיר שווייס
איך בין פארשקלאפט
מ'קען איר נישט פארשטיין
אויסרעכענען פון פריער
אמאל קאלט ווי א שטיין
אמאל ברענט פון איר
שפילט מיטן מענטשליך מין
ווי מיט א שטיקל קלעי
און ווי מיט א מאשין
וואס שפילט אויף א פלעי
נשמה'לע, מיין טייערע
פארוואס מאכסטו שפאס
די געצייגן אייערע
זענען מיר לעול ולמס
נשמה וואו ביסטו
נשמה ווער ביסטו
נשמה וואס טוסטו
נשמה פארוואס מוזטו
---
דאס ביסטו, גאט
בנשמה שבמוחי
דו באהאלסט דיך דארט
קיין עוצם ידי וכוחי
מיט מיר דו שפילסט
ווי מיט א שטיקל קלעי
כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט
מיין טייל אין דיין פלעי
איך הער א קלינג
"טו דאס ערפילן"
אבער ס'נישט גרינג
מיטצושפילן...
נשמה, ווער ביסטו?
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
ווערי בעיוטיפול געשריבען און גוט ארויס געברענגט.
אביסל קאנסאראקטיוו קריטיסיזם אויב איך מעג. די נשמה איז נישט דער צעמישטער חלק פון דער מענטש בכלל דאס איז דער אינערליכסטער לויטערסטע מציאות, און לויט די געטליכע אויסדריק איז דאס גאר דער חלק אלקי ממעל.
די צעפראסקעטקייט און שטורעמישע חלק איז שוין דער מענטש אליינס מיט זיינע כלים. די מח און שכל וואס זענען געווענליך קלארער, און דער הארץ און געפילען וואס זענען מער שטורעמיש.
עכ"פ זייער שיין און קלאר אפגעשריבען די געדאנק.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
גוט ארויס געברעגט די עבודה,
צו האלטן ריין די נשמה הטהורה,
פון הימעל א מתנה געגעבן,
מיום הלידה אויפן גאנצע לעבן,
א כסדר'דיגע מלחמה,
די גוף מיט די נשמה,
די הארץ צו גליסטען, וואו
צום בשר אדער צום נשמה טהורה היא,
די נשמה, דאס איז דער מוח,
תורה ומצוות, איר חיות און כוח,
די לב, די הארץ, צווייט אין די רייע
די בשר, די לעצטע, א מחיה,
מוח לב כבד, מל"ך אין א סדר,
א קעניג אויף יעדע רצון גיד ואבר,
אבער אויב פארקעט, כבד די העכסטע,
איז די מוח אין א קלעם, די ערגסטע
די קללה פון בלעם, כל"ם, אין א רגע איין,
כבד לב מוח, א נשמה נעבעך אין פיין,
דערפאר מוז מען האלטן קאפ,
זיך נישט צו לאזן פונעם ביטערן טראפ. .
צו האלטן ריין די נשמה הטהורה,
פון הימעל א מתנה געגעבן,
מיום הלידה אויפן גאנצע לעבן,
א כסדר'דיגע מלחמה,
די גוף מיט די נשמה,
די הארץ צו גליסטען, וואו
צום בשר אדער צום נשמה טהורה היא,
די נשמה, דאס איז דער מוח,
תורה ומצוות, איר חיות און כוח,
די לב, די הארץ, צווייט אין די רייע
די בשר, די לעצטע, א מחיה,
מוח לב כבד, מל"ך אין א סדר,
א קעניג אויף יעדע רצון גיד ואבר,
אבער אויב פארקעט, כבד די העכסטע,
איז די מוח אין א קלעם, די ערגסטע
די קללה פון בלעם, כל"ם, אין א רגע איין,
כבד לב מוח, א נשמה נעבעך אין פיין,
דערפאר מוז מען האלטן קאפ,
זיך נישט צו לאזן פונעם ביטערן טראפ. .
Under influence
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
וואלווי האט געשריבן:ווערי בעיוטיפול געשריבען און גוט ארויס געברענגט.
אביסל קאנסאראקטיוו קריטיסיזם אויב איך מעג. די נשמה איז נישט דער צעמישטער חלק פון דער מענטש בכלל דאס איז דער אינערליכסטער לויטערסטע מציאות, און לויט די געטליכע אויסדריק איז דאס גאר דער חלק אלקי ממעל.
די צעפראסקעטקייט און שטורעמישע חלק איז שוין דער מענטש אליינס מיט זיינע כלים. די מח און שכל וואס זענען געווענליך קלארער, און דער הארץ און געפילען וואס זענען מער שטורעמיש.
עכ"פ זייער שיין און קלאר אפגעשריבען די געדאנק.
וויאזוי וויסטו וייאזוי די נשמה ביהעוועד? האסט עס אמאל געזען באזונדער או די הארץ און מח?
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:ווערי בעיוטיפול געשריבען און גוט ארויס געברענגט.
אביסל קאנסאראקטיוו קריטיסיזם אויב איך מעג. די נשמה איז נישט דער צעמישטער חלק פון דער מענטש בכלל דאס איז דער אינערליכסטער לויטערסטע מציאות, און לויט די געטליכע אויסדריק איז דאס גאר דער חלק אלקי ממעל.
די צעפראסקעטקייט און שטורעמישע חלק איז שוין דער מענטש אליינס מיט זיינע כלים. די מח און שכל וואס זענען געווענליך קלארער, און דער הארץ און געפילען וואס זענען מער שטורעמיש.
עכ"פ זייער שיין און קלאר אפגעשריבען די געדאנק.
וויאזוי וויסטו וייאזוי די נשמה ביהעוועד? האסט עס אמאל געזען באזונדער או די הארץ און מח?
כ'קען דיר נישט ענטפערען.
אבער אן דארפן צו קומען צו גלייבן וואס עס שטייט און ספרים, מיין איך אז יעדער מענטש האט עפעס אזא הרגש אדער פארשטאנד אז ס'דא עפעס העכערס אינערליך אין א מענטש, ערגעץ ווען, ערגעץ ווי.
כ'קען נישט רעדן פאר אנדערען אבער דאס איז מיין עקספעריענס...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
וואלווי האט געשריבן:ווערי בעיוטיפול געשריבען און גוט ארויס געברענגט.
אביסל קאנסאראקטיוו קריטיסיזם אויב איך מעג. די נשמה איז נישט דער צעמישטער חלק פון דער מענטש בכלל דאס איז דער אינערליכסטער לויטערסטע מציאות, און לויט די געטליכע אויסדריק איז דאס גאר דער חלק אלקי ממעל.
די צעפראסקעטקייט און שטורעמישע חלק איז שוין דער מענטש אליינס מיט זיינע כלים. די מח און שכל וואס זענען געווענליך קלארער, און דער הארץ און געפילען וואס זענען מער שטורעמיש.
עכ"פ זייער שיין און קלאר אפגעשריבען די געדאנק.
פין ווי די ווייסט?
באיזה אופן איז די כוונה פין דער מחבר צו ריקען די רוחניות'דיגער ערבוביה צו דער נשמה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 478
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
א-לי א-לי, למה עזבתני?!
אמאל א שמייכל אויפן געזיכט
מיט אן אינערליכער פרייד
אמאל אנגעצויגן ווי אין געריכט
געפארבט מיט שווארצע קרייד
אמאל השגות אין א-לוהות
א דאווענען בהתפעלות
אמאל א דורכזיכטיגע מהות
טריקן אנע מעלות
נעכטן געלערנט צען שעה נאכאנאנד
געשוועבט בעולמות העליונים
היינט קיין ווארט, ממש א שאנד
נידעריג, בעולמות התחתונים
נעכטן ריינע מחשבות און אויגן
היינט טיף אין דער ערד
מארגן א התלהבות כהוגן
אלץ די זעלבע ווערד
אזויווי א פרוי'ס קביעת ווסת
אזוי איז דער מצב הרוח
עליות וירידות איז עט-בעסט
אויסגעשטעלט ווי אין לוח
דרייט זיך דאס לעבן
ווי אין א טורבולאנס
איך מוז אויפגעבן
פארלירנדיג באלאנס
און ביים זינקען
בתהום נשיה
טו איך ווינקען
בצעקת דומיה
נשמה וואו ביסטו
נשמה ווער ביסטו
נשמה וואס טוסטו
נשמה פארוואס מוזטו
די כוחות לאזן אויס
מיין הארץ עס רייסט
א געשריי קומט ארויס
פון מיין גייסט:
"א-לי א-לי,
למה עזבתני
רחמים שאלי
א-להים חנני"
____
און ווי א הויכע שטאנג
איז צום תליה
אזוי די טויטע ווידערקלאנג
צו מיין בכיה - - -
מיט אן אינערליכער פרייד
אמאל אנגעצויגן ווי אין געריכט
געפארבט מיט שווארצע קרייד
אמאל השגות אין א-לוהות
א דאווענען בהתפעלות
אמאל א דורכזיכטיגע מהות
טריקן אנע מעלות
נעכטן געלערנט צען שעה נאכאנאנד
געשוועבט בעולמות העליונים
היינט קיין ווארט, ממש א שאנד
נידעריג, בעולמות התחתונים
נעכטן ריינע מחשבות און אויגן
היינט טיף אין דער ערד
מארגן א התלהבות כהוגן
אלץ די זעלבע ווערד
אזויווי א פרוי'ס קביעת ווסת
אזוי איז דער מצב הרוח
עליות וירידות איז עט-בעסט
אויסגעשטעלט ווי אין לוח
דרייט זיך דאס לעבן
ווי אין א טורבולאנס
איך מוז אויפגעבן
פארלירנדיג באלאנס
און ביים זינקען
בתהום נשיה
טו איך ווינקען
בצעקת דומיה
נשמה וואו ביסטו
נשמה ווער ביסטו
נשמה וואס טוסטו
נשמה פארוואס מוזטו
די כוחות לאזן אויס
מיין הארץ עס רייסט
א געשריי קומט ארויס
פון מיין גייסט:
"א-לי א-לי,
למה עזבתני
רחמים שאלי
א-להים חנני"
____
און ווי א הויכע שטאנג
איז צום תליה
אזוי די טויטע ווידערקלאנג
צו מיין בכיה - - -
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: נשמה, ווער ביסטו?
מ׳קען אפשר זאגן אז אלעס צוזאמען האט ארי נוהם געשריבן 26 סטאנזאס אויף דעם טעמע; אז די מענטשליכע געפילן לגבי רוחניות [נשמה] וואקעלט זיך פון צייט צו צייט. ווי באקאנט איז דא כ״ח (קעגנזייטיגע) עתים אין קהלת (פרק ג). הייסט עס אז מען האט אויסגעלאזט צוויי סטאנזאס קעגן די לעצטע צוויי עתים, וואס זענען (פסוק ח) עת מלחמה ועת שלום, ווייל דאס איז דאך די עצם טעמע פונ׳ם פאום; די צייטן פון געראנגל פונ׳ם גוף ונשמה.