בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
איך בין נישט קיין בעלזער באבאווער, ליטוואק, אדער לובאוויטשער. איך פרוביר נאר זעהן דאס גיטס, אפ לערנען דער מציאות, און זוכן עצות צו האלטען מיינע דורות עהרליך, אידיש, תורה׳דיג, און נארמאל מיט א פרנסה קלה ונקי׳. איך שרייב וואס עס קומט מיר אויס לטב ולמוטב. דער אמת איז אז איך קען שרייבען און מגיב זיין פונקט אזוי להיפך און נעגאטיוו קעגען דער פונאמענע פון קאמירשלייזט חסידות דהיום. אבער ריעלסטיש איז דא אין דעם מעלות וואס ווערט פארוואסערט מיט אללע קריטיק.
זאת ועוד, אלץ אוהב ישראל און אלץ שטארקער חסיד פון פריערדיגע רביס, איבערהויפט פון זייערע ספרים הקדושים, בענק איך און דענק איך אז דער מושג פון דביקות אין א רבין זאל נישט בטל ווערען מחמת דאס קריטיק וואס איז אזוי שגור בפי כל און אזוי קלישעי בזמננו.
עפ״י מסורת החסידות איז אפ געבען א קוויטעל א רבין איז א טייערער און געהויבענער איבערלעבעניש ווען דער חסיד גלייבט אז דער רבי איז מתפלל פאר איהם און זיינע קינדער און אז דער רבי מיט זיין עבודת השם, פרישות, דביקות בתורה, השגות בענינים פנימיים, וכדו׳ האט הימלישע כוחות מתפלל זיין דורך דעם וואס דער חסיד איז זיך מקשר מיט איהם. לשבר את האוזן, איז עס דומה צו דעם וואס א חבר קען דאווענען פאר זיין ידיד מיט א שטארקייט און אויפטוען בתפילתו מער ווי דער ידיד אליין ווען ער געפונט זך אין אן עת צרה ח"ו. בפרט ווען דער חבר איז חשוב׳ער און מער עלול שיתקבל תפילותיו.
דער אינגערמאן פון 35, א בעלזער אדער לובאוויטשער, אויב ער איז נוטה צו רוחניות און פיהרט א שטוב מיט ערענסקייט איז יונק זיין חיות רוחני פון דעם וואס ער הערט און זעהט צו דאס עבודת הקודש און עקשנות פון זיין רבין.
כמעט אללע טענות דיינע וואלט מען געקענט זאגען א הונדערט יאר צוריק אויפען הייליקען טשארטקובער, ר״א טשערנובליר, דער שינוווער רב, מהרי מבעלז, וכו וכו׳. דו מיינסט אז דער סאנדזער רב האט גיהאט הערנער? נאר וואס דען, עס איז דא ביי חסידים אן הנהגה פון אדמורות וואס האט א פליכט פאר די רביס און א פריוויליגיע פאר די חסידים. עס איז מעגלים דאס זאל ג'יין בירושה כמפורסים, און עס קען לכאורה יא אנגיין בזמננו.
עס ווייזט אויס אז דו האסט נישט א רבין, נאר א מענטאר כדוגמת דער וואודרידשער רב שליט״א. פיין און וואויל אבער נישט דאס איז א רבין. רעד מיט א לובאוויטשער, א קארלינער, אדער אפילו א סטמערער פונעם דברי יואל וועסטו הערן גאר אנאנדער בחינה. ביי אייך אין אונגארען איז דאס בכלל נישט געווען בנימצא. וועגען דעם זענען אללע חסידי הונגריא, דוגמת ר׳ שאול בראך, ערוגת הבשם , כוונת הלב, נאסוידער רב, און נאך געפארען קיין גאליציע זוכן א רבין.
ווייזט אויס אזדי קאמבינאציע פון ליטוואק און בודאפעשט לאזט נישט אריין אין דיין קאפ דער פשוטער מושג פון חסידות בטהרתה.

קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס האט נישט מיט חסידות, נאר מיט ירושה. נאר דער חילוק איז אז אין לעיקוואוד האט דער עולם די יורשים אינדערערד.
הרב ישראל סאלאנטער האט עס געזאגט בשעתו, און דער וואודרידזשער רב שטעלט עס צו לעניינינו. די תורה דארף נישט קיין הילף. פאלג דעם תורה און זי וועט מציל זיין מן החטא. אז מ׳וויל וויסען וויאזוי צו העלפען א יונגערמאן זיך אפהאלטען פון זינדיגען, זוך עס אין תורה, נישט אין בויך און נישט אין דער גוי'ישע וועלט.
