בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך בין אביסל נייגעריג פארוואס נאר בעלזער חסידים און גאנץ פרעמדע זע׳ען דאס איין. צווישען ת"ח און גדולים פון אלע קרייזען איז דער בעלזער א רבי ווי אלע רביס צו נאך ווייניגער. זיין דעה איז נישט עולה על שלחן מלכים, קיינער זוכט איהם נישט נאכצומאכען און קיינער פרעגט איהם נישט קיין עצות. זענען בעלזער חסידים געשאנקען מיט עקסטער בריללען, און אין א געוואלדיגע אויפווייזונג פון השגחה פרטית, טוט עס זיי אויפווייזען עפעס אויף זייער רבי וואס קיין אנדערע זעט נישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

א ייש''כ צום סאטמארן חזיר איש את רעהו. מען זעהט טאקע לעצטענס א מאסן טויפונג פון בעלזער חסידים צום סאטמארן רעליגיע, יעצט פארשטיי איך אז עס איז אדאנק דעם קליפ.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

ליטוואק, עס איז עמעיזינג צו זעהן ווי אומוויסענד די ביסט, עס איז כמעט נישט דא א נושא וואס מען קיקט נישט פאר דעם וואס בעלזא טוט, צו אין חינוך צו אין אלגעמיינע הנהגות, גיי ארום אין די מוסדות התורה און פרעג דיר אביסעל נאך צו מען קיקט וואס בעלזא טוט, איך זאג נישט אז אלעס וואס בעלזא טוט איז ריכטיג און איך זאג אויך נישט אז יעדע הנהגה טובה קומט פון בעלזא, סעפעלט נישט קיין געלונגענע חסידותער, אבער דעם שורה פון "זיין דעה איז נישט עולה על שלחן מלכים, קיינער זוכט איהם נישט נאכצומאכען און קיינער פרעגט איהם נישט קיין עצות. ווייזט אויף א גרויסע חיסרון אין ידיעה, און פאקט איז ער היינט פון די גרעסטע מנהיגים, און מען רעכענט זיך שוין איין מאל מיט זיין דעה, בדרך אגב, באלאנגסט בכלל נישט אין דעם אשכול, מען רעד נישט פון תורה יעצט און נישט פון רב ש"ך ז"ל,
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

סמבטיון האט געשריבן:אבער דעם שורה פון "זיין דעה איז נישט עולה על שלחן מלכים, קיינער זוכט איהם נישט נאכצומאכען און קיינער פרעגט איהם נישט קיין עצות. ווייזט אויף א גרויסע חיסרון אין ידיעה, און פאקט איז ער היינט פון די גרעסטע מנהיגים, און מען רעכענט זיך שוין איין מאל מיט זיין דעה",

ביטע געבן ספעציפישע אינצידענטן מיט נעמען פון מנהיגי הדור וואס האבן זיך מייעץ געווען מיט אים און בנוגע וועלכן ענין?
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איך בין קיינמאל נישט געווען קיין משמש און איך האב זיך קיינמאל נישט געדרייט אין צימער ביים אויפנעמען רבנים, אז דו ווילסט זייער שטארק קען איך מאכן ריסערדזש און צוריק קומען מיט א קלארע ענטפער.
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

סמבטיון האסט אויסגעלאזט דאס גרעסטע גדלות פון דיין רבין. בעת די מחלוקת מיט די עדה״ח האט ער אנגעפרעגט ביי הגרי״ש אלישיב צו בעלז מעג מאכען א בי״ד אין ירושלים.און נאר נאך דעם ווואס ער האט באקומען א הסכמה פונעם גאון האט ער אויף געשטעלט דער בידץ שחסידי בעלז. איין תנאי האט דער גאון הגאונים זיך אויסגענומען, זיין הסכמה דארף בלייבן א סוד. דער בעלזער רב האט איינגענומען דאס גאנצע שטינק פונעם סאקמארער טעראר מאשין און קיינמאהל פאר קיינעם גאר נישט דערציילט. וויפיעל עגמ״נ וואלט ער זיך געקענט איינשפאהרען די אלע יאהרען מיטן מגלה זיין דער סוד...
אגב מען זאגט אז הגרי״ש האט דערציילט די מעשה און מיט דעם מסביר געווען פארוואס ער איז יוצא מהרגלו צו ג'יין אויף א ברית צו אן אייניקל פונעם בעלזער רב.
שומעים חרפתם ואינם משיבים ועונים... עליהם הכתוב אומר ואוהביו צאת השמש בגבורתו.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

סמבטיון האט געשריבן:


וויפיהל יודן זענען נתקרב געווארן צום אייבערשטען דורך ענקער פראטעסטן?


