בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קנאות איז א קולטורישע ערשיינונג. דער קנה מדה פון קנאות איז נישט וואס איז ריכטיג און וואס נישט, נאר וואס קנאים טוהן. אז אן אונגארישער איד וועט גאלען זיין בארד און עסען או. יו. און וועלען זין קנאיווען קעגען דער מדינה, וועט מען איהם אנקוקען ווי פאררוקט. דאס איז נישט קיין שכל׳דיגע זאך, וואס האט איינס מיט׳ן צווייטע? נאר אזוי איז עס.
אינדערהיים, איז איינער פון די קנה מדה געווען געשטאפטע גענץ. א כ׳ניאק האט עס נישט געגעסען און א בעלעבאס האט עס יא געגעסען.
איינער וואס איז א גאס יונג, ער האט נישט די כלי ההבחנה פון א ת"ח, ווייסט נאר די געזעלשאפטליכע אויסדרוקען און גלויבונגען, נישט דער אמת. דאס טענה׳ן אויף סאטמאר אז עסען געשטאפטע גענץ איז א סתירה צו קנאות איז א חלק פון די קטנות. נישט קיין חוצפה צום חת"ס דער מתיר פון געשטאפטע גענץ, נאר פלעינער קטנות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

בעלזער רב שליטא איז א בקיא נפלא בספרי מרן ההייליגע חתם סופר פון דעקל צו דעקל, און צו זאגן אז ער האט פוגע געווען בכבודו איז רשעות און טפשות צוזאם.

ער האט איין זאך געזאגט: איך האב געהאט גענוג חשובע זיידעס און אפאר אונגארישע ווילי לעטערהעד ליידאקעס בן ליידאקעס (ווען זיי לעבן ווען היינט וואלט איך אויך מק''ש זיי אנגערופן ראדני נפיחות פראדעצירערס) וועלן מיר נישט דיקטירן/טעארעזירן וואס צו טוהן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך אויך האט געשריבן:בעלזער רב שליטא איז א בקיא נפלא בספרי מרן ההייליגע חתם סופר פון דעקל צו דעקל, און צו זאגן אז ער האט פוגע געווען בכבודו איז רשעות און טפשות צוזאם.

ער האט איין זאך געזאגט: איך האב געהאט גענוג חשובע זיידעס און אפאר אונגארישע ווילי לעטערהעד ליידאקעס בן ליידאקעס (ווען זיי לעבן ווען היינט וואלט איך אויך מק''ש זיי אנגערופן ראדני נפיחות פראדעצירערס) וועלן מיר נישט דיקטירן/טעארעזירן וואס צו טוהן.

ר' איד איך פארשטיי דיין אומבאקוועמליכקייטן מיט די דרשה, דאס גיט נאכנישט קיין רעכט צו פארדרייען כאילו ער האט געמיינט אפאר ליידאקעס...
יעדער קען הערן די דרשה און עס איז קלאר אז ער האט געמיינט סאטמר רב...

ער האט חוזק געמאכט פון די היתר פון שטאפ-גענז קענסט דרייען וויפיל דו ווילסט.

כאילו איינער זאגט ווען היינט די עירוב טראגער'ס אדער און יוא פרעסער'ס וועלן אונז נישט זאגן קיין מיינונג. האלוי ער טראגט מיט די עירוב און עסט און יוא פונקט ווי דו גייסט צו בחירות פארוואס זאגט עס אויפ'ן מהות?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

סמבטיון האט געשריבן:איך מיש טאקע נישט אויס, ביחודות איז דא אן א שיעור שטעך ווערטלעך פונעם דברי יואל זצ"ל, און סתם שארפע שפיזיגע מאמרים אויף אנדערע רבי'ס איז אויך דא לרחצה, און בנוגע דרשות ברבים בין איך נישט באקאנט, און איך רעד טאקע נישט פונעם דברי יואל, איך רעד פון ר' אהרן דרשות, פלעגט ווייניג אריינפליקען?


ווי געזאגט ר' אהרן האט זיך בס"ה אנגענומען פאר זיין טאטענ'ס כבוד און ער האט עאנטווארט פאר אזעלכע וואס זיי האבן געשריבען אויף זיין טאטן און אויפ'ן שטעיטל קרית יואל סאך ארגער ווי זיי האבן געזאגט און זיי האבן יעדן טאג איבערגעדרייט דעם שטעיטעלע

אבער נישט סתם על לא דבר אלטע רבי'ס פון דער אלטער היים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

שמעון וואלף האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:סמבטיון האסט אויסגעלאזט דאס גרעסטע גדלות פון דיין רבין. בעת די מחלוקת מיט די עדה״ח האט ער אנגעפרעגט ביי הגרי״ש אלישיב צו בעלז מעג מאכען א בי״ד אין ירושלים.און נאר נאך דעם ווואס ער האט באקומען א הסכמה פונעם גאון האט ער אויף געשטעלט דער בידץ שחסידי בעלז. איין תנאי האט דער גאון הגאונים זיך אויסגענומען, זיין הסכמה דארף בלייבן א סוד. דער בעלזער רב האט איינגענומען דאס גאנצע שטינק פונעם סאקמארער טעראר מאשין און קיינמאהל פאר קיינעם גאר נישט דערציילט. וויפיעל עגמ״נ וואלט ער זיך געקענט איינשפאהרען די אלע יאהרען מיטן מגלה זיין דער סוד...
אגב מען זאגט אז הגרי״ש האט דערציילט די מעשה און מיט דעם מסביר געווען פארוואס ער איז יוצא מהרגלו צו ג'יין אויף א ברית צו אן אייניקל פונעם בעלזער רב.
שומעים חרפתם ואינם משיבים ועונים... עליהם הכתוב אומר ואוהביו צאת השמש בגבורתו.


איך ווייס נישט ווי באקאנט די ביסט אבער תשמ"ב האט רב אלישיב געשפילט גאנץ א קנאפע ראלע ביים יהדות החרדית און פאר דיין רבי'ן וואלט נישט קיין סאך געהאלפן די הסכמה פון רב אלישיב. כבוד רב אלישיב במקומו מונח אבער ער האט מער באלאנגט צו די מזחיסטישע קרייזן יענע יארן. הערשט נאך די פטירה פון רב שך איז רב אלישיב אקצעפטירט געווארן אין אונזערע מחנות

תנא גוזמא נקט. און דו ווייסט דאס גוט. אבער חוץ המעשה, ער איז געווען א ריכטיגע ירושלמי, און געוואוסט גוט אויב דער שטאט געהערט טאקע אויסשליסליך צו די עמודי הענן ההולכים לפני המחנה'.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

איש את רעהו האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:איך האב געהערט די דרשה גענוג מאל און עד היום פארשטיי איך נישט די עוולה,
די רב זזג פארשטייט לכה"פ צו גיין איבערבעטן
און ניטאמאל זעהסטו ווי דער יוד האט גערעדט דברי לעג וזלזול אין גדו"י ?
עטץ מיזט האבן פראפענישעל ברעינוואשינ"ג פראגראמען דאס אהערצושטעלן



דער בעלזער רב האט דען אמאל איבערגעבעטן איינעם? איך ווייס נישט אויב עס פארהאן א שפוי בדעתו וואס קלערט אזוי.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

עמעזאן האט געשריבן: (חוץ מיט די אויסגעהאראוועטע גוף...)

וואס נאך זאגט מען ווען מען האט נישט וואס? שעם דיך. דער וואס דענייט דעם פערזענליכע צדקות און קדושה (הנראה לעינים) פון בעלזער רב (אפגעזעהן די הנהגה) דער איז מסוגל צו דענייען דעם שואה.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

עמעזאן האט געשריבן:אגב ער האט געהאט א שטארקע יד אין מכתיר זיין רז''ל אלס סאטמר רבי כידוע

וואס כידוע האט עס געברענגט א מורא'דיגע ריבוי כבוד שמים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איש חזון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וקרב פזורינו מבין הגויים
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ריכטיג האט געשריבן:
איצט, דו טענה'סט אז דו זעהסט נישט דעם פעלער אין די שטייעדיגע תורה פון בעלזער רב תשמ"ב, דו טענה'סט אז דו זעהסט נישט די עוולה אז ער זאגט זיין מיינונג. אלמלי ס'איז אזויווי דו זאגסט החרשתי, מסכים, ער מעג זאגן וואס ער האלט, כש"כ אז ער מעג זאגן וואס זיין גרויסע פעטער זי"ע האט געהאלטן. דער פראבלעם איז נאר אז ער שטעלט זיך נישט אפ ביי דעם, ער נעמט דעם אפאנענט און ער רייסט איהם אראפ אויף גאר א ביליגע לעוועל, צוויי דוגמאות: א' ער איז מרבה צו ווארפן שחיצים אויף די אדרעסע פון גדולי ישראל, ב' ער האט געשריבן דעם ספר מיט א פשוט'ע פאליטישע חשבון וויבאלד אין בעלזא דרוקט מען נישט האט ער זיך געמאכט א חשבון אז בלויז זיין ספר וועט בלייבן לדורות. אנטשולדיגט מיר, מען רעדט נישט אזוי אויף אן אדם גדול און ס'איז שקר, ער האט געשריבן דעם ספר לשם שמים, דאס זענען גאר ביליגע באשולדיגונגען.