רבי ישראל סאלאנטער איז נישט געווען קיין חסיד לויט מיין ריסירטש.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
זאת ועוד, דיין עקפוזר צו חסידות איז בע״כ זייער לימיטעד. חסידות זאגט להדיא אז פונעם בעש״ט און ווייטער האט זיך אנגעהויבען א נייער תקופה און הנהגה אין עבוה״ש. דער מהרש״א האט געלעבט צוויי הונדערט יאהר פארן בעש״ט. וואס איז די שייכות בכלל. ווען דער מהרש״א זאלל אריינקוקען אין ספר התניא אדער אין ליקוטי מהר״ן וואלט ער געדארפט א פרייוועט טוטאר צו פארשטיין וואס שטיין דארט. דאס איז א בעיסיק יסוד וואס יעדער וואס האט צוגירירט דאס קלאמקע פון חסידות ווייסט דאס.
ער וואלט אויך נישט פארשטאנען פארוואס ר שאול ידידי פון מאדזיץ זינגט לאנגע מערכות פון ניגינה שבת און יוט, אדער פארוואס דער ראפשיץער רב מאכט וויצען מיט גרויס דביקות. אוודאי וואלט ער נישט פארשטאנען די גרויסע רבישע חתונות וואס עס זענען געווען דארט טויזענטער חסידים און צענדליקער רביס בעלי רוח הקודש לובשי בעקשעס לבינות. היעלה על הדעת אז די גדולים זענען קלענער געווען וועגען דעם?
ער וואלט אויך נישט פארשטאנען פארוואס ר שאול ידידי פון מאדזיץ זינגט לאנגע מערכות פון ניגינה שבת און יוט, אדער פארוואס דער ראפשיץער רב מאכט וויצען מיט גרויס דביקות. אוודאי וואלט ער נישט פארשטאנען די גרויסע רבישע חתונות וואס עס זענען געווען דארט טויזענטער חסידים און צענדליקער רביס בעלי רוח הקודש לובשי בעקשעס לבינות. היעלה על הדעת אז די גדולים זענען קלענער געווען וועגען דעם?
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
תורה ומדע
ביסט נישט קיין בעלזער??? דעמאלסט איז דאך די קשיא פול שווערער, מילא איז דו ביסט אויפגעוואקסן אזוי, קען איך נאך פארשטיין
לויט דיין שרייבן דא ביסטו א פולשטענדיגע בעלזער, שווער צוגלייבן אז דו באלאנגסט נישט צו בעלזא.

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
איך אויך האט געשריבן:פונקט זאגט מיר פריער א גערער חסיד אז אויב וואלטן די סאטמארע חיות געטוהן צו זייער רבי אפילו נאר האלב ווי אזוי זיי פירן זיך יעצט אויף, וואלטן זיי ארויף צו ר' פאדווא און גערעדט צו עם 'א שפראך וואס ער פארשטייט'. אדערוויל האט ער געשריבן א כללית'דיגע בריוו פאר שלום עפעס א שטייגער כאילו מען רעדט פונעם סכסוך אינעם מיטל-מזרח צו וואס.
הרב פדווא האט געטין די והותר
ער שטייט אויס געניג פראבלעימען פון דעם וואס די בעלזע ווילן זיך ארויסשרייבן פינעם התאחדות הקהילות, עס איז נישט אזוי רחוק אז עס זאל פאסירן אינעם צוקנופט דאס ארויסשרייבען זיך,
פאר אזעלכע צרות אויסטיילער איז אזא בריוו גענוג
והשנית
אויב זאל הרב פדווא קלאר ארויסשרייבן וועט ער אויך דארפן קלאר ארויסשרייבן אז די געפעלטשטע צעטיל אין זיין נאמען צו מקדם זיין פני בעלזא איז א זיוף פין בעלזע חצופים
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:זיין פעטער און זיין טאטע האבען משנה געווען אין אר"י ווי עס איז שוין ארום גערעדט באריכות דא אין שטיבל. ער איז נאר ממשיך זייער דרך. ואידך פירושא הוא.
דעס פאלגענדע וידיאו מ'בעלז
ביסטו חלילה מייחס צו א צדיק וקדוש, עס האט קיין זינען דאס אנצוקניפן צום קדוש עליון הרב מבעלזא זצ"ל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איש את רעהו: די טעראר ארגאניזאציע אייסיס האט אויכעט שיינע ווידיאוס און סצענעס דורך וועלכע זיי רעקרוטירן די טויזנטער משוגע'נע יוגנטליכע. נאר וואו זיי האקן אפ קעפ דאס ווייזן זיי נישט. די זעלבע מיט די קליפ וואס דו ברענגסט. די גרעסטע חירופים וגידופים אויף א גדול בישראל. א מנהיג פון צענדליגע רבבות אלפי ישראל, באגלייט מיט ..."שיינע"... מוזיק...! די אלע וועלכע האבן צוזאמגעשטעלט די ווידיא קליפ זענען די ערגסטע סיקריקין און שווינדלערס און גזלנים...! ווייל זיי גייען נישט ארבעטן. און נעמען געלט פון די מדינה דורך שווינדל און גניבה...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
איש את רעהו האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:זיין פעטער און זיין טאטע האבען משנה געווען אין אר"י ווי עס איז שוין ארום גערעדט באריכות דא אין שטיבל. ער איז נאר ממשיך זייער דרך. ואידך פירושא הוא.
דעס פאלגענדע וידיאו מ'בעלז
ביסטו חלילה מייחס צו א צדיק וקדוש, עס האט קיין זינען דאס אנצוקניפן צום קדוש עליון הרב מבעלזא זצ"ל
מעגסטיך שעמען. איך דערמאן זיך וואס א קלויזענבורער חסיד האט געטוהן נאכגעם וואס דיינע כוליגאנעס האבען וואדאלאזירט זייער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג. ער האט אויף געשריבען אין גרויסע גידוש לבנה אותיות "[size=200]לע"נ רבינו יואל בן חנניה יום טוב ליפא[/size]". וה"ה הכא.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:זיין פעטער און זיין טאטע האבען משנה געווען אין אר"י ווי עס איז שוין ארום גערעדט באריכות דא אין שטיבל. ער איז נאר ממשיך זייער דרך. ואידך פירושא הוא.
דעס פאלגענדע וידיאו מ'בעלז
ביסטו חלילה מייחס צו א צדיק וקדוש, עס האט קיין זינען דאס אנצוקניפן צום קדוש עליון הרב מבעלזא זצ"ל
מעגסטיך שעמען. איך דערמאן זיך
.
ס'איז בסך הכל נאכגעברענגט בילדער/קליפ'ס
אז מען האלט דאס פאר מורשת בית אבותיו, איז דאס מבזה געווען גרויסע לייט.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:אין די פאסט איז אנגעקומען א קונטרס לרגל די ביקור
נאך גליונות זענען צושפרייט געווארן אין שטאט
https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
א פלא אז אין 2017 קען זיך נאך אזעלכע משוגעים אויפהייבען דעם קאפ.
די כאפסט נישט די עגלענגדע שטייטע קעפ האלטן דארט ווי אונז האמיר געהאלטן תשמ"ד זיי האלטן נאך אן די מסוירע מיט אלע קליפערליך, דאס איז סתם אזוי באקאנט אז די לאנדענער זענען 20 יאר ביהיינד
לאך נישט... ווען א מגיד שיעור שרייט אין לאנדאן: די תורה האט זיך נישט געטוישט אין טווענטי סעווענטין מיינט ער נישט דעם זעלבן 2017 ווי אונז, ער האלט ביי 1980 ... ודוק
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
קלארמאכונג
אזוי ווי 2 3 סאטמארע ניקס האבן מיר גע'אישי'ט אז ס'פאסט נישט פאר א סאטמארע חסיד זיך אן צו נעמען פאר'ן בעלזער משכיל ע"כ וויל איך מיך קלאר מאכן
דא איז 2 זאכן וואס דארף ווערן צוטיילט
