איך האב דאס געטראפן , מרן הגרא"מ מן שך זצוק"ל: "הננו מספידים גברא רבא שקשה לתארהו, אדם גדול בענקים זקן ושבע ימים, שבע ימים בתורה, שבע ימים ביראת שמים, שבע ימים במעשים ובפעולות, שהוא דבר נדיר עד מאד שיתאחדו אצל אדם אחד מעלות רבות כל כך...חסר לנו לעתיד אדם גדול כזה, אין לנו האדם עם תקיפות שכזאת. אין לנו מי שיאמר את דבר ה' האמיתי בתקיפות.. כולנו, כל אחד לפי דרגתו צריך להתבונן דאזל גברא דמסתפינא מיניה, הוא היחיד אשר פחדו ממנו...האדם הזה שאנו עסוקים בהספדו עד כמה עד כמה עצר ושמר על גבולות "ואבדיל" (אתכם מן העמים להיות לי..), עד כמה היה גדר חזק וחומה בצורה במיוחד לשמור על תחומים אלה. אדם בעל מעשים כבירים שהשפיע על אלפים והיא השפעה לדורי דורות אלה פעולותיו של המנוח הזה. מי יתן לנו תמורתו.. איתא בחז"ל מושג של "גזע ישישים", אין לתאר ואין להשוות אדם בן צ"ג שנים עם השגות מלפני ג' דורות, עם הגדלות והאמיצות של הדורות ההם, אל דורנו, הרי דרדקי וטפלי אנו לעומתו...הרי הוא היה קדוש מרחם, שנים על גבי שנים לוחם מלחמת השם לא חת מפני כל, "לא תגורו מפני איש", ללא מורא ופחד, לאדם כזה אנו סופדים כעת. התבוננו נא רבותי היש לנו אף דמות או דמיון או תמונה כדמות האדם הזה, הלא גם זאת אין לנו...לא ירדנו לסוף דעתו בדרכו, לא חונכנו בזאת, אולם הוא הבין כך לחוות דעתו בדרך זו, וכולם הושפעו ממנו בעקיפין, ואלמלא הוא מי יודע עד היכן היינו מגיעים.. (מתוך הספד שמר מרן הרב שך בכולל "חזון אי"ש" ביום י"ב אלול התשל"ט שבועיים לאחר פטירת האדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל). ווי קען מען ליינען די גאנצע הספד
אל תסתכל בניקניק אלא במה שיש בו.
מיר האבן אן אנדערע ניק מיט איבער 1500 תגובות, מילא האט נישט מורא צו רעאגירן אדער לייקן קנאקעדיג, כ'בין נישט ניי דא!
אנדערש ווי א סך אנדערע, האב איך גאר שטארק הנאה געהאט פון ליטוואק'ס ארטיקל, איך האב מיך מחיה געווען מיט זיין הערליכע באשרייבונג איבער דעם אדם גדול. און איך האב נישט געטראפן קיין שמץ של גנאי אויף רבנים אא"וו - אבער איך האב יא געוואלט שטעלן אפאר זאכן אין פראספעקטיוו.
די איינציגסטע זאך וואס מאנכע קענען דורש זיין גנאי איז איבער זיין אטאקע אויפן בית ישראל, אז מען ווייסט גאר קנאפ איבער זיין קדושה. און אויכעט זיין באציאונג צו ליבאוויטשער רבי פון די בליקן פון הרב שך - לויט די בליקן פון ליטוואק -
ליטוואק שרייבט: הרב שך זצ"ל איז געווען תורתו אומנתו, ער האט געהאט מידות מוזהבת, און איז געווען איין שטיק אמת. דאקעגן איז דער ליבאוויטשער געווען טיכטיג און קלוג, אבער זיין אויטאריטעט איז געווען מאכטלאז אין די וועלט - צוליב זיין קנאפע ידיעות בתורה (לויט אים האט זיך רמ"מ בעיקר געפילעוועט אין רמב"ם און אין חו"ר אדער תניא). יעצט, די שמועס קען דא פארקירעוועט ווערן אין א לעבנסלענגליכע דיסקוסיע צו רמ"מ איז יא געווען א גאון אדער נישט אא"וו. אבער איך וויל עס אראפברענגן צו אפאר קורצע שטריכן וויאזוי איך האב אנגעקוקט ליטווואק'ס געדאנקנגאנג.