קענסט האלטן ווי דיין רב זז"ג צו לאכן פון אלע קדושים [וועמען ער האט מיט ביליגע שפאט רייד מבזה געווען ברבים ביי די שטייעדיגע תורה, און האט זיי קיינמאל מפייס געווען, און נישט חוזר געווען מדבריו] נאך פריער פון סאטמאר רב וואס האבן יא זיך געהייסן שלאגן מיט רשעים [דלא כשיטת הבעלזער אז מען דארף זיך לעקן צו זיי]
אבער היינט איז ערשינען א רעפארט אז די מדנ"י קען שווערליך נאכקומען די פארלאנג אריינצוכאפן אין זייער נעץ אידישע נשמות, נישט אדאנק די הייליגן מראות ה'קאקאש פינעם בעלזער נישט א דאנק די הייליגע טעלעוויזאן סטאנציעס און אנדערע ארגונים, נישט א דאנק זיין גרויסע נגינה קענטעניס
נאר צוליב אנדערע עי' כאן, ווען דער מדינה האט ווען נאר הייליגע שותפים וואס ברענגן בנט צו מיידלעך, אריינצוברענגן אין די בתי חינוך די מורדים בד' וואלטן די יעדי גיוס שוין געהאלטן אין די שווערע טויזענטער
אשרינו אז זיין שליטה איז זייער מצומצם אויף דערווייל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

סמבטיון האט געשריבן:איך בין קיינמאל נישט געווען קיין משמש און איך האב זיך קיינמאל נישט געדרייט אין צימער ביים אויפנעמען רבנים, אז דו ווילסט זייער שטארק קען איך מאכן ריסערדזש און צוריק קומען מיט א קלארע ענטפער.

סמבטיון: פארשפאר די די טירחה. די שאלה איז נאר לקנטר...!
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

די בעלזע לייגן נאך שטארק האפענונג אויף 2 חסידי בעלזע צו איינקעשן ביים נסיעה אויף לאנדאן
הנגיד רבי אליש און פשעווארסקע חצר
נאכן האבן רבי אליש וואס איז נאנט שטארק צום פשעווארסקער רבי
האפט מען אין בעלז אז די שטינק מיט וואס מען האט זיך איינגעזאלצען אחר פטירת מרן מ'סאטמאר זצ"ל זאל נאכלאזען.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

תורה ומדע האט געשריבן:סמבטיון האסט אויסגעלאזט דאס גרעסטע גדלות פון דיין רבין. בעת די מחלוקת מיט די עדה״ח האט ער אנגעפרעגט ביי הגרי״ש אלישיב צו בעלז מעג מאכען א בי״ד אין ירושלים.און נאר נאך דעם ווואס ער האט באקומען א הסכמה פונעם גאון האט ער אויף געשטעלט דער בידץ שחסידי בעלז. איין תנאי האט דער גאון הגאונים זיך אויסגענומען, זיין הסכמה דארף בלייבן א סוד. דער בעלזער רב האט איינגענומען דאס גאנצע שטינק פונעם סאקמארער טעראר מאשין און קיינמאהל פאר קיינעם גאר נישט דערציילט. וויפיעל עגמ״נ וואלט ער זיך געקענט איינשפאהרען די אלע יאהרען מיטן מגלה זיין דער סוד...
אגב מען זאגט אז הגרי״ש האט דערציילט די מעשה און מיט דעם מסביר געווען פארוואס ער איז יוצא מהרגלו צו ג'יין אויף א ברית צו אן אייניקל פונעם בעלזער רב.
שומעים חרפתם ואינם משיבים ועונים... עליהם הכתוב אומר ואוהביו צאת השמש בגבורתו.