1) וואס דער בעלזע רב הא זיך מתחצף געווען פאר די עדה החרידית און עקסטער זייער מיאוס גערעדט קעגן דעם קדוש וטהור רשכבה"ג סאטמאר רב זצ"ל (לאחר הסתלקותו) אויסער וואס ער האט גערעדט מיאוס אויף אנדערע ווי דעם חת"ם סופר ותלמידיו ער האט דעס געטון מתוך ילדותו און ווייל ער איז געווען העפי אז סאטמאר רב זצ"ל גייט אים שוין נישט שטיין אין וועג אזוי האט ער געמיינט
2) וואס דער בעלזע רב איז ליידער זייער א לינקער -ניט נאר אין עניני אמונה בנוגע די מדינה של גיהנום און ממשלת הכופרים וואס אין דעם זענען זיי פונקט ווי די ליטווישע און גור'ע- אויסער דעם זענען זיי אין די וועלט זייער לינק און ליבעראל
צום ביישפיל אין אייראפע הערשט א געפערליכע גזירה אויף די חנוך און אלע עסקנים און אזוי אויך כדתיא לייגן אוועק אסאך כוחות להעביר הגזירה אבער דער בעלזער מיט זיינע לינקע דעות שטייען אין וועג פאר די עסקנים
און אזוי ווי איך בין נישט קיין סיקריק האב איך נישט מורא מודה צו זיין על האמת אז די פרט האב איך נישט געוואוסט און יעצט איז שוין מער פארשטענדליך פארוואס די לאקאלע עסקנים זענען זייער גערעגט און זיי שרייען אויס א מחאה און א התבדלות
אבער זיך אויפירן ווי ווילדע מענטשן מיט פרעות דאס האט נישט קיין פשט איי פארוואס טוען דעס די סיקריקים אויף דעם איז די תירוץ פשוט ווייל דער סיקריק האלט נישט אויס אז דער בעלזער האט זיך געוואנדן צו זייער שונא זיך איבער צו בעטן און אז דער בעלזער האט זיך בע"כ געבויגן פאר סאטמאר און געשיקט 10 דיינים איבער בעטן סאטמאר רב זצ"ל און לאכט פון די סיקריקים

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
יעקב מענטש האט געשריבן:@גאנצל
וואס איז פשט פון דעם "בעל כרחך" אין דיין תגובה? איינער האט אים געהייסן? (איך האלט אז ער האט פון שטענדיג געטראגן א גילט קאנטשעס, און ער האט געמוזט משלים זיין מיט זיך זעלבסט)
ער האט עס געשלעפט צוויי יאר פאר א סיבה
ער האט קודם געוואלט ווערן גוט מיט סאטמאר אפי' אן שיקן איבערבעטן
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
דו האסט געזאגט ׳אריגינעל׳ ווס. מאדערן. צו דעם האב איך געברענגט דער מהרש"א.
אלע דיין ווערטער זענען געבויט אויפ׳ן זעלבען שקר וואס מ׳האט דיר שוין אויפגעוויזען.
ווייז איין מקור, איין מראה מקום אז דאס זיך איינרעדען אויף איינעם און זיין מדרגות איז א ווירדע אין חסידות. אויף דער ליובאוויטשער וואס פארברענגט מיט זיין רבי׳ן האב איך נישט אזא קשיא (און טאקע דער ליובאוויטשער התקשרות איז פיהל זאכליכער ווי סיי וועלכע אנדערע חסידות). נאר אויף די וואס זענען געבויט אויף איינרעדעניש איז עס א סכנה גדולה און א פירכא.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
דער בריוו פון הרב פאדווא איז א ריזיגע פאטש צו בעלז. נישט ווייל בעלזער רבי קומט זיך כבוד, נישט ווייל ס׳איז חוצפה׳דיגע פאשקעווילען. נאר ווייל דער קהלה דארף אייננעמען פיהל מענטשען און מ׳דארף זיך אויסקומען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
איך וויל רעדן אפאר ווערטער דא צו איש את רעהו און צו עמעזאן און פאר ווער סע טראגט די סאטמערע פאן מיט אזא שטאלץ, איך גיי ענק נישט מאכן פאר חסידים, ווייל קודם כל בעלז האט היינט געניג פלייש און מען דארף נישט נאך, צווייטענס די טיעפע שנאה וואס מען האט ענק איינגעווארצעלט פון קינדווייז אן, איז נישט מעגליך ארויס צו רייסן, ווייל צוזאמען מיט מודה אני האט מען אויסגעלערנט אז די מדינה איז טמא, די כותל איז טמא און בעלזער רב איז א שייגץ און אן אפיקורס עפ"ל, אבער לאמער כאפן א שטיקעל בליק וואס בעלזער רב האט געטוהן פאר יהדות החרידות בכלל און פאר בעלזא בפרט, און וואס האט סאקמער ארויסגעגעבן פאר די וועלט און די לעצטע 50 יאהר,
