דאס יאר ביים באקן די מצות, מיין יערליכע חבורה, איז פארענטפערט געווארען א קשיא וואס פלאגט מיר שוין מיום עמדי על דעתי.
א חבורה מצות האט מענטשן איינגעטיילט ביי אלע ארבעט, אנהייבנדיק ביי דער מעלער וואסער, קנעטער, וועלגערער וכדו'.
באמערקענדיג ווי די וואס פאקען און סארטירן די מצות, נעמען זיך מער מצות, שענערע מצות, נישט ווייל זיי ארבעטן שווערער פין די אנדערע, נאר פשוט ווייל זיי דרייען זיך לעבען די מצות, באקומען זיי א שענערע און גרעסערע חלק.
אין א ביזנעס פארשטייט יעדער אז דער בוך האלטער, צו דער קעשיר אין א גראסערי קומט אים נישט צו האלטען מער געלט פשוט ווייל ער דרייט זיך נעבען די געלט, מען וועט אים אפזאגן פין די ארבעט אין דער פאל וואס ער פירט זיך אזוי אויף.
נו, שטעלט זיך א פראגע, מה נשתנה?
אונזערע מוסדות האבען די זעלבע סטייל הנהגה.
א מוסד האט קינדער עלטערען קונים, און מלמדים א קעכער ריינונג סטעף, וכדו'.
אבער אין די אפיס זיצט א מענטש וואס כלומרשט פירט דער מוסד, און ער האט פרנסה בהרחבה בעת וואס די מענטשען וואס ארבעטן באקומען צומאל נישט באצאלט יארען.
פשט, ווייל ער דרייט זיך נעבען די מצות, נעמט ער פאר זיך.
כלומר, אונזערע חבורות סימבאליזירן אונזערע מוסדות.
אונזערע מוסדות
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: אונזערע מוסדות
וואס נאך איז נייעס. די שיינע אידן פלעגן זיין אזוינע וואס האבן ''אמאל'' געהאלפען און זיך געמוטשעט צו אויפשטעלן די מוסדות פאר דער רב (זצ''ל) זאל לעבן. זיי אלע סאמהאו פארמאגען שפעטער ריעל עסטעיט ביג טיים.
Sent from my XT1096 using Tapatalk
Sent from my XT1096 using Tapatalk
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: אונזערע מוסדות
דאס איז פון די יסודות פון די חילוק צווישען קאפיטאליסטען און סאציאליסטען. דער סאציאליסט האלט אז דער עיקר איז דער ארבעטאר וואס זיין ארבעט האט עפעס פאבריצירוט, און דער קאפיטאליסט האלט אנדערש.
ליין daas kapital פאר מער פרטים
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליין daas kapital פאר מער פרטים
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא