דארפן מיר פירן א רוגזה מיט קריסטען און דייטשען?
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
די שאלה איז צו ס'האט זיך באמת געטוישט אדער נאר פארמאל?
איז דען מעגליך אז גאנץ דייטשלאנד האבן געארבעט יארן צו פארטיליגן אלע אידן. און שפעטער האבן אלע געטוישט זייער מיינונג אויף צוריק. איז די אנגעבאקענע שנאה אויך ארויס? אסאך פון אונזערע זיידעס האבן געהאלטן אז די שנאה איז אן אינערליכע און מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף וויאזוי זיי פירן זיך אויף צום וועלט פארמאל צו פארבעסערן זייער אויסזען. איך האב נישט קיין פערזענליכע שייכות מיט קיין דייטשן. איז דא איינער דא וואס קען דעס פון דער נאענט?

- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
דייטשלאנד האט היינט ווייניגער אנטסימיטן ווי אין אמעריקא....! זיי געבן די מערסטע געלט פאר מדינת ישראל, זיי האבן געצאלט ״טריליאנען״ אין ״פארגיטונגס געלטער״ פאר די האליקאוסט איבערלעבער! (מיין באבע באקומט נאך היינט א טשעק פון זיי עד היום הזה!). זיי לאזן אריין אידן אין זייער לאנד און געבן זיי גערן בירגערשאפט און אלע בענפיטן, זיי לערנען מיט די קינדער די פרטים פון די האליקאוסט יעדן טאג! פארוואס זענען זיי שולדיג אז 75 יאר צוריק איז דייטשלאנד געוועהן צוריקט????
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
קורקלענד האט געשריבן:מעגליך. פארשטייט זיך אליינס אז דייטשלאנד ארבעט זייער שטארק אויף זייער אימעדזש. מיין שאלה איז וואס טוהט זיך אינערליך.
וואס נאך ווילסטו וויסן? וואס טוט זיך ביי טראמפ אינערלעך ווייסטו שוין אז דו ביסט ביזי צי די היינטיגע דייטשען זענען ״אוהבי ישאלים-לשמה״!???
א מענטש ווערט גע׳משפט לויט זייערע מעשים, זיי זענען היינטיגע צייטן פון די נארמאלסטע מענטשען אויף די וועלט, צעהן טויזנט מאל מעהר נארמאלער, קלוגער, און פארגעשריטן מעהר ווי אלע דיינע רויטע סטעיטס צוזאמען... און זייער עקענאמיע איז ווייט פון אוועקמאכן! זיי (מערקעל) זענען היינט צוטאגס די ״פירער פון די פריי וועלט״ נאכדעם וואס טראמפ איז געווארן פרעזידענט און אמעריקא ווערט מעהר און מעהר רעכט און פאשיסטיש געשטימט ענדליך צו רוסלאנד מיט פוטין... ליידער...
#פאקטן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
קורקלענד האט געשריבן:מעגליך. פארשטייט זיך אליינס אז דייטשלאנד ארבעט זייער שטארק אויף זייער אימעדזש. מיין שאלה איז וואס טוהט זיך אינערליך.
געהערט פערזענליך פון מענטשן וואס האבן געטראפן דייטשע באזוכער אין 'יד ושם' מוזעאום וואס האבן געלאזט טרערן און געזאגט אז זיי שעמען זיך מיט זייער אומגלויבליכע היסטאריע און האבן חרטה דערויף.
וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אויב ס'איז אלעס אזוי פיין און וואויל מיט דאס דייטשע פאלק אין אלגעמיין, דאמאלס, פארוואס זענען דייטשע סייענטיסטן און כעימקאלן פאבריקן פון די גרעסטע און לענגסטע שטיצער פון דעם איראנער נוקלעארן פראגראם...? אויך. פארוואס קומען פאר אין די דייטשע שטעט די גרעסטע און מערסט באטייליגטע אנטי-מדינת ישראל דעמאנסטראציעס באגלייט מיט ווילדע אנטיסעמיטישע אויסברוכן. אויך. מער און מער רעגירונגס פיהרער זוכן און טרעפן פעהלערס צו קריטיקירן די רעגירונגס פיהרער פון מדינת ישראל...?!
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:אויב ס'איז אלעס אזוי פיין און וואויל מיט דאס דייטשע פאלק אין אלגעמיין, דאמאלס, פארוואס זענען דייטשע סייענטיסטן און כעימקאלן פאבריקן פון די גרעסטע און לענגסטע שטיצער פון דעם איראנער נוקלעארן פראגראם...? אויך. פארוואס קומען פאר אין די דייטשע שטעט די גרעסטע און מערסט באטייליגטע אנטי-מדינת ישראל דעמאנסטראציעס באגלייט מיט ווילדע אנטיסעמיטישע אויסברוכן. אויך. מער און מער רעגירונגס פיהרער זוכן און טרעפן פעהלערס צו קריטיקירן די רעגירונגס פיהרער פון מדינת ישראל...?!
ביטע ברענג א "פארלעסליכע מקור" צו דיינע צוויי Bogus Claims.
#רייט ווינג שנאה באזירט אויף גארנישט מיט נישט
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ווער רעדט בכלל צו דיר??? פארשטייסט נישט אז דא רעדן טאטעס??? ווי קומסטו אריין דא ?
איך זאל ברענגן א ראי' אויף א פארקערטע פאלשע קלעים וואס בערל בעלגעלא האט אויסגעבלאזן פון א רייט-ווינג בלאג??? וואס נאך ווילסטו???
קורקלענד ביסט מיר שולדיג $1000, ברענג מיר א ראי' פארקערט...
#א מין קליינע פארזעהניש
איך זאל ברענגן א ראי' אויף א פארקערטע פאלשע קלעים וואס בערל בעלגעלא האט אויסגעבלאזן פון א רייט-ווינג בלאג??? וואס נאך ווילסטו???
קורקלענד ביסט מיר שולדיג $1000, ברענג מיר א ראי' פארקערט...
#א מין קליינע פארזעהניש
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:אין זיין וועכענטליכע שיעור פון היינט האט הרב יואל אשר לאבין געשמועסט וועגן די באזוך אין וואטיקאן ביים פויפסט. ער טענה'ט אז אידין האבן א חשבון מיט די קריסטן פאר אלע צרות און השמדות וואס זיי האבן אונז אויסגעטיילט אין די אלע יארן און דערפאר טאר מען נישט זיין צו פריינטליך מיט זיי.
איז עס טאקע אוזי? וואס האבן די היינטיגע קריסטען מיט די אמאליגע? זייער גאנצע השקפה און רעליגיע איז אנדערש. ס'האט זיך געטוישט מהיפך להיפך. ווייל זייער עלטער עלטער עלטער עלטער זיידע האט געטוהן געפערליכע זאכן דארף מען ווייטע רהאלטן א רוגזה?
די זעלבע מיט די דייטשען. דארף מען היינט האלטען א רוגזה מיט דייטשען וועגן וואס זייערע זיידעס האבן געטוהן 75 יאהר צוריק?
וואס מיינט דארפן האלטן א רוגזה? האלטן רוגזה האט נישט קיין אויפטו, סאיז א געפיעל וואס דויערט צייט צי אויסוועפן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שבת אחים: ווען דער ראדיאאקטיווער רויעך אדער שטויב וועט ח"ו אנקומען קיין ארץ ישראל און סטעטן איילענד, וועסטו זאגן,...אהא...די דייטשן זענען סוכ"ס נישט אזעלכע פיינע מענטשן ווי איך האב געמיינט"... זיי זענען אבער אייביג זייער העפליך געווען. אפילו ביי די טויערן פון די אוישוויץ גאז קאמערן האבן זיי (אין געוויסע סצענעס) געגעבן זייף און א האנטוך פאר זייערע קרבנות מיט א שמייכל...! נאכמער. ביי די טויערן פון אוישוויץ האט א קאפעליע פון אידישע העפטלינגען (אינמעיטס, בלע"ז) געשפילט שיינע ניגונים...!
א פערזענליכע ווענדונג צו ר' שבת אחים: ביטע טשוכע דיך אויס פון דיין קינדישע נאאיווקייט. די וועלט איז נישט קיין סאציאליסטישע יוטאפיע. (גן עדן. פאר די ניי-אויפגעקלערטע וועלכע האבן נישט געלערנט ענגליש ווילאנג זיי זענען געווען אין חדר/ישיבה.) וואו מ'דארף נישט דאווענען און האלטן שבת אדער עסן כשר'ס. א געשמאקע העם סענדוויטש אנגעשמירט מיט מאיאנעיז און א שטיקל אמעריקען טשיעז איז (מסתמא) טאקע זייער געשמאק. אבער דאס איז נישט די אייציגסטע זאך אין לעבן. ס'זענען פארהאן שלעכטע גויים (און אידן) וועלכע חלומ'ען שטענדיג פון אונטערדריקן אדער ח"ו אויסהרג'נען מיליאנען אנדערע מענטשן...!
אויף ענגליש (איך קען דאך נישט קיין ענגליש וועל איך עס שרייבן אין אידיש) זאגט מען... "וועיק אפ, ענד סמעלל דהע קאפפי"...!
א פערזענליכע ווענדונג צו ר' שבת אחים: ביטע טשוכע דיך אויס פון דיין קינדישע נאאיווקייט. די וועלט איז נישט קיין סאציאליסטישע יוטאפיע. (גן עדן. פאר די ניי-אויפגעקלערטע וועלכע האבן נישט געלערנט ענגליש ווילאנג זיי זענען געווען אין חדר/ישיבה.) וואו מ'דארף נישט דאווענען און האלטן שבת אדער עסן כשר'ס. א געשמאקע העם סענדוויטש אנגעשמירט מיט מאיאנעיז און א שטיקל אמעריקען טשיעז איז (מסתמא) טאקע זייער געשמאק. אבער דאס איז נישט די אייציגסטע זאך אין לעבן. ס'זענען פארהאן שלעכטע גויים (און אידן) וועלכע חלומ'ען שטענדיג פון אונטערדריקן אדער ח"ו אויסהרג'נען מיליאנען אנדערע מענטשן...!
אויף ענגליש (איך קען דאך נישט קיין ענגליש וועל איך עס שרייבן אין אידיש) זאגט מען... "וועיק אפ, ענד סמעלל דהע קאפפי"...!
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: ווען דער ראדיאאקטיווער רויעך אדער שטויב וועט ח"ו אנקומען קיין ארץ ישראל און סטעטן איילענד, וועסטו זאגן,...אהא...די דייטשן זענען סוכ"ס נישט אזעלכע פיינע מענטשן ווי איך האב געמיינט"... זיי זענען אבער אייביג זייער העפליך געווען. אפילו ביי די טויערן פון די אוישוויץ גאז קאמערן האבן זיי (אין געוויסע סצענעס) געגעבן זייף און א האנטוך פאר זייערע קרבנות מיט א שמייכל...! נאכמער. ביי די טויערן פון אוישוויץ האט א קאפעליע פון אידישע העפטלינגען (אינמעיטס, בלע"ז) געשפילט שיינע ניגונים...!
א פערזענליכע ווענדונג צו ר' שבת אחים: ביטע טשוכע דיך אויס פון דיין קינדישע נאאיווקייט. די וועלט איז נישט קיין סאציאליסטישע יוטאפיע. (גן עדן. פאר די ניי-אויפגעקלערטע וועלכע האבן נישט געלערנט ענגליש ווילאנג זיי זענען געווען אין חדר/ישיבה.) וואו מ'דארף נישט דאווענען און האלטן שבת אדער עסן כשר'ס. א געשמאקע העם סענדוויטש אנגעשמירט מיט מאיאנעיז און א שטיקל אמעריקען טשיעז איז (מסתמא) טאקע זייער געשמאק. אבער דאס איז נישט די אייציגסטע זאך אין לעבן. ס'זענען פארהאן שלעכטע גויים (און אידן) וועלכע חלומ'ען שטענדיג פון אונטערדריקן אדער ח"ו אויסהרג'נען מיליאנען אנדערע מענטשן...!
