בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איך און נאך טויזענטער חסידים האבן שוין זוכה געווען צו הערן אסאך שענערס פון די מ"ב דרשה,
טאקע דארט שטעקט זיין חכמה, מיטן מאכן ר' זלמן לייב רבי...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעדע נארמאלע מענטש אן קיין ספעציעלע שנאה זעהט היינט אז עס איז געווען א קלוגע שריט.

דו שוטה דו אי לאו האט יומא וואלט נאך דער אין קר''י געווען ווי די נון'ס... דאס וואס ענק אפלייען זיך צו מהר''א איז נאר א דאנק יענע יאר.

און וועגען שיטת רז''ל קעגן ענק ער האט א גערעכטע טענה אז ווי באלד מען איז געווען פארן קריג פון די זעלבע חדר כלפי קנאות והתבדלות און ענק האבן משנה געווען האלט ער אז עס איז א סכנה זיך צו חבר'ן מיט ענק.
דאס איז די סיבה אז ער פארהאנדלט מיט אלע ליטווישע און פרעמדע קרייזען ווייל זיי האבן נישט בוגד געווען אין זייערע רביים ממילא קען מען מיט אן ערענסקייט אויפטון לכבוד שמים.
משא''כ מיט ענק ווייסט מען נישט ווי מען קען אנקומען.

דו האלסט ס'נישט גערעכט? ס'נאריש? קען זיין ער מעג אבער האלטן אנדערש פון דיר.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

די בעלזע ווינקעל בליעט ב"ה זיין שיין מיטן האבן די רוטין, און אז דו האסט הארץ עסעניש פאר א דרשה פון 30 יאהר צוריק , האב איך גרויס רחמנות אויף דיר, אזוי ווי איך האב שוין געשריבן פריער, געב אויף די מלחמה, קיינער קריגט זיך נישט מיט דיר שטייסט אליין מיט נאך אפאר זלונים אוןענק שלאגן זיך מיט א וואנט, קיינער גייט עס באמת נישט אהן, בעלזער רב וויל זיך גוט לעבן מיט אלע חצירןת, און גלייב מיר אויפן ווארט ער וועט ערפילן זיין וואונטש. קענסט בלייבן וויטער שעלטן אין זידן , עס וועט דיר נישט קיין סאך העלפען.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

האסט מבטיח געווען פריער צו גיין שלאפן
האלטיר איין ביז מארגן,
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

עמעזאן, אויפטוהן לכבוד שמיים? ווי פינקליך? אין פראנקרייך? אדער אין מיאמי? עטס זענטס א באנדע מחרחרי ריב פונעם ערגסטן סארט ענקער רבי מעג זיך לערנען פון זיין ברידער, אויב איז דא א סאטמערע רבי וואס טוט אויף פאר יודישקייט איז עס ללא ספקר ר' אהרן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האסט געזען דא איינער זיך עסן דאס געזונט? איינער שעלט דא?

רז''ל איז ב''ה זייער מסודר אויף אלע פראנטן און פארהאנדלט אין אלע ציבורישע ענינים ער איז בעובי הקורה ווי עס פעלט זיך אויס א רב א מנהיג, צו ביי די כינוס אדער ילדי צרפת צו וועגען גיוס מיט די ליטווישע.

מיט בעלז איז די מעשה אז הרב מבעלזא פאר סאם רייזע זוכט זיין שלום און ער האט א פראבלעם צו מאכן עמטליך שלום ווייל ער האלט אז מען טאר נישט

קיינער רעדט נישט קיינער שלאגט נישט, פשוט ער האלט אז ער טאר זיך נישט חבר'ן מיט עם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סמבטיון האט געשריבן:עמעזאן, אויפטוהן לכבוד שמיים? ווי פינקליך? אין פראנקרייך? אדער אין מיאמי? עטס זענטס א באנדע מחרחרי ריב פונעם ערגסטן סארט ענקער רבי מעג זיך לערנען פון זיין ברידער, אויב איז דא א סאטמערע רבי וואס טוט אויף פאר יודישקייט איז עס ללא ספקר ר' אהרן.