הרב ריכטיג זייער קלאר ארויסגעברענגט די פוינט
און די נקודה איז לאו דוקא נוגע צו יענע דיבורים וואס איז געשאטען געווארן נגד גדו"י
נאר עד היום איז דאס די הילוך המחששבה ביי זיינע נאכפאלגער

נאר וואס דען אויף אלע קרומע זאכן טרעפט מען דעם אלטען תירוץ אז נישט יעצט האט מען אנגעהויבען משנה זיין
ער איז ממשיך א אור אלטע מסורה פון משנה זיין, און וויאזוי מע באגערט אז די היינטיגע שינוי דארף אויסזעהן, ווערט דאס בארעכטיגט
וכל המשנה בשינויים הכי משונים הרי זה משו..
___
געט א קוק ווי אויף דער סימפל שאלה צו מען קען מייחס זיין די שינויים צו אמאל ענטפערט מען זירא
איש את רעהו האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:זיין פעטער און זיין טאטע האבען משנה געווען אין אר"י ווי עס איז שוין ארום גערעדט באריכות דא אין שטיבל.
ער איז נאר ממשיך זייער דרך.
ואידך פירושא הוא.
דעס פאלגענדע וידיאו מ'בעלז
ביסטו חלילה מייחס צו א צדיק וקדוש ? , עס האט קיין זינען דאס אנצוקניפן צום קדוש עליון הרב מבעלזא זצ"ל

די תמי' הנ"ל איז געווארן אנגעפרעגט צו א בעלזער חסיד עטליכע בלעטער צוריק, אנשטאט ענטפערן צום ענין, יא ! אדער ניין !
האט נאכגעפאלגט 4 בלעטער טעצער קללות און לאנגע הסברים איבער אלעס ארום
אבער דאס פשוטע אנטווארט קומט נישט.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

תורה ומדע האט געשריבן:עס איז צייט אויף אחדות רבותי. דער בעלזער רב רופט אויס צום כלל ישראל לאמיר לעבען בשלום.



די ווארטזאגער רש'ש טעלער האט עטליכע וואכן צוריק געזאגט די פאלגענדע צו די בעלזע כרוז
אז די רופסט אויס שלום אויך צום איידעם פון בן ארצי, דאן רופסטו אויס קריג צו די וואס ווילן נישט לעבן מיט הארמאניע מיט חתן בן ארצי.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

א גוט מארגן איש את רעהו, האסט שוין געהאט א קאווע היינט?
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

[tag]סמבטיון[/tag] וואס איז געבליבן מיט חצר פשעווארסק ?
מען האט שוין געפויעלט ער זאל אריינלאזן אדער נישט
מהרא מסאטמאר קומט יעצט אהן קיין אנטווערפן מעגליך ער וועט עס דורכברעכן
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איש חזון האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן: (חוץ מיט די אויסגעהאראוועטע גוף...)

וואס נאך זאגט מען ווען מען האט נישט וואס? שעם דיך. דער וואס דענייט דעם פערזענליכע צדקות און קדושה (הנראה לעינים) פון בעלזער רב (אפגעזעהן די הנהגה) דער איז מסוגל צו דענייען דעם שואה.

דו ביסט צו דו מאכסט זיך? דער האלאקאוסט האט ראיות, ווער האט געזען צדקות און קדושה ביים בעלזער רבי'ן? פון וואס באשטייט עס? אפילו די בעלזער חסידים, דא אין שטיבעל און אין גאס, וואגען נישט צו רעדען דערפון און דו זאגסט אז יעדער זעט עס שוין?!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען ער וויל טאקע שלום, זאל בעלז אויפהערען נאכאנאנדיגע סטראשעריי אנטקעגען די לאנדאנער קהלה זיך אפצושיידען. יעדער וואס ווייסט עפעס פון קהלות ווייסט אז דער עצם סטראשעריי איז א ריזיגע פראבלעם פאר די פאראייניגטקייט פון די קהלה, און הגם אז אין אמעריקא און א"י ווייסט מען נישט שוין פון קהלות צו זאגען, אין יוראפ איז דאס די שמירה פון אידישקייט. לאנדאן איז נישט ירושלים און דאס איז א פשע בל יכופר פון זייער זייט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זאל בעלז אויפהערען נאכאנאנדיגע סטראשעריי אנטקעגען די לאנדאנער קהלה זיך אפצושיידען. יעדער וואס ווייסט עפעס פון קהלות ווייסט אז דער עצם סטראשעריי איז א ריזיגע פראבלעם פאר די פאראייניגטקייט פון די קהלה

אין יוראפ איז דאס די שמירה פון אידישקייט. לאנדאן איז נישט ירושלים און דאס איז א פשע בל יכופר פון זייער זייט.