קודם כל, זיין גאנצע מאמר וועגן ליבאוויטש איז נאר צוליב הרב שך'ס קעגנערשאפט. נישט אז "ער" האלט אזוי, נאר זיין רבי הרב שך האט אזוי געהאלטן. פונקט ווי א סאטמארע חסיד וואס האקט אויף הרב קוק. זיין מאמר איז שוין נישט טרענספערנט און אייגענארטיג. והשנית, ליבאוויטשער רבי'ס אומשולדיגע אגענדע פון לערנען רמב"ם האט אנגעקערט א חסידות פון געלערנטע אידן. פראביר צו נעמען עני חסיד מיט זיין עמעראציס און עני ליטוואק מיט זיין דל גאה'שאפט צוזאמען מיט א ליבאוויטשער און מען זאל רעדן איבער השקפה, וועסטו געוואויר ווערן מער איבער זיין גייסט.
איך בין אסאך מער נתפעל געווארן פון הרב שך'ס הרגשים און ווארעמקייט ווי זיין עצם יגיעה בתורה! ווייל דאס זענען די פירות פון תורה! תורה איז געוויס אלעס, תורה איז די גרעסטע שלימות מיט וואס א מענטש קען אנקומען אבער מען דארף זיין א איד אויך. וויפיל גאוני ארץ ווייסן מיר וואס זענען אין ערגעץ נישט אנגעקומען, און וויפיל ווארעמע פשוט'ע בעלי השקפה אידן זענען אסאך בעסער אנגעקומען. סא פונקט ווי עס איבעלט צו הערן פון א חסיד וואס מאכט אוועק אלע ראשי ישיבות אין די ליטווישע חדר וואס לערנען א גאנצן טאג, די זעלבע איבעלט אויך ווען א ליטווישער מאכט אוועק חסידים (ליבאוויטש) וואס פארמאגן א שיינע עדה פון אויסגעקאכטע ווארומע בעלי השקפה אידן. אידן וואס וועלן אפשר נישט אנקוקען קיין קצות ווי אן אתרוג, אבער וועלן יא אנקוקען א מצוה און א טובה פאר איד ווי אן אתרוג.
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
איך האב עס געליינט און סאיז געווען גאנץ אינפארמאטיוו, וואס איך האב ארויסגענומען פאר פון די ארטיקלען אז סאיז דא 2 פראקציעס איבער הרב שך און אז דער וואס רעדט אינעם ארטיקל איז אביסל בייעסט אז הרב שך האט זיך נישט געמישט און פאליטיק וואס איז נישט אמת
ווען איך האב געשריבען די מאמר, האב איך געמיינט אז ארויס ברענגען די לימוד התורה און איידעלע מדות פון הרב שך, ווי איך האב געהערט פון תלמידים זיינער במשך די יארען, וועט געבען אן אנדערען בליק צום פאליטיק זיינער, און מ׳וועט פארשטייען וויאזוי ס׳האט זיך אנגעהויבען די גאנצע זאך.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען איך האב געשריבען די מאמר, האב איך געמיינט אז ארויס ברענגען די לימוד התורה און איידעלע מדות פון הרב שך, ווי איך האב געהערט פון תלמידים זיינער במשך די יארען, וועט געבען אן אנדערען בליק צום פאליטיק זיינער, און מ׳וועט פארשטייען וויאזוי ס׳האט זיך אנגעהויבען די גאנצע זאך.