יא כינוס כלל ישראל - ילדי - פראנקרייך - גיוס. ועוד ווי ער האט געהאט א גרויס חלק בעובי הקורה

מחרחרי ריב ווי זעהסטו דאס??? ער קריגט זיך מיט איינעם???
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

זיי מסביר פליז, און פיר אויס, ווייל אויב ער וועט זיך רחמנא לצלן חברן מיטן בעלזער רב, וואס גייט געשען? די גאנצע ציונות פראפעגאנדע מאשין וואס האלט ענק ביזי די לעצטע 40 יאהר וועט אונטער גיין? פארדעם האט ער א פראבלעם? איך וויל באמת פארשטיין די חורבן וואס גייט געשען אויב ער גייט זיך טרעפן און עסן טרויבן צוזאמען און רעדן וועגן מנהגי בעלזא וסאטמער און זיך וואונטשן לחיים, און עס וועט הייסן אז די שנאה איז אריבער, רעד צו מיר ווי אן עדאלט, ערקלער מיר די פראבלעם דערמוט.

נישט דו, איש זיד עפעס געפערליך סיי דא און סיי און אישי.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

סמבטיון האט געשריבן:איש האסט עס שוין אראפ געברענגט 4 מאל , קענסט עס אראפ ברענגן א פיפטע מאל, איך האף נאר אז דו וועסט נישט כאפן קיין הארץ אטאקע ווען דו וועסט הערן איין שיינעם טאג אז ר' לייבוש האט שלום געמאכט מיט בעלזא.

ר' לייבוש וויל גראדע שלום מאכן, אבער ער גייט עס נישט טון איידער רז"ל גייט שלום מאכן. ער וויל אים נישט וויי טון. א שטיק צייט צוריק, נאך איידער דעם בעלזער'ס איבערבעטונג פראצעדור, האט ר"ל געמוטשעט רז"ל שלום צו מאכן, רז"ל האט זיך שיין ארויסגעדרייט און מסביר געווען אז ער קען נישט מחמת כמה וכמה טעמים, אבער ער לאזט אים טון וואס ער וויל... ר' לייבוש האט בלויז געמיינט זיך אליין שפירנדיג גילטי אויף וואס ער האט אים אפגעטון די אלע יארן. יעדע מערכה אקעגן בעלז איז ר' לייבוש צו פארדאנקן, ווען נישט אים וואלט גארנישט געווען.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

וואס גיוס אין קאפ אראן, ער זאל זיך נעמען איבער די לא נתקבל בחורים וועט ער מער אויפטוהן, דו האלטסט אז ער גייט עפעס אויף טוהן מיט די אלע פראטעסטן? עס האט נאך קיינמאל נישט געהאלפן און עס וועט קיינמאל נישט העלפן סך הכל קיפט ער ביזי אפאר טויזענט ליידיג גייערס אין ירשולים, וועסט נישט טרעפן קיין איין נארמאלע חסודישע יונגערמאן ביי די אלע פראטעסטאן נאר אויערבאךס חיות און ענק סאטמערע מפגרים.

ווילסט עס נישט ריפן מחרחר ריב דאן ריף עס האלט אן מחלוקות פאר גארנישט.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

סמבטיון האט געשריבן:זיי מסביר פליז, און פיר אויס, ווייל אויב ער וועט זיך רחמנא לצלן חברן מיטן בעלזער רב, וואס גייט געשען? די גאנצע ציונות פראפעגאנדע מאשין וואס האלט ענק ביזי די לעצטע 40 יאהר וועט אונטער גיין? פארדעם האט ער א פראבלעם? איך וויל באמת פארשטיין די חורבן וואס גייט געשען אויב ער גייט זיך טרעפן און עסן טרויבן צוזאמען און רעדן וועגן מנהגי בעלזא וסאטמער און זיך וואונטשן לחיים, און עס וועט הייסן אז די שנאה איז אריבער, רעד צו מיר ווי אן עדאלט, ערקלער מיר די פראבלעם דערמוט.

נישט דו, איש זיד עפעס געפערליך סיי דא און סיי און אישי.

אויב גייט זיך רז"ל טרעפן מיט אים, קומענדיגע יאר גייט ר' מענדל הגר פון וויזניץ זיך טרעפן מיט ביבי און די מיידלעך גייען אויפנעמען בנט אין מיידל שולע!! יא ער איז גערעכט מיטן אויסשרייען זיין הייזעריגע קול מחאה אויף דעם סאמע גרעסטן פורץ גדר אין היסטאריע פון אידישקייט. ער פארשטייט די אחריות וואס ליגט אויף אים.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

סמבטיון האט געשריבן:בעלזער רב וויל זיך גוט לעבן מיט אלע חצירןת, און גלייב מיר אויפן ווארט ער וועט ערפילן זיין וואונטש.