יעצט אזוי, איך שלא כתורה ומדע בין יא א בעלזער חסיד ברחמ"ח אברים ובשס"ה גידים, כאטש איך בין נאך גאנץ יונג דאך האב איך מיט געהאלטן אסאך , בעלזער רב זז"ג האט געהאט די אלע יארן 1 מטרה, מרבה צו זיין כבוד שמים וכבוד החסידות אויפן וועלט, מען קען זאגן זיין הויפט מישן אויפן וועלט איז געווען 1 זאך נאך א יוד זאל וויסן פון גאט ברוך הוא נאך א יוד זאל זאגן שמע ישראל און נאך א יוד זאל אויפשטעלען יודישע דורות, ווען ער איז געקומען תשנ"ה קיין אמעריקא נאך געלט פאר זיין נייע בית המדרש, איז דעמאלטס געווען גאר שווערע צייטן, וואס האט ער גערעד ביים דרשה וואס וואלט געדארפט דינן אלטס די הויעך פונקט פונעם מעמד אין הילטאן האטעל? , איין זאך האט ער געשריגן, סעדא טויזענטער יודן וואס זענען תינוקות שנשבו און מען דארף זיי זעהן צו דערנעטערן צום אייבערשטן דער רב האט דאן געמאכט קולות וברקים ווי מען דארף זיך מוסר נפש זיין פאר דעם, דער עולם איז געווען שאקט, אבער דאס איז נאר א משל ארויסצוברענגען וואס איז איהם געליגן אין קאפ, ווי באקאנט האט דע רב אויפגעשטעלט א מוסד צוהר וואס האט שוין געמאכט טויזנטער בעל תשובות, און נישט אמנון יצחק סטייל , נאר וואס מען זארגט פאר זיי און מען מאכט זיי חתונה און מען העלפט זיי לכל אורך הדרך ווי אויך האט דער רב געפענט די הידברות ארגענעזאציע וואס טאקע דורך די טעלעוויזיע זעהן טויזענטע יודן שיעורי תורה והלכה יעדן נאכט אויפן טיווי, בעלזער רב האט פארשטאנען אז דאס וועט ברענגן בעלי תשובות, נאך אפאר יודן וועלן נתקרב ווערן צום אייבערשטן, דאס איז די עיקר, ער האט זיך נישט דערשראקן פון אפאר סאקמערע סיקריקים וואס חוץ פראטעסטירן האבן זיי נאך נישט אריינגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער פאר יודישקייט,
עטס רופטס אים א פורץ גדר, ענק זענען הייליג גערעכט מיט דעם, ער איז טאקע א פורץ גדר, ער האט נישט מורא פון קיין טעראר, ער האט פארשטאנען אז עס איז א טובה םפאר כלל ישראל צו האבן נאך א הכשר האט ער עס געפענט אליין, און היינט אדאנק דעם איז דא צענדליגע הכשירים ביי כלל ישראל, ער האט פארשטאנען אז מען דארף האבן חינוך מיוחד אין די מוסדות האט ער עס אריינגעברענגט, וועלכע תלמיד תורה האט נישט קיין צענדליגע פראגראמס פאר שוואכע קינדער, פארשטייט זיך אלטס איז על טהרת הקודש.. אבער די אלע ארגונים צו העלפן בחורים אדער קינדער, נועם התורה, חיים של תורה, עצה, מלאכת שמיים חברים מקשבים, אלטס איז געקומען אדאנק בעלזער רב. ווען עס איז געקומען צו מיוזיק, האט ער אויך פארשטאנען פאר 30 יאהר צוריק אז חסידושע יודן דארפן האבן אייגענע טעיפס, די זעלבע איז מיט אויפשטעלען דעם אירגון מכלול, אז יונגעלייט זאלן קענען האבן בכבודיגע דזשאבס, ער האט נישט מורא צו ברענגען ציונישע פראפעסארן, אונז הייס מיר שוין פארכאפט אין ציונות די לעצטע 50 יאהר, און איך מיין אונז זעה מיר אויס נאך גאנץ יודישלעך, איך גיי נישט יעצט אויסרעכענען אלע זיינע