איך ווייס נישט ווי באקאנט די ביסט אבער תשמ"ב האט רב אלישיב געשפילט גאנץ א קנאפע ראלע ביים יהדות החרדית און פאר דיין רבי'ן וואלט נישט קיין סאך געהאלפן די הסכמה פון רב אלישיב. כבוד רב אלישיב במקומו מונח אבער ער האט מער באלאנגט צו די מזחיסטישע קרייזן יענע יארן. הערשט נאך די פטירה פון רב שך איז רב אלישיב אקצעפטירט געווארן אין אונזערע מחנות
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

סאקמער רב האט געהאלטן אז מען דארף זיך שלאגן ? אלעדיגט פיין, קען בעלזער רב נישט חולק זיין אויף אים און האלטן אז מיטן זיין אין די כנסת וועט מעו מער אויף טוהן? סאטמער רב איז עפעס א משנה וואס מען קען זיך נישט קריגן מיט אים? עם כל הכבוד צום סאטמער רב האט בעלזע רב ז"ל זיך נאך געקענט פארמעסטן מיט אים.
און בנוגע מיין שאלה האסטו גארנישט גענפערט, איז איין יוד נתקרב געווארן צום אייבערשטן דורך ענקערע פראטעסטן? יא צו ניין?

בדרך אגב האסטו פארגעסן צו אפדעטן די עולם מיט די דורךפאל ביי די לעצטע קול קורא וואס עטס האטס ארויסגעגעבן נאך וואס ביבי האט מנחם אבל געווען דעם רב, די סאטמערע חיות האבן געלייגט גרויס פרעשור אויף ר' לייבוש זאל אונטער חתמנען, ר' לייבוש האט זיי געוויזן די טוהר, ער האט שוין יוצא געווען פאר אלע צייטן, דעם האסטו מורא צו פארציילן הא?

די שטינק האט שוין לאנג נאך געלאזט חוץ ביי דיר מיט דיינס גלייכן וואס לאזן נישט די שטינק זאל נאך לאזן.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

שמעון וואלף האק א צוויטער אין קאפ, הרב אלישיב איז קיינמאל נישט אקצעפטירט געווארן אין סאטמער ער האט אייביג געהייסן פון די פארכאפטע, און פאר בעלזער רב איז ער גענוג געווען צו האבן א רואיגן געוויסן אפילו אין תשמ"ב
און נעמטס ענק אראן נאך א כלל, יהדות החרדית באשטטיט פון מערער שיכטן און קרייזן, יהדות החרדית מיינט אויסדריקלעך נישט נאר סאטמער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סמבטיון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

סמבטיון האט געשריבן:סאקמער רב האט געהאלטן אז מען דארף זיך שלאגן ? אלעדיגט פיין, קען בעלזער רב נישט חולק זיין אויף אים און האלטן אז מיטן זיין אין די כנסת וועט מעו מער אויף טוהן? סאטמער רב איז עפעס א משנה וואס מען קען זיך נישט קריגן מיט אים? עם כל הכבוד צום סאטמער רב האט בעלזע רב ז"ל זיך נאך געקענט פארמעסטן מיט אים.
און בנוגע מיין שאלה האסטו גארנישט גענפערט, איז איין יוד נתקרב געווארן צום אייבערשטן דורך ענקערע פראטעסטן?
קירוב להקב"ה קענט איר ליינען אינעם לינק וואס איז אנגעצייכענט, קירוב להקב"ה הייבט זיך נישט אן ביי גיין זיכן רשעים וועמען צו חונף זיין

די שטינק האט שוין לאנג נאך געלאזט חוץ ביי דיר מיט דיינס גלייכן וואס לאזן נישט די שטינק זאל נאך לאזן.
אין לאנדאן קוקט נישט אויס ווי די שטינק האט נאכגעלאזט, הער איין די שמועסן בי פילע אידן פון שטאט, כל זמן ער איז עומד מיט יענע מהלכים וואס ער האט אוועקגעשטעלט ביי זיינע ד"ת תשמ"ב וועט מען עס געדענקען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@סמבטיון אויב אלעס וואס ער טוט מיינט ער כבוד שמים, האסטו שוין געהערט די תשמ''ב דרשה?? אפשר גיסטו א הסבר דערויף?

דאס וואס די עולם החינוך מאכט נאך בעלז איז די חלק הפיסכילוגיה װאס ער האט געשיקט זיינע יונגעלייט זיך לערנען ביי חכמי אומות העולם און צוביסלעך האב די קהילות אויפגעפיקט די גוטע חלקים.
נישט ווייל מען האלט פון זיין גדלות ופקחות, נאר פשוט עם גענוצט אלס א שבת גוי איינער וואס האט זיך געוואגט דורך צו ברעכן יסודות וגדרים וואס איז ביז דאן געווען אפגעפרעגט, צו עס איז א גוטע זאך צו נישט קען מען דן זיין.

אויב וואלטן רבנים זיך גערעכנט מיט זיין מיינונג וואלט עס קיין סוד נישט געווען.
אדרבה צייג אן ווי מען האט זיך גערעכנט געקימערט מיט זיינ'ס א מיינונג.

נאך איין שאלה, דיין טאטע איז געווען א בעלזא חסיד?? אויב איז די תירוץ יא, דעמאלטס הער אויף צו רעדן, ווייל אויב וואלסטו פונקט אראפגעשיקט געווארן ביי א מאמע אין סקווירא שטעטל וואלסטו דאס געזאגט אויפן הייליגען סקווירא צדיק און וואלסט ניטאמאל געשאנקן א גוט ווארט אויף דיין היינטיגע צדיק.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

סמבטיון האט געשריבן: פאר בעלזער רב איז ער גענוג געווען צו האבן א רואיגן געוויסן אפילו אין תשמ"ב
פארן בעלזער איז רב דרוקמאן אדער רב קוק אויכעט געווען צופרידענשטעלנד,
מען דארף נישט הייבן רב אלישיב צו באקוועם מאכן בעלז

סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

נאר ווי הייבט קירוב זיך אן? און גוואטאמאלה? אין איראן? ביים זיך חנפענן צו אחמאדינזשאד?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קודם בין איך אומוויסענד, נאך דעם ווייסטו אליינס נישט. זע׳מיר ביידע אומוויסענד צוזאמען.

אגב, די אלע ׳דברי בלע׳ וואס מ׳זאגט נאך פון בעלזער רבי׳ן ווייס איך אויך נישט. דער געשטאפטע גענץ מימרא איז א נארישע קינדערישע היימישע באבע רעדעכץ, אבער קיין גרויסע בזיון איז עס נישט.

נאך איין שאלה. וואס וואלט כבוד שמים דערלייגט ווען ער מאכט נישט זיין ב"ד? ער האט מעגליך געהאט רעכט (איך קען זיך נישט פארשטעלען וואס דער הלכה׳דיגע שאלה איז אפילו געווען. דער וואס האט געלאזט דער עדה חרדית זיך גרינדען הוא יאמר לבעלז וידליק) אבער וואס האט עס אויסגעפעלט? אויף צו לערנען חסידות דארף מען א ב"ד? אויף צו בויען חדרים, מיידלעך שולע׳ס, טעלעוויזיע סטאנציעס און רייזעדיגע חסידים (פון ליטווישע אפשטאם) דארף מען דען אן אייגענעם קהלה ווערטשאפט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

סמבטיון האט געשריבן:שמעון וואלף האק א צוויטער אין קאפ, הרב אלישיב איז קיינמאל נישט אקצעפטירט געווארן אין סאטמער ער האט אייביג געהייסן פון די פארכאפטע, און פאר בעלזער רב איז ער גענוג געווען צו האבן א רואיגן געוויסן אפילו אין תשמ"ב


יהדות החרדית באשטייט נישט בלויז פון סאטמאר. רב אלישיב איז דעמאלטס נישט געווען אנגעקומען אפילו אין די עולם הישיבות וכ"ש ביי די חסידישע קרייזן. פאר'ן בעלזע רב צו שרייען אז ער האט א הסכמה פון רב אלישיב וואלט געווען פונקט ווי א הסכמה פונ'ם בעל ציץ אליעזר אדער ר' עובדי' יוסף
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

[tag]סמבטיון[/tag]

דיין ארטיקל וועגן בעלזע רב איז זייער פיין געשריבן און כ'האב שטארק הנאה געהאט. כאטשיג איך בין מחולק מיט דיר איבער אסאך זאכן האסטי אבער ארויסגעברענגט אסאך אמת'ע און גוטע נקודות. איך מוז אבער זאגן אז מ'דערקענט די צימצום מיט וואס די ביסט אויפגעוואקסן ווי מ'האט דיך אריינגעפרעדיגט אז בעלז איז די געלונגענסטע, די בעסטע וכו'. למשל, די שרייבסט אז יעדער קומט הערן די דעת פון בעלזע רב אבער ווען ליטוואק בעט דיך פאר עטליכע דוגמאות זאגסטי אז די דרייסט דיך נישט אין שטוב ווייסטי נישט. דאן אויף וואס האסטי געבעיסט דיין הנחה אז יעדער שמועסט זיך דורך מיט אים?
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

סמבטיון האט געשריבן:נאר ווי הייבט קירוב זיך אן?
די ענטפערסט נישט אויף די לינק וואס איז צוגעצייכענט,
מצד די חנפים לרשעים וואלטן זיי שוין באזיצט טויזענטער אין זייער נעץ טראץ די אלע טעלעוויזיע שטאנציאנען

באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער שמועס איז אינטרעסאנט צוליעב נאך עפעס. רוב בעלזער וואס איך קען שעמען זיך עטוואס פון דער רבי, נאר האלטען אז בעלזא איז א זאך וטאס דארף אנגייען און זיי קוקען הצלחת בית בעלזא אלס זייער פערזענליכע הצלחה. איינער דא אין אישי האט איהם אנגערופען א נישט שיינע נאמען, צוזאמען מיט׳ן מטדה זיין אז ער איז א בעלזער מיט שיך און זאקען וכדו׳. דוכט זיך אז ווייניג אין בעלז האבען דער אהרוני געשטימטע מיינונג אויף זייער דאמינאנטישע מנהיג וכו׳.

איך געדענק טאקע אז איין מאל פאר א דיננער האט בעלזא אריינגעשטעלט א מאמר אין דער משפחה מאגאזין וועגען דער שייכות צווישען הרב שך און דער בעלזער, כאילו הרב שך פלעגט זיך דורכרעדען מיט איהם......

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איך האב געהערט די דרשה גענוג מאל און עד היום פארשטיי איך נישט די עוולה,

אהא, סא כלל ישראל האט געוויסט אז מען דארף אריינברענגן חינוך מיוחד און אונזערע קרייזן מע איז נאר געזיצן און געווארט אז איינער זאל עס טוהן און נאך דעם האט מען ארויסגענימען די גוטע חלקים, פנינים יקרים, איך האב דיר נישט וואס צו ענפערן איך בין שפראךלויז נאך אזעלכע טיעפע רעיונות.

עס איז ווייט נישט קיין סוד פרעג ארום ביי די מנהלים און ראשי המוסדות

גראדע איז מיין טאטע א בעלזע חסיד, אבער איך בין אנדערש אויפגעוואקסען ווי דיר עמעזאן מיט דיין כתה, מיין טאטע האט מיר געזאגט אז ר' יואל טייטלבוים איז געווען א הייליגע יוד א גאר גאר א דערהויבענע יוד, מיין טאטע פלעגט אסאך רעדן פון די סקווירא רבי ז"ל און ווי אויך אנדערע צדיקים, און איך פיר זיך און זיינע פוס טריט און איך האק נישט אויף קיין צדיקים קיינמאל, קענסט איבערגיין מיינע תגובות איינס ביי איינס, איך עגרי נישט מיט סאטמער , אמת, איך האלט עטס זענטס מעכב די גאולה , ספיציעל ר' זלמן לייבס פארטיי, אבער איך וועל קיינמאל נישט רעדן וויאזוי מען רעד אין סאטמער אויף אנדערע צדיקים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך אויך האט געשריבן:א ייש''כ צום סאטמארן חזיר איש את רעהו. מען זעהט טאקע לעצטענס א מאסן טויפונג פון בעלזער חסידים צום סאטמארן רעליגיע, יעצט פארשטיי איך אז עס איז אדאנק דעם קליפ.

@תורה ומדע דא דארף מען שרייבן לע''נ רבינו אהרן בן רבינו מהרי''ד??

@איך אויך קוק דיר אין שפיגל...
פארשפארט