אז ער וויל אויפטון לשם שמים און זיך גוט לעבן מיט אלעמען למען כבוד שמו יתברך
איז דא אפאר געציילטע דיבורים וואס ער קען זיך אויפשטעלן ברבים און עס זאגן
פשעווארסק און מהרז"ל וועמען ער לויפט שוין זייער לאנג נאך צו שלום מאכן וועט בלי ספק אים אנטקעגן קומען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כאב דיר שוין מסביר געווען סאטמר קומט פון די זעלבע חדר פון בעלזא כלפי שיטת קנאות והתבדלות.
און סאטמר האט נישט געזען קיין סיבה צו טוישען זייער מהלך אפילו ס'איז געווען א ביטערע קריג.
בעלז האט יא געטוישט פאר סאם ריזן.
בפרט די היינטיגע רבי וואס גייט אויף אן אויפגעקלערטע מהלך עד היום פון טוישן די מהלך פון לימודי חול ווי ער ווערט פארדאמט פון זיינע אייגענע חסידים.

יעצט רז''ל האלט זיך נישט ביים חבר'ן מיט איינעם וואס איז געווען אויף איין שיטה און היינט האלט ער אין איין משנה זיין

אזוי שווער צו פארשטיין?? איך מיין אז ער האט א פוינט
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

אזוי ווי איך האב שוין פריער געזאגט האבן די סיקריקים זיך געבעטן ביי ר' לייבוש ער זאל חתמנען ביי די לעצטיגע קול קורא , ר' לייבוש האט זיי קאטגאריש אפגעזאגט, איך זאג דיר אז די שלום וועט געשען איין טאג, און ווען נישט ר' זלמן לייב וואלט עס שוין לאנג געווען מסודר, און דאס איז מיין תשובה צו עמעזאן ווען ער פרעגט פארוואס ר' זלמן לייב איז בעל מחלוקות
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

איש את רעהו האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:בעלזער רב וויל זיך גוט לעבן מיט אלע חצירןת, און גלייב מיר אויפן ווארט ער וועט ערפילן זיין וואונטש.


אז ער וויל אויפטון לשם שמים און זיך גוט לעבן מיט אלעמען למען כבוד שמו יתברך
איז דא אפאר געציילטע דיבורים וואס ער קען זיך אויפשטעלן ברבים און עס זאגן
פשעווארסק און מהרז"ל וועמען ער לויפט שוין זייער לאנג נאך צו שלום מאכן וועט בלי ספק אים אנטקעגן קומען.

רז"ל גייט אים נישט טרעפן אפגערעדט וואס ער גייט זאגן ברבים אדער ביחיד, ער האט א שיטה און זהו. קען זיין אז זיין שיטה גייט זיך טוישן מיט די צייט, אבער נישט דאס רעדן ברבים גייט טוישן זיין מיינונג. עס איז בלויז א תירוץ כידוע ליודעי סאטמאר...
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

ניין ער האט קלאר נישט קיין פןינט, האלטסט נישט ווי אים געזונטערהייט ר' אהרן האלט אויך נישט ווי בעלזער רב, נו פארדעם קען מען נישט שלום מאכן? וועמען חישסטו? ממש ער פילט אז ער קען זיך נישט חברן מיט אטים? ענפער אויף מיין שאלה וואס וועט געישען אויב ער וועט זיך טרעפען מיטן בעלזער און דעירקלערן אז די שנאה איז פאראיבער

און פליז הער אויף צו באקן מעשיות דאס איז נישט דיין סטייל עמעזאן, קיינער פון די בעלזער חסידים האט נישט קיין פראבלעם מיט זיינע מהלכים און יודישקייט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סמבטיון האט געשריבן:אזוי ווי איך האב שוין פריער געזאגט האבן די סיקריקים זיך געבעטן ביי ר' לייבוש ער זאל חתמנען ביי די לעצטיגע קול קורא , ר' לייבוש האט זיי קאטגאריש אפגעזאגט, איך זאג דיר אז די שלום וועט געשען איין טאג, און ווען נישט ר' זלמן לייב וואלט עס שוין לאנג געווען מסודר, און דאס איז מיין תשובה צו עמעזאן ווען ער פרעגט פארוואס ר' זלמן לייב איז בעל מחלוקות

איך האב דיר מסביר געווען די שיטה פון רז''ל נישט אזוי שווער צו פארשטיין, וועגען דעם הייסט ער נאכנישט מחרחרי ריב.