אויפטואנגען , ווייל איך וועל ענדיגן מיט אפאר בלעטער לענגער ווי אדנירם ז"ל אשכול אויפן אמשינעווער, די אינטערשטע שורה וואס איך וויל ארויסברענגען איז, יעדע ארגענעזאציע וואס דארף חיזוק און וואס זוכט אויפצוטוהן פאר יודישקייט האט אן אפענע טוהר ביים בעלזער רב, קיינער קען עס נישט לייקענען, מיר האט מען געאנערט אפאר יאהר צוריק אין בויני עולם אין בארא פארק האט מיר שלמה באכנער געזאגט אז די ערשטע און די מערסטע שטיצע האט ער באקומען פון בעלזער רב, קען זיין ער זאגט עס פאר יעדעם, איך זאג נאר איבער וואס ער האט מיר געזאגט, אזוי איז איז ביי יעדע ארגענעזאציע, ווען עס איז געווארן א טומל ביי קרבתנו, האט דער בעלזער רב געגעבן זיין פולע שטיצע, און היינט האלטן זיי שוין ביי זייער זעקסטע שבת, און הינדערטע יודן געניסן פון דעם על כל פנים יעדע וואס וויל אויפטוהן איז בעלזער רב דא אים צו שטיצען, און אזוי איז און גשמיותדיגע חלקים די זעלבע זאך, ווער איז געווען די ערשטע מנין אין אשדוד וואס איז היינט אן עיר ואם בישראל מיט צענדליגע טויזענטע חרדישע משפחות, אפאר בעלזע חסידים, וואס האבן געפאלגט זייער רבי, און יעצט חזרט זיך איבער די זעלבע זאל אין לעיקוואד, ווי איין חסידת נאכן צוויטן קומען נאך די בעלזע, סע מיז דיר נישט געפעלן אבער דאס איז די מציאות.
בעלזער רב זז"ג האט אויפגעשטעלט אזוי לינקערהיט ווי גאנצעל ריפט אים, אן אימפעריע פון טויזענטע חסידים ואנשי מעשי פון די שענסטע חסידות'ר ביי כלל ישראל, לויט ווי די סאטמערע לייגן אראפ אין זייער קונטרס וואלט לכאורה נישט געקענט בליבן א שומר תורה ומצוות אין בעלזא, און זעה נאר וואונדער איבער וואונדער ווי עס איז ארויסגעקומען א דור יראים ושלמים הינדערטע דיינים בלי גוזמא און צענדליגע רבנים, און טויזענטע ערליכע חסודישע יונגעלייט, די רב שליט"א האט אלעס אויפגעשטעלט מיט זיינע צוויי הענט פון א קומץ בעלזע צושליסענע חסידים און מיט א שיינע צאל מתנגדים פון די ערשטע מעניט , און מען זעהט וויפוהל סיעתא דשמיא ער האט געהאט, אוודאי איז דא שוואכע און ארויסגעפלענע , ווי גרעסער די פאבריק איז אלטס מער גארבעדזש איז דא, אבער באופן כללי איז עס א הערליכע חסידות פון קליין ביז גרויס,
יעצט לאמער א מעניט זעהן וואס די סאטמערע חדר האט ארויסגעגעבן פאר די וועלט, א נטורי קרתא, א לב טהור קולט, סיקריקים, א משה אריה פריעדמאן, שנאה און מחלוקות רשעות פונעם ערגסטן סארט, מחללי שם שמיים אין די גאסן פון ירושלם און איבער די וועלט, דאס האט ענקער חינוך ארויסגעגעבן, גאנצעל, איש את רעהו, זאגטס מיר נאר, וויפיהל יודן זענען נתקרב געווארן צום אייבערשטען דורך ענקער פראטעסטן? 100? 10? אפילו קיין 1 יוד האט עטס נישט דערנענטערט מיט ענקערע נידריגע מעשים,איך גלייב באמונה שלמה אז עטס האטס דערווייטערט נאך יודן מיט ענקער פעולת, די חילול השם וואס עטס זייטס אן אין די גאסן פון ירשולים איז איום ונורא, און אין די צייט וואס ענק רייסן זיך ארום מיט די פאליציי אדער בעסער געזאגט מיט די פאליציאנטעס..., ווערט נאך א יוד נענטער צום רבונו של עולם און נאך פרוי הייבט אהן היטן טהרת המשפחה, נו פרעג איך דיר ווער פארט שענער? אונז צו ענק? ווער ברענגט כבוד שמים בעלזא אדער סאטמער???. איך מיין אז די ענפער איז פשוט