אויף ענגליש (איך קען דאך נישט קיין ענגליש וועל איך עס שרייבן אין אידיש) זאגט מען... "וועיק אפ, ענד סמעלל דהע קאפפי"...!
די וועלט איז נישט סאושליסט???
ס׳וואלט געפאסט פאר סענדער דייטש צושרייבן אזאנס
איבער דרייסיג געלונגענע פארגעשריטנע לענדער אויף די וועלט זענען סאושליסטיק געשטימט! האלטס זיך פאר א ״גרויסע חכם״ וואס קען שפראכן וואלסטו שוין געמעגט טראכטן פאר זיך אליינס און נישט נאכזאגן ווארט ביי ווארט ״אמעריקעס פראפעגאנדא״ וואס באשטייט פון ״אפענע שקרים״...!
נישט לאנג צוריק איז דיין גאלדענע ״אמעריקא״ געוועהן נומבער 1 פלאץ צו וואוינען אויף די וועלט, היינט עס איז ניטאמאל פון די ״טאפ 10״...! ווייסט ווער זענען די ערשטע 10??? אלע סאושליסט לענדער וואס די טעהנסט אז ס׳עקזיסטירט נישט...
כהאב דיר געבעטן א פארלעסליכע מקור צו דיינע ״נערישע קלעימס״ אז די דייטשען בויען ״נייע אויווענס״ צו פארברענען אידן, געסטו מיר א גאנצע ״נערישע-אומשכל׳דיגע-שקרים"????
ביסט געוועהן אין דייטשלאנד לעצטענס???
קענסט אידן וואס וואיונען דארט???
איך בין דארט געוועהן מעהר ווי איינמאל, איך האב א גיטע חבר א חבדסקר, א שליח וואס וואוינט אין דיזלדארף שוין א שיינע פאר יאהר מיט א משפחה מיט קינדער וואס גייען מיט פיאות און ציצית אפענערהייט, לויט אים האט ער נאך ״קיינמאל״ נישט עקספירענסט אנטסמיטיזים דארט... נאר פונקט פארקערט!!!
ביסט איינגערעדט! פשוט און גראד דו חלמסט אויף כח!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שבת אחים: איך קען נאר ענטפערן אויף דיין תגובה מיט א שמייכל...
דאס דייטשע פאלק איז זייער אן אינטרעסאנט פאלק. די גרעסטע נאטור פארשערס און אנטראפאלאגיסטן ברעכן זיך די קעפ צו פארשטיין וויאזוי אזא ציוויליזירט און קולטורירט פאלק ווי דאס דייטשע פאלק האט געקענט זיך דערקייקלען צו טוען אזעלכע מעשים תעתועים ווי דאס וואס זיי האבן אלץ אפגעטון פון יאר 1936 ווען די נאציס זענען געקומען צו דער מאכט ביז דעם יאר 1945, ווען די אליאירטע ארמייען האבן זיי ענדגילטיג צובראכן און צופיצלט זייער מאכט. זייער דערקייקלען זיך ביז צום אפגרונט פון בארבאריזם און סאדיזם איז צוגעגאנגען שטאפלווייז. בהדרגה. און אין די פאליסיס פון פיין און אונטערדריקונג און ענדגילטיג די פארניכטונג פון א גרויסן טייל פון אידישן פאלק איז נישט אדורכגעפיהרט געווארן פון א קליינע, געצוימטע צאל סאדיסטן און מערדערס. נאר די גאנצע דייטשע באפעלקערונג איז מיטגעגאנגען מיט די אלע רציחות. ערשטנס ווייל צווישן די נאציס זענען געווען די גרעסטע אינטעלעקטואלן און געלערנטע און קולטורירטע מענטשן. דאס אלעס האט זיי נישט אפגעהאלטן פון הרג'נען און אונטערדריקן די אידן. אין די באקאנטע מאווי ..."שינדלער'ס ליסט"...איז דא א סצענע ווי איינער פון די עס.עס. סאלדאטן, וועלכער האט זיך באטייליגט אין ארויסטרייבן די אידן פון זייערע הייזער מיט די גרעסטע מאס אכזריות און בארבאריזם, באגלייט מיט קלעפ, רציחות און קולות מיט הונט, האט באגעגנט א פיאנא אין איינס פון די אידישע הייזער, האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן און אפשפילן א שיינע רענדיציע פון באך אדער וואגנער...! און גלייך נאך די 2'טע וועלט מלחמה ווען דייטשלאנד איז געווען טיעף אין די אדמה זענען פלוצלינג אלע נאציס פארשוואונדן. און אלע דייטשן זענען געווארן אוהבי ישראל...! נאר די מאסקע פאלט שוין אראפ פון זייערע פנימ'ער. היינט שעמען זיי זיך שוין נישט מער מיט ארויסווייזן זייער פיינטשאפט צו די אידן אין די פארם פון אנטי-ציוניזם...! עניוועי...וואס האמיר פון די לאנגע דרשות. דו חלום ווייטער...!

- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
צו מען דארף פיר'ן א רוגזה, ניין מ'דארף נישט, זיי טוען דאס שוין פאר אונז, און דאס וואס דייטשלאנד האט געטון פון 39' ביז 45' דאס איז די נאטור פון א גוי א איד אפילו א פרייער וועט קיינמאל נישט מחמת קנאה שנאה גיין אויסרייסן רצח'נען מענטשן, אפילו די צ'בא ה'גנה ל'ישראל ווייזט הכנעה צום גלות (נישט אז די וואס האבן עס אויפגעשטעלט זענען געווען צדיקים) אבער זיי האבן אויך נאר געמאכט א זאך וואס קיין איין לאנד האט נישט יעדע לאנד האט אן ארמיי זיי האבן א איזרעילי דעפענץ פארסעס (אקרנאים פון איי די עף)
און זייט יודן זענען געווארן א פאלק האט זיך דער דשאויק איבערגע'חזר'ט יעדע לאנד יעדע סעקט יעדע אומה יעדע תקופה אלע זענען צום סוף צוגעקומען צו די החלטה אז מען מוז פארטיליגן אידן און מיט די גרעסטע מאס רציחה
איך מיין אז אויף דעם דארף מען נישט קיין ראויות עס איז זייער קלאר פאר איינער וואס קען די בלוט דורכגעווייקטע אידישע היסטאריע
הכלל היוצא מדברינו איז אזוי, אויב א מענטש פירט א קאנפליקט מיט א צווייטן און די סיבה פון די קאנפליקט איז איז אלעמאל באזירט אויף די זעלבע טענה, שוין. איז א סימן אז יענער האט א טענה און ער טוט עס אפשלאגן, טאמער אבער עס גייט אן א קאנפליקט איבער 2000 יאר און די סיבה טוישט זיך יעדעשטיק צייט איז א סימן אז דאס איז דער גוי א רוצח ווי ער איז וואס ער איז אין וועלכע תקופה דאס איז די סטאטעסקו איז גוי רצח'עט איד ער דארף נאר טרעפן די ריכטיגע סיבה און ריכטיגע צייט דאס אויסצופירן

ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
שבת אחים האט געשריבן:נישט לאנג צוריק איז דיין גאלדענע ״אמעריקא״ געוועהן נומבער 1 פלאץ צו וואוינען אויף די וועלט, היינט עס איז ניטאמאל פון די ״טאפ 10״...! ווייסט ווער זענען די ערשטע 10??? אלע סאושליסט לענדער וואס די טעהנסט אז ס׳עקזיסטירט נישט...
אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט. ווייל ווען אמעריקע איז געווען די בעסטע פלאץ אויף די וועלט צו וואוינען איז עס געווען אמת'דיג קאפיטאליסטיש. אבער וואס מער אמעריקע ריקט זיך אריבער צו סאושעליזם אלס שוואכער ווערט עס.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
מיש נייעס: אנטשולדיגט ס'איז טאקע נישט אן אשכול צו דיסקוסירן קאפיטאליזם ווס סאושעליזם אבער ווי שבת האט נאר א ברירה פארדרייט ער יעדע אשכול צו די צוויי דריי נארישע אגענדעס וואס ער פירט. איך האלט טאקע אז ס'איז זייער נישט יושר'דיג אבער סתם ער זאל אנפירקלן דער שטיבל מיט זיינע 'פאקטן' איז אויך נישט קיין מהלך.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
ביסט גערעכט און ער איז אויך גערעכט, כ'מיין ער שרייבטאך נישט סתם אזוי ער האט ווייטאג וואס טרייבט איהם אזוי צו שרייבן, איך האלט אז מען וואלט געדארפט מקדיש זיין א אשכול וואס וועט זיין געווידמעט פאר קורק-שבת מיינונגס דיפערענצן... פשוט מען זאל נישט דארפן גיין זיכן אין יעדן אשכול דער זאכט אזוי און אין א צווייטע אשכול ווערט א פארזעצונג און דערוילעם קען נישט געהעריג מיטהאלטן...
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
איר זענט שטארק גערעכט. ס'שוין דא אזעלכע אשכולות וואס זענען געווידמעט פאר די פאר נושאים. אבער ער קען זיך נישט איינהאלטן ווי אימער.
לדעתי איז קאווע שטיבל שטארק געשלאגן מיט דעם פראבלעם אז 'יעדע' אשכול ווערט געהיידזשעקט און ס'איז א גרויסע פראבלעם. איך געדענק נישט אז איך זאל אמאל האבן אוועקגעדרייט אן אשכול אבער איינמאל ס'איז שוין פארדרייט וועל איך אויך ענטפערן.
לדעתי איז קאווע שטיבל שטארק געשלאגן מיט דעם פראבלעם אז 'יעדע' אשכול ווערט געהיידזשעקט און ס'איז א גרויסע פראבלעם. איך געדענק נישט אז איך זאל אמאל האבן אוועקגעדרייט אן אשכול אבער איינמאל ס'איז שוין פארדרייט וועל איך אויך ענטפערן.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
קורקלענד האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:נישט לאנג צוריק איז דיין גאלדענע ״אמעריקא״ געוועהן נומבער 1 פלאץ צו וואוינען אויף די וועלט, היינט עס איז ניטאמאל פון די ״טאפ 10״...! ווייסט ווער זענען די ערשטע 10??? אלע סאושליסט לענדער וואס די טעהנסט אז ס׳עקזיסטירט נישט...
אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט. ווייל ווען אמעריקע איז געווען די בעסטע פלאץ אויף די וועלט צו וואוינען איז עס געווען אמת'דיג קאפיטאליסטיש. אבער וואס מער אמעריקע ריקט זיך אריבער צו סאושעליזם אלס שוואכער ווערט עס.
הער אויף צו שרייבן אפענע פרעכע ליגענט! ווען אמעריקא איז געוועהן נומבער 1 האט דער עושר באצאלט כמעט 70 פראצענט טעקסעס!!! און די מיטעל קלאס איז געוועהן גאר שטארק! אין 1950 האט א עוורידזש מיטעל-קלאס פארדינט $50 א שעה לויט די היינטיג געלט...! היינט מאכט די עווריזש ארבעטער אין אמעריקא וויפל??? אכט, ניין, צוועלף? וואס דרייסטו דעם קאפ מיט הוילע לגינות???
זייט רעיגען איז אמעריקא געגעאנגען בארג אראפ, און א יעדער עקאנמיסט גייט דיר עס זאגן...