און לאמיר זאגן אז ער האט נישט קיין סיבה. ווען איך טשעפע דיר קען איך דיר נישט נאכלויפן שרייען דו מיסט מיך מוחל זיין און אויב נישט ביסטו מחרחרי ריב.

אגב די לעצטע קול קורא האלט איך אויך אלס נאריש און נישט אין פלאץ.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

סמבטיון האט געשריבן:אזוי ווי איך האב שוין פריער געזאגט האבן די סיקריקים זיך געבעטן ביי ר' לייבוש ער זאל חתמנען ביי די לעצטיגע קול קורא , ר' לייבוש האט זיי קאטגאריש אפגעזאגט

הייסטעס רבי לייבוש איז שוין מיט בעלז, פארוואס האט די פשעווארסקער רבי געבעטן ר' נפתלי אלימלך נישט גיין אין לאנדאן צו די גרויסע בעלזע צוזאמקומען ?
יתכן בעלז וועט נאך טערארזירען צו מאכן עפעס א צאמטרעף
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סמבטיון האט געשריבן:ניין ער האט קלאר נישט קיין פןינט, האלטסט נישט ווי אים געזונטערהייט ר' אהרן האלט אויך נישט ווי בעלזער רב, נו פארדעם קען מען נישט שלום מאכן? וועמען חישסטו? ממש ער פילט אז ער קען זיך נישט חברן מיט אטים? ענפער אויף מיין שאלה וואס וועט געישען אויב ער וועט זיך טרעפען מיטן בעלזער און דעירקלערן אז די שנאה איז פאראיבער

און פליז הער אויף צו באקן מעשיות דאס איז נישט דיין סטייל עמעזאן, קיינער פון די בעלזער חסידים האט נישט קיין פראבלעם מיט זיינע מהלכים און יודישקייט.

זאלסט מיר אנטשולדיגן ר' אהרן האט זיך בכלל אויסגעשטעלט צו זיין א פליפפלאפער ער ווייסט אליינס נישט וואס ער וויל.קוק נאר ווי גאנצל רעגט זיך צוזאם אויף עם אין צימעס פארוואס ער שטעלט זיך צו צום פראטעסט אנדערש ווי ביי כינוס.
למעשה ר' 5הרל איז א שטיקל פורים היינט צו טאגס און ר' זלמן האט א גאנג א מהלך.
חוץ מזה איז ר' אהרן א שוואגער איז עס אנדערע דינים
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איך טאר עס נישט זאגן הויעך אבער איך מיין אז די בעסטע באווייז אז @סמבטיון האט א פוינט

איז די ליידיגע תירוצים וואס מ'ענטפערט אים

מ'איז ביזי נאכאמאל און נאכאמאל מיט די זעלבע דרשה

וואס היות ער האט געהאלטן אזא דרשה מילא איז פארטיג האט ער שוין נישט קיין קהלה האט ער שוין נישט קיין חסידות טיפיקל סיקריקים

איך פארשטיי בכלל נישט די גאנצע טענה פון @עמעזאן צו בעלזא אז ער האט משנה געווען גייט ער און ער רעכנט אויס 3 זאכן פון זיין רבי'ן וואס אין אלע 3 האט ער משנה געווען פון זיין פעטער וואט עי זשאוק

אבער למען האמת מוז ארויסגעברענגט ווערן פאר @סמבטיון ביי חסידישע אידן און ביי חסידישע רבי'ס איז אל תטוש געווען פון די ערשטע יסודות

ביים בעלזע רב איז דעס די לעצטע זאך

אונז קען מיר אפשר נישט זעהן עין בעין וואס עס קומט ארויס שלעכט ביים אריינברענגן אין חנוך ניי געדאנקן אשר לא שערום אבותינו אבער אונז זען מיר מאמינים אז דאס איז נישט קיין גוטע זאך און אונז דארף מיר זיך האלטן מיט די מסורה


אבער דע סאיך דיר זאגן אלס איינער וואס סימפאטירט מיט א רבי'ן וואס אל תטוש שטייט אים פאר די אויגן תמיד אבער די סיקריקים וואס טוישן ווערסיעס יעדן טאג קודם 20 יאר האט מען אינגאנצן נישט געטארט האבן קיין רבי נאכדעם מעג מען יא אבער נאר א רבי וואס שמייכלט צו יעדעם.... און וואס שטייט ווייט פון קלויזנבארג קוטלער ווער געדענקט נאך ווען ר' אהרן איז די ערשטע מאל געגאנגען צו קוטלערוואס ער האט געכאפט דערפאר אבער הינט איז עס פון זיינע גרעסטע אויפטוען ביי די היפארקריטן

לסען היר מיין חבר @סמבטיון מיט די סיקריקים טענה דיך נישט זיי זענען גוט מיט וועם ס'קומט זיי אויס גוט זעהסט דאך זיי לעקן היינט אלע מזרחיסטן בעסט סאדי'ס מיט אויערבאך לאז דיך אפ פון זיי ווען דיין רב זאל איבערלאזן אפאר טאלער פאר אתרא קדישא וואלט ער אויך געווען א גרויסע צדיק
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

איש את רעהו האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:זיין פעטער און זיין טאטע האבען משנה געווען אין אר"י ווי עס איז שוין ארום גערעדט באריכות דא אין שטיבל.
ער איז נאר ממשיך זייער דרך.
ואידך פירושא הוא.
דעס פאלגענדע וידיאו מ'בעלז
ביסטו חלילה מייחס צו א צדיק וקדוש ? , עס האט קיין זינען דאס אנצוקניפן צום קדוש עליון הרב מבעלזא זצ"ל



די תמי' הנ"ל איז געווארן אנגעפרעגט צו א בעלזער חסיד עטליכע בלעטער צוריק, אנשטאט ענטפערן צום ענין, יא ! אדער ניין !
האט נאכגעפאלגט 4 בלעטער טעצער קללות און לאנגע הסברים איבער אלעס ארום
אבער דאס פשוטע אנטווארט קומט נישט.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פארגעסט א מינוט וועגן די סאטמארע מחלוקות מיט בעלזא, דער היינטיגער בעלזער רב זז״ג האט זיך יונגערהייט אויפגעפירט מאדנע און מיט חוצפה צו כמעט יעדער רבי וואס איז געוועהן עלטער ווי אים

איך קען אויסרעכענען א ליסט פון אפאר גדולי הדור ווי ער האט ממש חוזק געמאכט פון זיי אויף א נידערטרעכטיגער אופן...

1)דער סקלענער רבי זצ״ל
ער איז אים אמאל געקומען באזוכן און דער בעלזער האט אים געזאגט ״איך הער איר זענט א ׳בעל מנגן׳ זינגט מיר א שיין שטיקל פון אייערע ניגונים״...
ער איז געוועהן דאן א יונגערמאנטשיק און דער סקלענער וואלט געקענט זיין זיין זיידע, דער סקלענער מיט זיין גרויס עניות האט זיך איידעלערהייט אויפגעשטעלט פאראכטן די גארטל און אים געזינגען א סקלענער ניגון בשעת דער בעלזער זיצט אויסגעשפרייט און לאכט זיך אויס פון אים.

2)דער באובער רב ר׳ שלמה זצ״ל
ער האט אים ביי א באזוך אמאל פארגעלייגט א שווערע קצות out off the blue סתם צו חוזקן אז דער באבובער איז נישט קיין תלמיד חכם צי וואס...

3)פאפער רב זצ״ל
מ׳דארף אפילו פארציילן די מעשה???
ער האט געלאזט ווארטן 45 מינוט אינדורסן, ער וואלט געקענט זיין, זיין עלטער זיידע, פאפא זענען געוועהן שטארקע בעלזער חסידים אינדערהיים, סתם אזוי געטוהן צו ווייזן אז ער איז ״די זאך״...

4)די היינטיגע פאפא רב
א לאנגע מעשה, איין טאג...

5)ר׳ מאטעלע וויזניצער
ער איז געקומען קיין מאנסי גאנץ אנפאנג ווען סאיז נאך געוועהן א קליין דארף, און אים געפרעגט
״די פעטער האט מנין דא אין מאנסי״?
ר׳ מאטעלע האט אים גענטפערט ציניש איך האב אכט זוהן, מיט מיר און דער דיין (ר׳ אברהם ניסן ניימאן) איז 10...