פריער אין אשכול האט דא איינער, כמיין עמעזאן, געזאגט אז ער האלט אז בעלזער רב'ס זיידעס וואלטן געוען קעגן אים, קודם כל איך בין בטוח אז נישט ווייל בעלזער רב גייט און די פיסטריט פון זיין פעטער ז"ל, וואס אלעס האט זך געטוישט נאכן מלחמה, איך זיך נישט יעצט אריינצוגיין אין דעם נושא פון פארענטפערן די סאקמערע שש"ט בלאף וואס איז מיר א גאנצע מבין וואס דער הייליגע בעלזער רב ז"ל האט געמיינט , און קורצן ממש איז דער פוינט אז די רב האלט ווי מען קען בויען נאך א ישיבה נאך א תלמוד תורה נאך א מיידל סקול איז כדי צו נעמען געלט פון די רעגורונג, און עס איז קין שום חסרון נישט און פארדעם איז דא חבר כנסת צו קענען אופטוהן און אז די חרדים זאלן האבן א כח מיט פאוער. יעצט איך וויל דיר פרעגן, דו האלטסט אז דאס האט סאטמער רב ז"ל געוואלט פון זיינע חסידים? אזא מין בעהעוויער? איך זאג דיר צו אז ער קוילירט זיך אין קבר פאר צער וואס זיינע חסידים האבן געמאכן פון זיין שיטה, סא זאג מיר נישט אז די פריעדיגע בעלזער רב וואלט געהאט א פראבלעם וויאזוי זיין אייניקעל פירט זיין חסידות,
צום שלום פון מיין נישט געפלאנטע לאנגע דרשה, וויל נאך זאגן איין פוינט, בעלזער רב און די לעצטע 10 צו מער יאהר האט א גאול עס זאל זיין שלום אויפן וועלט, ער וויל אז די חסידותער זאלן זיך נישט ארום קריגן און ער רעד פון דעם כסדר, ער איז גרייט אלעס נאך צו געבן פאר שלום ווי יעדער זעט, חוץ פארשטטיט זיך נאכטאנצען יעדע סאקמערע שטות, ווי בחירות אד"ג, סאטמערע חסידים! , עס איז צייט אראפ צולייגן די געווער, עטס האטס נישט קיין בר פלוגתא, נאר א רבי וואס זוכט שלום צווישן יודן, ער האט דאך שוין איבער געבעטן ענקער רבי, וואס איז יעצט? וואס איז דאס ארויפברענגן מחלוקןת פון 30 יאהר צוריק? צו וואס פעלט עס אויס? איר האלט אז די רבי קוועלט אויף יענע וועלט ווען מען הענגט בערעלעך אין גאסן פון לאנדאן? ער האט ממש פאר אפאר מעניט צוריק גענדיגט זיין תורה, וואס האט ער דארט געזאגט?, נאכאמאל די זעלבע זאך, מען זאל זיך האלטן באחדות איין חסידות מיט די אנדערע, עס גייט אים בנפשו, קומען אפאר רשעים ארורים און רייצן אן די מאסן, פאר אןויסגעלאפענע מחלוקתער,
למעשה ב"ה עס האט זיי נישט געהאלפן קיין סאך און איך הער פון מיינע ברודערס אז עס איז געווען א הערליכע שבת וואס לאנדאן וועט געדענקען א לאנגע צייט, עס איז געוועהן געפאקט מיט געסט ווי אויך מיט רוב תושבי לאנדאן, ביים באגלייטן הער איך איז געווען א קנאפע 15000 מענטשן, די שבת איז געווען א געוואלדיגע חיזוק פאר די אירופישע בעלזע חסידים, הלוואי וואלט איך געקענט זיין דארט, איך האב אויך געהערט אז די סאטמערע שקצים האבן געוואלט מאכן א פראטעס אבער די פאליציי האט זיי נישט געגעבן רשות, ווי אויך האב איך מיטגעהאלטן לייוו ווי ר' אהרן'ס קהלה האט געשיקט זייער דיין וואזנער און חשובי הקהל צום ל"ג בעומר טיש, כל הכבוד, (פלאצען זאלסטו איש), ווי אויך איז הרב אליעזר דוד פריעדמאן רב ביהמ"ד 99 (מאכנובקא) געווען ביים טיש היינט, און א גרויס עולם מאכנאווקע חסידים זענען געווען שבת ביים טיש בהוראת קודש פון זייער רבי'ן,
שלום שלום צווישן יודן!
יעצט הייבטס אהן צו ווארפן שטיינער, איך בין רעדי

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום סמבטיון, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.