אויף די אנהייב און סוף פון דיין תגובה האב איך געלייקט.

עס איז אומדערהערבאר די צוגאנג וויאזוי בעלז פירט זיך צו די רבנות און הנהגת הקהילות אין לאנדאן
עס קען צוגרונדלייגן די פאראייניגטע כח הרבנות
הרב פדווא האט פרובירט ביים וויזיט ווי מער צו געבן אנערקענונג צום בעלזער ס'צום האפן ער איז ערגעץ אנגעקומען דערמיט

_________
אז די וועסט אינעם שכינות'דיגע אשכול קוקן וויאזוי די חסידים זיינע קוקן דערויף ארויף איז עס גאר א
מ-א-ד-ע-ר-ע-נ-י-ז-ע-ם
ס'מער פארגעשריטן/התחכמות/משכיליש אפצולאכן וואס איז געווען אמאל געשעצט.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איש את רעהו, איך מיין אז דו האסט שוין יוצא געווען. דיינע חברים לדבר עבירה רעדן דאך כאטש צום זאך ,זיי פירן א קאנווערסעישן , דו גיסט דאך פעך און שוועבל אמפערס פון שנאה מיט האס אן קיי אפשטעל, פון די ערשטע תגובה דיינע ביז די לעצטע, איך האב געהערט דיין פוינט, בעלזא חסידות איז דורכפאל און זיי האבן א רבין א משכיל, ביזט העפי?
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

סמבטיון האט געשריבן:בעלזא חסידות איז דורכפאל און זיי האבן א רבין א משכיל, ביזט העפי?


לשמחה מה זו עושה ?
אין די בילדער זעט מען היינט אידן הייבענדיג הענט
ס'קוקט אויס ווי מען האנדעלט דא פון א קריג קעגן ציונים וואס זיכן צו שמד'ן אידישע נשמות,
וואסי דא צו זיין פרייליך מיט דעם, ס'נישט קיין בטעמ'ט געשעפט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מוריי ורבותיי: נאכדעם וואס מ'האט אדורכגעווארפן וועלטן צו דער רבי איז יא גרויס אדער יענער רבי איז נישט אזוי קליין, (און מ'איז נאכנישט פארטיג.) וועל איך אני הקטן, בערל בעל עגלה וועלכער פארשטייט לכאורה טאקע נאר צו פערד און זיי געבן צו עסן און איינשפאנען אין וואגן און אונטערשמייסן פון צייט צו צייט ווען מ'דארף. (שמעקעדיג. באלד עמיר נעמען דעם באס צוריק צום אשכול, גוט. ווארט'זשע צו א ביסל. --- ------ ---! נעמען דאס ווארט און ארויסזאגן מיין ארעמע דיעה איבער די גאנצע סומאטאכע פון דעם בעלזער רב'ס באזוך אין לאנדאן.

די סאטמאר'ע (קבוצת זאלוני) התנגדות צו דעם באזוך און אלעס ארום דעם איז ריין אומפארגינערישקייט. נישט קיין חילוק וויאזוי די סיקריקים וועללן עס באקליידן און פארשלייערן אלס כבוד שמים און קנאות. ניין. ס'איז פוסטע אומפארגינערישקייט וואס זיי מיינען אז אלץ און איבעראל דארפן זיי זיין די קופצים בראש. און אלעס דארף אדורכגיין דורך זיי און נאר מיט זייער גושפנקא. דאמאלס איז עס פיין און וואויל און ויאכלו גנבים וישבעו. אבער די מינוט זיי זעהען אנ'אנדער קהילה קדושה בישראל פיהרט אן א שיינע מערכה פון א שבת טיש און אנדערע געהויבענע זאכן, האלטן זיי עס נישט אויס. און זיי גייען צוריק צו זייערע אלטע געמיינע געוואוינהייטן פון מבזה זיין , שעלטן און שפעטן און חוזק מאכן. און מאכן ליצנות. און זאגן אז ס'איז ליצנותא דעבודה זרה. און זיי וועללן טרעפן כל מיני עבירות שבעולם אויף יענעם כדי צו בארעכטיגן זייערע מעשים תעתועים. לאז יענעם אפאטעמען. פארגין איהם די שמחה. זיין רבי איז געקומען אויף א שבת. דו מוזסט נישט גיין צו זיין טיש. ס'האט דיר קיינער נישט געבעטן אדער פארלאנגט אז דו זאלסט איהם געבן שלום. בלייב אינדערהיים. נאר שעלט נישט. בריקע נישט ווי א צעווילדעוועטער אקס...! און זיי בארעכטיגן נאך זייער געמיינע, עקלהאפטיגע אויפפיהרונג מיט קנאות. לשם שמים. יענער איז א שייגעץ. ער פארדינט זיך בזיונות...דאס איז זייער דרך (אויב מ'קען עס אנרופן דרך. זה דרכם כסל למו). נאר זיי האבן א גוטע סטראטעגיע (לשיטתם) זיי הייבן נישט אן מיט עטליכע אנדערע רבי'ס און חסידות'ן אויף איינמאל. זיי מאכן אויף איין פראנט אויפאמאל. דא מיט בעלז. דא מיט ליובאוויטש. דא מיט קלויזנבורג. און זיי זענען אייביג גערעכט. זיי געבן נאך ארויס קונטרסי הסברה אויפצו ווייזן זייער ..."שיטה"... פון די קלענערע מחלוקת'ן רעדט מען דאך נישט...! און זיי מיינען אייביג נאר דעם באשעפער...! און זיי זענען נעבעך אייביג דער קאזאק הנגזל...! (יא. שמעקעדיג. וואס זאגסטו צו דעם...?!)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

וחלופיהן האט געשריבן:טענו בחטים והודו לזכר קדשו. איך האב אמאל גערעדט פון נגידים?

אבער אז דו דערמאנסט עס שוין איז דרך אגב שפילן נגידים א קלענערע ראלע אין בעלז. פארשטייט זיך אז מען דארף געלט און מען שפייט נישט אויף זיי אבער מכוח פון דער רב'ס כאראקטער וואס ער קען זיך נישט בייגן (רוף עס proud אז דו ווילסט) לויפט ער נישט צופיל נאך געלט און דאס פילטערט אראפ צום עולם אויך. אונז האבן נישט קעסטנבויםס און חיים משה פעלמאןס, פרישוואסערס וכדומה ווייל זיי וואלטן קיינמאל נישט ביי אונז באקומען דער סארט כבוד. אוודאי וועט מען זיי נישט אפזאגן און אונז וואלטן געקענט באשטיין און האסט עס געקענט זען שבת. מען האט מכבד געווען נגידים נאר נישט אווער דע טאפ. איך זאג עס נישט אלץ מעלה און מער צו פארשטיין זיין כאראקטער.


זייער קינדעריש געווען פון [tag]שבת אחים[/tag] בכלל ארויף צו ברענגן די טעמע. אבער אז מ'רעדט שוין יא איז כדאי אנצומערקן אז די בעלזע על אף וואס זיי האבן נישט אזוי סאך נגידים ווי וויזניץ קענען זיי אבער שלעפן גרויס געלט פון פרעמדע ווי למשל די גארפינקעלס און וואלף זיכערמאן פון מונקאטש ועוד
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

וואלף און אנדערע בדומה לו האבן זייער ליב צו געבן דארט וואו עס איז נישטא צו סאך. וואלף גיבט לעצטנס פאר באבוב 45, פרעג פארוואס... דארט וואו ער ווייסט אז מען גייט הנאה האבן פון 50 אלפים א יאר, שיסט ער עס אריין. אין סאטמאר מאכט א פופציגער גארנישט אויס. זייער פשוט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איש את רעהו האט געשריבן:
הרב ריכטיג זייער קלאר ארויסגעברענגט די פוינט

טענקס פאר די קאמפלימענט, אבער פליז נוץ מיך נישט פאר דיין זייט, איך האב זיך באצויגן צו סמבטיון וזהו.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

בעלזע סטראשעט פאר די כח הרבנות אין שטאט, אז מען וועט נאך אנלערנען די שטאטישע רבנים וואס בעלז קען


001.jpg
0010.jpg
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איך וויל בעטן א פערזענליכע בקשה פאר אלע בעלזע סימפאטיזירער, ביטע איגנארן דעם טראלל איש את רעהו
פארשפארט