ער האט אמאל געפרעגט ר׳ מאטעלע גלייך נאך וואס ר׳ חיים מאירל איז אוועק
״וויפל אידן האט איר אין די ימים נוראים״ ?, האט אים ר׳ מאטעלע גענטפערט אז געוונטליך ימים נוראים דאווענט ער פארן עמוד (ער שטייט צו מזרח) און ער דרייט זיך נישט אויס צוזעהן וויפל אידן סאיז דא אין ביהמ״ד.

6)טולנער רבי זצ״ל
איך בין דארט געוועהן ביי די מעשה:

דער בעלזער איז געקומען באזוכן דער טולנער רבי וואס האט דאן געוואוינט אין בית-וגן געגענט אין ירושלים, איך האב דעמאלסט געלערנט אין סאכאטשוב וואס איז אויך אין בית-וגן, בין איך מיט אפאר בחורים זיך אריבערגעכאפט צום טולנער רביס שטוב. אין א קליין צימערל האבן זיך אריינגעשטיפט אזא צוויי הונדערט אידן, דער טולנער איז געוועהן דאן נייציג, א אלמן, אפאר אידן האבן זיך אפגעגעבן מיט אים, ער האט געוויזן פארן בעלזער אפאר פון זיינע ״ירושה חפצים״ וואס ער האט פון די טולנע און טשערנאבילער הויפן, ״די טאביק פושקע פון די זיידע״, ״יענע בעכער פון יענע זיידע״, און אינמיטן האט מען אריינגעברענגט כיבוד פון די קיך, מ׳האט אראפגעלייגט א טעללער קעיג אויפן טיש פון פריזער:

דער בעלזער הייבט אויף א שטיקל קעיג און רופט זיך אן הויך בפני כל הקהל ועדה
״און פון וועלכע זיידע איז דאס״???

דער גאנצער עולם האט הויך אויסגעשאסן פאר געלעכטער...

סאיז דא נאך אסאך אזעלכע מעשיות וואס מקען פארציילן ווי ער האט אפגעשפעט און אפגעחוזקט פון יענעם כדאי זיך ״גרויס צומאכן״ און די ליסטע פון רבנים וואס ער האט באלעסטיגט איז זייער לאנג...

אמאל האט אים איינער נאכגעזאגט א ווארט פונעם צמח צדיק זצ״ל
און יענער זאגט ״דער רב׳ס זיידע דער ״צמח צדיק״
פרעגט אים די בעלזער, וויאזוי בין איך א אייניקל פון אים???, אה... דורך וויזניץ...?


דיסקלעימער: איך האב גארנישט פערזענליך אקעגן בעלזא, למעשה איז ער איידעם אין וויזניץ, און ר׳ חיים מאירל האט אים ליב געהאט, מיין טאטע זז״ג מיט מיין פעטער זענען געוועהן גיטע חברים מיט אים אלץ בחור, פון די אנדערע זייט ר׳ משה טובי גרינצווייג ז״ל איז געוועהן מיין עלטער פעטער.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אינטרעסאנט, ביי רוב אידען כולל א גרויסע פערצענט פון בעלזער חסידים, איז דער בעלזער רבי א גייסטישע קראנקע מענטש, מיט מעניק-דעפרעסיוו עפיזאדען. א קאלפיק אריינגעווארפען אין פייער א פלוצימע טויש אין טראגע צוליעב נאך נערישקייטען ועוד. רוב צייט זיצט ער באהאלטען און ווער ווייסט וואס ער טוט. ווען ער דרשנ׳ט הערט זיך עס ווי א פארביסענקייט און אן אפשיי פון לעבען. ווען מ׳גייט אריין צו איהם קען ער נאר שמייכלען ביים געבען א געזונטע שטאך ועוד. און ביי סמבטיון ווי פון אונטער די הרי החושך, איז ער גאר דער העלד צווישען אלע רבי׳ס!

אבער קיין תשובה האב איך נאך נישט באקומען. וויאזוי האט כבוד שמים געפאדערט אז בעלז זאל האבען קהלה אנשטאלטען? אחוץ אז דו וועסט ווידער איבערטייטשען די ווערטער און דער ווארט ׳שמים׳ מיינט גאר עפעס אנדערש, אזוי ווי ׳תורה׳ מיינט שוין עפעס אנדערש, כמבואר למעלה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט